לקוטי שיחות
הוספות - שיחות ומכתבים א
209— — —
לויט דער באַוואוסטער אָנווייזונג פון דעם אַלטן רבי'ןב צו פאַרבינדן יעדער זאַך פון אידישן לעבן מיט דער תורה, ובפרט — מיט דער פּרשה פון דער וואָך וואָס מ'לייענט דעמאָלט בתורה — צו לערנען און אַרויסנעמען פון איר אָנווייזונגען,
איז אַזוי אויך בנוגע דעם וואָס מ'טרעפט זיך צוזאַמען אין דעם טאָג ווען מ'הויבט אָן לערנען פ' במדבר.
אין אָנפאַנג פּרשת במדבר ווערט דערציילט, אַז שוין במדבר סיני האָט דער אויבערשטער אָנגעזאָגט אַז מען זאָל ציילן די אידן, כאָטש אַז ס'האָט נאָך געדאַרפט נעמען אַ לענגערע צייטב ביז זיי וועלן אַריינקומען אין ארץ ישראל.
די איינפאַכע כוונה פון ציילן איז דאָך אויף צו אָפּטיילן די זאַך וועלכע מען ציילט פון די זאַכן וועלכע זיינען אויסווייניק דערפון, אָפּטיילן איין פאָלק פון אַנדערע פעלקערג, וואָס דאָס פּאַסט דאָך ניט לכאורה בשעת די אידן זיינען געווען אין מדבר און האָבן ניט געהאַט קיין געלעגנהייט אויסצומישן זיך מיט אַנדערע פעלקער — פונדעסטוועגן, שוין דעמאָלט זיינען אידן געווען גאָר טייער ביי דעם אויבערשטן, און דאָס האָט זיך אויסגעדריקט, צווישן אַנדערע זאַכן, אויך אין דעם וואָס דער אויבערשטער האָט געהייסן אַז מ'זאָל ציילן די אידן, ווי רש"י ערקלערט אין דעם פסוק.
און דאָס איז געווען כדי „להודיע חיבתן"ד, אויף באַווייזןח די ליבשאַפט פון אידן, און ניט נאָר באַווייזן סתם נאָר „להודיע" — געבן צו וויסן און פּראָקלאָמירן דאָס פאַר דער גאַנצער וועלט*),
כאָטש אַפילו אַז דער אויבערשטער ווייס דאָך די צאָל פון אַלע באַשעפענישןז, עאכו"כ די צאָל פון אידן — וויל אָבער דער אויבערשטער געבן210צו וויסן דער וועלט, און אַלע פעלקער פון דער וועלט, אַז „והייתם לי סגולה מכל העמים"ח, „אתה בחרתנו", אַז ס'איז דאָ אַן אויסדערוויילטער פאָלק, וואָס ער גייט נאָך זיינע פירער0) — די אמת'ע פירער, משה ואהרן [וואָס משה האָט דאָך מקבל געווען די תורה מסיני און האָט דאָס דערנאָך געלערנט מיט אידןי, און אהרן הכהן האָט דאָך ממשיך געווען דעם אויבערשטנס ברכות צו אידן דורך די ברכות כהניםיא (וואָס דאָס איז דאָך ענינו פון אַ כהן ביז און אפילו אין אונזערע טעג)], וואָס דערפאַר איז אויך די ציילונג געווען על ידי משה ואהרןיב.
ציילן אַ פאָלק קען מען דאָך אין פאַרשידענע וועגן; ציילן יעדערן באַזונדער אַלס אַ באַזונדער איינהייט; אָדער ציילן יעדער שבט אַלס אַ באַזונדער איינהייט ; אָדער אויף פאַרשידענע אַנדערע וועגן — דערציילט ער אין אָנהייבס פ' במדבריג, אַז דער אויבערשטער האָט אָנגעזאָגט אַז די ציילונג זאָל זיין „למשפחותם לבית אבותם", ד. ה. אַז מען זאָל זיי ציילן ווי דאָס איז אויסגעשטעלט לויט משפחות — משפחות'ווייז.
כאָטש אַז די כוונה דערפון איז געווען אַז מען זאָל וויסן וויפל אידן זיינען פאַראַן אין יעדער שבט, ווי רש"י טייטשט דאָס אָפּ — ערקלערן דאָך אָבער דער מהר"ל מפּראָג און אַנדערע מפרשיםיד, אַז דאָס גופא האָט מען אָבער געטאָן דורך דעם וואָס פריער האָט מען זיי געציילט „למשפחותם" [ווי עס שטייטטו אויך ווייטער „ויתילדו על משפּחותם לבית אבותם"] — וויפל איינהייטן עס זיינען דאָ אין יעדער משפּחה, און דערנאָך האָט מען צוזאַמענגעלייגט באַזונדער דעם מספר פון אַלע משפחות פון יעדער שבט.
דערפון זעט מען, אַז דער אידישער פאָלק איז געבויט און באַגרינדעט אויף דער משפּחה, ווי די פאַמיליע ציילט זיך, ד. ה. אויף דעם ווי די פאַמיליע פירט זיך.
211וויבאַלד אַז אַזוי איז געווען ביי דער ציילונג, איז דאָך פאַרשטאַנדיק, אַז אַזוי איז געווען ביי מ"ת, וואָרום אַלע זאַכן נעמען זיך דאָך פון תורהי, ובפרט זאַכן וואָס זיינען פאַרבונדן מיט אידן; דערפאַר געפינט מען אַז די הקדמה צו מ"ת [ד. ה. דאָס צונרייטן פון דעם אידישן פאָלק אויף אויפנעמען די תורה ווי תורה דאַרף אויפגענומען ווערן] איז געווען „כה תאמר לבית יעקב ותגיד לבני ישראל"יז (אַזוי זאָלסטו זאָגן צו בית יעקב, און ריידן מיט בני ישראל), וואָס אונזערע חכמיםיח טייטשן דאָס אָפּ, אַז „לבית יעקב" מיינט דאָס די פרויען, און (דערנאָך ערשט) „ותגיד לבני ישראל" — רעדן מיט די מענער,
זאָגן מפרשים, אַז פאַרוואָס ווערן פרויען אָנגערופן מיטן נאָמען „בית יעקב", ווייל זיי זיינען די וואָס האַלטן אויף די בתיםיט, די משפחותכ, פון יעקב, פון דעם אידישן פאָלק.
זעט מען די וויכטיקייט פון די משפּחות פון אידן (וואָס אַ משפּחה האַלט זיך אויף דער עקרת הבית, אויף דער פרוי) אויך ביי מתן תורה, וואָס דערפאַר ווערט דאָ אונטערשטראָכן דער ענין פון „בית יעקב"; (אויך) ביי מתן תורה איז וויכטיק די אידישע פאַמיליע, די אידישע משפּחה, ווייל דאָס זיינען די גרונדשטיינער פון וועלכע עס שטעלט זיך צוזאַמען דער אידישער פאָלק.
