English
ספרייה

לקוטי שיחות

הוספות - שיחות ומכתבים ד

נכתב בידי מכונה ועדיין לא נבדק בידי אדם - הקטעים שלא נבדקו מסומנים.

285נ ש א

. . . הדין והמקור לדין שערות הבתולות — מפורש הוא בטוש"ע או"ח סע"ה. ועייג"כ שו"ע אהע"ז סכ"א ס"ב.

הטעם להחילוק י"ל, דהרי ופרע את ראש האשה (ראה כתובות עב, סע"א) בנשואה כתיב, והעיקר, עדמש"כ בהקדמה לפיה"מ להרמב"ם — שבענינים המקובלים מדור דור מימות מרע"ה אא"פ להיות בזה מחלוקת (וראה עד"ז בירוש' פסחים רפ"ו: והרי א"א לשני שביעית כו'). והרי בהנ"ל ראו מנהג הבתולות מדור דור. ולדעת ר' ישמעאל (ספרי לבמדבר ה' יח) זכר במקרא שהבתולות הולכות מגולות. פנימיות הטעם ע"פ נגלה י"ל דכסוי הראש באשה בא בעונש על חטא עה"ד (עירובין ק, ב) שהכשילה את בעלה. ולכן אינו בבתולה, ומובן דל"ק מדם נידות (עירובין שם) — כי זהו ענין שנעשה בטבע הגוף, משא"כ הנ"ל.

(ממכתב אדר"ח תמוז, תשט"ו)

אין ענטפער אויף אייער בריף פון ד' תצוה, בנוגע דעם שייטעל, אין וועלכען איר שרייבט אַז איר פאַרשטייט ניט דייטליך וואָס איז דער מיין אין דזח

ז ע,

די זאַך פון אַ שייטעל איז, אַז די האָר זאָל זיין אינגאַנצען פאַרדעקט, און במילא אויב מען דעקט צו נאָר אַ טייל — איז דאָס ניט ווי די כוונה אין דעם איז, אויך האָט איר געדאַרפט משתדל זיין זיך, אַז אויך אַנדערע זאָלען אַזוי טאָן, און געבין זיי צו פאַרשטיין אַז דאָס איז די וועג און סגולה צו געזונט פרנסה און אמת'ן נחת פון קינדער, און השי"ת זאָל העלפען צו אָנזאָגען גוטע בשורות אין דעם . . .

(ממכתב י"א אד"ר, תשי"ד)

בהע5ותך

. . . ובעמדנו במוצש"ק פרשת בהעלותך את הנרות, י"ל ברמזי פרשה זו; ביאר רבנו הזקן אשר הנרות הללו — הן נשמות כל בני ישראל, נר ה' נשמת אדם, אתם קרוים אדם, ובכל אחד ואחד ההדלקה היא באופן של „בהעלותך" — היינו שסוף סוף השלהבת עולה מאלי'.

וכיון שהדרישה מופנית לכל אחד ואחד, בודאי שבכחו הוא, שהרי אין הקב"ה בא בטרוניא עם בריותיו.

286והתכלית בזה — אל מול פני המנורה יאירו שבעת הנרות, שכל אחד ואחד איך שלא תהי' תחלת קיומו את התורה ואת המצות באחת הדרגות דשלא לשמה — מתוכה בא לשמה,

ואפילו זה הנקרא נדח, שהוא עוד למטה יותר מזה הנקרא רחוק כמובן, הרי הובטח כי לא ידח ממנו נדח, כפסק הדין בפנימיות התורה ועד לפסק דין גלוי בנגלה דתורה.

ויהי רצון שיעשה כל אחד ואחד ככל האמור בנוגע לכל עניניו, אשר יאיר אל מול פני המנורה ואפילו אלה שלעת עתה הם בבחי' נדח, ויעשה זה ברעותא דלבא, אופן עבודת אהרן, ובחי' אהרן שבכל אחד, שהרי אהרן הוא משבעה הרועים, ועד לאופן שעד ירכה עד פרחה מקשה היא,

שירכה — הכי*) תחתון שבו ופרחה — הכי עליון שבו, יהי' מקשה אחת זהב טהור . . .

(ממכ' מוצש"ק פרשת בהעלותך, ה'תשכ"ד)

287ואם בכל אחד ואחד מבני ישראל הדברים אמורים, על אחת כמה וכמה בנוגע לתלמידי התמימים, אשר תפקידם — בסגנון המייסד הגדול דישיבת תומכי־תמימים הוא כ"ק אדמו"ר נ"ע — להיות נרות להאיר, שהוא עצם שליחותם . . .

