ג) דער „כאן לימדך" איז דאָך לכאורה אַ גילוי מילתא (ניט אינעם ענין פון מיתת אהרן, נאָר) אין דעם ענין „וישמע הכנעני" — וואָס פאַר אַ שמועה עס איז געווען — האָט דאָך דער לשון אין פּי' רש"י געדאַרפט זיין בסדר הפוך; כאן לימדך „שהשמועה היא מיתת אהרן" און ניט „שמיתת אהרן היא השמועה"?
ד) אויך אויפן פּסוק „וישמע הכנעני" וואָס אין פּ' חקתד, זאָגט רש"י „שמע שמת אהרן" — פאַרוואָס זאָגט רש"י אין אונזער פּסוק „כאן לימדך שמיתת אהרן כו'" (און איז נאָך מסיים „לפיכך חזר וכתבה") בעת מען ווייס עס שוין פון פּ' חקת?
ב. מפרשים פאַרענטפערן די לעצטע קשיאח: אין פּ' חקת, נאָך „וישמע הכנעני גו'", איז דער פּסוק באַלד ממשיך „כי בא ישראל דרך האתרים". דעריבער קען מען דאָרט לערנען, אַז „וישמע הכנעני" באַציט זיך ניט צו מיתת אהרן וואָס ווערט דערציילט פריער, נאָר צום אויספיר „כי בא ישראל גו'"ט; משא"כ אין אונזער סדרה, וואו אין פּסוק „וישמע הכנעני" ווערט ניט דערמאָנט קיין אַנדער מאורע, מוז מען לערנען אַז „וישמע הכנעני" קומט בהמשך צו מיתת אהרן. און דער טעם וואָס אויך אין פ' חקת זאָגט רש"י „שמע שמת אהרן" — ווייל אַזוי איז עס געדרונגען פון אונזער פּסוק.
ג. והביאור בזה; אָט־דעם אויפטו וואָס מען לערנט אַרויס פון אונזער פּסוק — כאן לימדך — איז רש"י גופא מבאר מיט זיין לשון „שמיתת אהרן היא השמועה שנסתלקו ענני כבוד כו'";
אין פּ' חקת זאָגט רש"י „שמע שמת אהרן ונסתלקו ענני כבוד", אַז ער האָט געהערט וועגן מיתת אהרן און אויךיב אַז „נסתלקו ענני כבוד". אָבער אין אונזער פּסוק זאָגט ער דעם לשון „שמיתת אהרן היא השמועה" (אַז דער מאורע פון מיתת אהרן איז דאָס די — איינציקע — שמועה), נאָר דערנאָך איז רש"י מוסיף (ניט אַלס צוגאָבפּרט אין „וישמע הכנעני", נאָר) אַלס ביאור; „שנסתלקו ענני כבוד" — דאָס וואָס די שמועה שמת אהרן האָט אים דערוועקט צו מלחמה האָבן בישראל, איז עס געווען דערפאַר וואָס בשעת מיתת אהרן זיינען נסתלק געוואָרן די ענני כבוד און ער האָט דעריבער גערעכנט אַז „ניתנה רשות להלחם בישראל"יח.
ס'בלייבט אָבער ניט פאַרשטאַנדיק;
אויך אין פּ' חקת ווערט אין חומשכד ניט דערציילט אַז בעת מיתת אהרן זיינען נסתלק געוואָרן די עננים. פאַרוואָס־זשע זאָל מען אָננעמען אַז „וישמע הכנעני" דאָרט מיינט די שמועה „שמת אהרן ונסתלקו ענני כבוד", און אין אונזער פּסוק — „שמיתת אהרן היא השמועה"טו?
ד. נאָך אַ שינוי אין פּרש"י פון אונזער פּסוק לגבי זיין פּירוש אין פּ' חקת; אין פּ' חקת איז ער מוסיף „ועמלק מעולם רצועה מרדות לישראל מזומן בכל עת לפורעניות" און בפּירושו אויף אונזער פּסוק איז אָט־דער גאַנצער ענין ניטאָ; דאַקעגן גיט ער דאָ צו אַן אַנדער ענין (וואָס ער לאָזט אויס אין פּ' חקת); „וכסבור שניתנה רשות להלחם בישראל".