וויבאַלד אַז דאָס איז געווען אַזוי ביי מתן תורה, איז דאָך פאַרשטאַנדיק אַז אַזוי איז אויך געווען גלייך בהתחלת בריאת העולם, וואָרום „בראשית — בשביל ישראל ובשביל התורה"כא, אַז דאָס וואָס דער אויבערשטער האָט באַשאַפן „את השמים ואת הארץ", די גאַנצע וועלט, איז דאָס געווען פאַרבונדן מיטן אידישן פאָלק (בשביל ישראל) און מיט דער אידישער תורה (בשביל התורה);
דערפאַר איז אויך גלייך ביי דער באַשאַפונג פון דעם ערשטן מענטשן אין דער וועלט — אדם הראשון — דערציילט מען אַז די באַשאַפונג אין געווען אין אַן אופן פון „זכר ונקבה בראם ויברך אותם ויקרא את שמם אדם"כב; ד. ה. אַז דוקא בשעת עס האָט זיך צוזאַמענגעשטעלט די ערשטע פאַמיליע אין דער וועלט (ניט גלייך ווי אדם הראשון איז באַשאַפן געוואָרן), דעמאָלט ערשט האָט דער אויבערשטער געבענטשט זייכג און אָנגערופן שמם „אדם",212ד. ה. אַז דעמאָלט איז מען אַן „אדם" ווי עס באַדאַרף צו זיין, אָבער פאַר דעם איז יעדער פאַר זיך אַ „פּלג גופא", אַ האַלבע זאַך, ניט קיין גאַנצער אדם, ווי עס שטייט אין זהרכד, און די גמראכה טייטשט דאָס אָפּ.
פּונקט ווי דאָס איז געווען ביי דער באַשאַפונג פון דעם אַלגעמיינעם אָנהייב פון מענטשן, פון אדם הראשון, וואָס פון אים שטאַמען דאָך אַלע פעלקער, אַזוי איז אויך געווען ביי דעם ערשטן איד, ביי דעם אָנהייבס פון דעם אידישן פאָלק, ביי „אחד הי' אברהם"כו, וואָס ער איז געווען דער ערשטער איד אין וועלטכז;
אַרום זיינען געווען אַלע פעלקערכח, וואָס זיי זיינען ניט געווען פאַרבונדן מיטן אויבערשטן, און אַפילו זיין פאָטער, איידער ס'איז געווען אין אים די ענדערונגכ, איז אויך געווען ניט ווי עס באַדאַרף צו זיין, דערנאָך איז געווען „ואקח את אביכם את אברהם גו' ואולך אותו בכל ארץ כנען"ל, אַז דער אויבערשטער האָט אַרויסגענומען אברהם'ן און האָט אים געבראַכט אין ארץ כנען, און דערמיט הייבט זיך אָן דער „קרבנו המקום לעבודתו" (ווי ס'שטייט אין דער הגדה), מיט דעם וואָס דער אויבערשטער האָט אים אַרויסגענומען פון צווישן אַלע פעלקער און אים געמאַכט נאָענט אַז ער זאָל דינען, און ווערן איין זאַך מיטן אויבערשטן.
דערציילט ער אין חומש בפרטיות (מיט די איינצלהייטן), אַז כאָטש מען זאָגט „ואקח את אביכם", וואָס דאָס מיינט אברהם אַליין, איז אָבער אויך געווען „ואת שרי אשתו", און ביי זיי איז געווען די זעלבע „לעבודתו" — „את הנפש אשר עשו בחרן"לא, וואָס דאָס מיינט די „אַקטיוויטיס" (פּעולות און מעשים), וואָס זיי האָבן געטאָן ביידע צוזאַמען, ווי רש"י טייטשט אָפּ, אַז אברהם האָט זיך פאַרנומען מיט די מענער אַרום אים, און שרה האָט זיך פאַרנומען מיט די פרויען אַרום איר, און זיי האָבן דאָס געטאָן ביידע צוזאַמען, אַלס אַ פאַראייניקטע זאַךלב,
און דערמיט האָט זיך אָנגעהויבן דער „קרבנו המקום לעבודתו".
די ערציילונגען וואָס זיינען אין תורה זיינען דאָך ניט צו דערציילן אַ זאַך וואָס עס האָט געטראָפן מיט הונדערטער אָדער טויזנטער יאָרן צוריק,213כדי מען זאָל האָבן אַ שיינע „מעמאָרי" (אַ שיינעם זכרון) פון דעם וואָס עס האָט געטראָפן אַמאָל, נאָר דאָס איז אַ חלק פון תורה, אַן אָנווייזונג און אַן אָפּלערנונגלג, מען זאָל וויסן ווי מען דאַרף זיך פירן איצטער — איז פאַרשטאַנדיק אַז דאָס אַלעס אויבנדערמאָנטע האָט אַ הוראה אויך פאַר היינט;
כאָטש מען לעבט אין אַ צייט וואָס עס זיינען דאָ אַזוינע וואָס אונטערשטרייכן אַז יעדער דאַרף זיין פאַר זיך, זען וואָס ער קען אויפטאָן אין דעם וואָס עס איז אים נוגע, און וואָס ער קען „פאַרדינען", און וואָס עס לוינט זיך פאַר אים —
זאָגט תורה, אַז דער עיקר דאַרף זיין אַז עס זאָל זיין אַ פאַמיליע און אַ משפּחה־אחת, אַן איינהייט; אַף על פּי אַז כדי עס זאָל זיין אַ פאַמיליע מוז דאָס צוזאַמענגעשטעלט ווערן פון צוויי באַזונדערע מענטשן, וואָס דער אויבערשטער האָט זיי באַשאַפן בדוקא אַנדערש איינער פון דעם צווייטן, און ער האָט יעדערן געגעבן אַ באַזונדערע שליחותלד, אָבער דאָס איז ניט וואָס יעדערער אַרבעט און טוט פאַר זיך, נאָר פאַרקערט, יעדערער טוט צוזאַמען מיטן צווייטן, ער איז משלים (דערגענצט — וואָס יענער האָט ניט געטאָן) און ברענגט אים צו זיין שלימות, אַז דער צווייטער זאָל זיין אין דער פולסטער מאָס דאָס וואָס ער דאַרף זיין, און דורך זיי ביידן צוזאַמען ווערט צוזאַמענגעשטעלט אַ נייע איינהייט וואָס ווערט אָנגערופן „משפּחה"לה.
און פון דעם ווערט צוזאַמענגעשטעלט דער גאַנצער אידישער פאָלק, וואָס זיין תפקיד ושליחות איז אויף מאַכן ליכטיק אין וועלט מיט זייער ליכטיקייט, ביז די וועלט זאָל דערזען דעם אמת, אַז „ה' הוא האלקים" און „אין עוד מלבדו"לו, אַז דער אויבערשטער איז דער וואָס ניט אַלע עניניםלז אין וועלט, און חוץ אים איז קיינער ניטאָ;
און מען זאָל אויך זען און דערזען און אַנערקענען, אַז דער אויבערשטער גיט יעדערןלח אַ שליחות; נעמען אָנטייל אין דער הייליקער אַרבעט פון ליכטיק מאַכן די וועלט מיט „נר מצוה ותורה אור"לט, מיט דער ליכטיקייט פון אידישקייט.
