English
ספרייה

לקוטי שיחות

קרח א

נכתב בידי מכונה ועדיין לא נבדק בידי אדם - הקטעים שלא נבדקו מסומנים.

102ז ו

א. עס שטייט אין מדרשא, אַז קרח האָט זיין מחלוקת אָנגעהויבן מיט דער שאלה צו משה'ן „טלית שכולה תכלת מהו שתהא פטורה מן הציצית". און ווען משה האָט אים געענטפערט „חייבת בציצית" האָט קרח גע'טענה'ט; „טלית שכולה תכלת אין פוטרת את עצמה, ד' חוטין פוטרות אותה (בתמי')".

דערנאָך האָט ער ווייטער געפרעגט: „בית מלא ספרים מהו שיהא פטור מן המזוזה". און אויף משה'ס ענטפער „חייב במזוזה", האָט קרח געזאָגט: „כל התורה כולה רע"הב פרשיות אינה פוטרת את הבית, פרשה אחתג שבמזוזה פוטרת את הבית (בתמי')".

און ער האָט מסיים געווען; „דברים אלו לא נצטוית עליהן ומלבך אתה בודאן".

זיינען מבאר מפרשיםד, אַז קרח האָט געהאַלטן פאַר אַ דבר פּשוט ביותר אַז טלית שכולה תכלת פטורה מן הציצית און בית מלא ספרים איז פּטור ממזוזה, ביז ער האָט געמיינט אַז אויך משה וועט אַזוי זאָגן. און ביים פרעגן די צוויי שאלות הנ"ל האָט ער געהאַט אין זינען, אַז ווען משה וועט אים ענטפערן אַז זיי זיינען פּטור, וועט ער קענען טענה'ן: כשם ווי טלית שכולה תכלת דאַרף צו ציצית ניט אָנקומען און בית מלא ספרים דאַרף צו מזוזה ניט אָנקומען — מצד דעם וואָס אין טלית גופא איז פאַראַן תכלת און דער בית פאַרמאָגט שוין אין זיך פרשיות של מזוזה, אַזוי איז אויך, וויבאַלד אַז „כל העדה כולם קדושים", דאַרפן זיי ניט אָנקומען צו קדושת אהרן, און במילא „מדוע תתנשאו על קהל ה'".

ס'איז אָבער ניט מובןה: וויבאַלד אַז אין ביידע ענינים — „טלית שכולה תכלת כו'"" און „בית מלא ספרים103כו'" — איז בעצם די זעלבע סברא, ווערט דאָך די שאלהו; לאחרי ווי קרח האָט געהערט משה'ס ענטפער אַז טלית כו' חייבת בציצית — וואָס האָט ער ווידער געהאַט צו פרעגן פון „בית מלא ספרים"ז?

איז דערפון געדרונגען, אַז בנוגע צו בית מלא ספרים איז די סברא פּשוט'ער ווי בנוגע טלית שכולה תכלתח. און דערפאַר, איז אפילו לאחרי ווי משה האָט אים געענטפערט „חייבת בציצית", האָט ער נאָך אַלץ גערעכנט אַז בית מלא ספרים וועט אויך משה האַלטן אַז פּטור ממזוזה.

נאָר פונדעסטוועגן האָט ער לכתחילה געפרעגט דוקא פון טלית שכולה תכלת — און ניט פון בית מלא ספרים*8 (הגם אַז בנוגע בית כו' איז פּשוט'ער אַז פּטור ממזוזה), ווייל די הוכחה זיינע אויף זיין טענה „כל העדה כולם קדושים גו' ומדוע תתנשאו", איז פון „טלית כו'" — ניט פון דעם וואָס בית כו' איז פּטור ממזוזהט.

ב. וועט מען עס פאַרשטיין בהקדים סיפּור חז"לי אַז עדת קרח האָבן דערנאָך מודה געווען און די הודאה איז אַרויסגעבראַכט געוואָרן דורך דעם זאָגן „משה אמת ותורתו אמת".