(ממכתב שבוע דפ' בהעלותך את הנרות, ה'תשכ"ח)

. . . בכלל זיינען פאַראַן דרייערליי ליכט אָנצינדן;

די ליכט פון דער מנורה אין בית המקדש — וואָס די דאָזיגע מצוה איז געגעבן געוואָרן צו אהרן און זיינע קינדער די כהנים. אָבער די ליכט האָט מען אָנגעצונדן נאָר אַזוי לאַנג ווי דער בית המקדש האָט עקזיסטירט.

די ליכט פון חנוכה — וואָס די מצוה איז געגעבן געוואָרן צו אַלע אידן, אין אַלע צייטן, און ווערט אָפּגעהיט אַלע יאָר, אין די אַכט טעג פון חנוכה.

נר שבת ויום־טוב — די ליכט וואָס אַ אידישע פרוי צינדט אָן אַלע ערב שבת און ערב יום־טוב, אַ גאַנץ יאָר.

וואָס דער ענין פון אָנצינדן ליכט איז צו פאַרשפּרייטן נר מצוה ותורה אור — די ליכטיקייט פון תורה און מצוות, כדי דער אויבערשטער זאָל מאַכן רוען זיין ג־טלעכע שכינה ניט נאָר אין בית־המקדש, נאָר אין יעדע אידישע היים און יעדע אידישע האַרץ.

און דאָ ווערט ווידעראַמאָל אונטערשטראָכן דער וויכטיגער אָרט וואָס די אידישע פרוי פאַרנעמט אין ליכטיג מאַכן די היים מיט דער ליכטיקייט פון תורה און מצוות, כדי די היים זאָל זיין אַ היים פאַר דער ג־טלעכער שכינה . . .

(ממכ' יום א' לס' בהעלותך את הנרות, ה'תשכ"ח)

. . . צווישן די הויכפּונקטן פון דער היינטיקער סדרה, פ' בהעלותך, איז די באַשרייבונג פון דעם סדר ווי די אידן האָבן געוואַנדערט אין מדבר. „אויף דעם באַפעל פון השי"ת האָבן זיי גערוט, און אויף דעם באַפעל פון השי"ת האָבן זיי גערייזט ; די ג־טלעכע אָפּהיטונג האָבן זיי געהיט, אויף דעם באַפעל פון השי"ת דורך משה" (בהעלותך ט:כג). אויף אַלע וואַנדערונגען איז דער ארון ברית ה' געגאַנגען פאָראויס אויסצוזוכן פאַר זיי אַ מקום מנוחה (י:לג).

די תורה הק' — וואָס די תורה איז אַן אייביקע און אירע אָנווייזונגען288זיינען אייביקע און גילטיק אומעטום און אין אַלע צייטן — שטרייכט אונטער, אַז בלויז נאָכפאָלגנדיק דעם ארון הקדש, די תורה הק', האָבן אידן געקענט געניסן מנוחה און זיין געשיצט אין דעם שרעקלעכן מדבר פול מיט גיפטיקע מזיקים. און אַזוי איז עס שטענדיק געווען אין דער לאַנגער גלות־געשיכטע פון אונזער פאָלק און אין די אַלע וואַנדערונגען וואָס מיר אידן האָבן דורכגעמאַכט און מאַכן דורך, ביז עס וועט קומען די אמת'ע מנוחה און גאולה שלימה על ידי משיח צדקנו.

און ווי אין אַלע וויכטיקע מאָמענטן פון אידישן לעבן, אַזוי אויך, און ספּעציעל, אין אַ צייט פון וואַנדערונג, פאַרנעמט די אידישע פרוי אַ צענטראַלן אָרט. דאָס ווערט אָנגעדייטעט ביים אָפּשלוס פון דער זעלבער סדרה, וואו די תורה דערציילט, אַז דאָס פאָלק האָט געוואַרט אויף מרים'ען און האָט זיך ניט גערירט פון אָרט אָן איר. בשעת דאָס פאָלק געפינט זיך אין וועג, איז ניט גענוג אַז משה און אהרן זאָלן מיטגיין; מרים דאַרף אויך מיטגיין. אָן מרים'ען פאָרט מען ניט! אונזערע חכמים זכרונם לברכה דערקלערן, אַז מרים האָט פאַרדינט דעם כבוד אַז דאָס גאַנצע פאָלק, מיט דעם ארון הקדש און מיט ענני הכבוד וכו' זאָלן וואַרטן אויף איר, דערפאַר וואָס זי האָט געוואַרט און געראַטעוועט משה רבינו בשעת ער האָט זיך געפונען אין אַ קעסטעלע אויפן טייך.