ווי גערעדט פריער, האָט יעדער איינצלנע משפּחה איר שליחות וואָס214פירט זיך אויס דוקא דורך דעם וואָס ביידע אַרבעטן צוזאַמען, וואָס דורך דעם ווערט אַ גאַנצע זאַך און אַ שלימות'דיקע זאַך (אַ פּערפעקטע זאַך). איז פון דעם פאַרשטאַנדיק, אַז כאָטש בפועל האָבן זיי צוויי באַזונדערע אַרבעטן — דער עיקר אַרבעט פון פרויען איז דאָך אין הויזמ, און דער עיקר אַרבעט פון מענער איז דאָךמא אין אַ ישיבה און אין פאַרדינען אויף דער פרנסה און אין ענלעכע זאַכן — איז דאָס ניט דערפאַר וואָס איינער איז העכער און איינער איז נידעריקער, נאָר יעדערער פון זיי ווערט אָנגערופן, כנ"ל, אַ האַלבע זאַך, און דורך זיי ביידע צוזאַמען ווערט צוזאַמענגעשטעלט (און עס ווערט) דער („ויקרא את שמם) אדם", דער אמת'ער (נאָמען) „אדם", ווי דער של"המב טייטשט אַז דאָס איז פון לשון „אדמה לעליון", אַז זיי זיינען געגליכן „לעליון" צום אויבערשטן, כביכול, אַליין;
פּונקט ווי דער אויבערשטער ברא „את השמים ואת הארץ", באַשאַפט די וועלט, אַזוי איז אַ מאַן מיט זיין פרוי צוזאַמען באַשאַפן כביכולמג זייער וועלט, זייער משפּחה, און דורך דעם זיינען זיי מקיים אויך זייער שליחות אין וועלט; „פּרו ורבו" (לשון רבים)מד — אויפברענגען קינדער וואָס פירן זיך אין דעם אויבערשטנס וועגן; „ומלאו את הארץ" — און מ'פילט אָן די וועלט; און ניט חס־ושלום ווערן באַווירקט פון דער וועלט, נאָכמאַכן די וועלט, און נאָכלויפן די וועלט, נאָר פאַרקערט — „וכבשוה", מען נעמט איין די וועלט, אַז די גאַנצע וועלט זאָל זיך פירן ווי דער אויבערשטער וויל.
דערצו האָט מען די ספּעציעלע ברכה פון דעם אויבערשטן אויף מקיים זיין אָט די שליחות, ביז אין אַן אופן אַז עס זאָל זיין (ווי דער סיום) „והנה טוב מאד"מח, אַז ס'איז גוט פאַר זיי, ס'איז גוט פאַר זייערע קינדער, ס'איז גוט פאַרן גאַנצן אידישן פאָלק, און ס'איז גוט פאַר דער גאַנצער וועלטמ.
און זיי פועל'ן — אַז ניט קוקנדיק אויף דעם וואָס די וועלט איז געשפּאָלטן און פאַנאַנדערגעריסן, קיינער רעדט זיך ניט צוזאַמען, און וויל זיך ניט צוזאַמענריידן, מיטן צווייטן; מען וויל אויסנוצן דעם צווייטן בלויז צוליב דער אייגענער טובה — איז די שליחות און לעבנס־ריכטונג פון דעם215אידישן פאָלק, פון יעדער אידישער משפחה, פועל'ן דורך דער פּאַסנדער אויפפירונג, אַז ס'זאָל זיין „ואהבת לרעך כמוך"מא (האָב ליב דיין חבר פּונקט ווי דו האָסט זיך ליב) ; און על אחת כמה וכמה אַז אָט די באַציאונג דאַרף זיין צווישן די באַשטאַנדטיילן, צווישן די מיטגלידער, פון דער זעלבער משפחה.
דורך אָט דער אהבת ישראל, וואָס זי איז פאַרבונדן מיט אהבת ה'מח, מיט די ליבשאַפט, וואָס יעדער איד, מאַן אָדער פרוי, האָט צו דעם אויבערשטן, וואָס דאָס דריקט זיך אויס אין אהבת התורהמט, אַז מען האָט באמת ליב די תורה מיט אַלע אירע אָנווייזונגען, און מען לערנט דאָס און מען איז מקיים ניט אַלס יאָך חס ושלוםנ, נאָר אַלס אַ זאַך וואָס מען האָט ליבנא, און מען דאַנקט דעם אויבערשטן דערפאַר וואָס ער האָט געגעבן די תורה לעמו ישראל, און דערפאַר וואָס ער האָט אונז געגעבן די מצות, „אשר קדשנו במצותיו וצונו" —
דורכדעם מאַכט מען איבער די וועלט, אַז אויך אין וועלט זאָל אַריינקומען אהבה און שלוםנב, און דאָס וועט זיין די נאָענטסטע צוגרייטונג צו ביאת משיח צדקנו, וואָס ער שטאַמט דאָך פון דוד'ן און שלמה בנונג, וואָס אויף שלמה שטייטנד „הוא יהי' איש מנוחה גו' ושלום ושקט אתן על ישראל בימיו", דער אמת'ער שלום און די אמת'ע מנוחה — און אַזוי וועט אויך זיין ווען משיח וועט קומעןס.
כדי צוקומען דערצו האָט יעדערע פון אייך, און יעדער מיטגליד פון אידישן פאָלק, די שליחות פון דעם אויבערשטן אַז יעדערער זאָל טאָן אַלץ וואָס ער קען, אויף אייננעמען די וועלט דורך און צוליב תורה ומצות, און דעמאָלט טוט מען דאָס (מיט דעם אויבערשטנס ברכה) — מיט אַ סך הצלחה.
בפרט אין די טעג ווען מ'גרייט זיך במיוחד צו קבלת התורה בשמחה ובפנימיות, מ'גייט צו חג השבועות, זמן מתן תורתינו — העלפט דאָס אַז מען זאָל גיין צוגעגרייטערהייט אויף אויפנעמען די תורה מיט אַ שמחה, און אויפנעמען איר אַז זי זאָל דורכדרינגען דעם גאַנצן מענטשן און דורך דעם — די גאַנצע משפחה, אַז די משפחה זאָל זיין אַ תורה משפחה, אַ גאַנצע משפחה216און אַ געזונטע משפחה, בגשמיות וברוחניות גם יחד, סיי אין גוף, סיי אין נשמה, סיי אין רוחניות'דיקע און איידעלע זאַכן, און סיי אין גשמיות'דיקע און איינפאַכע זאַכן,
מיט דער נקודה הפנימית — מיט דעם אויבערשטנס ברכה פון „פרו ורבו ומלאו" — האָבן קינדער, זין טעכטער און אייניקלעך, וועלכע וועלן גיין אין דעם זעלבן וועג, צוזאַמען מיט זייערע עלטערן און צוזאַמען מיט זייערע זיידעס און באָבעס,
ביז מיר וועלן זוכה זיין, צוזאַמען מיטן גאַנצן אידישן פאָלק, גיין מקבל זיין פני משיח צדקנו, וואָס ערנח וועט פאַרענדיקןנז די לעצטע טעג פון גלות, און אונז אַרויסנעמען פון גלות,
און אַרויסגיין בגאולה האמיתית והשלימה, אין דער אמת'ער גאולה און אין דער גאַנצער גאולהנח, בקרוב ממש, גאָר אין גיכן, אין אונזערע טעג, ובשמחה ובטוב לבב, מיט שמחה און מיט אויפגעלייגטקייט און מיט לעבעדיקייט און מיט ליכטיקייט, ווי תורת החסידות פאַרלאַנגטנט,
— דורך דערויף וואָס יעדערע פון אייך, בתוך כלל ישראל, וועט אויך איצטער ברענגען די לערנונג פון חסידות מיט איר לעבעדיקייט און מיט איר אויפגעלייגטקייט און מיט איר שמחה, צו אַלע פרויען און טעכטער פון דעם אידישן פאָלק,
און דורך דעם80) וועלן מיר אַלע צוזאַמען גיין, ווי גערעדט פריער, אין דער אמת'ער גאולה, ובעגלא דידן, בקרוב ממש אין אונזערע טעג, אמן כן יהי רצון.