איז אין דעם ניט מובן;

ווי עס קוקט אויס פון פּשטות הכתובים, איז די מחלוקת פון קרח ועדתו — כאָטש זיי האָבן געקריגט אויך אויף104משה'ן — געווען בעיקר אויף אהרן (ניט אויף משה'ן)יא. וואָס דערפאַר, ווען זיי האָבן געמאָנט „מדוע תתנשאו על קהל ה'"יב, האָט זיי משה געזאָגט, אַז זיי אַלע — אויך אהרן, זאָלן מקטיר זיין קטרת און דורך דעם וועט מען זען אַז „האיש אשר יבחר ה' הוא הקדוש", אַז אהרן איז דער כהן גדוליג.

אויך די ענינים ווייטער אין דער סדרה, וואָס קומען בהמשך צו מחלוקת קרח (וואָס דערפאַר שטייען זיי אין פ' קרח), זיינען אַלץ זאַכן וואָס האָבן צוטאָן מיט כהונת אהרן; דער ענין פון „פרח מטה אהרן"יד; דער אָנזאָג אַז די כהנים בני אהרן זאָלן אַכטונג געבן אַז אַ זר זאָל אין מקדש ניט אַריינקומעןטו ; און דער ציווי וועגן מתנות כהונהטז.

איז דאָך ניט מובן; וויבאַלד אַז עיקר המחלוקת פון עדת קרח איז געווען אויף אהרן, איז פאַרוואָס באַשטייט זייער תשובה אין זאָגן אויך „משה אמת" ניט נאָר „ותורתו אמת"יז?

ג. אַ גרעסערן פּלא געפינט מען בנוגע למחלוקת קרח ועדתו; די גמראיח זאָגט „כל המחזיק במחלוקת עובר בלאויט, שנאמרכ ולא יהי' כקרח וכעדתו". ולכאורה איז דאָך דער חטא פון קרח ועדתו באַשטאַנען אין קריגן אויף כהונת אהרן אמתית תורת משה וכו' — איז ווי קען מען פון דעם אָפּלערנען אַז „המחזיק במחלוקת", אין וועלכער מחלוקת עס זאָל ניט זיין, איז ער עובר אויף „לא יהי' כקרח וכעדתו"?

איז דאָך דערפון מוכרח, אַז דער חטא פון קרח ועדתו איז באַשטאַנען בעיקר אין דעם וואָס עס איז אַ מחלוקת [און ווי רש"י זאָגט אויף „ויפול על פניו"כא — אַז משה האָט זיך דערשראָקן (ניט פאַר קרח'ס חולק זיין אויף אים אָדער אויף כהונת אהרן, נאָר) „מפני המחלוקת"; אויך דער מדרשכב, ווען ער איז מבאר דעם טעם וואָס דתן ואבירם האָבן לוקה געווען צוזאַמען מיט קרח'ן, זאָגט ער דעם לשון „שהיו שכנים לקראת בעל מחלוקת"כג].

און דאָס איז אויך מתאים דערמיט105וואָס די סדרה הויבט זיך אָן מיט די ווערטער „ויקח קרח":

דער פּירוש פון „ויקח", איז ווי דער תרגום זאָגט „ואתפליג"כד און ווי רש"י טייטשט אָפּ „נחלק משאר העדה להחזיק במחלוקת"; און דער נאָמען „קרח" (וואָס באַווייזט אויף זיין עניןכה, ווי אויך אויף דעם ענין פון דער סדרה וואָס הייסט מיטן נאָמען „קרח") איז פון לשון „קרחה"כו, וואָס ענינה איז פּילוגכז — אַרויסרייסן און אָפּטיילן (די האָר פון קאָפּ, וכיו"ב).

ד. די ערשטע „מחלוקת" וואָס איז (באַשאַפן) געוואָרן אין וועלט, איז דער רקיע המבדיל בין מים למיםכח. און דערפאַר שטייט*) ניט ביום השני „כי טוב", ווייל „בו נבראת מחלוקת"כט.

ואעפּ"כ, שטייט ביום השלישי צוויי מאָל „כי טוב" — „אחד למלאכת המים ואחד למלאכתו של יום"כ — אַז דאַן איז נתברר געוואָרן און איז געוואָרן „טוב" אויך די מלאכה (מחלוקת — מחיצה) וואָס איז באַשאַפן געוואָרן ביום השניפ.

