English
ספרייה

לקוטי שיחות

בהעלותך א

נכתב בידי מכונה ועדיין לא נבדק בידי אדם - הקטעים שלא נבדקו מסומנים.

61בהעלותך

א. אין פּסוק „איש איש כי יהי' טמא לנפש או בדרך רחוקה גו'"א, שטעלט זיך רש"י אויף די ווערטער „או בדרך רחוקה" און זאָגט ; „נקוד עליו, לומר לא שרחוקה ודאי אלא שהי' חוץ לאסקופת העזרה כל זמן שחיטה".

פרעגט דערויף דער רמב"ן;

אין משנהב זיינען אין דעם פסוק פאַראַן צוויי דיעות ; א) אַז דער מענטש געפינט זיך, בתחלת זמן שחיטהג, אין אַזאַ אָרט וואָס במשך כל זמן השחיטה קען ער פון דאָרט ניט קומען אין דער עזרה. ב) „מאסקופת העזרה ולחוץ", כפּירוש רש"י. ולכאורה, איז די ערשטע דיעה אַ סך נעענטער צו „פּשוטו של מקרא" ווי די צווייטע דיעה — וואָרום וויבאַלד אַז „חוץ לאסקופת העזרה" מיינט כל המקומות שמחוץ לאסקופת העזרה, אויך לעבן דער עזרה ממש — איז דאָך דאָס בפּשטות ניט „רחוקה". האָט דאָך רש"י בפּירושו עה"ת — וואו ער איז מפרש פשוטו של מקרא — געדאַרפט בעסער בוחר זיין דעם פּירוש פון דער ערשטער דיעה?

און כאָטש אַז דער וואָרט „רחוקה" איז „נקוד עליו", וואָס פון דעם איז אַ ראי' אַז עס מיינט ניט רחוקה ממש — זאָגט אָבער דער רמב"ן, אַז אויך לויט דער ערשטער דיעה איז מובן דער ניקוד; וואָלט זיך גערעדט וועגן דעם דרך גופא, וואָלט מען, אויך לויט דער ערשטער דיעה, זי ניט אָנגערופן „דרך רחוקה" (וואָרום אַ מהלך פון אַ האַלבן טאָג איז ניט „רחוקה"ד). וויבאַלד אָבער דער פּסוק רופט דאָס „דרך רחוקה" בלויז ביחס צום מענטשןג בנוגע עשיית הפּסח, אַז ער געפינט זיך אין אַזאַ אָרט וואָס במשך זמן השחיטה קען ער פון דאָרט ניט באַווייזן צו קומען אין דער עזרה צו מקריב זיין דעם פּסח — דעריבער איז „נקוד עליו". בלייבט דאָך די שאלה;

פאַרוואָס לערנט רש"י „מחוץ לאסקופת העזרה"ח, וואָס איז לכאורה גאָר62ווייט פון פּירוש הפּשוטז אין „בדרך רחוקה"ח?

ב. אמת טאַקע אַז אויך לויטן פּי' „חוץ לאסקופת העזרה" קען מען וויעס־איז איינלערנען דעם לשון „רחוקה" — און ווי רש"י איז מדגיש „לא שרחוקה ודאי" (ניט סתם „לא שרחוקה"), וואָס ווייזט אַז דער ריחוק איז ניט קיין געוויסער, אָבער ניט אַז דער ניקוד איז שולל לגמרי דעם אינהאַלט פון „רחוקה"ט

(און ווי מפרשים זיינען מסבירי ; אַז בעת דער מענטש געפינט זיך מחוץ לאסקופת העזרה איז ער „ווייט" פון הקרבת הפּסח, ווייל דאַן איז ער אסור צו מקריב זיין דעם פּסח),

איז דאָך אָבער מובן בפּשטות, אַז אויך נאָך דער נקודה, וואָס איז ממעט דעם אינהאַלט פון דעם דאָזיקן וואָרט — דאַרף מען זען צו איינלערנען אַז דער „מיעוט" זאָל זיין וואָס קלענער, ד. ה. וואָס ווייניקער אַרויסצונעמען דעם וואָרט פון זיין פּשוט'ן פּירוש. און וויבאַלד אַז די ערשטע דיעה איז נעענטער צו פּשוטו של מקרא — האָט דאָך רש"י געדאַרפט ברענגען די דיעה?

63ג. די קשיא איז נאָך שטאַרקער; די מעלה פון דער ערשטער דיעה אויף דער צווייטער, איז ניט נאָר אין לשון „דרך רחוקה", נאָר אויך מצד דעם דין „ועשה פסח לה' בחודש השני גו'" — בנוגע צו אַזאַ וואָס האָט ניט מקריב געווען דעם פסח (ראשון), ווייל ער איז געווען טמא אָדער בדרך רחוקה;

אויב „בדרך רחוקה" מיינט אַן אָרט וואָס מען קען פון דאָרט ניט קומען (במשך כל זמן השחיטה) אין דער עזרה, איז פאַרשטאַנדיק וואָס דער פּסוק זאָגט אַז דוקא ווער ס'איז געווען „טמא לנפש" אָדער „בדרך רחוקה" קען ער מקריב זיין אַ פּסח שני, אָבער „והאיש אשר הוא טהור ובדרך לא הי' וחדל לעשות הפסח ונכרתה הנפש ההיא מעמי'"יא און ער קען ניט מקריב זיין קיין פּסח שנייב: בשעת איינער איז געווען טהור און נאָענט צו דער עזרה, איז ער אַ מזיד; ווען איינער האָט אָבער ניט מקריב געווען דעם פּסח ראשון ווייל ער האָט ניט קיין מעגליכקייט דערצו, זייענדיק „טמא לנפש" אָדער „בדרך רחוקה", איז (כאָטש ער האָט געהאַט אַ ברירה צו אָנהויבן גיין אין דער עזרה פאַר התחלת זמן שחיטה — וויבאַלד אָבער אַז בהתחלת זמן שחיטה, בעת עס פאַנגט זיך אָן דער חיוב*12 פון הקרבת הפּסח, האָט ער שוין ניט געקענט אָנקומען אין דער עזרהיח, איז) ער אַן אנוס, און די תורה גיט אים אָן אויסוועג צו מאַכן אַ פּסח שני.