דער אויבערשטער זאָל אייך מצליח זיין, אַז די אַלע גוטע החלטות וואָס מ'האָט אָנגענומען אויפן כינוס זאָל מען מקיים זיין אין דער פולסטער מאָס, געזונטערהייט און פריילעכערהייט; און דורך ערפילן די החלטות, זאָל ווערן דער רצון, דער וועלן און דער געשמאַק, אויף אויפטאָן נאָך מערער און נאָך מערער;
217האָבן אַ געזונטן און פריילעכן זומער, און אַ געזונטן און פריילעכן תמיד, ביז אַז תמיד כל הימים — פון איצטער אָן און ווייטער — זאָל מען ניט וויסן פון קיינע ניט־יין־געוואונטשענע זאַכן, און יעדערע פון אייך, מיט איר משפחה, מיט אַלע משפחות פון דעם גאַנצן אידישן פאָלק בכל מקום שהם (וואו זיי געפינען זיך), זאָלן האָבן אך טוב וחסד (נאָר גוטע זאַכן) מידו המלאה הפתוחה הקדושה והרחבה — ווי דער אויבערשטער בענטשט און גיט אידן פון זיין פולער האַנט, פון זיין אָפענער האַנט, פון זיין הייליקער האַנט און פון זיין ברייטער האַנט, למטה מעשרה טפחים, אויך אין גשמיות'דיקע זאַכן,
אין אַן אופן אַז יעדערער וועט זען די ברכה אָפענערהייט און פולערהייט, אין אַלץ וואָס מ'נויטיקט זיך, און נאָך מער ווי מ'נויטיקט זיך,
וואָרום וויבאַלד דאָס קומט פון דעם אויבערשטן, וואָס ער איז דאָך אין סוף (אָן באַגרענעצונג), וועט אויך זיין ברכה און זיין הצלחה זיין בלי גבול (אָן קיין באַגרענעצונג) 81),
און דערנאָך זאָל מען דאָס אויך אויסנוצן ניט רעכענענדיק זיך מיט די באַגרענעצונגען פון וועלט, אויך ניט מיט די באַגרענעצונגען פון חשבונות וואָס מ'מאַכט — נאָר טאָן אין די אַלע ענינים מיט אהבת ה', מצד די ליבשאַפט צום אויבערשטן, מצד די ליבשאַפט צו תורה און מצד די ליבשאַפט צו אידן — וואָס דאַן ווערט דאָס געטאָן, און מ'פירט אויס, מער פון אַלע חשבונות (און ווי גערעדט) — מיט אַ סך הצלחה אין אַלע הינזיכטן. אמן.
(שיחת יום א' פ' במדבר, כ"ח אייר, ה'תשל"א
— בהכינוס הט"ז של אגודת נשי ובנות חב"ד)218„גוי אחד בארץ"ג — אַז ס'איז אַן איין־ון־איינציקער פאָלק אין דער גאַנצער וועלט,
און ניט נאָר איז אַזוי געווען בזמן שבית המקדש הי' קיים, ווען דער בית המקדש איז געווען, און מ'האָט געהאַט אַן אייגענעם מלך מיט אַ סנהדרין, מיט אַלע אַנדערע הייליקע זאַכן; און ניט נאָר ווען מ'האָט באַקומען די תורה, וואָס דעמאָלט איז מען געווען אין אַ מדבר, אויסגעטיילט און אָפּגעטיילט פון אַלע פעלקער, — נאָר אויך ווען „מפוזר ומפורד בין העמים"ד [ווען דורך דעם אויבערשטנס ווילן, האָט ער פאַנאַנדערגעשיקט אידן צווישן אַלע איבעריקע פעלקער, אין פאַרשידענע לענדער], איז (אפילו ניט־אידן אַנערקענען און זאָגן) — „ישנו עם אחד", אַז ס'איז אַן איין־און־איינציקער פאָלק — אויך אין דער צייט ווען ער איז „מפוזר ומפורד בין העמים",
און מיט וואָס איז דאָס — דורך דערוף וואָס „ודתיהם שונות מכל עם", וואָס זייערע אויפפירונגען און זייערע געזעצן, און זייער דת — זייער רעליגיע — איז אַנדערש פון אַלע איבעריקע פעלקער, וואָס דורך דעם בלייבן זיי גאַנץ אַלס אַ פאָלק, און בלייבן גאַנץ אַלס אַ יחיד — אַלס איינצעלנע מענטשן, און דאָס איז די איינציקע גאַראַנטי אַז מ'זאָל ח"ו ניט גיין פאַרלאָרן, אָדער בגשמיות, אָדער ברוחניות, אָדער אין ביידע אופנים.
וויבאַלד אַז דער אויבערשטער האָט אַזוי אַוועקגעשטעלט, וואָס דער אויבערשטער איז דאָך דער מקור — דער אָנהויבס און דער קוואַל — פון וועמען ס'ווערט אָנגעפירט די גאַנצע וועלט, און אידן בפרט באַקומען טוב וחסד — גוטע זאַכן און באַרעמהערציקע זאַכן,
איז דערפון פאַרשטאַנדיק, אַז דאָס איז ניט געמאַכט געוואָרן, ח"ו, אויף מאַטערן אידן און מאַכן זיי שווער און ענג, נאָר אדרבה, אָט דאָס וואָס מ'האָט זיי געגעבן „דתיהם (וועלכע זיינען) שונות מכל עם" — ספּעציעלע אויפפירונגען און געזעצן, און אַ תורה וואָס איז געגעבן געוואָרן, אין זמן מתן תורה, פאַר זיי בפרט, איז דאָס כדי דורך דעם זאָלן זיי אויפגעהייבן ווערן צו דער דרגא — צו דעם שטאַנד — צו וועלכע זיי זיינען צוגעפּאַסט,
און דאָס וועט זיין זייער גליק און זייער שלימות, אַז זיי וועלן זיין ווי זיי דאַרפן זיין, אין דער פולסטער מאָס, אין זייער לעבן אין דער וועלט צווישן אַלע פעלקערה,
ביז אַז אויך די פעלקער אַנערקענען אַז „היא חכמתכם ובינתכם"ח אויב אידן פירן זיך אויף לויט דער תורה; וואָס אַלע פעלקער ווייסן אַז דאָס איז געגעבן געוואָרן צו אידן [אפילו די פעלקער וואָס פירן זיך ניט אויף ווי זיי דאַרפן זיך אויפפירן לויט דער תורה; דאָס אָבער אנערקענען זיי אַלע,219אַז די תורה איז געגעבן געוואָרן צו אידן באַם מעמד הר סיני], איז אויך זיי אַנערקענען, אַז די וועג ווי אַזוי אידן קענען בלייבן אַלס אַ פאָלק, און זיכער איז דאָס דער בעסטער וועג ווי אַזוי זיי זאָלן זיין ווי אידן דאַרפן זיין ווי יחידים, איז דאָס דוקא דורך דעם וואָס עס וועט זיין „דתיהם שונות מכל עם" — דוקא דורך דעם וואָס זיי וועלן לעבן אַנדערש, און אויפפירן זיך אַנדערש ווי די פעלקער אַרום זיי.