און דאָס זעלבע איז בנוגע דעם אלף השלישי (וועלכער איז בדוגמת יום השלישיפא), אַז בשעת מתן תורה (שבאלף השלישי), ווען ס'איז נתבטל געוואָרן די גזירה (דער „שניט") וואָס טיילט אָפּ עליונים פון תחתונים, און ס'איז געגעבן געוואָרן דער כח אַז „העליונים ירדו לתחתונים והתחתונים יעלו לעליונים"לב — איז פאַרריכט געוואָרן די מחיצה פון דעם רקיע וואָס איז מבדיל צווישן (מים) עליונים און (מים) תחתונים.

ה. דערפון איז פאַרשטאַנדיק, אַז יעדער ענין פון מחלוקת, פון „ואתפלג" — ובפרט לפי מ"ש בספר נועם אלימלךלג אַז „ואתפלג קרח" איז ע"ד ווי דער רקיע המבדיללד (אָדער ווי עס שטייט אין אַנדערע ערטער88), אַז דאָס איז ע"ד ווי דור הפלגה — וועל־106כער איז אויך פאַרבונדן מיטן רקיע המבדילל), איז היפך פון ענין התורה וואָס „ניתנה לעשות שלום בעולם"לז, ובמילא — אויך היפך פון משה'ןלח וואָס התורה נקראת על שמולט.

און כאָטש אַז דער תואר „אוהב שלום ורודף שלום" שטייט אויף אהרןמ [וואָס דאָס איז דער טעם הפּנימי וואָס קרח האָט געפירט זיין מחלוקת אַנטקעגן אהרןמא ], איז אָבער דער עיקר און פּנימיות פון זיין מחלוקת געווען קעגן משה'ן, וואָרום דאָס גופא וואָס אהרן האָט געטאָן די עבודה, איז עס מצד דעם וואָס אַזוי שטייט אין תורה וואָס איז געגעבן געוואָרן דורך משה'ן.

ו. דער ביאור אין דעם בפּרטיות יותר;

דעם עצם ענין פון „שלום" (תורה), האָט אויפגעטאָן משה, נאָר היות אַז משה מצד עצמו איז געווען העכער פון וועלט עניניםמב — איז דער שלום אין וועלט בפּועל דורכגעפירט געוואָרן דורך אהרן'ען, וואָס ער האָט זיך אַראָפּגעלאָזט צו די „בריות"מג און האָט זיי מקרב געווען (און אויפגעהויבןמד) צו תורה, וואָס „כל נתיבותי' שלום"מה. ובמילא קומט דאָך אויס, אַז דער עצם מציאות פון מחלוקת (ענין הנרמז בשמו של קרח — קרחה) איז דער מנגד צו בחי' משה, און מעשה קרח — דאָס אָנפירן די מחלוקת בפּועל (דער „ואתפליג . . להחזיק במחלוקת") — דער מנגד צו בחי' אהרןמו.

און דאָס איז דער טעם פּנימי וואָס דורך קרח'ס קריגן אויף כהונת אהרן איז אַרויסגעקומען זיין מחלוקת אַנטקעגן משה'ן [ווי געבראַכט פריער פון מדרש, אַז דורך זיין שאלה וועגן „טלית שכולה תכלת" (און „בית מלא ספרים") מיט דער כוונה צו קריגן אויף כהונת אהרן, איז אַרויסגעקומען זיין זאָגן משה'ן „דברים אלו לא נצ־107טוית עליהן ומלבך אתה בודאן"]; וויבאַלד אַז זיין מחלוקת בפּועל קעגן כהונת אהרן (וועלכער פירט דורך בפּועל ענינו של משה) איז געקומען דערפון וואָס ער איז געווען אַ בעל מחלוקת בעצם, און בפּנימיותו איז ביי אים געווען אַ התנגדות צו משה'ן, האָט דעריבער זיין מחלוקת אויף אהרן — דער „מסובב" פון זיין (פּנימיות'דיקער) מחלוקת אויף משה'ן — אַרויסגעבראַכט די „סיבה" בגילוי.

