English
ספרייה

לקוטי שיחות

במדבר א

נכתב בידי מכונה ועדיין לא נבדק בידי אדם - הקטעים שלא נבדקו מסומנים.

1א. די פּרשה במדבר לייענט מען ברוב השנים דעם שבת וואָס פאַר חגה"שא, דער זמן פון מתן תורה. און וויבאַלד אַז יעדע פּרשה האָט אַ שייכות צו דעם באַשטימטן זמן אין וועלכן מען לייענט זיב

[ובפרט, אַז מתן תורה איז „יום חתונתו" פון אויבערשטן מיט אידןג — און ביי נשואין איז דער חתן עולה לתורה שבת שקודם החתונה, בתור הכנה צו די חתונהד]

איז דערפון פאַרשטאַנדיק, אַז דעם אויבערשטנס ציווי צו ציילן אידן; „שאו את ראש כל עדת בני ישראל"58) — מיט וועלכן די סדרה הויבט זיך אָן0) — - האָט אַ שייכות (און איז אַ הכנה) צו (די נשואיןז פון) מתן תורה.

ב. וועט מען עס פאַרשטיין דורך מקדים זיין און מבאר זיין דאָס וואָס רש"י זאָגטח בתחילת הפרשה „מתוך חבתן לפניו מונה אותם כל שעה . . באחד בניסן הוקם המשכן ובאחד באייר מנאם".

וואָרום אין פלוג איז ניט מובן;

א) דאָס וואָס דברים חביבים ווערן אָפט געציילט, איז עס דאָך דערפאַר וואָס מ'איז אויסן צו וויסן זייער צאָל (מצד זייער חביבות און טייערקייט איז נוגע יעדער פּרט פון זיי, און דעריבער וויל מען „כל שעה" — כסדר — וויסן זייער גענויע צאָל) ; אָבער דער אויבערשטער ווייס דאָך דעם מספר פון אידן אויך אָן דעם ציילן — צוליב וואָס האָט ער געהייסן אַז משה ואהרן זאָלן ציילן די אידן?

ב) וויבאַלד אַז דאָס ציילן די אידן2דאָ איז געקומען אין צוזאַמענהאַנג מיט הקמת המשכן — ווי רש"י זאָגט „כשבא להשרות שכינתו עליהם" — האָט דאָך דער מנין געדאַרפט פאַרקומען „באחד בניסן"ט, אין דעם טאָג וואָס אין אים איז „הוקם המשכן" (אָדער עכ"פ באַלד אויף מאָרגן, אויב ס'איז ניט מעגלעך געווען אין זעלבן טאָג גופאי) — פאַרוואָס האָט מען אָפּגעלייגט די ציילונג אויף אַ גאַנצן חודש — ביז אחד באייריא?

3ג) פאַרוואָס האָט ביי דעם מנין געדאַרפט זיין „תפקדו אותם גו' אתה ואהרן"יב — אַנדערש ווי ביי אַלע פריערדיקע מנינים: ביים ציילן די אידן „כשיצאו ממצרים" (און אַזוי אויך אין נאָך פריערדיקע מניניםיח) ווערט אינגאַנצן ניט דערמאָנט (אין חומש) ווער עס האָט זיי געציילט; ביי דעם מנין „כשנפלו בעגל" שטייט „וידבר ה' אל משה גו' כי תשא את ראש בני ישראל גו'"יד, אַז בלויז משה רבינו האָט זיי געציילט — און דאָ (ביים מנין שלאחרי הקמת המשכן) ווערט בפירוש אָנגעזאָגט, אַז אויך אהרן האָט געדאַרפט ציילן, צוזאַמען מיט משה רבינו?

ג. איז דער ביאור בכל זה (בפנימיות הענינים);

די זאַך פון „מנין" (ציילונג) האָט אין זיך די אייגנשאַפט, אַז אַלע ווערן געציילט אַלס גלייכע: דער „גדול שבגדולים" (אין מעלה וחשיבות) ווערט ניט פאַררעכנט ווי מער פון איינס, און דער „פחות שבפחותים" ווערט ניט גערעכנט אַלס ווייניקער פון איינס.

דערפון איז פאַרשטאַנדיקיג, אַז „חבתן", די חיבה צו אידן וואָס ווערט אויסגעדריקט דורך (און אין) „מנין", איז (ניט מצד זייערע פרטיות'דיקע מעלות, וואָס אין זיי איז דאָ אַן אונטערשייד צווישן איין אידן און אַ צווייטן, נאָר) מצד נקודת היהדות, וואָס אין דעם גלייכן זיך אויס אַלע אידןי.

