לקוטי שיחות
שלח ב
94א
ש ל א ר ב
א. אין סיום הסדרה, נאָך דעם ווי רש"י איז מפרש כמה וכמה פּסוקים און ווערטער פון פּרשת ציצית, ביז צו די לעצטע ווערטער „אני ה' אלקיכם", ברענגט ער עטלעכע ענינים „מיסודו של ר' משה הדרשן"א; צום ערשטן ברענגט ער „למה נסמכה פ' מקושש לפ' ע"זב לומר שהמחלל את השבת כעובד ע"ז שאף היא שקולה כנגד כל המצות"ג, און ער איז מסיים „ואף פ' ציצית לכך נסמכה לאלו לפי שאף היא שקולהד כנגד כל המצות"; דערנאָך איז רש"י מעתיק „על כנפי בגדיהם" און זאָגט, „כנגד ואשאח אתכם על כנפי נשרים וכו'" (כדלקמן ס"ב) ; און צום סוף ברענגט ער „פתיל תכלת" און שרייבט, „על שם שכול בכורות וכו'" (כדלקמן ס"ג וד').
פון דעם וואָס רש"י ברענגט די דריי ענינים נאָך זיין פּירוש אויף „אני ה' אלקיכם"
— כאָטש דער טעם הסמיכות פון פ' ציצית צו די פריערדיקע פּרשיות איז נוגע גלייך בתחלת הפּרשה8*), און אַזוי אויך די ווערטער „על כנפי בגדיהם" און „פתיל תכלת" שטייען בתחלת הפרשה —
איז פאַרשטאַנדיקז, אַז דערמיט איז ער אויסן בעיקר [ניט צו מפרש זיין פּשוטו של מקרא גופאח, נאָר] צו באַוואָרענען אַן ענין מיוחד (אין פּרשה) וואָס פאָדערט ביאור ע"פּ דרך הפּשט. און דערפאַר ברענגט ער די אַלע דריי ענינים צוזאַמען — ווייל זיי אַלע קומען צו מבאר זיין די זעלבע נקודה.
דאַרף מען פאַרשטיין:
א) וואָס איז דאָ שווער אין דער פּרשה ע"פּ דרך הפּשט, וואָס בכדי דאָס צו פאַרענטפערן, מוז זיך רש"י באַנוצן מיט די פּירושים פון ר' משה הדרשן, ענינים פון „דרוש"?
ב) וואָס איז די נקודה משותפת וואָס פאַרבינדט די דריי ענינים צווישן זיך — ולכאורה, אין זיין פּירוש אויף „על כנפי בגדיהם" און „פתיל תכלת" איז ער מבאר וואָס ער ווערט נרמז דורך כמה פּרטים פון מצות ציצית, און אין זיין פּירוש „למה נסמכה כו'" רעדט ער וועגן דער מצוה בכללותה95און איר שייכות* און ענליכקייט צו די פּרשיות פון מקושש וע"ז?
ב. נוסף להנ"ל, זיינען פאַראַן כמה שוועריקייטן אין יעדערן פון די דריי פּירושים גופא (ובפרט אין זיין פּירוש אויף „פתיל תכלת" — וואָס איז כולו מוקשה מתחלתו ועד סופו, כדלקמן סעיף ג־.
אין זיין פּירוש „למה נסמכה כו'" זאָגט רש"י אַז ציצית איז שקולה כנגד כל המצות, און ווי אַ ראי' דערצו שרייבט ער „שנאמר ועשיתם את כל מצותי". ולכאורה; דער פּסוק „וזכרתם את כל מצות ה' ועשיתם אותם" שטייט דאָך פאַר „(למען תזכרו) ועשיתם את כל מצותי" — פאַרוואָס ברענגט רש"י דעם שפּעטערדיקן פּסוקט?
