לקוטי שיחות
מסעי ב
200מסעיב
א. אין פּסוק ותהיינה מחלה תרצה חגלה ומלכה ונועה גו' לנשיםא, שטעלט זיך רש"י אויף „מחלה תרצה וגו'" און איז מפרש); כאן מנאן לפי גדולתן זו מזו בשנים ונשאו כסדר תולדותן ובכל המקרא מנאן לפי חכמתן (און דערנאָך איז רש"י מוסיף „ומגיד כו'", כדלקמן ס"ג).
פון וואַנעט נעמט רש"י אַז „כאן מנאן לפי גדולתן כו' ובכל המקרא מנאן לפי חכמתן"? איז ווי מ'לערנט בהשקפה ראשונה קומט אויסג, אַז היות ווי אין רוב פאַלן איז דער סדר הנישואין אין אַ משפּחה לויטן עלטער פון די קינדער [און ווי דער תלמיד האָט שוין געלערנט אין ספר בראשיתד „לא יעשה כן במקומנו לתת הצעירה לפני הבכירה"], איז דערפון פאַרשטאַנדיק, אַז אין אונזער פּסוק וואו עס ווערט דערציילט „ותהיינה גו' לנשים" איז „מנאן לפי גדולתן", ובמילא מוז מען לערנען, אַז „בכל המקרא" וואו זיי ווערן גערעכנט מיט אַן אַנדער סדר איז „מנאן לפי חכמתן".
אָבער אין אמת'ן קען מען אַזוי ניט לערנען. ווייל
א) לפ"ז האָט רש"י געדאַרפט שרייבן „כאן (וואו עס רעדט זיך וועגן זייערע נישואין) מנאן לפי סדר נשואיהן ונשאו כסדר תולדותן" — און ניט „כאן מנאן לפי גדולתן כו'"?
ב) אפילו את"ל, אַז היות ווי ע"פּ רוב ווערן מענטשן גערעכנט לויט זייער עלטערג, לערנט דעריבער רש"י אַז אויך דאָ ווערן זיי נמנה (ניט בלויז לפי .סדר נשואיהן, נאָר אויך) „לפי גדולתן כו' בשנים",
איז ניט מובן; וויבאַלד אַז דער גאַנצער יסוד פון רש"י אַז „כאן מנאן לפי גדולתן" (כאָטש מען קען לערנען, אדרבא „בכל המקרא" מנאן — ווי ע"פ רוב — לפי גדולתן כו' און דאָ — בלויז לפי סדר נשואיהן) איז פון דעם וואָס (געוויס) „נישאו כסדר תולדותן" — האָט ער דאָך געדאַרפט שרייבן „נישאו כסדר תולדותן" פאַר „כאן מנאן לפי גדולתן כו'".
ג) ס'איז מסתבר צו זאָגן, אַז דאָרט וואו די בנות צלפחד ווערן אויסגערעכנט בכתוב דעם ערשטן מאָל), ווערן זיי נמנה כפי סדר תולדותן. ווייל דאָרט ווערט דערציילט „וצלפחד בן חפר (לא) היו לו (בנים כי אם) בנות", איז די סברא מחייב, אַז ביים דערציילן אַז צלפחד האָט געהאַט בנות, איז דער פּסוק זיי מונה ווי ער האָט זיי געהאַט — כפי סדר תולדותן.
האָט מען דאָך לפ"ז געדאַרפט לערנען, אַז די בנות צלפחד האָבן חתונה געהאַט שלא כסדר תולדותן [ווי אין אַ סך אַנדערע פאַלןז וואו די צעירה האָט חתונה לפני הבכירה], און אַז201אין אונזער פּסוק ווערן זיי נמנה בלויז לפי סדר נשואיהן, ניט לפי גדולתן; און אין פּסוק „וצלפחד בן חפר גו' היו לו גו' בנות" ווערן זיי נמנה כפי תולדותן.
איז פאַרוואָס לערנט רש"י אַז „בכל המקרא" [ניט בלויז אין פּסוק „ותקרבנה גו'"ח וואָס דערציילט וועגן זייער טענה „אבינו מת במדבר גו' למה יגרע שם אבינו גו' כי אין לו בן"ט, אַ זאַך וואָס איז פאַרבונדן מיט חכמהי, נאָר] אויך אין פּסוק „וצלפחד גו' היו לו גו' בנות" וואָס רעדט (ניט וועגן חכמה, נאָר) וועגן תולדה, איז „מנאן לפי חכמתן", און דוקא אין אונזער פּסוק איז מנאן לפי גדולתן כו' בשנים?