און ניט נאָר וועט דורך דעםז ניט געשאַפן ווערן ח"ו אַ שנאה צו אידן, נאָר — דוקא דאָס איז דער וועג דורך וועלכן אידן באַקומען דעם ריכטיקן כבוד — דעם אמת'ן „רעספּעקט" — פון די פעלקער צווישן וועלכע זיי לעבן; וואָרום די פעלקער זעען, אַז ניט מ'לייפט זיי נאָך, און מ'וויל זיי נאָכמאַכן, און מ'וויל זיי געפעלן, און צוליב דעם פאַרלאָזט מען, ח"ו, דעם מקור מים חיים — דעם מקור און דעם קוואַל פון אמת'ן לעבן, אויך דעם לעבן דאָ אין עולם הזה, וואָס דאָס האָט מען געגעבן אידן אין תורת חיים — דורך דער תורה וואָס זי ווערט אָנגערופן די לעבעדיקע תורה — וואָס זי ברענגט צו מקיים זיין מצות, וואָס אויף זיי שטייט „וחי בהם", אַז אַ איד לעבט — דורך דערוף, און מיט דעם, וואָס ער פירט זיך אויף און איז מקיים די מצות וואָס שטיין אין דער תורת חיים.
און דאָס איז ניט ווי די וואָס רעכענען, אַז דאָס איז בלויז פאַר אויסגעקליבענע צווישן אידן, און פאַר אַנדערע איז דאָס שווער, אָדער ניט יעדערן און יעדערע מיינט מען — איז דאָס איז איינע פון די אָפּלערנונגען פון היינטיקער סדרה;
וואָס זי הייבט זיך אָן, אַז זייענדיק אין מדבר סיני, האָט דער אויבערשטער געהייסן משה רבינו מען זאָל ציילן אידן. איז בשעת מ'איז געקומען צו דעם שטאַנד פון „יוצאי צבא" — אַז מען קען שוין, מ'איז שוין גרייט אַרויסגיין אין וועלט, און דאָרט באַווייזן אַ ביישפּיל, און אַ מוסטער, אַז מ'איז דעם אויבערשטנס „סאָלדזשערס" — דעם אויבערשטנס חיל, האָט מען ניט געמאַכט קיין אונטערשייד פון וועלכן שבט מען קומטח, און ווי גרויס מ'איז אין תורה ומצות, נאָר וויבאַלד אַז דאָס זיינען קינדער פון אברהם יצחק ויעקב — איז יעדערער פון זיי ניט ווייניקער ווי איינער, פּונקט ווי יעדער פון זיי איז ניט מער ווי איינער,
וואָרום בשעת מ'דאַרף דורכפירן דעם אויבערשטנס שליחות, וואָס ער האָט געגעבן לצבאות ישראל (— צום אידישן פאָלק, אַלס זיין צבא —220אַלס זיין חיל), אַז זיי זאָלן דורכפירן אין וועלט, באַציט ער זיך מיט ליבשאָפט צו יעדער אידן, פון קליין ביז גרויס, און גיט אים די כחות, און די מעגליכקייטן, און די ברכות, אויף קענען דורכפירן דעם אויבערשטנס שליחות דאָ אין וועלט, און טאָן דאָס בשמחה ובטוב לבב — פרייליכערהייט און אין גוטער שטימונג.
ווי באַוואוסט דער וואָרט פון דעם אַלטן רבי'ן, אַז פון יעדער סדרה פון דער וואָך לערנט מען אָפּ אַ זאַך וואָס איז פאַרבונדן מיט די פּאַסירונגען פון דער וואָך,
איז דאָס איז (ווי גערעדט איצטער); דער ערשטער לימוד און אָפּלערנונג פון פרשת במדבר איז, אַז מען דאַרף זיך באַציען מיטן גרעסטן כגוד צו יעדער אידן פּונקט אַזוי ווי מ'באַציט זיך צו דעם גרעסטן אידן, וואָרום עס רעדט זיך וועגן דעם וואָס ער איז אַ מיטגליד פון אידישן פאָלק, און האָט אויף זיך אַ הייליקע שליחות פון דעם אויבערשטן, אַז ער אַליין און זיינע בני בית — זיין פאַמיליע, זאָלן לעבן אין אַן אופן אַז יעדערער וואָס וועט אַ קוק טאָן אויף אים און די הויז זיינע, וועט גלייך דערקענען אַז דאָס איז איינער וואָס דער אויבערשטער האָט אים גע"דרעפטעד" — אַריינגענומען אין זיין אַרמיי — אויף אייננעמען די וועלט, אַז עס זאָל זיין אַ גוטע וועלט, און אַ ריכטיקע וועלט, און אַ רוחניות'דיקע וועלט, ביז מ'וועט איר מאַכן פאַר אַ הייליקע וועלט,
וואָס דאָס איז די הייליקע שליחות וואָס מ'האָט געגעבן יעדער אידן, מאַן אָדער פרוי, גרויס אָדער קליין — אויף דורכפירן דאָס אין דער וועלט, פאַר די זיבעציק־אַכציק, ביז הונדערט און צוואַנציק יאָר, וואָס דער אויבערשטער שיינקט און גיט יעדן, אויף דורכפירן אָט די שליחות.
און דאָ זעט מען ווי אַזוי עס דריקט זיך אויס דעם אויבערשטנס ברכה. וואָס אין דעם ציילונג פון אידן געפינט מען אַ העכסט מערקווירדיקע זאַך, וואָס באַווייזט ווי אַזוי אידן שטייען העכער פון טבע (— די געזעצן פון דער נאַטור), אויב נאָר זיי זיינען פאַרבונדן מיטן אויבערשטן, דורך אויפפירן זיך לויט דעם אויבערשטנס תורה;
ווי דערציילט אין דער תורה, האָט מען געדאַרפט ציילן די אַלע וואָס זיינען געוען אַלט „מבן עשרים שנה ומעלה"0), עלטער פון צוואַנציק יאָר; דערנאָך שטייט באַזונדער, אַז אָט די זיינען „יוצא צבא בישראל", זיי קענען גיין אין דער אידישער אַרמיי.
איז דאָך פאַרשטאַנדיק, אַז צוליב דערוף דאַרף מען זיין אין פולן געזונט; און ווי עס איז פאַקטיש אויך דאָ עפ"י דיןי, אַז דעם וועמען מען221מעג נעמען אין צבא בישראל, דאַרף האָבן באַשטימטע באַדינגונגען אין זיין געזונט, אַז ער זאָל זיין גענוג שטאַרק אויף קענען זיין אין דעם אַרמיי כפשוטה — אין איינפאַכן זין פון דער אַרמיי, און באַשיצן די אַלע גוטע זאַכן, און די הייליקע זאַכן, וואָס זיינען דאָ אין וועלט.
אָבער לויט אַלע געזעצן פון נאַטור, קען ניט זיין, אַז צווישן העכער זעקס הונדערט טויזנט מענטשן, וואָס זיינען געוואָרן אַלט צוואַנציק יאָר, זאָל ניט זיין, ווייניקסטנס עטליכע, וועלכע זאָלן ניט זיין גענוג שטאַרק אין געזונט, אויף צו קענען אַריינגענומען ווערן אין דער אַרמיי; און זיכער אַזוי, בשעת מען געפינט זיך אין אַ מדבר וואָס דאָרט איז געווען (ווי דער חומש באַשרייבט דאָס), זייער שווערע קלימאַטישע באַדינגונגען — היצן און „נחש שרף ועקרב"יא [אַרום־אוןאַרום איז די נאַטור געווען אַזאַ, וואָס האָט אויפגעהאָדעוועט אַזוינע חיות ; וואָס דאָס איז אינגאַנצן ניט צוגעפּאַסט צו די תנאים (— צו די באַדינגונגען) וועלכע אַ מענטש דאַרף האָבן, ווי מ'זעט דאָס אויך איצטער, אַז דער קלימאַט וואָס איז צוגעפּאַסט פאַר אַ נחש שרף ועקרב, טייג אינגאַנצן ניט פאַר מענטשליכן לעבן] — האָט דאָך דעמאָלט געדאַרפט זיין דער פּראָצענט פון די וואָס זיינען ניט צוגעפּאַסט צו זיין בצבא בישראל, צווישן אַזאַ מאַסע פון העכער זעקס הונדערט טויזנט מענטשן, אַסאַך גרעסער איידער ווי דאָס איז אין נאָרמאַלע באַדינגונגען.
