לקוטי שיחות
נשא ב
41נשאב
א. אין דער פּרשה פון קרבנות הנשיאים, ביים צווייטן נשיאא, ברענגט רש"י וואָס ער האָט געפונען „מיסודו של ר' משה הדרשן" אַ טעם אויף די פּרטים אין די קרבנות הנשיאים, אַז זיי זיינען מרמז אויף פאַרשידענע ענינים; „קערת כסף" איז אַ רמז אויף אדה"ר, „מזרק אחד כסף" אויף נח'ן, ירו'
פאַרוואָס ברענגט דאָ רש"י אַן ענין פון „דרוש" און פאַרוואָס שרייבט ער דאָס דוקא ביים צווייטן נשיא — זאָגט דער מהר"ל, אַז דאָס קומט בהמטך צו דעם וואָס רש"י זאָגט פריער וועגן די בני יששכר „שהם נתנו עצה לנשיאים להתנדב קרבנות הללו", וואָס דערויף ווערט דאָך די שאלה; וואָס איז אַזוי דער גודל העילוי אין „קרבנות הללו" אַז מען האָט דערצו געדאַרפט אָנקומען צו דער עצה פון בני יששכר — אויף דעם ברענגט רש"י מיסודו של ר"מ הדרשן, אַז אין יעדן פּרט פון די קרבנות איז דאָ אַ „רמז גדול".
מען דאַרף אָבער פאַרשטיין; אין מדרשכט זיינען פאַראַן צוועלף פאַרשידענע פּירוטים (ביי יעדער נשיא באַזונדער) אין די רמזים פון קרבנות הנשיאים, האָט דאָך רש"י געקענט ברענגען די רמזים פון מדרש. פאַרוואָס שרייבט ער דוקא וואָס ער האָט געפונען „מיסודו של ר' משה הדרשי"?
מען קען ניט ענטפערן, אַז היות ווי די צוועלף פּירושים פון מדרש איז יעדערער פון זיי פאַרבונדן מיט אַ שבט מיוחד, וויל זיי דעריבער רש"י ניט ברענגען, ווייל — אין פּשטות — איז די עצה פון די בני יששכר געווען די זעלבע פאַר אַלע נשיאים
— וואָרום כמה וכמה פון די פּירושים (אַזוי ווי „על שם התורה"ח, „על סדר מעשה המשכן"א, „כנגד יצי"מ"ג, „ע"ח הבחירה שבחר הקב"ה בישראל כו'"ג, „כנגד האבות ואמהות"ה) — כאָטש אַז אויך יעדן פון זיי פאַרבינדט דער מדרש מיט אַ שבט פּרטי — זיינען לכאורה שייך צו אַלע שבטים. האָט דאָך רש"י געקענט אויסקלייבן איינעם פון די פּירושים שבמדרש, ובפרט די דרשה „על סדר מעשה המשכן", וואָס זי איז יותר קרוב צום דרך הפּשט דערמיט וואָס אין פּשטות לייגט זיך צו זאָגן אַז אין די קרבנות פון חנוכת המשכן — זיינען מרומז די עניני המשכן.
די קשיא איז נאָך גרעסער; לאחרי ווי דער מדרש זאָגט „וכאו"א הקריב לפי דעתו" און רעכנט אויס די צוועלף פאַרשידענע כוונות כנגד יעדערן פון די נשיאים, ברענגט ער שפּעטערז נאָך אַ דיעה; „כנגד הדורות שהיו מאדה"ר עד המשכן וכנגד המצות שנצטוו הקריבו הנשיאים", ד. ה. אַז לויט דער דיעה — האָבן42אַלע נשיאים געבראַכט די קרבנות מיט דער זעלבער כוונה „כנגד הדורות כו' וכנגד המצות כו'". איז פאַרוואָס ברענגט ניט רש"י אָט די דיעה פון מדרש און קלייבט אויס דוקא די דרשה פון „יסודו של ר' משה הדרשן"?