בנוגע צו דעם וואָס אין אונזער פּסוק דערמאָנט ער ניט אַז „עמלק מעולם רצועה מרדות כו'", קען מען195זאָגן אַז דאָס איז קיין קשיא ניט, ווייל ס'איז ניט נויטיק דאָס צו איבער'חזר'ן אַ צווייטן מאָל; ס'איז אָבער ניט מובן דער צווייטער שינוי; פאַרוואָס זאָגט ער דעם פּרט „וכסבור שניתנה רשות כו'" ערשט אין אונזער פּסוק, און ניטטז ביים ערשטן מאָל וואו עס שטייט „וישמע הכנעני"יז?
מוז מען דעריבער זאָגן, אַז דער פּי' „וכסבור שניתנה רשות להלחם בישראל" קומט בהמשך דוקא צו דעם וואָס אונזער פּסוק איז מחדש „שמיתת אהרן היא השמועה", ד. ה. אין פּ' חקת וואו „וישמע הכנעני" נעמט אין זיך אַריין אויך דעם „נסתלקו ענני כבוד", דאַרף מען דאָרט ניט אָנקומען צום ביאור „כסבור שניתנה רשות כו'"; אָבער אין אונזער פּסוק, וויבאַלד אַז מיט „וישמע הכנעני" ווערט דאָ געמיינט בלויז מיתת אהרן, דאָ דאַרף מען שוין אָנקומען צום הסבר „כסבור שניתנה כו'".
ה. איז דער ביאור בכל זה;
נאָך די ווערטער „וישמע הכנעני" — סיי אין פּ' חקת סיי אין אונזער סדרה — דערציילט אונז דער פּסוק אַז ער, דער „כנעני", האָט זיך געפונען אין „נגב". ס'איז אָבער דאָ אין דעם אַ חילוק צווישן די צוויי פּסוקים: אין פּ' חקת שטייט „הכנעני מלך ערד יושב הנגב" — איז „יושב הנגב" אַ תואר מיט וועלכן ער באַצייכנט דעם „כנעני מלך ערד"; אָבער אין אונזער פּסוק ווערט געזאָגט „הכנעני מלך ערד, והוא יושב בנגב"; זיין תואר איז „כנעני מלך ערד", און „והוא יושב בנגב" איז אַ סיפּור וואָס דערציילט וואו ער האָט זיך געפונען דעמאָלטיח „בבא בני ישראל"יט.
פון דעם שינוי בלשון הפּסוק איז מוכח, אַז אינעם סיפּור „וישמע ה־196כנעני" פון אונזער סדרה דערציילט דער פּסוק אַ נייעם ענין אין זיין שמועה (וואָס דאָס האָט אים באַווירקט צו מלחמה האָבן מיט אידן);
אין פּ' חקת, וואו דער פּסוק איז אים מתאר אַלס „יושב הנגב — זה עמלק (שנא'כ עמלק יושב בארץ הנגב)", רעדט זיך וועגן אַזאַ שמועה וואָס באַווירקט בלויז עמלק'ן מלחמה צו האָבן מיט אידן. ווייל, ווי רש"י איז דאָרט מבאר; „עמלק מעולם רצועה מרדות לישראל, מזומן בכל עת לפורענות".
אין אונזער פּסוק אָבער, ווערט דערציילט וועגן אַזאַ שמועה וואָס וואָלט באַווירקט אויך סתם אַ „כנעני" (וואָס איז ניט קיין „רצועה מרדות לישראל") צו מלחמה האָבן מיט אידן.
ו. עפּ"ז וועט ווערן פאַרשטאַנדיק וואָס אין זיין פּירוש אין אונזער פּסוק איז דער לשון פון רש"י אַנדערש ווי אין זיין פּירוש אין פּ' חקת;
עמלק, זייענדיק פון שטענדיק אָן אַ „רצועה מרדות לישראל", איז תמיד גרייט צו מלחמה האָבן מיט אידן — ניט טראַכטנדיק צי „ניתנה רשות להלחם בישראל", אָדער ניט. און ווי מען זעט עס קלאָר, אַז אויך בחיי אהרן האָט ער זיך ניט אָפּגעהאַלטן דערפון און „ויבא עמלק וילחם עם ישראל"כא, הגם אַז דעמאָלט (ווען די ענני כבודכב זיינען נאָך ניט נסתלק געוואָרן) איז נאָך ניט געווען שייך צו מיינען אַז ס'איז געגעבן געוואָרן רשות צו מלחמה האָבן מיט אידן.