מיר געפינען זיך אין אַ צייט ווען אָן דער אַקטיווער מיטהילף און מיטאַרבעט פון דער אידישער פרוי צו פאַרשטאַרקן און פאַרשפּרייטן תורה ומצוות אין טאָג־טעגלעכן לעבן, קען אונזער פאָלק ניט גיין פאָראויס אל המנוחה ואל הנחלה וואָס דער אויבערשטער האָט אונז צוגעזאָגט. אין אַלע געביטן פון אידישן לעבן, ספּעציעל אין דעם געביט פון חינוך על טהרת הקדש, מוזן די אידישע פרויען און טעכטער דערפילן די אויפגאַבע וואָס די השגחה עליונה האָט אויף זיי אַרויפגעלייגט. דאָס איז די פליכט פון אַלע אידישע פרויען און טעכטער, ספּעציעל פון די נשי ובנות חב"ד וואָס האָבן זוכה געווען צו שטיין אונטער דער באַלייכטונג און אויפלעבונג פון תורת חב"ד און נשיאי חב"ד . . .

(ממכ' עש"ק לסדר עפ"י ה' יחנו ועפ"י ה' יסעו גו', תשכ"ד)

. . . כותב אודות הס"ת עתיק שנמצא בביהמ"ד גדול שם מתפלל ובעת קרה"ת בפ' בהעלותך ראו שאין שם נוני"ן הפוכים שבין הפרשיות, ותחת זה מנוזרים הנוני"ן של בנסוע והנו"ן השני של כמתאוננים, כן האתוון רברבין מרובים בס"ת ביותר ואומרים שכל האל"ף בי"ת באתוון רברבין נמצא בה, ושואל חוו"ד בזה.

289הנה דעה זו, שנו"ן מנוזר יהי' הנו"ן השני של כמתאוננים, לע"ע לא מצאתי בשום מקום (הדיעות בזה נקבצו בספר מאיר עיני סופרים סימן י"ד וראה ג"כ משנת אברהם סימן כ"ד) ומ"ש כת"ר במכתבו שזה לפי דעת המרש"ל, הנה הרש"ל, הועתק בספר מאיר עיני סופרים הנ"ל, הוא רק נו"ן קדמאה של כמתאוננים ולא השני. וכיון שצריך לתקנם, הרי מתקנים כמו שצריך לכתחילה, היינו לעשות נוני"ן מהופכים בהריוח שבין הפרשיות, ושארי הנוני"ן יהי' כתיקונן כמנהגינו עתה. עוד זאת שכיון שגם בעוד ענינים נמצאו שינוים בס"ת זו, וכמו באתוון רברבין הנ"ל הנה ע"ד מ"ש בשערי אפרים סעיף י"ח יש לבדוק אחרי שאר טעיות כיון ששינה מנהג הסופרים . . .

(ממכ' י"א תמוז, תשי"ד)

א א

ש ת

אַזוי ווי די אַלע, וואָס געפינען זיך דאָ, האַלטן אין לערנען — תורה שבכתב, וואָס דאָס איז אַ לימוד וואָס פרויען האָבן אַלע מאָל געלערנטא, ועל אחת כמה וכמה אין אונזער דור, און לויט די אָנווייזונגען פון רבותינו נשיאינו לערנט מען דאָך מיט זיי אויך ענינים פון תורה שבעל פה, און באַזונדערס יענע טיילן פון תורה שבעל פה וואָס זיינען נוגע צו די מצות אין וועלכע זיי זיינען מחוייבב און צו חינוך הבנים והבנות (ווי דער פסק דין פון דעם אַלטן רבי'ןג) — וועל איך זיך אָפּשטעלן אויף דער פרשה פון היינטיקער וואָך, און מיט'ן צוגאָב ווי די ענינים פון דער פרשה ווערן ערקלערט דורך חכמינו ז"ל אין תורה שבעל פה.

היינט הויבט מען אָן לערנען די סדרה שלח, וואָס לויט דעם נאָמען און דעם אנהויב פון דער סדרה — וואָס אין זיי דריקט זיך אויס איר נקודה פנימית — איז דער עיקר אינהאַלט פון דער סהרה — ווי משה רבנו האָט אויסגעקליבן אידן און האָט זיי געשיקט צו גיין אַרומקוקן ארץ ישראל; אַז דערנאָך, צוריק קומענדיק, האָבן זיי אָפּגעגעבן דעם „באַריכט" פון זייער שליחות, אָבער אים איבערגעגעבן ניט ווי ס'דאַרף צו זיין, און ווי דאָס האָט געבראַכט דערצו אַז אַ טייל אידן האָבן חרטה געהאַט און זיך אָפּגעזאָגט פון צו גיין קיין ארץ ישראל, וואָס דערפון זיינען אַרויסגעקומען די גזירות — ווי עס ווערט דערציילט אין דער סדרה.

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-v5tfm3v4

עותקים

פעילות אחרונה

#183 Likkutei Sichos vol 8: machine reading · אושרה
#124 Likkutei Sichos vol 8: machine reading · נסגרה

מקורות