אויך אין זיין צווייטן דיבור „על כנפי בגדיהם" זיינען פאַראַן כמה דיוקים. און וואָס עס „וואַרפט זיך פאַר די אויגן" איז דאָס, וואָס לאחרי ווי ער איז מפרש אַז „עלי כנפי בגדיהם" איז „כנגד ואשא אתכם על כנפי נשרים", איז ער מוסיף; „על ארבע כנפות ולא בעלת שלש ולא בעלת חמשיא, כנגד ד' לשונות של גאולה שנאמריב במצרים והוצאתי והצלתי וגאלתי ולקחתי". ולכאורה: „על ארבע כנפות" שטייט דאָך אין פ' תצאיג, ניט אין אונזער סדרה. וואָס־זשע איז נוגע דאָ צו מפרש זיין „על ארבע כנפות"?
ג. דערנאָך ברענגט רש"י „פתיל תכלת", און זאָגט; „על שם שכול בכורות, תרגום של שכול תכלא ומכתם היתה בלילה וכן צבע התכלת דומה לרקיע המשחיר לעת ערב". (און דאַן איז ער ממשיך „ושמונה חוטים כו'", כדלקמן ס"ד).
דאַרף מען פאַרשטיין;
א) אין פּרש"י זיינען מדוייק ניט נאָר די ווערטער פון זיין פּירוש גופא, נאָר אויך די ווערטער פון פּסוק וואָס ער איז מעתיק פאַר זיין פּירוש. און ווי מ'זעט עס קלאָר אין אונזער פּרש"י, אַז פריער ביים מפרש זיין די פּרשה ע"פּ פּשט, איז ער מעתיק בלויז דעם וואָרט „תכלת", און אין זיין פּירוש פון „יסודו של ר"מ הדרשן" שטעלט ער זיך אויף „פתיל תכלת". אָבער לכאורה איז אויך זיין פּירוש „ע"ש שכול בכורות כו'" שייך96בלויז צום וואָרט „תכלת" — ניט צום וואָרט „פתיל"?
ב) אמת טאַקע אַז מכת בכורות איז געווען בלילה ווען דער רקיע זעט אויס ווי תכלת — אָבער וואָס איז די שייכות צווישן רקיע מיט מכת בכורות, און אויף אַזוי פיל ביז מ'זאָל זאָגן, אַז צוליב דעם וואָס צבע התכלת איז דומה לרקיע ווי ער איז אין דער צייט פון מכת בכורות, דערפאַר איז דער „פתיל תכלת" מרמז אויף מכת בכורות?
ג) דערפון וואָס דער רקיע איז „משחיר לעת ערב", ד. ה. אַז דאַן איז זיין בלויקייט טונקעלער ווי בייטאָג, איז דאָך מובן, אַז בלילה איז ער נאָכמער „משחיר". היינט ווי קען מען זאָגן, אַז דער תכלת פון ציצית — וואָס זיין צבע איז דומה לרקיע ווי ער איז „לעת ערב" — זאָל גאָר ווייזן אויף מכת בכורות וואָס „מכתם היתה ב(חצות ה)לילה"?
ד. דערנאָך איז רש"י ממשיך (אין זעלבן דיבור); „ושמונה חוטים שבה כנגד שמונה ימים ששהו ישראל משיצאו ממצרים עד שאמרו שירה על הים". איז ניט מובן;
א) „ועשו להם ציצית גו'" און „ונתנו גו' פתיל תכלת", זיינען צוויי באַזונדערע ציווייםיד. און דער מספּר „שמונה חוטים" איז פאַרבונדן [ניט מיט דעם פּרט פון „פתיל תכלת", נאָר] מיט דער מצוה פון ציצית. און ווי דער בן חמש למקרא זעט, אַז אויך בזמננו איז מען מקיים מצות ציצית און מיט „שמונה חוטים" — הגם אַז קיין תכלת האָבן מיר ניט.
און וויבאַלד אַזוי, האָט דאָך רש"י לכאורה געדאַרפט מפרש זיין דעם טעם פון „שמונה חוטים" (וואָס איז נוגע צו דער מצוה פון ציצית בכלל) — פאַר זיין פי' אויף דעם פּרט פון „פתיל תכלת". פאַרוואָס איז ער מהפך דעם סדר?
ב) די אמירת השירה איז דאָך געווען בשביעי של פסחיח. היינט וואו געפינט רש"י שמונה ימים פון יצי"מ ביז אמירת השירה?