און היות אַז די נקודת היהדות, מצד עצמה, איז העכער פון גילוי — דערפאַר האָט דער אויבערשטער געהייסן ציילן די אידן (הגם אַז אויך אָן דעם מנין איז עס כלפי שמיא גליא), ווייל דורכן „מנין" טוט זיך אויף דער גילוי פון דער נקודת היהדותיז. און ווי רש"י טייטשט דאָס4אויס אין אַ פריערדיקער סדרהיח (וואו ער איז צום ערשטן מאָל מפרש, אַז דאָס ציילן פון אידן איז געקומען צוליב זייער חיבה); „להודיע חיבתם" — צו לאָזן וויסן, אַנטפּלעקן, זייער „חיבה" — זייער מעלה.

ד. עפ"ז קען מען אויך מבאר זיין דעם לשון פון רש"יח „מונה אותם כל שעה". ווייל לכאורה איז לגמרי ניט פאַרשטאַנדיק; אמת טאַקע אַז פון יצי"מ ביז דאַן, ביז „באחד לחודש השני בשנה השנית לצאתם מארץ מצרים" (עטוואָס מער פון אַ יאָר) זיינען די אידן געציילט געוואָרן דריי מאָל — אָבער פון דעמאָלט אָן איז דאָך אַ דורך אַ גאָר גרויסער משך זמן (פון 38 יאָר) ביז מ'האָט נאָכאַמאָל געציילט די אידן — אין שנת הארבעים; און גאָר זעלטן איז עס געווען אין די ווייטערדיקע פילע יאָרן און ביז היינט, אין וועלכע מ'האָט אידן געציילט בלויז אייניקע מאָל (ווי עס שטייט אין מדרשי, אַז אין משך פון אַלע זמנים, ביז איצט, זיינען אידן געציילט געוואָרן בלויז ניין מאָל; און אַז דער צענטער „מנין" וועט זיין בביאת המשיח) — היינט ווי פּאַסט דער לשון „מונה אותם כל שעה"?

אין פשטות קען מען זאָגן, אַז מיטן לשון „כל שעה" מיינט רש"י (ניט יעדער וויילע, אָפט — נאָר) יעדע אויסנאַמדיקע צייט ווען ס'איז פאַרגעקומען ביי אידן אַ געוויסער שינוי (למעליותאכ, וואָס דאָס בריינגט אַ שינוי למעליותא אין חבתן). פונדעסטוועגן איז עס ניט גלאַטיק אינעם לשון „כל שעה".

אָבער ע"פ הנ"ל — אַז דער מנין איז בכדי צו מגלה זיין די נקודת היהדות — יש לומר, אַז מיטן לשון „כל שעה" מיינט רש"י צו מרמז זיין, אַז דער גילוי פון נקודת היהדות (וואָס ווערט אויפגעטאָן דורך „מנין" און איז דערפאַר מרומז אין אים) קומט אין אַן אופן אַז ער פילט זיך, ער פּועל'טכא און ווירקט „כל שעה":

בשעת מען צווינגט אַן אידן צו דינען ע"ז ר"ל (און עד"ז בנוגע יעדער עבירה, וואָס דער יצה"ר „צווינגט" אַ אידן טאָןכב), וואָלט ער לכאורה געקענט טראַכטן ביי זיך; וויבאַלד אַז „אין לך דבר שעומד בפני התשובה"כג — און דורך תשובה (מאהבה) ווערט דאָך „נעקר עונו מתחלתו"230) — היינט וואָס איז אַזוי דער „גוואַלד" אַז ער וועט זיך אויף איין וויילע אָפּרייסן (ח"ו) פון אויבערשטן? — ער האָט דאָך שטענדיקכד די מעגלעכקייט צו תשובה טאָן און דערמיט צו מתקן זיין און נאָכמער — אינגאַנצן עוקר זיין דעם עבר!

זעט מען אָבער אַז ס'איז ניט אַזוי, אַז אַ איד איז בטבעו גרייט אויף מסירת נפש אַבי ניט אָפּגעריסן ווערן פון אויבערשטן אפילו אויף איין רגע (ניט געקוקט אויפן חשבון, אַז שפּעטער קען ער עס מתקן זיין). און דער טעם אויף דעם איז, ווייל דער „אור5ה'" וואָס איז מלובש אין נפש פון אידן, איז ער „למעלה מהזמן, ושליט ומושל עליו"כה — ובמילא איז לגבי אים ניטאָ קיין אונטערשייד צווישן אַ קורצער וויילע און אַ משך זמן ארוך; זיין אָפּגעריסן, ח"ו, פון אויבערשטן אויף איין רגע איז ביי אים אָפּגעפרעגט פּונקט ווי אויף אַ לאַנגע צייט.