אָבער אויב „דרך רחוקה" מיינט „חוץ לאסקופת העזרה", איז ניט מובן ; אויך דער וואָס איז געווען „בדרך רחוקה" האָט געהאַט אַ מעגליכקייט צו אַריינגיין אין דער עזרהיד — און נאָך64מער; ניט נאָר איז ער ניט געווען קיין אנוס, נאָר עס האָט זיך פון אים דערביי גאָרניט געפאָדערט קיין ספּעציעלע טרחא — מיט איין טראָט וואָלט ער שוין געווען אין דער עזרה ובתחילת זמן השחיטה — היינט מיט וואָס איז ער אַנדערש פון אַזאַ וואָס „בדרך לא הי'" און איז געווען אין דער עזרה?

ווען איינער געפינט זיך אין דער עזרה (במשך זמן השחיטה) בלויז איין רגע, און במשך די גאַנצע איבעריקע צייט איז ער ווייט פון דער עזרה, קומט אים כרת פאַר ניט מקריב זיין דעם פּסח במועדו; און ווען איינער געפינט זיך לעבן דער עזרה ממש במשך כל זמן השחיטה און אין פאַרלויף פון אַ האַלבן טאָג האָט ער זיך ניט „מטריח" געווען צו איבערטרעטן די שוועל פון דער עזרה — איז ניט נאָר וואָס עס קומט אים ניט קיין כרת, נאָר מען זוכט נאָך פאַר אים אַן עצה, צו מקריב זיין אַ פּסח שני ? !

היינט וויבאַלד אַז סיי מצד לשון הכתוב „בדרך רחוקה" סיי מצד הבנת הענין, איז גלאַטיקער צו לערנען אַז „בדרך רחוקה" מיינט אַ ווייטער אָרט, פאַרוואָס לערנט רש"י „חוץ לאסקופת העזרה"יג?

ד. נוסף צו דער שוועריקייט אין דעם גוף הפּירוש פון רש"י, זיינען ניט פאַרשטאַנדיק אויך כמה דיוקים:

א) די נקודה איז אויפן וואָרט „רחוקה". האָט דאָך רש"י געדאַרפט לכאורה ברענגען פון פּסוק בלויז דעם וואָרט — אָדער לכל היותר, אויך דעם וואָרט „בדרך", היות אַז לפי פּירושו „חוץ לאסקופת העזרה" בייט זיך אויך דער פּשט פון וואָרט „בדרך", אַז עס מיינט ניט כפּשוטו. איז פאַרוואָס שטעלט זיך רש"י אויף די דריי ווערטער „או בדרך רחוקה"?

ב) דער לשון „ודאי" איז בניגוד צו „ספק". איז דאָך ניט מובן רש"י'ס לשון „לא שרחוקה ודאי"; ער האָט געדאַרפט זאָגן „לא שרחוקה ממש"יח וכיו"ב — אַ לשון וואָס ווייזט אַז דער ריחוק איז גאָר אַ קליינער. אָבער וואָס פּאַסט דאָ דער לשון „ודאי" וואָס איז פאַרבונדן (ניט מיט אַ שיעור פון ריחוק, נאָר) מיט די גדרים פון „ודאי" און „ספק"?

ג) ווען רש"י איז מפרש „לא שרחוקה ודאי אלא שהי' חוץ לאסקופת העזרה", איז ער מוסיף „כל זמן שחיטה". ולכאורה, אויב רש"י געפינט פאַר נויטיק צו אויסטייטשן דעם זמן וועגן וועלכן דער פּסוק רעדט, ווייל65ער איז חושש אַז דער תלמיד וועט עס ניט וויסן מעצמו — האָט לכאורה געפאַסט ער זאָל עס שטעלן אין אַ באַזונדער דיבור המתחיל. וואָרום אויך לויטן פּירוש „שרחוקה ודאי", קען זיין אַ חשש אַז דער תלמיד וועט ניט וויסן וועגן וועלכן זמן דאָ רעדט זיך. וואָס איז די שייכות פון די ווערטער „כל זמן שחיטה", וועלכע זיינען מפרש דעם זמן ווען דער מענטש האָט זיך געפונען „בדרך רחוקה", מיט רש"י'ס פּי' וואָס עס מיינט „בדרך רחוקה"טו?

די קשיא איז נאָך גרעסער; אויב דעם תלמיד איז ניט קלאָר ווען דער מענטש איז געווען „בדרך רחוקה", איז דאָך דער זעלבער ספק ביי אים אויך בנוגע צו „טמא לנפש" — האָט במילא רש"י זיך געדאַרפט שטעלן אויף „כי יהי'" (די התחלה וואָס איז כולל סיי „טמא לנפש" סיי „בדרך רחוקה") און דאָרט מפרש זיין „כל זמן שחיטה"?