מפרשים זאָגןי, אַז די שמונה ימים הויבן זיך אָן פון זמן שחיטת הפסח; וואָרום בעת די אידן האָבן גע'שחט'ן אלקי מצרים, זיינען זיי שוין אַרויס פון רשות מצרים. ס'איז אָבער ניט מובן; יצי"מ (בפּועל) איז געווען ביום ט"ו — „בעצם היום הזה"יז; אפילו די נתינת רשות פון פרעה דערויף — „קומו צאו מתוך עמי"יח [וואָס אויך דאָס ווערט אַמאָל גערופן יצי"מיט] איז געווען בליל ט"ו. אָבער דעם זמן פון שחיטת הפסח — איידער פרעה האָט מסכים געווען אויף דער יציאה פון מצרים, קען מען דאָך לכאורה ניט אָנרופן „משיצאו ממצרים"כ?
97ג) די אמירת השירה איז לכאורה [ניט קיין ענין לעצמו, נאָר] אַ שבח והודי' אויף קריעת ים סוף, וואָס איז אַן עיקר אין יצי"מ [וואָרום ביז דאַן, אויך לאחרי דעם אַרויסגיין פון מצרים, זיינען נאָך די אידן ניט פריי געווען פון (דעם פּחד פאַר) די מצריים וועלכע האָבן זיי נאָכגעיאָגט, און ערשט ביי קרי"ס, ווען „לא נשאר בהם עד אחד"כא, איז מען פון זיי אויסגעלייזט געוואָרן לגמריב]. האָט דאָך רש"י געדאַרפט זאָגן „עד שנקרע הים"כג — וואָס איז דאָ נוגע „שאמרו שירה"?
ד) ווען רש"י זאָל זאָגן בלויז „שאמרו שירה" (אָן די ווערטער „על הים") וואָלט מען אויך געוואוסט וועלכע שירה ער מיינטכד. צוליב וואָס דאַרף ער מוסיף זיין די ווערטער — „על הים"?
ה. איז דער ביאור בכ"ז; מיט זיין ברענגען די דריי ענינים הנ"ל „מיסודו של ר"מ הדרשן", איז רש"י אויסן צו מפרש זיין די שייכות צווישן דעם לעצטן פּסוק פון דער פּרשה „אני ה"א אשר הוצאתי אתכם מארמ"צ גו'" מיט פּרשת ציצית.
פריער זאָגט רש"י אויף דעם צוויי פּירושים; (א) „ע"מ כן פדיתי אתכם שתקבלו עליכם גזרותי"כה. (ב) „אני הוא שהבחנתי במצרים בין טיפה של בכור לשאינה של בכור, אני הוא עתיד להבחין וליפרע מן התולה קלא אילן בבגדו ואומר תכלת היא"כו.
פאַרוואָס דאַרף רש"י אָנקומען צו צוויי פּירושים — איז עס מובן בפשטות:
לויטן ערשטן פי' איז שווער; „ע"מ כן פדיתי אתכם שתקבלו עליכם גזרותי" איז פאַרבונדן מיט אַלע גזרות (מצות) — פאַרוואָס שטייט עפּעס אני ה"א גו' ערשט ובדוקא ביי מצות ציציתכז? אמת טאַקע, אַז ציצית ברענגט צו „וזכרתם את כל מצות ה'" — דאָס מיינט דאָך אָבער בלויז אַז דער קיום המצוה ברענגט נאָך אַן ענין „וראיתם אותו", און די ראי' ברענגט צום „וזכרתם" און דער „וזכרתם" ברענגט צו „ועשיתם" — קיום פון אַלע מצות, אָבער זי אַליין איז נאָר איין מצוה. האָט דאָך דער ענין פון יצי"מ בעסער געדאַרפט שטיין ביי מצות ע"ז וואָס זי גופא איז „ככל המצות"כח — ניט ביי ציצית?
דעריבער ברענגט רש"י דעם צווייטן פּירוש, אַז די שייכות פון98יצי"מ צו ציצית איז (ניט מצד דעם וואָס ציצית ברענגט צום קיום פון אַלע מצות, נאָר) מצד ציצית גופא — אַזוי ווי דער אויבערשטער האָט מבחין געווען במצרים בין טיפה של בכור כו' אַזוי איז ער עתיד להבחין וליפרע מן התולה קלא אילן בבגדו ואומר תכלת היא.