פונדעסטוועגן זעט מען אין חומשיב, אַז בשעת מען האָט געציילט די אידן, און דער איינציקער תנאי איז געווען — „בן עשרים שנה ומעלה", איז ניט געווען קיין איין־אן־איינציקער צווישן זיי, וועלכער איז ניט געווען שטאַרק גענוג אויף אַריינגענומען ווערן אין אַן אַרמיי, וואָס זי קען פירן אַ מלחמה כפשוטה, אין איינפאַכסטן זין, מיט די פעלקער וואָס האָבן דעמאָלט אַרומגערינגלט אידן!
איז די ערקלערונג אויף דערוף ; ווי גערעדט פריער, וויבאַלד אַז אידן זיינען דעמאָלט געגאַנגען פון מתן תורה (וואָרום די ציילונג איז דאָך געווען איבער־אַ־יאָר), און מ'האָט מיטגענומען מיט זיך די לערנונגען פון דער תורה, און מ'האָט זיך אַזוי געפירט די גאַנצע צייט וואָס מען איז געווען אין מדבר — האָט מען דעמאָלט געזען, אפילו מיט די פליישיקע אויגן, ווי אַזוי אידן זיינען אינגאַנצן ניט אונטערוואָרפן די געזעצן פון נאַטור, — ניט נאָר בשעת עס רעדט זיך אין אַ פאַל אַז ס'איז דאָ אַן אָנזאָג פון תורה, אָדער ווען עס רעדט זיך וועגן דעם גייסטיקן לעבן; נאָר אויך אין איינפאַכסטן זין פונעם געזונט פון דעם גוף — איז דער געזונט פון דעם גוף אינגאַנצן ניט פאַרבונדן מיט די געזעצן פון נאַטור (— פון טבע),
און בשעת מ'גייט אין דעם וועג פון תורת חיים — פון דער לעבעדיקער תורה — וואָס ווייזט אַ וועג אין לעבן, איז מען דעמאָלט געזונט ברוחניות222ובגשמיות, ביז אַז אַלע זעען ווי אַזוי מען איז אינגאַנצן ניט פאַרבונדן, און ניט אונטערוואָרפן די באַדינגונגען פון די מדינות אין וועלכע מען געפינט זיך, אפילו ווען עס רעדט זיך וועגן זאַכן פון געזונט.
דערציילן נאָך דערצו חכמינו ז"ליח, אַז עס זיינען געווען אַזוינע צווישן די פעלקער דעמאָלט, וועלכע האָבן גע'טענה'ט:; אַז נאָך דערוף וואָס אידן זיינען געווען צוויי הונדערט און צען יאָר אין אַ גלות, אין מצרים [וואָס איז געווען איינע פון די שווערסטע גליות], און זיינען געווען אונטערוואָרפן, און עבדים לפרעה [ווי מ'זאָגט אין דער הגדה „עבדים היינו לפרעה במצרים", מ'איז געווען פאַרקנעכט און פאַרשקלאַפט צו אים], קען דאָך ניט זיין אַז זיי זאָלן בלייבן אין זייער הייליקייט, און אין זייער ריינקייט, נאָך צוויי הונדערט און צען יאָר פון גלות!
האָט דער אויבערשטער געזאָגט באַ דער צווייטער ציילונג, וועלכע ווערט דערציילט צום סוף ספר במדבר, אַז ער זאָגט עדות אויף יעדער אידישער משפחה, אַז זיי זיינען געבליבן ריין און הייליק; אַזוי ווי זיי זיינען געווען קומענדיק פון ארץ הקדש, פון ארץ ישראל, ווען יעקב איז געקומען מיט זיינע קינדער אין מצרים — אַזוי זיינען זיי אַרויס, מיט די זעלבע ריינקייט, און מיט די זעלבע הייליקייט, ואדרבה, דאָס וואָס מ'האָט זיי אַרויסגענומען פון גלות, איז דאָס געווען פאַרבונדן דערמיט וואָס זיי זיינען געווען ריין און הייליק, און האָבן זיך ניט אונטערוואָרפן די מנהגים, און די אויפפירונגען פון ארץ מצרים, פון דער לאַנד אַרום זיך,
כאָטש אפילו מצרים איז דעמאָלט געווען די לאַנד וואָס איז געווען העכסט־אַנטוויקלט אין באַצוג צו קולטור, און צו וויסנשאַפט, און צו פילאָזאָפיע, מער ווי אַלע מדינות וואָס זיינען געווען אין יענער צייט. ביז אַז ס'זיינען דאָ זאַכן וואָס מצרים האָט דערגרייכט אין וויסנשאַפט, וואָס נאָך איצטער מאַטערן זיך וויסנשאַפטסלייט דערגרייכן די חכמה און דעם וויסן פון די מצריים, וואָס זיי האָבן געקענט באַשאַפן אַזוינע כלים, מיט אַזוינע פאַרבן, מיט די אַלע פּרטים ווי די וויסנשאַפט באַשרייבט דאָס, און מען האָט דאָס נאָך עד היום הזה ניט געפונען.
און זייענדיק אַ פאָלק אין אַ צושטאַנד פון קנעכט — פון עבדים, און געפינענדיק זיך, ניט אין אַ קליינע מדינה, אַ פאַרוואָרפענע און ניט קיין ענטוויקלטע, נאָר אין דער שטאַרקסטער און ענטוויקלסטער מדינה פון יענער צייט — האָבן אידן ניט נאָר ניט אָנגענומען די מנהגים מיט די אַלע מעשים וואָס מצריים אַרום זיי האָבן זיך געפירט,
נאָר, וויסנדיק אַז זיי זיינען אברהם יצחק ויעקב'ס קינדער [סיי די זין, וועלכע ווערן אָנגערופן בני אברהם יצחק ויעקב; סיי די טעכטער, וועלכע ווערן אָנגערופן בנות שרה רבקה רחל ולאה], האָבן זיי געוואוסט223אַז „אנכי ארד עמך מצרימה"יד — אַז דער אויבערשטער געפינט זיך מיט זיי צוזאַמען (מיט יעדערן פון זיי), זייענדיק אין מצרים, און דערפאַר, איז אַ זיכערע זאַך אַז זיי דאַרפן זיך האַלטן מיטן אויבערשטן און פירן זיך לויט זיינע אָנווייזונגען, און דעמאָלט וועלן זיי אַרויס גאַנץ פון מצרים,
און ווי ער דערציילט אין חומש, אַז מ'איז אַרויס גאַנץ „בנערינו ובזקנינו גו' בבנינו ובבנותינו"טו, אַלע קינדער זיינען מיטגעגאַנגען מיט די עלטערן סיי די זין און סיי די טעכטער, און מ'איז מיטגעגאַנגען ניט נאָר מיט די עלטערן, נאָר אויך „בזקנינו" — מיט די זיידעס, אַז ס'איז ניט געווען קיין מחלוקת און קיין קריגעריי ח"ו, אַפילו ניט קיין פּירוד הלבבות, קיין פאַרשידענע קוקן און השקפות עולם — וועלט אַנשואונגען — צווישן די זיידעס, מיט די עלטערן, מיט די אייניקלעך, מיט די זין, מיט די טעכטער — נאָר מען איז אַרויס אַ פאַראיינציקטער פאָלק, אַ גאַנצער פאָלק, אַ געזונטער פאָלק, בגשמיות וברוחניות,
פאַראייניקט, אויף גיין אַלע צוזאַמען פון מצרים, צו באַקומען די תורה אויף הר סיני, אין חודש סיון, און מיטנעמען די תורה אויף אַלע טויזנטער יאָרן (וואָס אידן זיינען פון דעמאָלט אָן, און וועלן זיין פון איצט אָן), אַלס אַ וועג ווייזער — אַז די תורה וועט אָנווייזן די וועג אין טאָג טעגליכן לעבן, ולאורה נלך ונסע, אַז אידן זיינען געגאַנגען, און גייען, און וועלן גיין באַ דער ליכטיקייט פון תורה אור — פון דער ליכטיקער תורה, עד ביאת משיח צדקנו.