ה. לאחרי ווי רש"י איז מפרש די נקודה אויפן וואָרט רחוקה, איז ער ממשיך — אין זעלבן דיבור; „פסח שני מצה וחמץ עמו בבית, ואין שם יו"ט, ואין איסור חמץ אלא עמו באכילתו". איז דאָ לגמרי ניט מובן;

א) רש"י בפּירושו עה"ת קומט בלויז צו מפרש זיין פּשטות הכתובים — איז וואָס ברענגט דאָ רש"י דינים פון פסח שני (און דוקא די דריי דיניםטו). וועלכע האָבן לכאורה קיין שייכות ניט מיט (הבנת) פשטות הכתובים?

ב) ווען רש"י געפינט פאַר נויטיק צו ברענגען די דינים — האָט ער עס געדאַרפט ברענגען אין די ווייטערדיקע פּסוקים וואו עס שטייען די דינים פון פּסח שני, אָבער ניט אין אונזער פּסוק וואָס רעדט גאָר וועגן אַזאַ וואָס האָט ניט מקריב געווען דעם פּסח ראשון, און וואָס ס'האָט דערצו געבראַכט?

ג) באַזונדערס איז ניט פאַרשטאַנדיק; אויב אפילו די דינים זיינען יע שייך צו „או בדרך רחוקה" — האָט ער עס אָבער געדאַרפט שרייבן אין אַ באַזונדער דיבור. פאַרוואָס פאַרבינדט ער עס מיט זיין פּירוש „נקוד עליו כו'"?

ד) אין די דריי דינים גופא, זיינען דער ערשטער און דריטער דין — „מצה וחמץ עמו בבית" און „אין איסור חמץ כו'" — ביידע וועגן דעם ענין פון חמץ. האָט דאָך רש"י געדאַרפט שטעלן די ביידע דינים בסמיכות זל"ז, פאַרוואָס איז ער מפסיק צווישן די צוויי דינים מיטן דין „ואין שם יו"ט"י?

66ו. אויף דער לעצטער שאלה האָט מען לכאורה געקענט ענטפערן, אַז דער סדר פון די דינים אין רש"י איז לויטן סדר הזמנים; „מצה וחמץ עמו בבית", אַז עס מעג זיין חמץ אין שטוב בעת שחיטת הפּסח, איז נוגע נאָך פון בייטאָג. ניט ווי ביי פּסח ראשון, וואו עס טאָר ניט זיין קיין חמץ פון זמן השחיטהל; „ואין שם יו"ט", איז נוגע ערשט ווען עס ווערט נאַכט, אַנדערש פון פּסח ראשון וואו עס ווערט יו"ט בתחילת הלילה ; און „ואין איסור חמץ אלא עמו באכילתו", איז נוגע ערשט בשעת אכילת הפּסח, וואָס איז שוין אַ משך זמן ווי ס'פאַלט צו די נאַכט.

מען קען אָבער אַזוי ניט ענטפערן; אויב רש"י וואָלט אויסן געווען דאָ דעם דין פון איסור חמץ בעת אכילת פּסח שני, וואָלט עס געהאַט אַ שייכות מיטן זמן האכילה. דאָ אָבער, איז רש"י מדגיש ניט דעם איסור חמץ באכילתו (ווייל אין דערויף איז דאָך פּסח שני גלייך מיט פּסח ראשון) נאָר אדרבה, ער אונטערשטרייכט דאָ די שלילה „ואין איסור חמץ (אלא עמו באכילתו)", אַז אויסער באכילתו איז ניטאָ קיין איסור חמץכא. און דער דין הויבט זיך דאָך אויך אָן גלייך בתחילת הלילהלב — האָט דאָך רש"י געדאַרפט שרייבן דעם דין „ואין איסור חמץ כו'" (וואָס רעדט וועגן חמץ) בסמיכות צו „מצה וחמץ עמו בבית"?

ז. איז דער ביאור בכל הנ"ל;

די קשיא וואָס איז דאָ באַ רש"י'ן אין אונזער פּסוק, וואָס בכדי זי צו פאַרענטפערן שרייבט ער ניט בלויז „נקוד עליו . . חוץ לאסקופת העזרה כל זמן שחיטה", נאָר ער איז אויך מוסיף „פ"ש מצה וחמץ עמו בבית כו'" — דייט רש"י אַליין אָן דורך זיין מעתיק זיין (פאַר זיין פּי') די ווערטער „או בדרך רחוקה".

דער וואָרט „או", איז ניט שייך צו דעם תוכן פון „בדרך רחוקה" שלאחריו, ער מאַכט בלויז קלאָר אַז „בדרך רחוקה" איז ניט דער איינציקער ענין, נאָר ער איז איינער פון די דוגמאות אין פּסוק („או" פּאַסט דאָך דוקא ווען עס איז פאַראַן לכל הפּחות נאָך איין דוגמא).

67און דעריבער איז רש"י מעתיק אויך דעם וואָרט „או", בכדי צו קלאָר מאַכן, אַז ער איז בעיקר אויסן [ניט צו מסביר זיין דעם טעם הניקוד ; אָדער צו מפרש זיין אַז „בדרך רחוקה" דאָ מיינט „שהי' חוץ לאסקופת העזרה", נאָר] צו פאַרענטפערן ;

וויבאַלד אַז דער פּסוק רעכנט דאָ דוגמאות וואָס בסיבתם האָט מען ניט מקריב געווען דעם קרבן פּסח, איז פאַרוואָס זאָגט ער נאָך „טמא לנפש" (וואָס איז נוגע דאָ*4)), דוקא (און נאָר) די דוגמא פון „בדרך רחוקה" — עס זיינען דאָך פאַראַן — וכדלקמן — נאָך ענינים וועלכע זיינען מעכב עשיית הפּסח? (און ער פאַרענפערט די קשיא מיט זיין פּי' „נקוד עליו כו' חוץ לאסקופת העזרה כו' מצה וחמץ עמו בבית כו' ", כדלהלן).