און היות אַז דער סדר איז דאָך, אַז די „מחשבה תחלה" קומט אַרויס אין „סוף מעשה" דוקאמז, דערפאַר איז

[כשם ווי אין „ויקח קרח לעורר על הכהונה", איז זיין מחלוקת אויף אהרן — וואָס איז געווען די „סיבה" אויף זיין מחלוקת אויף „תכלת" (און „מזוזה") — געקומען נאָך זיי, עד"ז איז]

זיין מחלוקת על משה — וואָס איז געווען די סיבה פּנימית צו זיין מחלוקת על אהרן — אַרויסגעקומען בפּועל ערשט צום סוף.

און דאָס איז אויך דער ביאור וואָס די תשובה פון עדת קרח באַשטייט אין זאָגן „משה אמת ותורתו אמת"; בכדי צו זיין זיכער אַז די תשובה איז אַ ריכטיקע און אַז מען וועט נאָכאַמאָל ניט דורכפאַלן אין דעם חטא, ביז אַז „יעיד עליו יודע תעלומות שלא ישוב לזה החטא לעולם"מח, דאַרף מען עוקר זיין די סיבה פון דעם חטא. און וויבאַלד אַז די מחלוקת פון קרח ועדתו אויף „אהרן", איז געקומען מצד זייער (פּנימיות'דיקער) מחלוקת על משה ותורתו — דער עצם מהות פון „שלום", איז דעריבער זייער עיקר התשובה באַשטאַנען אין זאָגן „משה אמת ותורתו אמת".

ז. ע"פּ הנ"ל, אַז די מחלוקת פון קרח ועדתו אויף אהרן איז געווען אַן אויספיר ומסובב פון זייער מחלוקת אויף משה ותורתו, איז י"ל, אַז אויך זייער מחלוקת אויף ציצית און מזוזה איז [ניט קיין זייטיקער ענין, אַ הוכחה פון אַן אַנדער זאַך (אַז כשם ווי בית מלא ספרים און טלית שכולה תכלת דאַרפן ניט אָנקומען צו מזוזה און חוט של תכלת אַזוי אויך אידן וואָס זיינען „כולם קדושים" דאַרפן ניט אָנקומען צו קדושת אהרן) נאָר עס איז] דער זעלבער ענין. ד. ה. אַז זייער מחלוקת אויף משה ותורתו — אַז זי ווערט נמשך בפּועל, בריינגט זי דעם קריגן אויף אהרן, ציצית און מזוזה.

און וויבאַלד אַז די דריי ענינים הנ"ל זיינען די אופנים ווי עס קומט אַרויס בפּועל מחלוקת קרח, לייגט זיך דעריבער אין שכל צו זאָגן, אַז אינעם וואָרט „קרח" זיינען מרומז (ניט נאָר דער עצם ונקודת ענין המחלוקת, נאָר) אויך די ענינים אין וועלכע די מחלוקת קומט בפּועל. דער חילוק איז נאָר, אַז דער כללות (ועצם) ענין המחלוקת — איז מרומז אין דעם כלל, אין דעם וואָרט, און די דריי ענינים פּרטיים — זיינען מרומז אין זיינע פּרטים, אין די דריי אותיותמט; יעדער אות ווייזט אויף אַ באַזונדער ענין.

ח. בעת מ"ת האָט זיך אויפגעטאָן, אַז די תורה איז געקומען למטה אין108עוה"ז (ניט ווי פריער, ווען די תורה איז געווען למעלה)נ, און עס איז בטל געוואָרן די מחלוקת (מחיצה) בין העליונים והתחתונים (כנ"ל סעיף ד') און דאָמאָלס איז דער עוה"ז געוואָרן ווי ער דאַרף זיין, וכמרז"לנא עה"פ יום הששי. און וויבאַלד אַז „ואתפליג קרח", ער האָט געוואָלט היפך השלום (פעולת התורה (כנ"ל סעיף ה')) נאָר מחלוקת — האָט עס אָנגערירט און מעורר געווען צוריק שטעלן די מחיצה און גזירה וואָס איז געווען פאַר מ"ת, הייסט עס דאָך, אַז ער האָט געוואָלט ענדערן אָט־דעם ענין וואָס איז נתחדש געוואָרן בעוה"ז.