וואָס דאָס וועט פאַרהיטן אַז ס'זאָלן בלייבן גאַנץ אויך בנינו ובנותינו, אויף גיין אַלע צוזאַמען.
פון די סימנים וואָס די חכמים דערציילן, וואָס בזכותם — אין זייער פאַרדינסט — איז מען אַרויס פון מצרים, און אַרויס (ווי געזאָגט) גאַנצערהייט, און מיט די קינדער און מיט די קינדסקינדער — זאָגט ער אין מדרש לקח טובי (און אין נאָך פילע ערטער), אַז איינע פון די זאַכן איז געווען שלא שינו את לבושם, זיי האָבן ניט אַנדערש געמאַכט זייערע קליידער וואָס זיי האָבן געדאַרפט טראָגן אַלס אידישע מענער, און ספּעציעל אַלס אידישע פרויען, און אַלס אידישע טעכטער, האָבן זיי דאָס געטראָגן, און ס'האָט אויף זיי ניט געמאַכט קיין איינדרוק ווי ארץ מצרים אַרום זיי גייט אָנגעטאָן, און ווי זיי פירן זיך. וואָרום וויסענדיק אַז זיי זיינען אַן עם אחד, כאָטש אַפילו וואָס ער איז „מפוזר ומפורד בין העמים", איז אַ זעלבסטפאַרשטענדליכקייט אַז ס'דאַרף זיין לא שינו את לבושם, אַז מ'טאָר דאָס224ניט, און מ'דאַרף דאָס ניט, ואדרבה, דורף דערוף ערנידערט מען זיך אַליין, אַז מ'לויפט נאָך; וויבאַלד אַז אַ מצרי טראָגט אַזאַ מין לבוש, אַזאַ מין קלייד, דאַרף מען אים ח"ו נאָך מאַכן.
וואָס דאָס איז אויך איינע פון די יסודות, פון די גרונד־פּרינציפּ פון צניעות, וואָס דאָס האָט איר דאָך אויסגעקליבן אַלס צענטראַלע טעמע פון דעם קאָנווענשן — איז צניעות וואָס עס וואַרפט זיך גלייך אין די אויגן, איז דאָך ווי מ'איז אָנגעטאָן,
איז אויך אין דעם האָבן מיר די אָנווייזונג פון דער תורה — אַז עס דאַרף זיין לא שינו את לבושם; און ניט נאָר מען וועט דורך דערוף ניט אָנווערן דעם חן און דעם „רעספּעקט", באַ די מצריים צווישן וועלכע מ'לעבט, נאָר אדרבה, דורך דעם זעען ערשט אָט די פעלקער צווישן וועלכע מ'געפינט זיך, אַז דאָס איז אַ פאָלק וואָס האַלט זיך באַ זיינע פּרינציפּן, און כאָטש אַפילו אַז עס איז אַמאָל פאַרבונדן מיט שווערקייטן, דערשרעקט ער זיך ניט, אַבי צו אָפּהיטן זיין אידענטיטעט, און אָפּהיטן זיין שטאַרקייט און זיין קיום אַלס פאָלק און אַלס יחיד — אַלס איינצלנער פּערזאָן; און דאָס איז די וועג וואָס פירט אַרויס פון גלות.
און נאָך אַ פּרט זאָגט מען אין דעם, אַז בשעת דער אויבערשטער האָט געזאָגט, אַז ער זאָגט עדות אַז די אידישע משפּחות זיינען געבליבן ריין און הייליק, וואָס דאָס היינגט דאָך אָפּ (ווי רש"י זאָגט, גענומען פון מדרש), אָן דער אויפפירונג פון די פרויען [דעמאָלט, און איצטער, און אין אַלע דורות וואָס אין צווישן] — איז געווען בלויז איין־און־איינציקער אויסנאַם פאַל, צווישן זעקס הונדערט טויזנט אידן מבן עשרים שנה; ד. ה. אַז צווישן מיליאָנען מענטשן, איז געווען איין־און־איינציקער פאַל (און דאָס אויך איז געקומען בלויז דורך דערוף וואָס ס'איז געווען אָפּגענאַרטיז) —
איז פון וואָס האָט זיך דאָס אָנגעהייבן באַ דעם איין־ון־איינציקן פאַל (וואָס ווען ניט דאָס וואָלט מען אַפילו ניט געקענט אָפּנאַרן די אייןאון איינציקע פרוי) — ווערט דערציילטיח, אַז דאָס איז געווען דורך דערוף, וואָס באַ איר איז ניט געווען קיין צניעות אין דיבור — אין רעדן האָט זי זיך ניט געפירט ווי עס דאַרף זיך פירן אַ אידישע פרוי אָדער אַ אידישע טאָכטער.
דערפון זעט מען נאָך אַ העכערע זאַך, אַז מען קען פאַרלאַנגען באַ אידישע פרויען און טעכטער, אַז ניט נאָר זאָלן זיי זיך פירן צניעות'דיק אין עיקר'דיקע זאַכן, אַז ניט נאָר זאָלן זיי זיך פירן צניעות'דיק ווען עס רעדט זיך וועגן קליידער — נאָר אַפילו ווען עס רעדט זיך וועגן רעדן225צווישן זיך, איז מען אויך ווערט, און מען האָט די כחות און די ברכות פון דעם אויבערשטן, אַז אויב נאָר מ'וויל, איז אויך דער רעדן צווישן זיך, אין דער אידישער גאַס און אין דער אידישער היים, אין אַן אופן פון צניעות,
און אָט דאָס פאַרהיט, אַז מ'זאָל אַפילו ניט אָפּגענאַרט ווערן, און זיכער מען זאָל ניט נייטן ח"ו טאָן אַ זאַך וואָס איז ניט לויט דעם כבוד און ניט לויט דעם רצון — לויט דעם אמת'ן ווילן — פון יעדער אידישער פרוי און פון יעדער אידישער טאָכטער.