ח. וועלכע ענינים — ע"פּ דרך הפּשט — זיינען מעכב עשיית הפּסח; א) טומאה. ב) הי' מחוץ לעזרה. ג) „חמצו קיים" בעת שחיטת הפּסח.

[עס זיינען דאָ נאָך צוויי ענינים המעכבים את הפּסח: (א) „איש לפי אכלו תכסו"לא, און (ב) „כל ערל לא יאכל בו"כג — אָבער די צוויי ענינים האָבן ניט קיין שייכות צו אונזער פּרשה; „איש לפי אכלו תכסו" איז געזאָגט געוואָרן (ע"פּ דרך הפּשט) נאָר ביי פּסח מצרים, ניט ביי פּסח דורותכו; און „כל ערל לא יאכל בו", איז מעכב בלויזכז אכילת הפּסח אָבער ניט הקרבתו *ב].

ווערט במילא די שאלה;

א) דאָס וואָס אַ מענטש געפינט זיך מחוץ לעזרה, קען דאָך געמאָלט זיין מצד כמה סיבות, ניט בלויז ווייל ער איז „בדרך רחוקה" — איז פרעגן פון אַזאַ וואָס איז אין דער עזרה ניט געקומען במזיד — קען מען טאַקע ניט. וואָרום אין פּשטות הסברא, איז ער טאַקע דאַן מחוייב כרת און קען ניט מקריב זיין קיין פּסח שנילט ; די שאלה איז אָבער; עס קענען דאָך זיין כמה וכמה סיבות מצד וועלכע ער איז אַן אנוס און קען ניט קומען אין דער עזרה — פאַרוואָס זאָגט דער פּסוק דוקא די דוגמא פון „בדרך רחוקה"?

ב) נאָכמער; אַ גרעסערער חידוש איז אַז ער איז בעזרה און פונדעסטוועגן „לא יוכל לעשות הפּסח" ווייל „חמצו קיים"; עס קענען דאָך געמאָלט זיין כמה וכמה אופנים וואָס ער איז (לאחרי התחלת זמן שחיטה) אַן אנוס ניט קענענדיק מבער זיין דעם חמץ דאַן? — עכ"פּ — האָט דער פּסוק געדאַרפט בריינגען די דוגמא (נוסף צו דעם ענלעכן ענין פון „דרך רחוקה"), אַז ער געפינט זיך אין דער עזרה אָבער זיין חמץ געפינט זיך ב„דרך רחוקה", במילא קען ער אים ניט מבער זייןל?

68איז אָט די צוויי שאלות פאַרענטפערט רש"י מיט זיין פּירוש „נקוד עליו כו'" און מיט „מצה וחמץ עמו בבית כו'"

[און היות אַז די ערשטע קשיא (פאַרוואָס דער פּסוק ברענגט ניט די דוגמא פון הי' מחוץ לעזרה בעת ער איז ניט געווען „בדרך רחוקה") איז פון דעם פּסוק גופא ; פאַרוואָס שטייט אין פּסוק „בדרך רחוקה" דוקא; און די קשיא וועגן די דוגמא „חמצו קיים" שטעלט זיך פון אַן אַנדער פּרשה — דערפאַר שרייבט רש"י פריער „נקוד עליו כו'", און ערשט דערנאָך „פּסח שני מצה וחמץ עמו בבית כו'" — לפי סדר הקושיות ] ;

מיטן פּי' „נקוד עליו כו' אלא שהי' חוץ לאסקופת העזרה", פאַרענטפערט ער וואָס דער פּסוק זאָגט ניט קיינע אַנדערע דוגמאות בנוגע צו „חוץ לעזרה", וואָרום לויט דעם פּי', מיינט דאָך טאַקע „בדרך רחוקה" (ניט קיין ריחוק מקום, נאָר) יעדער אופן פון „הי' חוץ לאסקופת העזרה" (ביז אפילו אויב זיין ניט אַריינקומען אין דער עזרה איז במזיד, כנ"ל סעיף ג') ; און מיט די ווערטער „מצה וחמץ עמו בבית כו'" ווערט פאַרענטפערט וואָס דער פּסוק ברענגט ניט די דוגמא פון „חמצו קיים", כדלהלן.

ט. אין פּשוטו של מקרא, קומט די פּרשה „וידבר גו' איש איש כי יהי' טמא לנפש גו'" אַלס אַן ענטפער אויף דער שאלה פון די „אנשים אשר היו טמאים לנפש אדם — למה נגרע וגו'". אויף דעם איז געקומען דער ענטפער „איש איש כי יהי' טמא לנפש גו' ועשה פסח לה' ", אַז זייער תקנה איז צו מקריב זיין אַ פּסח שני.

נאָר בשעת דער אויבערשטער האָט גערעדט דעם דין פון „איש איש כי יהי' טמא לנפש", האָט ער דערביי מוסיף געווען אויך „או בדרך רחוקה" — כאָטש דערויף האָבן זיי ניט געפרעגטלא, ווייל אויך דער פאַל איז ענלעך צום פאַל פון „טמא לנפש": ביידע פאַלן זיינען אופנים וואו די סיבה המעכבת צו מקריב זיין דעם פּסח ראשון איז בטל געוואָרן פאַר דעם זמן פון הקרבת פּסח שני ; בשעת הקרבת פ"ש זיינען זיי שוין געווען טהור און האָבן זיך געפונען אין דער עזרה.