נאָך מער תמי'; אין מדרש דאָרט זאָגט ער (לויט דער דיעה הנ"ל) „מלאה קטרת — כנגד המילה הכתוב מדבר, שבעת שמלו ישראל במצרים . . הי' ריח הדם והערלה ערב לפני הקב"ה כבשמים כו'" — און דער פּירוש איז לכאורה מער קרוב צו דרך הפּשטי ווי רש"י'ס פּירוש אַז „קטורת" ווייזט אויף תרי"ג מצות, וואָרום;
די שייכות פון קטרת צו מילה איז מצד דעם עצם ענין פון קטרת — „ערב כו' כבשמים", משא"כ די שייכות פון תרי"ג מצות צו „קטרת" איז בלויז מצד דער גימטריא פון דעם וואָרט קטרת. און נאָך מער; אפילו די גימטריא איז ניט אַזוי „פּשוט"; בכדי אַז קטרת זאָל באַטרעפן תרי"ג מוז רש"י צוגעבן „ובלבד שתחליף קו"ף בדל"ת ע"י א"ת ב"ש כו'" — און פונדעסטוועגן נעמט אָן רש"י אַז זיין פּירוש איז נעענטער צו „פּשוטו של מקרא" — וואָס דאָס איז דער יסוד פון פּרש"י על התורה — ווי דער פּירוש „כנגד המילה כו'"?!
ב. נאָך אַ טעם אויף דעם וואָס רש"י ברענגט דאָ די אַלע רמזים, זאָגט דער רא"ם אַז דאָס איז (ניט בכדי צו מסביר זיין אין וואָס ס'איז באַשטאַנען די גרויסקייט פון דער „עצה" פון בני יששכר, נאָר) דערפאַר וואָס דער עצם ענין וואָס די נשיאים האָבן אויסגעקליבן דוקא אָט די קרבנות, פאָדערט ביאור.
אָבער (נוסף לזה וואָס אויך לויט דעם פּירוש איז ניט פאַרשטאַנדיק פאַרוואָס רש"י קלייבט אויס דוקא דעם פּירוש פון „יסודו של ר"מ הדרשן" און ניט די פּירושים פון מדרש —) לויט דעם פּירוש איז שווער נאָך אַ קשיא; אויב ע"פּ דרך הפּשט פאָדערט זיך ביאור „מה ענין הכלים הללו כו'" — האָט עס דאָך רש"י געדאַרפט באַוואָרענען באַלד ביי די קרבנות פון דעם ערשטן נשיא?
און וויבאַלד אַז ביים ערשטן נשיא איז רש"י ניט מפרש „מה ענין הכלים הללו כו'" איז מוכרח אַז ביי דעם „בן חמש (למקרא)" איז עס קיין קשיא ניט.
און דער טעם אויף דעם; דער „בן חמש" ווייס אַז אין תורה איז פאַראַן (ניט נאָר „פּשט", נאָר) אויך „רמז" און „דרוש"1י (נאָר מיט אים (מיטן בן חמש) לערנט מען דעם לימוד פון פּשט). ובמילא איז אים ניט שווער „מה ענין הכלים הללו" — ווייל ער פאַרשטייט, אַז יעדער פּרט איז מרמז אויף געוויסע ענינים, על דרך ווי די רמזים פון די קרבנות; עגלה משולשתיב א. ז. וו. — נאָר די רמזים זיינען שייך צו די אַנדערע חלקים פון תורה.
43ולפ"ז קומט אַרויס נאָך אַ קשיא אויפן פּי' פון מהוו"ל; אויב אַזוי, איז דאָך אויך נאָך דעם ווי רש"י זאָגט „שהם נתנו עצה לנשיאים להתנדב קרבנות הללו", דעם „בן חמש (למקרא)" ניט שווער אין וואָס עס באַשטייט די גרויסקייט פון דער „עצה". היינט פאַרוואָס דאַרף רש"י שפּעטער ברענגען „יסודו של ר' משה הדרשן"?
ג. איז דער ביאור אין דעם; מיט זיין ברענגען די רמזים פון „יסודו של ר' משה הדרשן" איז רש"י אויסן צו פאַרענטפערן; לכאורה וואָלט געווען גענוג, אַז ביים צווייטן נשיא (און אַזוי אויך ביי יעדערן פון די ווייטערדיקע) זאָל בלויז שטיין אַז ער האָט מקריב געווען די זעלבע קרבנות ווי דער ערשטער (ווייל יעדער נשיא האָט דאָך געבראַכט פּונקט די זעלבע קרבנות). וואָס דאַרף מען ביי יעדן נשיא איבער'חזר'ן נאָכאַמאָל (צוועלף מאָל) די אַלע פּרטי הקרבנותיג?