דעריבער לערנט רש"י אַז דער „וישמע הכנעני" — „זה עמלק") וואָס אין פּ' חקת, מיינט ניט די שמועה פון מיתת אהרן גופא, נאָר די תוצאה דערפון — דער סילוק ענני כבוד; כל זמן עס זיינען געווען די ענני הכבוד, האָט ער פּשוט ניט געהאָט קיין מעגלעכקייט צו צוקומען צו די אידן, ווייל זיי זיינען געווען אַרומגערינגלט און באַשיצט דורך די ענניםכג. אָבער ווי נאָר „שמע ש(מת אהרן" און אַז דורך דעם „ו)נסתלקו ענני כבוד" — איז באַלד „וילחם בישראל".
משא"כ אין אונזער פּסוק, וואו דער „וישמע הכנעני" מיינט, אַז ער איז באַווירקט געוואָרן צו דער מלחמה אַלס כנעני (ווי ער האָט מיט זיך פאָרגעשטעלט לויט זיין לשוןכד), באַוואָרנט רש"י און איז מדגיש „שמיתת אהרן היא השמועה"; מצד אָט־דער מעגלעכקייט וואָס האָט זיך געשאַפן דורך סילוק ענני הכבוד, וואָלט ער (אַלס „כנעני") ניט געקומען מלחמה האַלטן מיט זיי; ער האָט דאָס געטאָן נאָר דערפאַר וואָס ער האָט געהערט שמת אהרן און דעריבער „כסבור שניתנה רשות להלחם בישראל"כה.
ועפּ"ז וועט מען אויך פאַרשטיין פאַרוואָס רש"י איז מעתיק די ווערטער „וישמע הכנעני" — הגם אַז197מיט זיין פּירוש „שמיתת אהרן היא השמועה" ווערט אָפּגעטייטשט בלויז דער וואָרט „וישמע" — ווייל דערמיט מיינט ער צו אונטערשטרייכן, אַז אונזער פּסוק רעדט וועגן אַזאַ שמועה וואָס האָט אים אַלס כנעני באַווירקט צו דער מלחמה מיט אידןכו.
ז. מען דאַרף אָבער פאַרשטיין;
ס'איז מובן בפּשטותכז, אַז אינעם „וישמע הכנעני" אין אונזער פּסוק, ווערט דערציילט דער זעלבער מאורע ווי דער וואָס ווערט דערציילט אין פּרשת חקת — ד. ה. אַז בפּועל איז עס געווען עמלק, איז במילא מובן אַז זיין „וילחם בישראל" איז געקומען דערפאַר וואָס ער איז „רצועה מרדות כו'" און ער איז גרייט צו לוחם זיין מיט אידן ניט טראַכטנדיק וועגן ניתנה רשות ; און דאָס וואָס אונזער פּסוק איז משנה בלשונו, זאָגנדיק „וישמע הכנעני גו' והוא יושב בנגב" (און מיט די דיוקים הנ"ל אין דעם), ווערט דערמיט בלויז געמיינט, אַז אפילו אויב ער וואָלט ניט געהאַט אין זיך די תכונות פון „עמלק" און ער וואָלט געווען אַ „כנעני", וואָלט ער סיי ווי מלחמה געהאַלטן מיט אידן צוליב דעם וואָס „סבור שניתנה רשות להלחם בישראל".
לפ"ז ווערט דאָך לגמרי שווער צו באַנעמען; צוליב וואָס דערציילט דער פּסוק אַן ענין וואָס האָט אין פּועל ממש ניט פּאַסירט און איז אינגאַנצן אַן ענין פון „אילו יצוייר"?
און דאָס באַוואָרנט רש"י דערמיט וואָס ער זאָגט „כאן לימדך שמיתת אהרן היא השמועה" —
אינעם סיפּור פון מיתת אהרן בפּרשתנו, ווערן דערציילט אַ צאָל פּרטים וועלכע זיינען ניט פאַראַן אין פּרשת חקת; דער אופן פון זיין הסתלקות „על פי ה' — שמת בנשיקה"כח; דער זמן ההסתלקות — „בשנת הארבעים גו' בחדש החמישי באחד לחדש"כט; און ווי אַלט ער איז דאַן געווען — „ואהרן בן שלש ועשרים ומאת שנה במותו"ל.