און במילא האָט ניט קיין אָרט אַריינצושטעלן אין דער פּרשה דעם פאַל פון „חמצו קיים", ווייל דאָ דאַרף זיך ניט בייטן (בטל ווערן) די סיבה ומציאות בעת הקרבת פ"ש, וואָרום „פ"ש מצה וחמץ עמו בבית", ער האָט אויך איצט חמץ אין הויז (עס האָט זיך געביטן דער דין ; ביי הקרבת פ"ר האָט דער חמץ געשטערט צו דער הקרבה, און ביים פסח שני שטערט עס ניט. די מציאות אָבער, האָט זיך ניט געביטן, אויך איצט האָט ער חמץ בבית).

יו"ד. בשעת אָבער רש"י זאָגט אַז „פסח שני מצה וחמץ עמו בבית", שטעלט זיך גלייך די שאלה, וואו איז דער מקור אויף דעם ? ואדרבה, בהשקפה ראשונה איז גאָר אין פּשטות הכתובים פאַראַן דערצו אַ סתירה;69מיט עטליכע פּסוקים ווייטערלב שטייט „ככל חקת הפסח יעשו אותו", אַז פּסח שני האָט אַלע דינים פון פּסח ראשון — היינט פאַרוואָס זאָל מען זאָגן, אַז בפּסח שני מעג זיין חמץ בבית, ניט ווי ביי פּסח ראשון?

דערפאַר איז רש"י מסביר — „ואין שם יו"ט"; דאָס איז דאָך ברור, אַז פ"ש איז ניט קיין יו"ט. דערויף דאַרף רש"י ניט זוכן קיין הסבר, דאָס איז אַ דבר פּשוט: פּסח ראשון איז דער זמן פון יצי"מ — איז ער אַ יו"טג. פּסח שני, וואָס איז „בחדש השני", אין חדש אייר, ניט אין דעם זמן פון יצי"מ — איז עס ניט קיין יו"ט. און וויבאַלד אַז פּסח שני איז ניט קיין יו"טלד, איז דאַן ניטאָ קיין איסור חמץלג.

און נאָכדעם ווי רש"י זאָגט „ואין שם יו"ט" בכדי צו מסביר זיין דעם טעם פון „מצה וחמץ עמו בבית" (וואָס פאָדערט זיך גלייך אויפן אָרט), באַוואָרנט ער, אַז ס'איז ניט קיין סתירה צו דעם דין וואָס ער גייט גלייך זאָגן — אַ פּסוק ווייטערל — אַז פּונקט ווי באַ פּסח ראשון איז דער דין „ומצות על מרורים יאכלוהו" *לח, אַזוי אויך דאָ איז „על מצות ומרורים יאכלוהו", אַז דעם פּסח שני מוז מען עסן דוקא מיט מצה (ניט מיט חמץ) — ווייל „אין איסור חמץ אלא עמו באכילתו"; דער איסור חמץ בפּסח שני איז בלויז „עמו (מיטן קרבן פּסח) באכילתו" — אָבער קיין שום אַנדער איסור חמץ איז דאַן ניטאָ.

יא. לאחרי כל הנ"ל איז נאָך ניט פאַרשטאַנדיק (כנ"ל ס"ד) ; (א) רש"י'ס לשון „לא שרחוקה ודאי" און ניט „לא שרחוקה ממש", און (ב) צוליב וואָס איז ער מוסיף „כל זמן שחיטה".

איז דער ביאור אין דעם;

דער טעם אויף דעם וואָס אויב אימעצער איז ניט מקריב דעם פּסח ווייל ער איז געווען („טמא לנפש" אָדער) „בדרך רחוקה" (ווי עס קוקט אויס בפּשטות, אָן פּירש"י) — קען ער ברענגען אַ פּסח שני, איז עס מצד דעם וואָס ער איז געווען אַן אנוס; און וויבאַלד אַזוי, לייגט זיך בשכל צו זאָגן אַז דער שיעור הריחוק מעסט זיך (ניט מיטן ריחוק השטח אַליין, נאָר) מיט דער כמות הזמן, וויפל צייט ס'איז געבליבן צו מקריב זיין דעם ק"פ; בתחלת זמן שחיטה איז דער שיעור אַ גרעסערער — אַזאַ ווייטער שטח וואָס מען קען ניט באַווייזן צו אָנקומען אין דער עזרה במשך אַ האַלבן טאָג; און וואָס נעענטער עס ווערט צום סוף זמן השחיטה, אַלץ קלענער און קלענער ווערט דער שיעור.

לויט דעם איז דאָך מוכרח, אַז דער פּי' פון „בדרך רחוקה" (אויך ווען ניט „נקוד עליו") איז ניט אַז די וועג איז70אַ ווייטע בשטח — וואָרוםלה אין דעם זמן הסמוך לשקיעת החמה איז דאָך דער שיעור אַ גאָר קליינער — נאָר (כפּירוש הרמב"ן) „שהיא רחוקה לו בעשיית הפסחג, לא רחוקה ממש".