די קשיא איז נאָך שטאַרקער; פריער מיט עטלעכע פּסוקים, וואו די תורה דערציילט וואָס די זעלבע נשיאים האָבן געבראַכט לצורך המשכן, איז דער פּסוק כולל אַלע קרבנות צוזאַמען; „שש עגלות צב ושני עשר בקר", און ער איז מבאר אַז דאָס איז געווען „עגלה על שני הנשיאים ושור לאחד"יד. פאַרוואָס ביי די קרבנות המזבח, דאַרף דער פּסוק אויסרעכענען די פּרטי הקרבנות ביי יעדער נשיא באַזונדעריג?
איז דער ביאור דערויף (וואָס ביי די קרבנות המזבח רעכנט אויס דער פּסוק די פּרטי הקרבנות ביי יעדער נשיא באַזונדער) — ווי עס לייגט זיך בפּשטות ביי דעם „בן חמש למקרא", אַז דאָס איז מצד דעם וואָס יעדער נשיא האָט געהאַט דערביי אַנדערע כוונות ורמזים, ווי ס'איז צוגעפּאַסט צום ענין פון זיין שבט. און דעריבער קען דער פּסוק ניט זאָגן ביי די אַנדערע נשיאים אַז זיי האָבן מקריב געווען די זעלבע קרבנות ווי דער ערשטער — ווייל זיי זיינען (ברוחניות וכוונת הענינים) אַנדערע קרבנותי. און ער ווייס דאָך פון דעם סיפּור פון עגלה משולשת גו' — אַז די רמזים באַשטימען (די צאָל אַ. ז. וו. פון) די קרבנות.
אָבער דעם „בן חמש למקרא" איז שווער;
א) אויב יעדער נשיא האָט געהאַט אַן אַנדער כוונה, היינט ווי קומט עס אַז אַלע האָבן געבראַכט די זעלבע קרבנות בגשמיות ; מיט וואָס איז עס אַנדערש פון די פאַרבן פון די דגלי השבטים וואָס „צבעו של זה לא כצבעו של זה"**18) — אַז דער ענין המיוחד פון יעדער שבט ווערט נרמז אין אַן אַנדער צבע?
ב) אפילו אַז מען וועט שוין זאָגן, אַז די זעלבע קרבנות זיינען מרמז אויף צוועלף פאַרשידענע ענינים, און אַז יעדער נשיא האָט מקריב געווען44(ווי דער מדרש זאָגט) „לפי דעתו", איז נאָך אַלץ ניט גלאַט;
רש"י זאָגט דאָך, אַז די בני יששכר (נתנאל בן צוער) האָבן געגעבן די עצה צו אַלע נשיאים „להתנדב קרבנות הללו", קומט אויס, אַז יעדער נשיא האָט מנדב געווען די קרבנות הללו פון זיין שבט — מצד דער זעלבער עצה וואָס שבט יששכר האָט געגעבן. אָבער לפי הנ"ל, אַז „כאו"א הקריב לפי דעתו", קומט אויס, אַז יעדער נשיא האָט מקריב געווען די קרבנות מצד דער דיעה וואָס ער האָט געהאַט דערביי, און ניט מצד דער עצה פון די בני יששכר (אָדער גאָר — נתנאל בן צוער וואָס האָט באַשטימט די קרבנות (לויט די רמזים וועלכע זיינען שייך צו) שבט יששכר בפרט — „לפי דעתו")?
איז אָט די צוויי קשיות באַוואָרנט רש"י מיט דעם וואָס ער האָט געפונען „מיסודו של ר' משה הדרשן", כדלקמן.
ד. ווי געזאָגט פריער (ס"א), זיינען אין מדרש רבה פאַראַן צוויי דיעות בנוגע דער כוונת הנשיאים ביים אויסקלייבן דוקא די קרבנות וואָס זיי האָבן געבראַכט; איין דיעה איז, אַז „כאו"א הקריב לפי דעתו", און אַ צווייטע דיעה איז, אַז אַלע נשיאים האָבן דערביי געהאַט די זעלבע כוונה.
אָנער ווי גערעדט פריער, זיינען ביידע דיעות שווער אין דרך הפּשט: לויט דער ערשטע דיעה איז שווער (כנ"ל ס"ג) ; א) פאַרוואָס האָבן אַלע מקריב געווען די זעלבע קרבנות, און ב) ווי האָבן די בני יששכר געגעבן אַן עצה צו אַלע נשיאים גלייך; און לויט דער צווייטער דיעה איז שווער: פאַרוואָס חזר'ט איבער דער פּסוק צוועלף מאָל דעם זעלבן ענין?