און דאָס מיינט רש"י צו אָנדייטן מיטן לשון „מונה אותם כל שעה"; דער מנין (פון נקודת היהדות) ווירקט ביי אידן (און פאַרהיט) „כל שעה", אפילו אַ קליינע וויילע און אפילו ווען דערנאָך קען ער מתקן זיין אויך דעם עבר — וויבאַלד אָבער אַז אין דעם קליינעם זמן, ביז ער וועט מתקן זיין, איז ער פאָרט אַ נפרד ח"ו — וואַרפט ער אַוועק אַלע חשבונות און איז זיך מוסר נפש, ווייל די נקודת היהדות געוועלטיקט, איז „מונה", „כל שעה".

ה. ע"פ כל הנ"ל וועט מען אויך פאַרשטיין דעם חילוק צווישן די דריי פאַלן פון „מנין" (וועלכע ווערן געבראַכט אין רש"י); כשיצאו ממצרים, כשנפלו בעגל כו' — פאַר הקמת המשכן, און באחד באייר נאָך הקמת המשכן;

אינעם גילוי נקודת היהדות און אין איר ווירקונג אויף אידן זיינען דאָ, בכלל, דריי אופנים;

א) אַז אויך נאָכדעם ווי עס ווערט ביי אים נתגלה די נקודת היהדות — ביז צום אַרויסרופן ביי אים די גרייטקייט אויף מס"נ בפועל ממש, בלייבן — פאָרט — זיינע כחות פּנימיים (שכל וכו') אַזוי ווי זיי זיינען געווען פריער.

על דרך דוגמא, ווי דאָס וואָס ווערט אַרומגערעדט אין תניאכו, אַז אויך אַ קל שבקלים איז זיך מוסר נפש אויף קידוש השם — און דאָך ווערט ער גערופן „קל שבקלים" אויך דאַן ווען ער שטייט אין גרייטקייט אויף מסירת נפש ממש (וואָרום ס'איז רעכטכז אַז אויף אַנדערע עבירות זאָל ער יע עובר זיין).

ב) אַז די נקודת היהדות ווירקט אויך אויף זיינע כחות פּנימיים; ביי אים לייגט זיך אין שכל וכו' לויט ווי דאָס איז מתאים מצד נקודת היהדות. אָבער צוזאַמען דערמיט איז פאָרט נרגש, אַז אָט דער אָפּלייג אין מוח וכו' קומט ניט פונעם שכל גופא38), נאָר שטאַמט פון אַן אַנדער כח וואָס האָט באַווירקט זיין פאַרשטאַנד.

ג) אַז די נקודת היהדות נעמט דורך זיין גאַנצן מהות און זי ווערט זיין גאַנצע מציאות ; ובמילא ווערט אַזוי, אַז דער שכל מצד עצמו איז מחייב און פאַרשטייט בהתאם מיט דער נקודה.

און אין דעם איז באַשטאַנען דער חילוק צווישן די דריי „מנינים" הנ"ל:

ביי יצי"מ, האָט ביי אידן מאיר געווען די אמונה פּשוטה, ביז דאָס האָט ביי זיי אַרויסגערופן דעם „לכתך

6אחרי במדבר בארץ לא זרועה" *כח —

דאָס איז אָבער ניט געווען פאַרבונדן

מיט זייערע כחות פּנימייםכט.

פאַר הקמת המשכן, ווען דורך „ועשו

לי מקדש" האָט זיך געדאַרפט אויפטאָן

דער „ושכנתי בתוכם"ל (אין זיי, אין

אַ פּנימיות) — איז געווען אַ צווייטער

„מנין"כ (און עס האָט ניט מספּיק גע־

ווען די „חיבה" וואָס איז נתגלה געוואָ־

רן דורכן מנין בצאתם ממצרים), ווייל

איצט האָט די הודעת החיבה (גילוי

נקודת היהדות) געמוזט זיין אין אַ פיל טיפערן אופן: עס זאָל דורכנעמען און באַווירקן אויך די כחות פּנימיים — ושכנתי בתוכם — זיי זאָלן זיין מוכשר צום גילוי פון „ושכנתי" אין זיי.