און דאָס איז דער רמז אין די דריי אותיות פון וואָרט קרח — קו"ף, רי"ש, חי"ת; עוה"ז איז (באַשאַפן געוואָרן און איז) געגליכן צו אות ה"אנב. און ווייל ענינו של קרח איז משנה זיין עוה"ז, זיינען דעריבער די אופנים פון דעם שינוי מרומז אין די דריי אותיות — קו"ף, רי"ש און חי"ת — וועלכע זיינעןנג ענלעך בתמונתן צום אות ה"א, אָבער — בשינוי, כדלקמן.

אין אַ ה"א זיינען פאַראַן דריי קווין: אַ קו למעלה, און צוויי קוין — מימין און משמאל. שטייט אין קבלה און חסידותנד, אַז דער קו שלמעלה ושבימין ווייזן אויף מחשבה ודיבור, און דער קו השמאל ווייזט אויף מעשה. און דער קו השמאל איז מיט די אַנדערע צוויי קווין ניט מחובר — ווייל צווישן מחשבה ודיבור און מעשה, איז דאָ אַ הפסק.

און דער שינוי פון די דריי אותיות הנ"ל (קר"ח) לגבי דעם ה"א באַשטייט (בעיקר) אינעם קו השמאלי וואָס ווייזט אויף מעשה; אין אות קו"ף איז דער קו השמאלי גאָר לאַנג, אין רי"ש איז ער לגמרי ניטאָ, און אין חי"ת — איז ער מחובר מיט די אַנדערע צוויי קווין.

ט. איז דער ביאור אין דעם;

אין דעם „חיבור עליונים ותחתונים" שנתחדש במ"ת, זיינען פאַראַן צוויי תנועות;

עס פאָדערט זיך די עבודה בתחתו*) נים, ביז אַז „המעשה הוא העיקר"88) — און ווי ס'איז מבואר באריכות אין תניא88), אַז די „דירה בתחתונים" טוט זיך אויף בעיקר (ניט אַזוי דורך לימוד התורה במחשבה ודיבור, נאָר) דורך קיום המצות במעשה ; ועד"ז אין כח המעשה גופא, איז דאָ אַ מעלה אין דעם בירור פון עניני רשות און טאָן מיט זיי דערנאָך אַ מצוה לגבי דעם וואָס עס ווערט אויפגעטאָן דורך עשיית המצות אין אַ פאַרטיגער זאַך,109וועלכע דערנעמט ניט אויף אַזוי פיל די „גשמיות" פון די זאַכןנז; דוקא דורך דער עבודה בעניני רשות, ווען „כל מעשיך" זיינען „לשם שמים" און „בכל דרכיך" (אין דעם מענטשנס דרכים) איז דאָ דער „דעהו"*37), איז מען מברר און מזכך ביז די סאַמע נידעריקסטע ענינים. דאָס איז דאָך בכלל די מעלה אין בעלי עסקים אויף יושבי אהל, וואָס דוקא ביי זיי איז דאָ דער „אמצאך בחוץ"נח;

אָבער לאידך גיסא, דאַרפן די „תחתונים" זיין מחובר מיט די „עליונים". און אין דעם חיבור זיינען פאַראַן צוויי ענינים;

א) „העליונים ירדו לתחתונים" — אַז דער לימוד התורה („עליונים") דאַרף קומען אין דעם בירור און אין דעם קיום המצות („תחתונים") און אָנפירן דערמיט. ד. ה. אַז בעת קיום המצוה דאַרף ער אַכטונג געבן אַז ער זאָל עס טאָן כפי פרטי הדינים ווי ער האָט פריער געלערנט אין תורה (וואָרום אויב ער זאָל ניט קאָנטראָלירן אַז דאָס זאָל שטימען ע"פ תורה, איז רעכט אַז די „מצוה" זאָל אַרויסקומען אין אַזאַ אופן וואָס איז גאָר היפך המצוה);

און בפרט בנוגע צום עסק בעניני רשות, מוז עס זיין באופן וואָס זאָל ניט שטערן אים צו זיינע שיעורים הקבועים אין לימוד התורה — ע"פ המבואר אין הל' ת"ת — וכיו"ב.