דעריבער קלייבט אויס רש"י די רמזים וואָס ער האָט געפונען „מיסודו של ר' משה הדרשן", ווייל דורך דעם ווערן רעכט ביידע זאַכן: אַז די קרבנות ווייזן טאַקע אויף איין ענין; אָבער אָט דער איין ענין איז אַן ענין כללי וואָס ווערט פאַנאַנדערגעטיילט אין כמה וכמה פּרטים (וכדלקמן ס"ה).
און דעריבער איז פאַרשטאַנדיק, אַז טראָץ דעם וואָס אַלע נשיאים האָבן מקריב געווען די זעלבע קרבנות, און יעדער נשיא האָט מנדב געווען די קרבנות מצד דער זעלבער עצה פון די בני יששכר, האָט אָבער יעדערער געהאַט דערביי אַן אַנדער כוונה פּרטית.
ה. ועל סדר פּרש"י; בנוגע דער שייכות פון „קערת כסף" צו אדם הראשון, זאָגט דער מדרשט; „אל תקרי קערת אלא עקרת, זה הי' אדה"ר שהוא הי' עיקרן של בני האדם"; אָבער רש"י (פון „יסודו של ר' משה הדרשן") זאָגט אַן אַנדער רמז; אַז דער מנין האותיות פון „קערת כסף" איז „בגימט' תתק"ל, כנגד שנותיו של אדה"ר"יח.
די נפקא מינה דערביי איז; דער ענין וואָס אדה"ר איז „עיקרן של בני האדם" איז איין ענין וואָס טיילט זיך ניט אין קיין פּרטים; משא"כ „שנותיו של אדם הראשון" — כאָטש אַלע יאָרן וואָס אַ מענטש לעבט זיינען די יאָרן פון דעם זעלבן מענטש — זיינען45דאָך אָבער די יאָרן פאַרשידן און אַנדערש איינער פון דעם אַנדערןי.
און אָט די התחלקות פּרטים וואָס זיינען דאָ אין „קערת כסף" וועלכע איז מרמז צו „שנותיו של אדה"ר", דריקט זיך אויס נאָך מער אין „שלשים ומאה משקלה", וואָס דער מספר „שלשים ומאה" איז „על שם שכשהעמיד תולדות לקיום העולם, בן מאה ול' שנה הי', שנאמרל ויחי אדם שלשים ומאת שנה ויולד בדמותו וגו'";
די „תולדות" (לשון רבים) וועלכע אדה"ר האָט אויפגעשטעלט „לקיום העולם", זיינען אַלע געווען „בדמותו"לא, און דאָך זיינען זיי געווען באַזונדערע און גאָר פאַרשידענע מענטשן ; שת, בנים, בנות.
עד"ז איז אויך ביים „מזרק אחד כסף" וואָס איז בגימטריא תק"ך, אָבער ער איז מרמז אויף די „ת"ק שנה" פון נח'ן ווען „העמיד תולדות" און אויף די „עשרים שנה שנגזרה גזירת המבול קודם תולדותיו" — וועלכע זיינען צוויי גאָר באַזונדערע סוגים93); די „ת"ק שנה" ווען „העמיד תולדות" — פון זיי איז דער קיום העולם; און די „עשרים שנה שנגזרה גזירת המבול קודם תולדותיו" איז דאָך דאָס דער ענין פון „אמחה את האדם גו'" (נוסף — וואָס שנים זיינען, בכלל, פאַרשידען איינער פון דעם אַנדערן, כנ"ל).
און אויך דאָ דריקט זיך אויס דער עיקר התחלקות אין דעם משקל פון דעם „מזרק" — „שבעים שקל", וואָס איז „כנגד שבעים אומות שיצאו מבניו", וואָס יעדער אומה איז דאָך גאָר אַנדערש ובכמה וכמה ענינים פון די אַנדערע אומות; בארצותם, ללשונו, למשפחותם, בגוייהם94).
עד"ז איז עס אויך בנוגע צו „כף אחת עשרה זהב מלאה קטרת", אַז כאָטש זי איז „כף אחת", וואָס ווייזט אויף (איין) תורה שניתנה מידו של הקב"ה, איז אָבער אין דער כף (תורה) פאַראַן „עשרה זהב — כנגד עשרת הדברות", און נאָך מער; זי איז „מלאה קטרת" — די איין תורה איז פול מיט תרי"ג (גאָר שטאַרק פאַרשידענע) מצות.