ב. מ'קען מסביר זיין דעם טעם וואָס (רש"י לערנט אַז) אויך דעם ערשטן מאָל ווערן די בנות צלפחד גערעכנט „לפי חכמתן";
דער סיפור הכתוב „וצלפחד גו' לא היו לו בנים כ"א בנות" איז אַ הקדמהיא צו דעם שפּעטער־דערציילטן, אַז די בנות האָבן גע'טענה'ט „אבינו מת במדבר גו' ובנים לא היו לו גו' תנה לנו אחוזה גו'"יב, און דאָס איז אַ טענה וואָס באַווייזט אויף חכמה, דעריבער ווערן זיי נמנה אויך אין דער הקדמה צו זייער טענה „לפי חכמתן".
דאָס איז אָבער בלויז אַ ביאור אַז מען קען לערנען אין יענעם פּסוק אַז „מנאן לפי חכמתן". ס'איז דאָך אָבער אַ סך גלאַטיקער צו זאָגן, אַז יענער פּסוק וואָס בפּועל רעדט ער ניט וועגן זייער תביעה, נאָר ער דערציילט אַז „(לא) היו לו (בנים כ"א) בנות", איז ער זיי מונה כפי תולדותן.
בלייבט במילא נאָך אַלץ שווער; וויבאַלד אַז ס'זיינען פאַראַן פאַלן וואו די צעירה האָט חתונה לפני הבכירה, איז פון וואַנען נעמט רש"י אַז אין פּסוק „וצלפחד גו' היו לו גו' בנות" ווערן זיי נמנה לפי חכמתן, ניט כפי סדר תולדותן?
ג. לאחרי ווי רש"י פאַרענטפערט פאַרוואָס אין אונזער פּסוק איז דער סדר פון די בנות צלפחד אַנדערש ווי בכל המקרא, אַז „כאן מנאן לפי גדולתן כו' ובכל המקרא מנאן לפי חכמתן", איז ער מוסיף: „ומגיד ששקולות זו כזו"יג.
איז אין דעם ניט פאַרשטאַנדיק:
א) וויבאַלד אַז „בכל המקרא מנאן לפי חכמתן", הייסט עס דאָך אַז די וואָס ווערן „בכל המקרא" נמנה פריער, זיינען זיי געווען גרעסער בחכמה, היינט ווי זאָגט רש"י „ששקולות זו כזו"?
ב) אפילו את"ל אַז „שקולות זו כזו" מיינט זייער גלייכקייט אין אַנדערע מעלות (ניט אין חכמה)יד, איז ניט202פאַרשטאַנדיק; דער גאַנצער מקור אַז „שקולות כו'" איז לכאורה מצד דעם שינוי הסדר אין די פּסוקים. אָבער וויבאַלד אַז רש"י איז מבאר טעם השינוי „כאן מנאן לפי גדולתן . . ובכל המקרא מנאן לפי חכמתן", איז דאָך ניטאָ קיין מקור צו זאָגן אַז „שקולות זו כזו"?
און די זעלבע שאלה איז לאידך גיסא; וויבאַלד אַז דער פּסוק „ותהיינה מחלה תרצה וגו'" מיט זיין שינוי הסדר פון „כל המקרא", קומט אונז לאָזן הערן „ששקולות זו כזו", דאַרף דאָך רש"י ניט אָנקומען צום פּירוש „כאן מנאן לפי גדולתן כו'"?
די קשיא איז נאָך שטאַרקער; די צוויי ענינים אין פּרש"י — (א) כאן מנאן לפי גדולתן . . ובכל המקרא מנאן לפי חכמתן, און (ב) שקולות זו כזו — זיינען לכאורה גענומען פון גמראטו. אָבער אין גמרא זיינען דאָס טאַקע דעות מחולקותי. און רש"י (אין דרך הפּשט) איז כולל ביידע ענינים צוזאַמען?
ד. נוסף צו די שאלות בפּי' רש"י על אתר, איז אויף דער רש"י אויך שווער פון אַ פריערדיקער רש"י אין פ' פנחס;
אין פּסוק „ותקרבנה בנות צלפחד גו' מחלה נועה וגו'"ח שטעלט זיך רש"י אויף „מחלה נועה וגו'" און איז מפרש; ולהלן הוא אומר ותהיינה מחלה תרצה, מגיד שכולן שקולות זו כזו, לפיכך שינה את סדרן.