אָבער אויך דער פּירוש איז שווער; א) „אשר הוצאתי אתכם מארץ מצרים"* מיינט יציאת מצרים גופא, ניט מכת בכורות וואָס האָט בלויז געבראַכט צו יצי"מכט? ב) „ונתנו גו' פתיל תכלת" איז בלויז איין פּרט פון פּ' ציצית [און נאָך מער; ווי געזאָגט פריער (ס"ד) איז דאָס ניט קיין פרט אין מצות ציצית גופא (ווי, למשל, „על כנפי בגדיהם" וואָס ציצית מוז זיין דוקא „על כנפי בגדיהם"), נאָר ס'איז אַ ציווי נוסף]. איז דאָך שווער צו זאָגן, אַז דער גאַנצער ענין (פּסוק) „אני ה' אלקיכם גו'" קומט בהמשך ושייכות נאָר צום ציווי פון תכלת.
— דעריבער מוז רש"י אָנקומען צום ערשטן פּירוש, „ע"מ כן פדיתי אתכם שתקבלו עליכם גורותי", אַז דאָ איז טאַקע נוגע דער ענין פון יצי"מ גופא און ס'איז שייך צו כללות מצות ציצית, כנ"ל.
אָבער היות ווי ביידע פּירושים זיינען ניט גלאַטיק — דערפאַר איז רש"י ממשיך ומוסיף „ומיסודו של ר' משה הדרשן העתקתי כו'", בכדי צו מאַכן גלאַטיקער זיין פּירוש „ע"מ כן פדיתי אתכם שתקבלו עליכם גזרותי", כדלקמן.
ו. דער חידוש פון רש"י אין „למה נסמכה כו'" באַשטייט אין דעם, וואָס מצות ציצית גופא, איז „שקולה כנגד כל המצות", פּונקט ווי ע"ז*30) און שבתלא (און ניט נאָר וואָס זי ברענגט צום קיום פון אַלע מצות).
און דערפאַר זאָגט רש"י „שנאמר ועשיתם את כל מצותי" — און ניט „שנאמר וזכרתם את כל מצות ה' ועשיתם אותם" — ווייל אין יענעם פּסוק שטייט אַז ציצית ברענגט דערנאָך צו ראי' וועלכע ברענגט צו זכירה און עשיית כל המצות; משא"כ „ועשיתם את כל מצותי" (ע"פ דרוש — פון ר"מ הדרשן) מיינט, אַז מיטן מקיים זיין „ועשו גו' והי' לכם לציצית" איז „ועשיתם" — מען איז (כאילו ווי) מקיים — „את כל מצותי"לב. וע"ד וואָס עס שטייט פרי־99ערלג ביי ע"ז „ולא תעשו את כל המצות האלה", אַז ע"ז גופא איז — „מצוה אחת שהיא ככל המצות".
ועפּ"ז איז שוין ניט אַזוי שווער וואָס „ע"מ כן פדיתי אתכם שתקבלו עליכם גזרותי" שטייט ביי מצות ציצית — ווייל מצות ציצית איז שקול כנגד „(ועשיתם את) כל מצותי".
ז. ס'איז נאָך אָבער ניט מספּיק: וויבאַלד אַז (כנ"ל) אויך ע"ז און שבת זיינען שקול כנגד כל המצות [ואדרבה; פון דעם וואָס תורה איז מסמיך פּ' ציצית צו די פּרשיות פון ע"ז און מקושש דערפאַר וואָס „אף היא (ציצית) שקולה כנגד כל המצות" איז געדרונגען, אַז ביי ע"ז און (אפילו) שבת איז עס מער פּשוט אַז זיי זיינען שקול כנגד כל המצות], היינט פאַרוואָס שטייט „ע"מ כן פדיתי אתכם שתקבלו עליכם גזרותי" (מיינענדיק אַלע מצות) דוקא ביי ציצית?