עד"ז איז אויך ביי „פר אחד איל אחד כבש אחד" וואָס זיינען „כנגד אברהם", „כנגד יצחק" און „כנגד יעקב", אַז כאָטש יעדער פון די דריי אבות איז „אחד", זיינען זיי „אבות"ו פון אַלע אידן. און דאָ דאַרף שוין רש"י ניט מפרט זיין, וואָרום דער „בן חמש למקרא" ווייס אַז אַלע אידן זיינען בני אברהם יצחק ויעקב, זעט ער דאָך ווי יעדער פון די אבות איז שייך צו גאָר פאַרשידענע אידן.
אַזוי איז עס אויך בשייכות מיטן „שעיר עזים" וואָס קומט „לכפר על מכירת יוסף", אַז אין דעם זיינען פאַראַן כמה וכמה חילוקים — וואָ־46רום די כפרה איז דאָך לפי אופן החטא, און אין דעם חטא זיינען די שבטים געווען גאָר פאַרשידןכ; די „בני השפחות" איז „לא היתה שנאתן שלימה"*20); יששכר וזבולון, האָבן ניט אַרויסגעזאָגט זייער דיעה וועגן מכירת יוסףכז ; ראובן איז בכלל ניט געווען באַ דער מכירהח; און ס'איז אויך אַ חילוק אפילו צווישן שמעון ולוי, וואָס האָבן געזאָגט „לכו ונהרגהו"לט, מיט יהודה'ן, וואָס האָט געזאָגט „וידינו אל תהי בו"ל כאָטש ער האָט געגעבן די עצה „לכו ונמכרנו"ל; און אַ ודאי איז אַן אונטערשייד פון ראובן'ען, מיט דעם וואָס זיין כוונה איז גאָר געווען „למען הציל אותו מידם להשיבו אל אביו"לא, לגבי די אנדערע שבטים.
ועאכו"כ, אַז די צען שבטים, וואָס האָבן זיך באַטייליגט אין מכירת יוסף (עכ"פ אין — ויפשיטו את יוסף גו' ויקחוהו וישליכו אותו הבורהלב) — זיינען אַנדערש אין דעם פון יוסף ובנימין; און אויך זיי זיינען ניט גלייך; בנוגע צו יוסף'ן איז שייך צו זאָגן אַז ער האָט עכ"פ גורם געווען צו זיין מכירה, דורך דערציילן זיינע חלומות, משא"כ בנימין האָט דאָך דערצו ניט געהאַט קיין שום שייכותלג;
דאָס זעלבע איז אויך ביי „ולזבח השלמים בקר שנים" וואָס איז „כנגד משה ואהרן שנתנו שלום בין ישראל לאביהם שבשמים" — איז דאָך ניט גלייך די הנהגה פון משה צו דער הנהגה פון אהרן, און עס איז גאָר פאַרשידען די השתדלות אין דער נתינת שלום צווישן די גאָר פאַרשידענע בני ישראל לאביהם בשמים.
און די זעלבע זאַך איז ביי די „ג' מינים" (אילים עתודים כבשים), אַז כהנים לויים וישראלים, אָדער תורה נביאים וכתובים, זיינען דריי גאָר באַזונדערע סוגים. ובדומה לזה איז בנוגע צו די „שלש חמישיות".
ו. מען דאַרף נאָך אָבער פאַרשטיין; וואָס איז דער חילוק צווישן די קרבנות הנשיאים פאַר דעם משכן — די עגלות צב און די בקר — וואָס אַלע נשיאים האָבן געהאַט די זעלבע כוונה — וואָס דעריבער איז דער פּסוק זיי כולל אַלעמען צוזאַמען (כנ"ל ס"ג) — און די קרבנות המזבח, וואָס בלויז בכללות איז ביי זיי געווען די זעלבע כוונה, אָבער בפּרטיות האָט יעדער נשיא געהאַט דערביי זיין באַזונדערע כוונה?