און דערפאַר, בשעת רש"י וויל שולל זיין דעם פּי' אַז רחוקה מיינט וואָס מען קען ניט אָנקומען אין דער עזרה באַצייטנס — קען ער ניט זאָגן „לא שרחוקה ממש", וואָרום אויך אָן פּרש"י ווייס מען אַז „לא רחוקה ממש" ; נאָר ער זאָגט „לא שרחוקה ודאי";

לפי פירוש הנ"ל — אַז „בדרך רחוקה" מיינט אַז ער געפינט זיך אין אַזאַ אָרט פון וואַנען ער קען ניט קומען אין דער עזרה מקריב זיין דעם ק"פ אין צייט — קומט אויס, אַז זיין „ריחוק" פון עשיית הפּסח איז אַ וודאות'דיקער ; ס'איז קלאָר, אָן קיינע ספיקות, אַז ער וועט ניט מקריב זיין דעם פּסח;

משא"כ לויט פי' רש"י „שהי' חוץ לאסקופת העזרה" (אפילו באופן וואָס ער קען יע אַריינקומען אין דער עזרה אין צייט), קומט אויס אַז זיין „ריחוק" פון עשיית הפּסח איז ניט קיין זיכערער; בעת ער געפינט זיך מחוץ לעזרה, איז ער טאַקע „ווייט" פון עשיית הפּסח, ס'איז אָבער ניט קיין ריחוק ודאי ומוחלט — וואָרום ער קען דאָך בכל רגע אַריינגיין אין דער עזרה און מאַכן דעם פּסח.

יב. לאחרי ווי רש"י איז מפרש אַז „בדרך רחוקה" מיינט [ניט „רחוקה ודאי", נאָר] „חוץ לאסקופת העזרה", קען זיין אַ סברא, אַז די מעגליכקייט „ועשה פסח לה' בחודש השני גו'" וואָס די תורה גיט צו אַזאַ וואָס איז ניט מקריב דעם פּסח ראשון ווייל „יהי' [טמא לנפש או] בדרך רחוקה", איז עס אפילו אין פאַל ווען דעם רוב פון זמן השחיטה איז ער געווען אין דער עזרה, און בלויז איין וויילע במשך זמן זה איז ער געווען מחוץ לעזרה;

— אויב מען לערנט אַז „בדרך רחוקה" מיינט „רחוקה ודאי" — וואָס דאַן קומט אויס אַז דער טעם פון דין „כי יהי' טמא לנפש או בדרך רחוקה גו' ועשה פסח לה'" איז מחמת דעם וואָס ער איז געווען אַן אנוס (כנ"ל ס"ג) — איז מובן בפּשטות, אַז אויב בתחלת זמן שחיטה איז ער געווען טהור „ובדרך לא הי'" און דערנאָך האָט ער (ברצונו) זיך מטמא געווען אָדער איז אַוועקגעגאַנגען „בדרך רחוקה", קען ער דאַן ניט מקריב זיין אַ פּסח שני, וואָרום (חאָטש ס'איז ניטאָ קיין חיוב צו מקריב זיין דעם פּסח גלייך בהתחלת הזמן, מ'קען אים מקריב זיין ביז צו דער לעצטער מינוט — און דאַן איז ער דאָך געווען אַן אנוסלה — איז דאָך אָבער פאַרשטאַנדיק, אַז) דאָס גופא וואָס ער האָט (לאחרי התחלת זמן החיוב פון הקרבת הפּסח) געטאָן אַ פּעולה וועלכע שטערט צו מקריב זיין דעם פּסח — איז דאָס גופא אַ זדוןלט;

לויט פּרש"י אָבער „שהי' חוץ לאסקופת העזרה", אַז די תקנה צו מקריב זיין אַ פ"ש איז אפילו פאַר דעם וואָס איז געווען בקירוב מקום לעזרה און71האָט (אָן קיין ספּעציעלער טרחא) געהאָט די מעגלעכקייט אַריינצוגיין אין דער עזרה און מקריב זיין דעם פּסח — קומט דאָך אויס, אַז דאָס אויסטיילן דעם „טמא לנפש או בדרך רחוקה" פון „האיש אשר הוא טהור ובדרך לא הי'", איז ניט מטעם אונס נאָר ס'איז אַ גזירת הכתוב — און וויבאַלד אַזוי, קען מען דאָך שוין זאָגן אַז „ועשה פסח לה' בחדש השני גו'" איז אויך אפילו ווען „יהי' (טמא לנפש או) בדרך רחוקה" בלויז איין רגע במשך זמן השחיטה,

— דערפאַר טייטשט רש"י אויס „שהי' חוץ לאסקופת העזרה כל זמן שחיטה", אַז דער פּסוק רעדט דוקא אין פאַל ווען דעם גאַנצן זמן שחיטה איז ער געווען (טמא, אָדער) „חוץ לאסקופת העזרה" ; אויב אָבער פריער איז ער געווען טהור און אין דער עזרה — וועט אים ניט העלפן וואָס ער איז שפּעטער געווען „טמא או בדרך רחוקה".

און פון דעם גופא וואָס רש"י ברענגט קיין ראיות ניט צו זיין פּי' „כל זמן שחיטה", איז קענטיק אַז ס'איז אַן ענין המובן מעצמו, און עס פאָדערט ניט קיין הוכחהמ.

יג. רוב דיני התורה זיינען מובן אויך ע"פּ שכל — דינים שבתורה וועלכע זיינען „חוקים", זיינען בלויז געציילטע *י. און דעריבער, איז אויך אַ דין וואָס אינגאַנצן ע"פּ שכל קען מען אים ניט מסביר זיין — דאַרף מען געפינען — עכ"פּ אויף פּרטים פון עם — אַ הסבר שכלי, עד כמה שאפטר, בכדי ער זאָל ניט בלייבן לגמרי אַ גזירת־הכתוב.