איז וויבאַלד אַז אין אונזער פּרשה ווערן דערציילט כמה פּרטים עיקריים אין שייכות מיט מיתת אהרן (וואָס ווערן ניט דערציילט אין פּרשת חקת), דערפאַר איז „כאן לימדך שמיתת אהרן היא השמועה" — אין דער פּרשה (וואו ער איז אויסן צו198דערציילן כו"כ פרטים אין מיתת אהרן) לערנט ער אונז נאָך אַ פרט אין דעם ענין און אַ פרט וואָס באַווייזט אַף דעם גודל חשיבות מיתת אהרן; מיתת אהרן מצד עצמה, איז געווען דאָס וואָס האָט גע'פועל'ט אויפן „כנעני" צו לוחם זיין מיט אידן (און ניט מחמת דער תוצאה פון מיתת אהרן — סילוק ענני כבוד, וואָס קען באַווירקן בלויז עמלק'ן) — ווייל דורך מיתת אהרן איז ער „סבור שניתנה רשות להלחם בישראל".
ועפ"ז איז פאַרשטאַנדיק אויך דער שינוי הלשון וואָס איז דאָ אין אונזער פסוק לגבי דעם פסוק אין פ' חקת; דאָרט ווערט דערציילט „וישמע הכנעני גו'" ווי אַ סיפור פאַר זיך אַליין, און וויבאַלד אַז בפועל איז עס געווען עמלק (ס'איז נאָר וואָס „שינה את לשונו לדבר בלשון כנען"), דעריבער זאָגט דער פסוק „יושב הנגב"; אָבער אין אונזער פסוק ווערט דער סיפור „וישמע הכנעני" דערציילט אין צוזאַמענהאַנג מיט מיתת אהרן, אַלס אַ טייל פון דעם, בכדי אַרויסצוברענגען דאָס וואָס אידן האָבן פאַרלאָרן און געליטן דורך זיין פטירה — דערפאַר שטייט דאָ דער לשון „וישמע הכנעני גו' והוא יושב בנגב", ווייל דורך דעם סגנון ווערט אַרויסגעבראַכט דער גאָר גרויסער שאָדן וואָס מיתת אהרן האָם גורם געווען — אפילו ניט קיין עמלק איז געווען גרייט צו אָנפאַלן אויף אידן.
און דערפאַר זאָגט רש"י „כאן לימדך שמיתת אהרן היא השמועה" און ניט „שהשמועה היא מיתת אהרן" — ווייל דער מכוון פון „לימדך" אין אונזער פסוק איז (ניט דער ענין פון „וישמע הכנעני", נאָר) „מיתת אהרן" (וואָס ווייזט אויף גדלותו).
ח. לאחרי כל הנ"ל פאָדערט זיך נאָך אַלץ ביאור; פאַרוואָס ווערן דערציילט כמה ענינים עיקריים אין מיתת אהרן דווקא ווען דער סיפור ווערט דערציילט צום צווייטן מאָל, און ניט אין פ' חקת — וואו דער סיפור שטייט צום ערשטן מאָל?
אין דרך הפשט איז עס טאַקע ניט אַזוי קשה — ווייל מען געפינט עד"ז אין נאָך ערטער — אָבער פונדעסטוועגן גאָר גלאַט איז עס ניט ובפרט אַז דאָ רעדט זיך גאָר וועגן מסעות בנ"י, משא"כ בפ' חוקת.
און דאָס איז איינער פון די ענינים פון „יינה של תורה" וואָס איז דאָ אין דעם פירוש רש"י;
דער זמן פון פרשת מסעי איז אַלעמאָל בסמיכות צו ר"ח מנ"אלא. און וויבאַלד אַז בכל שנה ושנה איז חוזר וניעור אין דעם זמן דאָס וואָס איז געשען בפעם הראשונהלב, דערפאַרלג האָט תורה אַריינגעשטעלט דעם זמן פון מיתת אהרן (— „בחדש החמישי (מנ"א) באחד לחדש"), ווי אויך נאָך ענינים עיקריים פון מיתת אהרן — אין פרשת מסעילד.
199און דערפון קען מען אויך אַרויסנעמען אַ הוראה בנוגע צו די שמירת השיעורים פון לימוד חומש מיט פּירוש רש"י (און אַזוי אויך די שיעורים פון תהלים און תניאלה — זעלבסטפאַרשטענדלעך, נוסף צו די שיעורים הקבועים וואָס יעדערער האָט) — אַז מען דאַרף עס לערנען דבר יום ביומו, און ניט אָפּלייגן פון איין טאָג אויפן צווייטן — ווייל דער שיעור פון יעדער טאָג איז שייך צו דעם טאָג.