ב) „והתחתונים יעלו לעליונים" — אַז (ס'איז ניט גענוג וואָס די „תחתונים" ווערן אָנגעפירט פון די „עליונים" ווי זיי נידערן אַראָפּ צו זיי, נאָר) עס פאָדערט זיך אַז די „תחתונים" זאָלן שטיין מיט אַ צמאון צו דערהויבן זיך „לעליונים"; אמת טאַקע „המעשה הוא העיקר", דער בעל עסק דאַרף אָבער וויסן אַז ער געפינט זיך למטה, און במילא דאַרף ער וועלן עולה זיין. און דער רצון דאַרף זיין בתוקף גדול, ביז אַז לעת מן העתים קומט עס אַרויס בפועל — ער רייסט זיך אָפּ פון זיין עסק און פירט זיך ווי אַ יושב אהלנט.

יו"ד. אָט־די דריי ענינים — א) אַז דער מטה דאַרף זיין, ב) ער דאַרף אָנגעפירט ווערן פון דעם „מעלה", און ג) ער דאַרף וועלן עולה זיין למעלה — זיינען מרומז אין דער תמונה פון אות ה"א; א) דער רגל השמאלי, וואָס ווייזט אויף מעשה, איז פאַראַן אין איר; ב) ער ציט זיך ניט לענגער פון קו הימין, ד. ה. זיין מציאות איז פאַראַן בלויז דאָרט וואו ס'איז דאָ די ירידת העליונים, ער לאָזט זיך ניט אַריין אין דעם „מטה" יותר מכפי המדה; ג) ס'איז דאָ אַ הפסק צווישן דעם רגל שמאלי, מיטן קו העליון והימין וואָס ווייזן אויף מחשבה ודיבור פון לימוד התורה. ד. ה. אַז אַלע מאָל פילט ער ווי ער איז אָפּגעריסן פון תורה, און מצד דעם ציט ער זיך צו עולה זיין למעלהס.

110און דאָס איז דער ביאור וואָס די אותיות פון וואָרט קרח (מלשון קרחה — די מחלוקת אויף „חיבור עליונים ותחתונים") זיינען קו"ף, רי"ש, חי"ת — ווייל די דריי אותיות דריקן אויס די דריי אופנים וואָס זיינען מנגד צום „חיבור עליונים ותחתונים"; דער קו"ף וואָס זיין רגל השמאלי ווערט נמשך גאָר נידעריק, ביז אין אַן אָרט וואו עס דערלאַנגט ניט דער רגל הימניפא — דריקט אויס די התנגדות און איז היפך פון „העליונים ירדו לתחתונים" דקדושה; דער רי"ש וואָס האָט אינגאַנצן ניט קיין רגל שמאלימב — איז מנגד אויף מעשה ובפרט אויף דער הדגשה אַז „המעשה הוא העיקר"; און דער חי"ת, וואָס זיין רגל השמאלי איז מחובר מיטן קו העליון והימני (וואָס ווייזט אויף דער טענה פון אַ בעל עסק אַז ער איז פּונקט אַזאַ „מיוחס" ווי דער יושב אהל) — איז מנגד און איז היפך פון „התחתונים יעלו לעליונים" דקדושה88).

יא. אָט די ענינים פון מחלוקת קרח וועלכע זיינען מרומז אין די דריי אותיות, האָבן זיך אויסגעדריקט אין זיין קריגן אויף (כהונת) אהרן, אויף מזוזה און אויף תכלת; דער קו"ף — אין זיין מחלוקת אויף תכלת, דער רי"ש — אין זיין מחלוקת אויף מזוזה, און דער חי"ת — אין זיין התנגדות צו אהרן.

דער ביאור אין דעם איז;

אַ כהן איז מובדל פון עניני עולם הזה און פאַרנעמט זיך בלויז מיט הייליקע זאַכן. באַזונדערס אַ כהן ווי אהרן, אַ כהן גדול, וואָס „מן המקדש לא יצא"04). און היות אַז יעדער איד דאַרף טאָן אַלע סאָרטן עבודות, דעריבער פאָדערט זיך פון יעדן איינעם, אפילו פון אַ פּשוט לגמרי, אַז לעת מן העתים זאָל ער זיך אָפּרייסן פון עניני העולם און ווערן דוגמת כהן, ביז — דוגמת כהן גדול.