און דערנאָך לאחר הקמת המשכן, ווען אידן האָבן שוין געטאָן די עבודה אין משכן און זיי אַליין זיינען דערמיט געוואָרן אַ „משכן" צום אויבערשטן, (ניט בלויז מצד „ושכנתי" וואָס איז געקומען מלמעלה, נאָר) מצד זייער אייגענער עבודה — דעמאָלט איז געווען אַ דריטער „מנין"; אַז חיבתן של ישראל (נקודת היהדות) איז נתגלה געוואָרן אויך מצד די כחות פּנימיים גופא, כנ"ל.

ו. דערמיט וועט אויך ווערן פאַרשטאַנדיק, וואָס דער מנין שלאחרי הקמת המשכן איז געווען ערשט „(באחד) באייר", און פאַרוואָס אויך אהרן, צוזאַמען מיט משה, האָט זיך דאַן גע— דאַרפט באַטייליקן אינעם ציילן פון ן אידן

דער חילוק צווישן ניסן (דער חודש הגאולה, יצי"מ) און אייר (דער חודש

פון ספה"ע) איז: ניסן איז המשכה מל־

מעלה למטה, און אייר — העלאה

מלמטה למעלה31); און עד"ז איז אויך

דער חילוק צווישן משה און אהרן,

אַז משה איז „שושבינא דמלכא", וואָס

איז ממשיך אלקות מלמעלה למטה,

און אהרן איז „שושבינא דמטרוניתא",

ער איז מעלה כנסת ישראל מלמטה

למעלה*.

און היות אַז דער „מנין" (שלאחרי

הקמת המשכן) איז געווען בכדי צו

אויפטאָן דעם גילוי נקודת היהדות

(ניט בלויז מצד דער נקודה גופא,

בדרך מלמעלמ"ט, נאָר) אויך מצד

די כחות פּנימיים עצמם, בדרך מלמטלמ"ע — דעריבער האָט דאָס געדאַרפט דורכגעפירט ווערן דורך משה און אהרן צוזאַמען; און דוקא „באחד לחודש השני", ווען ס'איז שוין דאָ ניט בלויז88) די המשכה מלמעלה, נאָר אויך די העלאת המטה.

ז. און דאָס איז אויך די שייכות צווישן פרשת במדבר — וואָס איר

31) נתבאר בארוכה בלקו"ש ח"א פ' אמור. ח"ד ע' 1302. לקמן ע' 234 ואילך. ולהעיר מלקו"ת פרשתנו ג, א.

32) זח"ג כ, א (רע"מ). נג, ב. וראה לקו"ת פרשתנו ב, סע"ד ואילך, שזהו גם שני הענינים „במדבר סיני" ו"באהל מועד". ע"ש.

33) ויש לומר, (ב"יינה של תורה" שבפרש"י), שבזה שרש"י מעתיק (לפני פירושו) „במדבר סיני (באחד לחודש)ד, מרמז הטעם למה שנמנו „(באחד) באייר" — לפי שזה המנין שייך לענין ההעלאה מלמטלמ"ע, בחי' „במדבר סיני" [אלא שמ"מ הוא שייך גם ליום הקמת המשכן — המשכה מלמעלה „באחד לחודש" (ראה לעיל הערה 11 ובשוה"ג הא')].7אָנהויב איז דער ציווי „שאו את ראש גו'" [וואָס יש לומר אַז „שאו" איז אויך פון לשון נשואין] — מיט [ביום חתונתו זה] מתן תורה;

ביי מתן תורה, האָבן זיך אויפגעטאָן צוויי ענינים — „העליונים ירדו לתחתונים" און „התחתונים יעלו לעליונים4 34).

איז אַלס הכנה צו דעם יחוד פון אויבערשטן מיט אידן אין ביידע קוין38) — די המשכה פון אוא"ס אין כנס"י און די העלאה פון כנס"י צו אוא"ס — לייענט מען אין דער תורה וועגן „מנין" וואָס איז געווען „באחד לחודש השני" (וואָס קומט נאָכן חודש הראשון, און זיינע המשכות), און וואָס איז געווען דורך משה רבינו שושבינא דמלכא און אהרן שושבינא דמטרוניתא,

וואָס דאָס איז אַ הכנה צו דעם יחוד פון מתן תורה. אַז עס ווערט דורך אורייתאל, „ישראללז וקוב"ה כולא חד".

(משיחות ש"פ במדבר תשכ"ד־

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-bc2pf21g

עותקים

פעילות אחרונה

#183 Likkutei Sichos vol 8: machine reading · אושרה
#124 Likkutei Sichos vol 8: machine reading · נסגרה

מקורות