לייגט זיך דעריבער צו זאָגן, אַז דאָס וואָס די תורה טיילט אויס דעם וואָס איז געווען „בדרך רחוקה" פון דעם וואָס איז ניט געווען „בדרך רחוקה", איז עס דערפאַר ווייל זייענדיק אין דער עזרה און אעפּ"כ „וחדל לעשות הפסח" — איז ער אַ מזיד אין עטיית הפּסח גופא; משא"כ דער וואָס איז געווען „בדרך רחוקה", איז כאָטש ער האָט געהאַט די ברירה אַריינצוגיין אין דער עזרה, וויבאַלד אָבער דער זדון איז אין אַ זייטיקער זאַך — אין פאַרבלייבן מחוץ לעזרה, אָבער אין עשיית הפּסח גופא איז ער אַן אנוס, מען קען דאָך ניט מקריב זיין דעם פּסח דאָרט וואו ער געפינט זיך — גיט מען דאַן די תקנה פון מקריב זיין אַ פּסח שני.

און היות אַז לויט פּרש"י „שהי' חוץ לאסקופת לעזרה", איז „בדרך רחוקה" אַן ענין פון אונס, קומט דאָך במילא אויס, אַז אויב בתחלת זמן שחיטה איז ער געווען אין דער עזרה און איז דערנאָך אַרויסגעגאַנגען פון דאָרט — קען מען אים ניט אָנרופן אנוס. און דערפאַר לערנט רש"י „שהי' חוץ . . כל זמן שחיטה".

יד. פון די ענינים פון „יינה של תורה" אין פּרש"י דידן —

כאמור לעיל (סעיף ח'), איז ע"פּ דרך הפּשט פאַראַן דריי סיבות וועלכע זיינען מעכב עשיית הפּסח; טומאה; הי' חוץ לעזרה; חמצו קיים.

דער ביאור אין דעם;

אין קרבנות זיינען בכללות פאַראַן דריי ענינים ; א) דער עצם ענין פון קרבנות, וואָס „קרבן לה' " איז כשמו,72לשון קירוביא — דאָס וואָס אַ איד ווערט (דורכן קרבן) נתקרב צום אויבערשטן. ב) די העלאה מלמטה למעלה, וואָס דריקט זיך אויס (בעיקר) אין דעם חלק הקרבן וואָס ווערט פאַרברענט און נכלל ועולה אין דעם אש שלמעלה. ג) די המשכה מלמעלה למטה וואָס דריקט זיך אויס (בעיקר) אין דעם טייל קרבן וואָס איז נאכל לכהנים אָדער לבעלים — אַז די קדושה פונעם קרבן ווערט נמשך צום מענטשן און אין אַ פּנימיות, ביז אַז עס ווערט דם ובשר כבשרויב.

אין קרבן פּסח — זיינען די דריי ענינים ביתר שאת ;

דער „קירוב" ביי קרבן פּסח איז ניט מדרגא לדרגא, נאָר בדרך דילוג (ווי דער פּי' — הפּשוט — פונעם וואָרט „פּסח"יג). ד. ה. אַז דער איד וואָס איז מקריב דעם פּסח, „שפּרינגט" און רייסט זיך אָפּ פון זיין מציאות לגמרי (ניט ווי ביי אַ געוויינליכן קירוב, וואָס אויך לאחרי הקירוב — פאַרבלייבט ער במציאותו) ;

די העלאה מלמטה למעלה ביים פּסח איז (ניט נאָר אין טייל וואָס ווערט פאַרברענט ע"ג המזבח, נאָר) אויך אינעם חלק הנאכל, אַז ער דאַרף זיין „צלי אש" (ניט „מבושל במים" אָדער בשאר משקין)מד, וואָס אש איז ענינו און ער ווייזט אויף העלאה מלמטה למעלה;

און אַזוי אויך לאידך גיסא; די המשכה מלמעלה למטה וואָס דריקט זיך אויס אין אכילת הקרבן, איז ביים קרבן פּסח מער ווי ביי אַלע אַנדערע קרבנות, וואָרום פּסח איז דאָך „לא בא מתחלתו אלא לאכילה"מח.

און בכדי די דריי ענינים דורכצופירן, פאָדערט זיך אַז א) בעת עשיית הפּסח זאָל ער ניט האָבן חמץ אין זיין רשות; ב) ער זאָל זיין טהור; ג) ער זאָל זיך געפינען אין דער עזרה;

חמץ ווייזט אויף התנשאות און גאוהי. און וויבאַלד אַז אויף אַ בעלגאוה זאָגט דער אויבערשטער „אין אני והוא יכולין לדור"מז — דעריבער איז „חמץ" דער היפך פון דעם ענין ה"קירוב לה' " שבפּסח;

טומאה ובפרט „טמא לנפש" — טומאת מת — איז דער היפך פון דעם ענין ההעלאה שבפּסח. טומאה איז ניט קיין זאַך וואָס מ'קען אָנטאַפּן (אַפילו ניט בשכל)מח; אַז אַ זאַך ווערט טמא — זעט זיך ניט קיין שינוי אין זיין גשםמט, ס'איז אַן ענין וואָס איז (ניט שייך און איז ניט ניכר אין גוף, נאָר ס'איז אַ שינוי אין זיין רוחניות, ס'איז) שייך צו דער נשמהנ — זי ווערט נידריגער. און73דעריבער שטערט זי צו דעם ענין ההעלאה מלמטלמ"ע, וועלכע דאַרף אַן אידן אויפהויבן פון עולם הגשמי — לעולם הרוהני. ובפרט טומאת מיתה, וואָס ענינה (דמיתה) איז דאָך אַז דער גוף איז אדרבא יורד ממדריגתו ווי ער איז געווען חי.