און אויף דעם האָט קרח גע'טענה'טסה (מצד — ומרומז אין דעם חי"ת שבו); וויבאַלד אַז „כל העדה כולם (אויך די וואָס פאַרנעמען זיך מיט ענינים פון עסק — לשם שמים, זיינען) קדושים", ואדרבה; „ובתוכם הוי'", די המשכה פון שם הוי' שם העצםסח איז דוקא אין מעשה (וכידועסט אַז דורך ענינים רוחניים נעמט מען111נאָר „גילויים", און המשכת העצמות איז דוקא דורך מעשה המצות און דורך בירור עניני רשות בגשמיות), איז „מדוע תתנשאו", וואָס איז די גרויסקייט פון כהן גדול, ובמילא (ווי דער צווייטער טייטש אין) „מדוע תתנשאו", פאַרוואָס מוזן „כל העדה" זיך דערהויבן און עולה זיין למעלה, בשעת אַז זיי זיינען געהויבן ווי דער כהן גדול (און אדרבה — „בתוכם (דוקא) הוי' ") 88)?

יב. דער ביאור השייכות פון אותיות קו"ף און רי"ש, צו זיין מחלוקת אויף תכלת און מזוזה;

„טלית" איז דער ענין פון מקיף וואָס ווערט נמשך דורך קיום המצות, און „ציצית" ווייזט אויף המשכת הפּנימיות וואָס קומט דורך לימוד התורה89), ועד"ז — דורך אהבה ויראהע. און דאָס האָט קרח גע'טענה'ט ; נניח אפילו אַז אַ „טלית" (קיום המצות) דאַרף אָנקומען בדרך כלל צו „ציצית" (לימוד התורה און אהוי"ר, וואָרום אָן לערנען וועט ער ניט וויסן ווי צו מקיים זיין אַ מצוה, ועד"ז אָן זיך עוסק זיין בעבודה פּנימית, וועט זיין מעשה המצות זיין צופיל בהגשמה), איז אָבער „טלית שכולה תכלת", ווען דער (טלית) קיום המצות איז דורכגענומען מיט (תכלת, מלשוןעא) כליון וביטול, אַז באַ אים איז מאיר דער אור הנשמה דורך אמונה פּשוטה און קבלת עול — דאַן (האָט קרח גע'טענה'ט), דאַרף דער טלית זיין פּטור פון ציציתעב. וואָס פעלט דאָ אהוי"ר?

און ווען משה האָט אים געענטפערט, אַז אעפּ"כ מוז מען אויך אין אַזאַ פאַל אָנקומען צו „ציצית"עג, האָט קרח — מיוסד אַף משה'ס ענטפער — גע'טענה'ט; וויבאַלד אַז אויך טלית שכולה תכלת חייבת בציצית, הייסט עס דאָך אַז דער עיקר איז עבודה פּנימית, אויב אַזויעד איז „בית מלא ספרים" — בשעת ער איז פול מיט תורה, דאַרף דאָס מכש"כ מספּיק זיין. וואָס פעלט דאַן „מזוזה" — קיום המצות?

ועפּ"ז נמצא אַז זיין התנגדות אויף ציצית (תכלת) איז בדוגמתעה אות קו"ף, און זיין אָפּקריגן אויף מזוזה איז בדוגמת אות רי"ש.

112יג. ע"פּ הנ"ל וועט ווערן פאַרענטפערט, וואָס אויך לאחרי ווי משה האָט אים געענטפערט „טלית שכולה תכלת חייבת בציצית" האָט ער געפרעגט וועגן „בית מלא ספרים" (אע"פּ אַז לכאורה, איז אין ביידע ענינים די זעלבע סברא), ווייל אדרבה; דער ענטפער „חייבת בציצית", דאָס האָט אים געגעבן דעם יסוד צו טענה'ן אַז בית מלא ספרים זאָל זיין פּטור פון מזוזה, כנ"ל סעיף יב.