איז די שאלה — באַוואָרנט דער פּסוק גופא, מיט די ווערטער [באַלד ביים אָנהויב פון דערציילן „ויקריבו נשיאי ישראל גו'"לד (וואָס איז כולל אויך די קרבנות המזבח)] „הם נשיאי המטות הם העומדים על הפקודים"לה;47אַז די צוויי סאָרטן קרבנות פון די נשיאים, זיינען געקומען מצד צוויי תכונות וואָס די נשיאים האָבן;
מצד דעם וואָס זיי זיינען „נשיאי המטית", וואָס האָבן געהאַט מס"נ אויף אידן — „ויוכולד שוטרי בני ישראל" וואָס אַלע בני ישראל זיינען געווען אין דער זעלבער עבודת פּרך וכו' — האָבן זיי געבראַכט די זעלבע קרבנות מיט די זעלבע כוונות ורמזים ;
מצד דעם וואָס זיי זיינען „העומדים על הפּקודים", וואָס דאָ האָט זיך געפאָדערט (בעיקר) „איש איש למטה"ה, יעדער נשיא פאַר זיין שבט — מצד דעם ענין האָבן זיי געבראַכט די קרבנות המזבח, יעדער נשיא פאַר זיין שבט, ובמילא זיינען דערביי געווען כוונות פּרטיות.
בהוספה צו די כוונות (ורמזים) פּרטים (מער בדיוק; אין די כוונות (ורמזים) פּרטים) איז דאָך אָבער געווען אויך אַ כוונה (ורמז) כללי — וכנ"ל באַ אדם הראשון; פאַרשידענע יאָרן און תולדות אָבער אַלע זיינען זיי „שני אדם" און „בדמותו" א. ז. וו.
אויך איז, לויט פּשטות הכתובים ופּרש"י משמע, אַז אויך בענין „העומדים על הפּקודים", איז יעדער נשיא געווען צוזאַמען מיט משה ואהרן אויך ביים ציילן די אַנדערע שבטיםלח —
דעריבער איז אויך אין די קרבנות המזבח געווען אַ כללות'דיקע כוונה אין וועלכער אַלע אידן זיינען גלייך,
און דערפאַר איז אויך ביי די קרבנות המזבח, לאחרי ווי עס ווערט אויסגערעכנט יעדער נשיא באַזונדער, זאָגט שפּעטער דער פּסוק „זאת חנוכת המזבח גו' מאת נשיאי ישראל" און איז זיי כולל אַלעמען אינאיינעם.
ז. איינע פון די הוראות דערפון איז;
בשעת אַ איד שטעלט זיך דאַוונען — וואָס תפלות זיינען כנגד קרבנותל — איז לכל לראש דאַרף ער אויף זיך מקבל זיין די מ"ע פון „ואהבת לרעך כמוך", וואָס דאָס דאַרף ער טאָן „קודם התפלה"מ. און ערשט נאָך דעם קומט די הכנה והקדמהמא צו מתפלל זיין אויף זיינע צרכים;
און אויך דאַמאָלט דאַרף ער זיך כולל זיין מיטן כלל (ווי דער דין איזיב אַז אויך תפלת היחיד דאַרף געזאָגט ווערן בלשון רבים);
און בשעת ער איז זיך כולל צוזאַמען מיט אַלע אידן, איז ער זיכער אַז אין זיין תפלה איז ניטאָ קיין פּסול, אָדער עכ"פ אַז מען וועט48ניט זען אין איר קיין פסולמח, און אַז זי איז אין אַן אופן פון „קודש" — ווי ס'איז מרומז אין די קרבנות הנשיאים, אַז דוקא לאחרי ווי דער פסוק איז זיי כולל צוזאַמען, דאַן ערשט זאָגט ער אַז „לא אירע בהם פסול" און אַז זייער וואָג (אין אַלע פרטי קרבנות הכלים) איז געווען „בשקל הקודש"מד,
און דאָס ווערט אַ הכנהמג צו „בהע לותך את הנרות אל מול פּני המנורה יאירו שבעת הנרות", אַז עס זיינען דאָ זיבן גאָר פאַרשידענע נרות (אויך בהלכה למעשהמו: נר המערבי, נר האמצעי, חמש נרות, ב' נרות) אין זיי אַלע איז אָבער דער זעלבער שמן זית זך, באַ אַלעמען דאַרף זיין בהעלותך גו' —
עס ווערט ליכטיג ביי אַלע סאָרטן אידן (וואָס ווערן נכלל אין זיבן סוגיםמז) און באַ זיי אַלע ווערט די עלי' צום זעלבן אָרט; אל מול פני המנורה
און דער אור המנורה גייט אַרויס, דורך די חלונות שקופים אטומים — אין דער גאַנצער וועלטמח — ולכל בני ישראל יהי' אור במושבותם.