„הי' חוץ לעזרה", וואָס דאָס איז דאָך נוגע צום גוף (וואָרום דער דין בשייכות מיט „הי' חוץ לעזרה" איז דאָך אַפילו בעת ער האָט אַ רצון חזק צו זיין אין דער עזרה, ובמילא, איז ער מצד הנפש אין דער עזרהנא, אָבער מצד הגוף איז ער מחוץ לעזרה), איז דאָס דער היפך פון ענין ההמשכה שבפּסח — וואָס דריקט זיך אויס. אין אכילת הפּסח — כפּשוטה — ווערן אַ חלק פון בשר גוף הגשמי.

טו. דאָס איז אויך דער ביאור (בדא"פ בפּנימיות הענינים) וואָס די תקנה צו מאַכן אַ פ"ש פאַר אַ „טמא לנפש או בדרך רחוקה", שטייט אין תושב"כ בפירוש; משא"כ „חמצו קיים", וואָלט מצד תושב"כ אַליין געקענט זיין אַ סברא אַז ער קען קיין פּ"ש ניט מאַכן, און מ'דאַרף אָנקומען צו פּרש"י (תושבע"פּ) אַז אויך ער האָט די תקנה פון פּסח שני;

וויבאַלד אַז חמץ איז דער היפך פון כללות ענין הפּסח (ניט ווי טומאה און דרך רחוקה וועלכע זיינען מנגד בלויז צו פּרטי עניני הפּסח — העלאה און המשכה), קומט דאָך במילא אויס, אַז דער ניט מבער זיין דעם חמץ (במזיד) — איז בדומה צו זדון בנוגע לעשיית הפּסח גופא. און דער וואָס איז במזיד ניט מקריב דעם קרבן פּסח — האָט דאָך ניט די עצה פון פּסח שני, כנ"ל סעיף ג'.

טז. דאָס איז אָבער מצד די מדריגה פון תשובה (ענינונב של פּסח שני) ווי זי שטייט בגלוי אין תורה שבכתב (בחי' עשי'נג). קומט אָבער תושבע"פּ (ווי זי שטייט בסמיכות צו תושב"כ — וואָס דאָס איז ענינו פון פּרש"י, וואָס ער איז מפרש פּשוטו של מקרא) און זאָגט, אַז אויך דער וואָס איז געווען אַ מזיד בנוגע צו חמץ — וויבאַלד אַז זיין זדון איז פאָרט ניט געווען בנוגע צו עשיית הפּסח עצמה, האָט אויך ער די תקנה צו מקריב זיין אַ פּסח שני;

ביז אַז עס קומט תושבע"פּ (ווי זי איז העכער פון תושב"כ) און פּסק'נט אָפּ — עכ"פּ לכמה פּוסקים (כנ"ל סעיף ג' *נג) — (מצד דעם ענין פון „ערבים עלי דברי סופרים כו'"נד), אַז אפילו דער וואָס זיין זדון איז געווען בנוגע צו עשיית הפּסח עצמה — קען אויך ער מקריב זיין אַ פּסח שני ;

און נאָך מער; עס איז פאַראַן אַ כללנה אַז „האומר אחטא ואשוב כו'74אין מספיקים בידו לעשות תשובה" און דער טעם איז „הואיל והתשובה גורמת לו לחטוא"58) [וי"ל57), אַז דאָס איז בדוגמת „אין קטיגור נעשה סניגור"לח],

אָבער בנדו"ד (ולפּוסקים הנ"ל) געפינט מען ניט בשום מקום אַז אויב איינער האָט ניט מקריב געווען דעם קרבן פּסח במועדו (בזדון) און פאַרלאָזט זיך אויף דעם פּסח שני — אַז ס'זאָל אים ניט העלפן קיין פּסח שני59).

56) אנה"ת פי"א.

57) ראה צפע"נ הל' יבום פ"ד ה"ב (לענין אחטא ויוה"כ מכפר).

58) וגם בענין יצי"מ (השייך לפסח — ראה לעיל שוה"ג להערה 19 שכללות החג דיצי"מ נקרא ע"ש הפּסח — חג הפּסח) מצינו כן, שאותם הרשעים שלא היו רוצים לצאת ממצרים, מתו בשלשת ימי אפלה (שמו"ר פי"ד, ג. רש"י שמות י, כב) — אף ששאר הרשעים, ואפילו עובדי ע"ז (ראה ילקוט ראובני שמות יד, כז. זח"ב קע, ב. תנחומא תשא יד) יצאו ממצרים (והרי הרצון לא לצאת ממצרים אינו בערך כלל לחטא ע"ז) — כי הרצון לא לצאת ממצרים הוא בענין זה עצמו ואין קטיגור נעשה סניגור.

59) באגה"ת שם (וכ"ה בתניא ח"א פכ"ה): „אבל אם דחק כו' מקבלין תשובתו" (וראה לקו"ש ח"ד ע' 1153 הערה 16, די"ל שהתשובה דדחק נעלית יותר מיו"כ — ראה לעיל הערה 57). אבל מעלה בפסח שני שאין בזה מלכתחלה כל הענין ד"אין מספיקין* ואדרבא: נצטווה להקריב פּסח שני. וראה לקו"ש חי"ח ע' 122 ואילך.

ולהעיר, שגם בענין גאולת הרשעים שאינם

וואָס דאָס איז מתאים מיטן מאמר הידועס פון כ"ק מו"ח אדמו"ר, אַז ענינו פון פּסח שני איז; „עס איז ניטאָ קיין „פאַרפאַלן", מען קען אַלע מאָל פאַריכטן".

(משיחות ש"פ בהעלותך ושלח תשכ"ו)

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-am1f3r7j

עותקים

פעילות אחרונה

#183 Likkutei Sichos vol 8: machine reading · אושרה
#124 Likkutei Sichos vol 8: machine reading · נסגרה

מקורות