איז ניט פאַרשטאַנדיק; אויב רש"י (בפּרשתנו) נעמט אָן, אַז בכדי צו פאַרענטפערן דעם שינוי הסדר אין די פּסוקים, איז ווייניק צו זאָגן „ששקולות זו כזו" נאָר מ'דאַרף אויך אָנקומען צו „מנאן לפי גדולתן . . לפי חכמתן", האָט דאָך רש"י עס געדאַרפט מפרש זיין באַ דעם ערשטן מאָל פון שינוי; אָבער דאָרט באַנוגט ער זיך מיטן פּי' „מגיד שכולן שקולות", און אין אונזער פּסוק וואו ער איז מפרש צום צווייטן מאָל דעם טעם השינוי, איז ער מוסיף „מנאן לפי גדולתן . . לפי חכמתן"?
אויך איז ניט פאַרשטאַנדיק; ווען ס'איז דאָ אַ סתירה צווישן צוויי פּסוקים, פאַרענפערט רש"י די סתירה בעת עס ווערט אַ סתירה, ד. ה. ווען מען קומט צום צווייטן פּסוק. ווייל בשעת מען לערנט דעם ערשטן פּסוק, איז נאָך גאָרניט שווער.
און ווי מ'זעט עס פון דעם זעלבן ענין גופא, אַז אין דעם ערשטן פּסוק; „ושם בנות צלפחד מחלה ונועה גו'" שטעלט זיך ניט רש"י „ולהלן הוא אומר כו'".
איז לפ"ז ניט פאַרשטאַנדיק; אויך אין פּסוק „ותקרבנה גו'", וואו די בנות צלפחד ווערן גערעכנט צום צווייטן מאָל (מיטן זעלבן סדר ווי דעם ערשטן), איז דאָך דעם תלמיד גאָרניט שווער פון פּסוק אין פ' מסעי וואָס ער האָט נאָך ניט געלערנט. היינט פאַרוואָס פרעגט דאָרט יע רש"י „ולהלן הוא אומר כו'"?
וואָס עס אָרט דעם תלמיד אין פּסוק ותקרבנה גו' וואו די בנות צלפחד ווערן אויסגערעכנט צום צווייטן מאָל, איז [ניט די סתירה פון פּסוק אין אונזער סדרה; וואָס ער האָט נאָך ניט געלערנט, נאָר] דער פּסוק גופא „ואלה שמות בנותיו"; צוליב וואָס דאַרף ער203זיי אויסרעכענען נאָכאַמאָל, בשעת ער האָט שוין זייערע נעמען אויסגערעכנט פריער?
מוז מען זאָגן, אַז אין דעם פּסוק איז ער אויסן (בעיקר), ניט צו זאָגן זייערע נעמען, נאָר מדגיש זיין עפּעס דורך דעם איבער חזר'ן — אין וואָס קען דאָ זיין אַ הדגשה? אין דעם סדר. ס'איז אָבער ניט מובן; אויך דעם ערשטן מאָל שטייען זיי מיטן זעלבן סדר, היינט וואָס איז דער פּסוק מחדש מיטן סדר „מחלה נועה גו'"טו?
[און מ'קען ניט ענטפערן, אַז דער חידוש הסדר אין פּסוק „ותקרבנה גו'" איז, אַז אויך בנוגע צו „חכמתן" זיינען זיי אין זעלבן סדר ווי לידתן — וואָרום אויך אָן דעם פּסוק איז בסתם מסתבר צו זאָגן אַזוי, ווייל „ימיםיח ידברו ורוב שנים יודיעו חכמה"].
אויף דעם איז רש"י מפרש „ולהלן הוא אומר ותהיינה מחלה תרצה", אַז דער חידוש דאָ אין דעם סדר „מחלה נועה וגו'" איז (ניט לגבי זייער סדר פריער, נאָר) לגבי דעם סדר „מחלה תרצה" וואָס שטייט „להלן". און דעריבער רעכנט דער פּסוק אויס די נעמען פון בנות צלפחד אין פּסוק ותקרבנה נאָכאַמאָליט, בכדי צו לאָזן אונז הערן, דורך דעם שינוי הסדר לגבי פ' מסעי, אַז „כולןכ שקולות זו כזו"כא.
ו. מען דאַרף נאָך אָבער פאַרשטיין; וויבאַלד אַז אויך דעם ערשטן מאָל ווערן די בנות צלפחד אויסגערעכנט מיטן סדר „מחלה ונועה גו'" בשינוי לגבי זייער סדר בפ' מסעי, וואָלט מען דאָך לכאו' געוואוסט אַז „שקולות זו כזו" בלויז פון די צוויי פּסוקים. איז דאָך הדרא קושיא לדוכתה; צוליב וואָס דאַרפן זיי ווידער אויסגערעכנט ווערן אין פּסוק „ותקרבנה"?