ועפּ"ז איז אויך מובן בפּשטות וואָס ער האָט אָנגעהויבן מיטן פרעגן וועגן טלית שכולה תכלת און ניט וועגן בית מלא ספרים — ווייל [נוסף וואָס די שאלה וועגן „בית מלא ספרים" איז ערשט נתעורר געוואָרן לאחרי משה'ס ענטפער „חייבת בציצית", כנ"ל] די טענה אַז „בית מלא ספרים" דאַרף זיין פּטור פון מזוזה האָט קיין שייכות ניט*75 צו זיין מחלוקת אויף כהונת אהרןעו, ואדרבה; די טענה „תהא פטורה מן המזוזה" ברענגט אַרויס די מעלה פון „עליונים", און זיין מחלוקת אויף כהונת אהרן איז מדגיש די מעלה פון „תחתונים"; און דערפאַר האָט ער מוכיח געווען דוקא פון „טלית שכולה תכלת תהא פטורה מן הציצית", ווייל די טענה באַווייזט די מעלה פון מעשה, כנ"ל.

יד. כאמור לעיל, ווערט אין תורה שבכתב דערציילט נאָר קרח'ס מחלוקת אויף כהונת אהרן. אפילו אין תורה שבע"פ, וואו עס ווערט דערציילט אויך זיין מחלוקת אויף ציצית און מזוזה — איז משמע מפּשטות הענינים, אַז דאָס איז געווען בלויז אַ הקדמה צו זיין טענה „מדוע תתנשאו" בנוגע כהונת אהרן. דערפון איז פאַרשטאַנדיק, אַז די מחלוקת אויף כהונת אהרן וואָס איז בדומה צום חי"ת, איז ערגער ווי די מחלוקת אויף ציצית און מזוזה — וועלכע זיינען בדומה צום קו"ף און רי"ש.

דער טעם פון דעם;

בעת אַ מענטש ליגט אין ענינים גשמיים (קו"ף), ווייס ער אַז ער איז נידעריק, ובמילא וועט ער תשובה טאָןעז ; דאָס זעלבע — בעת ער ליגט113אין ענינים רוחניים (רי"ש) — כאָטש דאָ פילט ער ניט זיין נידעריקייט — וויבאַלד אָבער ער ווייס אַז דער עיקר איז — קיום המצות בגשמיות, וועט ער זיך כאַפּן אויף זיין טעות און תשובה טאָן; משא"כ ווען ער רעדט זיך איין אַז אים פעלט גאָרניט, ער איז אַזאַ מיוחס ווי דער כהן גדול (חי"ת), ואדרבה „בתוכם הוי'" — קען דאָך זייןעח ער זאָל ח"ו בלייבן ביי זיין טעותעט.

און הגם אַז לכאורה איז ער גערעכט; מיט זיין טאָן אין ענינים גשמיים לשם שמים פירט ער דאָך לכאו' אויס די כוונת דירה בתחתונים מער ווי אַזאַ וואָס „מן המקדש לא יצא" — האָט אויף דעם משה געענטפערטפ, אַז די מעלה פון עבודת אהרן כה"ג אויף דער עבודה איז כמעלת האור על החשך; אמת טאַקע ער פירט אויס די כוונה — ער געפינט זיך דאָך אָבער אין חשך כפול ומכופּל פון גשמיות העולם, ובמילא דאַרף ער זיך „אויפהויבן" צום „בקר" פון אהרן כהן גדול.

און ווי די הוראת המשנה אין פערטן פּרק פון אבותפא (וועלכן מען לערנטפב בכו"כ שנים אין ש"פ קרח) „הוי ממעט בעסק ועסוק בתורה" — אַז אויך דער בעל עסק (ניט קוקנדיק אויף די מעלה פון „אמצאך בחוץ"נח) דאַרף ממעט זיין בעסק און זיך עוסק זיין בתורה (אַזוי ווי אַ יושב אהל)88).

(משיחות ש"פ קרח תשכ"ד ותשכ"ז)

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-fq9nk8bk

עותקים

פעילות אחרונה

#183 Likkutei Sichos vol 8: machine reading · אושרה
#124 Likkutei Sichos vol 8: machine reading · נסגרה

מקורות