דעריבער איז רש"י ממשיך, אַז אַלע פּרטים פון מצות ציצית [„על כנפי בגדיהם"לד, „פּתיל תכלת" און „שמונה חוטים"], זיינען „כנגד" (אָדער „על שם") אַלע ענינים פון יצי"מ. און דעריבער שטייט „אני ה' אלקיכם אשר הוצאתי אתכם מארץ מצרים" — „ע"מ . . שתקבלו עליכם גזרותי" ביי מצות ציצית, ווייל זי איז ניט בלויז אַ מצוה כללית, נאָר זי (מיט אַלע אירע פרטים) איז אויך שייך צו (אַלע פּרטים פון) יצי"מ.
ח. עפּ"ז איז אויך פאַרשטאַנדיק וואָס אין זיין פּי' אויף „על כנפי בגדיהם", באַגנוגנט זיך ניט רש"י מיט זאָגן „כנגד ואשא אתכם על כנפי נשרים", נאָר ער ברענגט אויך אַז „על ארבע כנפות" איז „כנגד ד' לשונות של גאולה" (הגם אַז אין אונזער פּרשה שטייט כלל ניט אַז ציצית איז דוקא אויף אַ בגד של ארבע כנפות) — ווייל מיט אָט־דער הוספה ווייזט ער ווי די „כנפי בגדיהם" זיינען כנגד אַלע ענינים פון יצי"מלח — אָנהויבנדיק פון „והוצאתי" ביז „ולקחתי (אתכם לי לעם)".
נאָר היות אַז אין אונזער פּרשה שטייט דאָך ניט וויפל כנפות עס דאַרפן זיין, קען דעריבער רש"י ניט אָנהויבן מיט „על ארבע כנפות כו'" — דעריבער ברענגט ער אַז „על כנפי100בגדיהם" איז „כנגד ואשא אתכם על כנפי נשרים". און לאחר ווי ער זאָגט שוין אַז „על כנפי בגדיהם" איז פאַרבונדן מיט יצי"מ — איז ער מוסיף, אַז דער מספּר הכנפות איז כנגד ד' לשונות של גאולה.
ט. עד"ז איז בנוגע צו „פּתיל תכלת", אַז מיט זיינע צוויי טעמים אויף דער שייכות פון מכת בכורות צו (פּתיל) תכלת — „ע"ש שכול בכורות תרגום של שכול תכלא" און „צבע התכלת דומה לרקיע כו'" — מיינט ער אַרויסצוברענגען ווי אין ציצית זיינען מרומז אַלע פּרטים פון מכת בכורות.
וואָרום — אין מכת בכורות (וועלכע האָט מכריח געווען פּרעה זאָגן „קומו צאו" — די גאולה) זיינען דאָ צוויי ענינים: (א) דער שיכול בכורות ווי ער איז געווען דאָ למטה, וואָס דאָס איז געווען (ווי רש"י איז ממשיך) „ומכתם היתה בלילה", און (ב) ווי דער ענין האָט זיך אויפגעטאָן למעלה — ברקיע, וואָס דאָס איז געווען בזכותל דם פּסח (ומילה), און דאָס איז געווען בין הערבים, ווען אידן האָבן גע'שחט'ן דעם פּסח;
און דאָס זאָגט רש"י, אַז „(פּתיל) תכלת" ווייזט אויף ביידע ענינים; מצד דעם וואָס דער וואָרט „תכלת" מיינט „שכול" — „תרגום של שכול תכלא", ווייזט תכלת אויף שכול בכורות ווי זי איז דאָ למטה, בלילה; און מצד דעם „צבע התכלת" — וואָס ער איז „דומה לרקיע המשחיר לעת ערב", ווייזט ער אויף דעם ענין פון מכת בכורות ווי זי האָט זיך אויפגעטאָן למעלה ברקיע, לעת ערב.
שטעלט זיך אָבער די שאלה; וואו געפינט מען, אַז אַ געוויסער ענין (אין אַ מצוה וכיו"ב) זאָל מרמז זיין אויף אַן ענין ווי ער איז נגזר געוואָרן ברקיע?