איז דער ביאור אין דעם; ביים צוגיין ע"פ דרך הפּשטכב צו אַ שינוי204הסדר פון איין פּסוק צו אַ צווייטן, דאַרף מען [ניט לכל לראש — זאָגן אַז „שקולין הן"כג, נאָר] זוכן אַ טעם פאַרוואָס זאָל אין איין פּסוק זיין דער סדר באופן זה און אין צווייטן פּסוק זאָל ער זיין באופן אחרכד.
ובמילא, ווען די בנות צלפחד זאָלן געווען זיין אויסגערעכנט בלויז דעם ערשטן מאָל אין פ' פנחס און נאָך אַמאָל אין פ' מסעי, וואָלט מען מסביר געווען דעם טעם השינוי גאָר בפּשטות;
אַז דעם ערשטן מאָל, וואו עס שטייט אַז צלפחד „(לא) היו לו (בנים כ"א) בנות", ווערן זיי נמנה כפי הסדר וואָס „היו לו" — כפי סדר תולדותן, און אין פ' מסעי, וואו עס ווערט דערציילט „ותהיינה גו' לנשים" — ווערן זיי נמנה לפי סדר נשואיהן (און אַז נישאו שלא כסדר תולדותן),
ווערן זיי דערפאַר אויסגערעכנט נאָכאַמאָל אין פּסוק ותקרבנה, וואָס דער יתור הכתוב לערנט אונז, אַז דער טעם השינוי איז צו זאָגן „שכולן שקולות זו כזו".
ז. מ'דאַרף נאָך אָבער פאַרשטיין; ווען „להלן" אין פ' מסעי, זאָלן די בנות צלפחד שטיין לויט זייער חשיבות און מעלה, וואָלט געווען פאַרשטאַנדיק אַז וויבאַלד אין ביידע ערטער — סיי אין פּסוק ותקרבנה און סיי אין פ' מסעי — רעדט זיך וועגן זייער חשיבות, און דאָך איז זייער סדר אַן אַנדערער, לאָזט עס אונז הערן אַז „שקולות זו כזו"; וויבאַלד אָבער אַז אין פּשטות ווערן זיי אין פ' מסעי נמנה כפי סדר נשואיהן — היינט ווי קען מען זאָגן אַז דער שינוי הסדר בפּסוק ותקרבנה לגבי פ' מסעי איז „מגיד ששקולות זו כזו"?
איז די קשיא באַוואָרנט רש"י (בפּירושו לפ' מסעיכג) דורך זיין חידוש „כאן מנאן לפי גדולתן כו'", אַז זיי ווערן דאָ נמנה (ניט נאָר לויט סדר נשואיהן, נאָר) „לפי גדולתןכ זו מזו בשנים" (וואָס די „גדולה" איז פאַרבונדן אויך מיט חכמה — „ימים ידברו ורוב שנים יודיעו חכמה", כנ"ל ס"ה). און וויבאַלד אַז אין ביידע ערטער — אין פּסוק ותקרבנה און אין פ'205מסעי — איז דער סדר המנין נוגע צו חכמה, איז במילא דער שינוי הסדר „מגיד (ווי רש"י איז מסיים) ששקולות זו כזו".
ח. אָבער גלייך ווי רש"י זאָגט „כאן מנאן לפי גדולתן כו'" — נאָך פאַרן סיום „ומגיד ששקולות כו'", ווערט דעם תלמיד שווער;
וויבאַלד אַז „כאן" רעדט זיך וועגן „ותהיינה גו' לנשים" און ניט וועגן תולדה, איז ווי קען מען זאָגן אַז דער סדר דאָ, וואָס איז אַנדערש ווי אין פּסוק „וצלפחד גו' היו לו גו' בנות" (וואָס רעדט בפּשטות וועגן תולדה), זאָל זיין לפי גדולתן כו'?
דעריבער זאָגט רש"י גלייך, אַז די שייכות פון „לפי גדולתן כו'" צו אונזער פּסוק איז מצד דעם וואָס „נישאו כסדר תולדותן". און דאָס וואָס „בכל המקרא" שטייען זיי אין אַן אַנדער סדר, איז עס ווייל דאָרט „מנאן לפי חכמתן" [און ווי ערקלערט פריער (סעיף ב'), אַז אויך דעם סדר המנין אין ערשטן פּסוק קען מען איינלערנען אַז ער האָט אַ שייכות צו „חכמתן"].