דעריבער איז רש"י מעתיק פאַר זיין פּירוש די ווערטער „פּתיל תכלת"; „פּתיל" איז אָנגעבונדן אין דעם כנף אויבן און הענגט אַראָפּ און ווערט נמשך אונטן. און דערמיט ווייזט דער „פּתיל תכלת" ניט בלויז אויף מכת בכורות ווי זי איז געווען דאָ למטה, נאָר אויך ווי זי איז נמשך געוואָרן פון אויבן — פון רקיע.
י. לאחרי ווי רש"י זאָגט אַז דער פּתיל תכלת איז מרמז אויף מכת בכורות אויך ווי זי איז נגזר געוואָרן ברקיע, איז ער ממשיך אַז די שמונה חוטין זיינען כנגד שמונה ימים כו';
כשם ווי בנוגע צו דער התחלה פון יצי"מ, רעכנט מען ניט בלויז ליל ט"ו ווען ס'איז געווען מכת בכורות דאָ למטה (וואָס דאַן האָט פּרעה געזאָגט „קומו צאו מתוך עמי"), נאָר מ'הייבט אָן פון דער התחלת ההתחלה — פון יום י"ד לעת ערב, ווען ס'איז נגזר געוואָרן הגאולה ו(במילא) מכת בכורות ברקיע;
אַזוי איז אויך לאידך גיסא, בנוגע דער שלימות פון יצי"מ — וואָס איז געווען בעת קרי"ס ווען „לא נותר בהם עד אחד", אַז מען רעכנט ניט בלויז דעם גמר פון יצי"מ כשלעצמו, נאָר די שלימות השלימות פון יצי"מ — ווען דער פּחד פאַר די מצרים ביי די אידן איז בטל געוואָרן — ווען101דער „לא נותר" איז נתגלה געוואָרן צו אידן — וואָס דאָס איז געווען בעת „וירא ישראל את מצרים מת על שפת הים", וואָס האָט זיי אַזוי דערנומען ביז צום זאָגן שירהלז.
און דאָס איז דער פּירוש פון די „שמונה ימים ששהו ישראל משיצאו ממצרים עד שאמרו שירה", וואָס זיי זיינען כולל דעם גאַנצן משך הזמן פון יצי"מ; פון דעם סאַמע אָנהויב פון יצי"מ, ווי דאָס איז נאָך געווען „ברקיע", איידער ס'איז געקומען למטה, ביז צום סאַמע סוף פון יצי"מ, ווען אויך אידן האָבן געפילט און געזען אַז זיי זיינען נגאל געוואָרן פון מצרים אינגאַנצן.
יא. פון די „ענינים מופלאים" ורמזים וואָס אין דעם פּרש"י;
צווישן די חילוקים פון די חוטי „תכלת" שבציצית מיט די חוטי „לבן" איזלח, אַז חוטי תכלת זיינען מרמז אויף די עבודה פון יראה, „סור מרע"לט, און חוטי לבן — אויף אהבה, „ועשה טוב".
און דאָס איז אויך דער טעם (בפּנימיות הענינים) פון דעם וואָס רש"י איז מפרש פריער „פּתיל תכלת" און דערנאָך „ושמונה חוטין כו'" — ווייל די התחלת העבודה איז סור מרע, און פון דעם קומט מען דערנאָך צום קיום פון כללות מצות ציצית (— „שמונה חוטין"), וואָס איז „שקולה כנגד כל המצות".
אעפּ"כ, דערפון וואָס בזמן הזה איז ניטאָ קיין תכלתמ, און אַלע שמונה חוטין (אויך די וועלכע מצד עצמם זיינען שייך צו „תכלת") זיינען „לבן", איז אַ הוראה, אַז דער עיקר עבודהמא איז אין דעם קו פון אהבה. ובפרט ע"פּ פּנימיות התורה — זאָגט דאָך רשב"י: „אנן בחביבותא תליא מילתא"מב,
און דאָס ברענגט צו אַלע דרגות (שמונה ימים) פון „יציאת מצרים", וואָס „כימי צאתך מארץ מצרים אראנו נפלאות"מג, ביז צו אמירת שירה — „ונודה לך שיר חדש על גאולתנו ועל פדות נפשנו"מד, בקרוב ממש.