און לאחרי ווי דער תלמיד ווייס שוין אַז „כאן מנאן לפי גדולתן כו'", איז רש"י מסיים „ומגיד ששקולות זו כזו", וואָרום וויבאַלד אַז אויך דער מנין אין אונזער פּסוק איז לפי גדולתן (וואָס איז פאַרבונדן מיט חכמה כנ"ל ס"ז) — איז דער שינוי הסדר פון אונזער פּסוק לגבי די ערשטע צוויי מאָל „מגיד — ששקולות זו כזו".
ט. ע"פ הנ"ל ווערט אויך פאַרענטפערט ווי „שקולות זו כזו" איז ניט קיין סתירה צו „מנאן לפי חכמתן" — ווייל מיט „מנאן לפי חכמתן" מיינט רש"י [ניט אַז די מסקנא איז אַז באַ די בנות צלפחד איז די וואָס איז נמנה פריער בכל המקרא — האָט געהאַט מער חכמה ווי די וועלכע שטייט נאָך איר, נאָר] אַז דער מנין „בכל המקרא" (כולל אויך אונזער פּסוק) איז נוגע (ניט ווי אין רוב ערטער צו עלטער בשנים, נאָר) צו חכמה,
און וויבאַלד עס זיינען דאָ שינויים אין דעם סדר המנין — כאָטש אַז אומעטום איז מנאן לפי חכמתן — איז דערפון געדרונגען אַז סדרן לפי חכמתן „שקולות זו כזו". מ'קען דאָך אָבער ניט שרייבן אַלע בבת אחת — איז דער שינוי הסדר מגיד אַז שקולות.
י. נאָך אַן אופן (מרווח יותר) קען מען מבאר זיין;
אין חכמה זיינען פאַראַן צוויי סוגים; (א) עיקר החכמה — וואָס קומט דורך לערנען און האָרעווען. (ב) חכמה וואָס קומט מיט יאָרןכז — „ימים ידברו ורוב שנים יודיעו חכמה", כנ"ל.
לייגט זיך צו זאָגן, אַז די ערשטע צוויי מאָל וואָס זיי ווערן גערעכנט לפי חכמתן, איז דער סדר טאַקע מדוייקכח. ד. ה. אַז אין דעם עיקר ה־206חכמה, וואָס איז פאַרבונדן מיט לימוד מצד היגיעה ביי נועה — איז, בסךויגיעה, זיינען זיי געווען אין דעם הכל, „שקולות זו כזו"כ.
סדר ווי מנאן „בכל המקרא": „מחלה
נועה חגלה מלכה ותרצה" (ווייל כאָטש
נועה איז געווען די אינגסטע, האָט
זי דורך איר יגיעה אַריבערגעשטיגן „ומ2ך עעקתמ מא „ט" ען (ות) אירע שוועסטער, ביז אַז זי ווערט כבפירושו בפ' פנחס — כי (ראה עד"ז גערעכנט די צווייטע — גלייך נאָך לקו"ש ח"ז ע' 119 הערה א' להערה 13.
ח"ט ע' 3 הערה 18):
בפ' פנחס, שמפרש כפי פשטות המש־
נאָר אעפּ"כ, לאָזט אונז הערן דער מעות, שבפעם הראשונה נמנו לפי תולדותן, יתור המנין פון פּסוק ותקרבנה, אַז מסתבר לומר ששינוי הסדר (שבפסוק ותקדאָ איז פאַראַן אויך אַ „לאו דוקא" רבנה לגבי הפ' בפ' מסעי) מלמדנו שכל אאס ראה ארז ענו עמור ן מאר ממ מ" מר מרא מאר עמ נועה, איז ביים מצרף זיין ביידע סוגי חכמתן" — שמזה מובן שהסדר בפעם החכמה צוזאַמען — די חכמה מצד ראשונה עכ"פ הוא בדוקא (ראה הערה הריבוי השנים ביי תרצה, און די חכמה קודמת באופן הב'), הרי מוכרח לומר שזה
ששקולות היו (שלומדים משינוי הסדר מפעם
הב' לפעם הג') הוא רק בנוגע להסהכל
שמצד צירוף ב' הסוגים שבחכמה (כבפנים) מסתבר לומר שהסדר בפעם הראשונה עכ"פ — וזה א"א לומר בנוגע ל"כולן", שהרי