ווי שוין גערעדט מערערע מאָל, איז תורה ניט קיין „היסטאָרי בוק" ח"ו, וואָס דערציילט וואָס האָט געטראָפן מיט אַ סך יאָרן פאַר דעם, און פאַר אונז איז דאָס בלויז אויף דערציילן וואָס האָט געטראָפן מיט עלטערן און עלטער עלטערן — נאָר תורה איז אַ „תורת חיים" אַ לעבעדיקע תורה, אין אַן אופן אַז „מעשה אבות סימן לבנים"; דאָס וואָס תורה דערציילט ווי עס האָט געטראָפן מיט עלטערן, מיט זיידעס און מיט באָבעס, און מיט פאָטערס און מיט מוטערס, איז דאָס אַ „סימן לבנים", אַ סימן ווי מיר דאַרפן זיך פירן.
איז דאָס גופא אַ באַווייז, אַז יעדער אידישע פרוי און טאָכטער קען דאָס אויך דורכפירן, ובשמחה ובטוב לבב, אין אונזערע צייטן, אין היינטיקן יאָר, און היינטיקן טאָג, אין וועלכן אָרט זי געפינט זיך נאָר. און ווי גערעדט פריער, אָנהייבנדיק פון צניעות אין אַלע זאַכן, בהנוגע צו אויפירונג, בהנוגע צו קליידער, און אַפילו בהנוגע צו רעדן צווישן זיך.
און אין דעם זכות (אַזוי ווי ס'איז געווען דעמאָלט), וואָס ס'וועט זיך אַזוי פירן יעדערע פון אייך, און איר אַלע צוזאַמען, און דורך אייך וועט קומען דער וואָרט — דער „מעסעדזש" — צו אַלע אידישע פרויען אין אַלע מדינות, ווי אַזוי אַ אידישע פרוי און טאָכטער דאַרף זיך אויפירן — וועט דאָס פאַרעכנט ווערן אויפן זכות פון דעם גאַנצן אידישן פאָלק,
אַז ס'זאָל זיין „כימי צאתך מארץ מצרים"יט — אַזוי ווי דעמאָלט האָט דער אויבערשטער אַרויסגענומען אידן פון גלות מצרים, און אין אַן אופן פון „ביד רמה"0) — מיט אַן אויפגעהייבענע קאָפּ און מיט אַ ברייטקייט, און האָט זיי אַרויסגענומען אין אַן אופן פון „לא תשאר פּרסה"כא, קיין איין־ון־איינציקער איד איז ניט געבליבן אין גלות, קיין איין־אוןאיינציקע זאַך וואָס געהערט צו אידן איז ניט געבליבן אין גלות, מ'האָט אַלץ מיטגענומען אויף גיין אין ארץ טובה ורחבהכב, אין דער גוטער לאַנד און אין דער ברייטער לאַנד — אין ארץ ישראל,
226אַזוי אויך, אין אייער זכות און אין זכות פון אַלע אידישע פרויען און טעכטער בכל מקום שהן [וואָס יעדערע פון זיי האָט דאָך דעם טיטול פון „בת שרה רבקה רחל ולאה"] — וועט דער אויבערשטער אַרויסנעמען אידן פון איצטיקן גלות „כימי צאתך מארץ מצרים", „ואולך אתכם קוממיות" און ער וועט זיי ברענגען מיט אַן אויפגעהייבענע קאָפּכג, בנערינו ובזקנינו בבנינו ובבנותינו, מיטנעמנדיק מיט זיך די קינדער — די זין און די טעכטער און די אייניקלעך און די אור־אייניקלעך, און גיין לקבל פני משיח צדקנו — אַנטקעגן משיח'ן, בקרוב ממש, בגאולה האמיתית והשלימה.
ס'איז דאָ אין דעם נאָך אַן ענין; ווי גרעדעט פריער, זיינען אידן, אויך ווי זיי זיינען פאַנאַנדערגעשפּרייט, אַן עם אחד. וואָס דאָס איז דאָך בנוגע צו יעדערן פון אונז בתוככי כלל ישראל — פילן די צוגעבונדנקייט און די פאַראיינציקייט מיט יעדער איד וואו נאָר ער זאָל זיך געפינעןכד; און זיכער, אין דער גרעסטער מאָס, מיט אידן וואָס געפינען זיך אין ארץ הקדש, אין דער ארץ טובה ורחבה — אין ארץ ישראל, און וועלכע דאַרפן האָבן אַ ברכה מיוחדת — אַ ספּעציעלע ברכה — און אַ ספּעציעלן שוץ פון דעם אויבערשטן, אויף אַרויסנעמען זיי פון דעם מעמד ומצב אין וועלכן מ'געפינט זיך איצטער,
און עס זאָל זיין ווי מען האָט געלייענט אין דער פּרשה דעם שבת, „וישבתם לבטח בארצכם"כה — מען זאָל זיצן אין אַ זיכערן אופן אין ארץ ישראל (און יעדער איד בכל מקום שהוא, וואו נאָר ער געפינט זיך), אין אַן אופן פון „ושכבתם ואין מחריד", אַז אַפילו ווען מען וועט זיך לייגן שלאָפן זאָל מען ניט דאַרפן אָנקומען צו אַ שומר — צו אַ היטער, וואָרום מען איז זיכער אַז „אין מחריד", עס איז ניטאָ קיינער וואָס זאָל קענען דערשרעקן [ניט נאָר עפּעס טאָן, אַפילו ניט דערשרעקן], וואָרום מען האָט „ה' שומרך"כ, אַז דער אויבערשטער היט, אין אַן אופן וואָס „לא ינום ולא ישן שומר ישראל", באַ אים איז ניט שייכות די גאַנצע זאַך פון שלאָף ואדרבה, ער זאָגט אַן אידןכז, „ושכבת וערבה שנתך", איר קענט שלאָפן רואיק, וואָרום איך שטיי און באַשיץ אייך.
און אויף דערוף דאַרף מען אויך האָבן דעם ענין פון צניעות, ווי דער פּסוק זאָגטכח, „כי הוי' אלקיך מתהלך בקרב מחנך" דערפאַר וואָס227„לא יראה בך ערות דבר"; בשעת דער אויבערשטער זעט אַז דער אידישער פאָלק, וואו נאָר זיי געפינען זיך, איז באַ זיי ניטאָ קיין זאַך וואָס איז היפּך פון צניעות — דעמאָלט גייט דער אויבערשטער צווישן זיי „להצילך ולתת אויביך לפניך", אַז אַליין דאַרף מען גאָרניט טאָן, וואָרום דער אויבערשטער איז זיי מציל, און ער גיט אַליין מיט זיין כח „אויביך לפניך", אַז די אַלע אויבים ווערן פאַרלאָרן, און פאַלן פאַר די אידן, ביז אַז גם אויביו ישלים עמו*), ונתתי שלום בארץ, אַז זיי ווערן איבערגעקערט, און אויך זיי ווערן די וואָס מאַכן שלום און בעטן זיך שלום באַ אידן.
וואָס צוליב דערוף איז דאָך נויטיק (ווי גערעדט באריכות דעם שבת), אַז מען זאָל וויסן זיין, אַז פּונקט ווי ס'איז „המבדיל בין קדש לחול" — אַזוי ווי אַלע ווייסן אַז עס דאַרף זיין אַ הבדלה צווישן קדש און חול, אַזוי מוז זיין אַ הבדלה „בין ישראל לעמים", וואָס צוליב דערוף דאַרף מען וויסן אַז אַ איד איז אַ איד, און די וואָס געהערן צו די עמים — צו די שבעים אומות — טאָר מען זיי ניט צווינגען אַז זיי זאָלן ווערן אידן, און זיכער טאָר מען זיי ניט אָפּנאַרן אַז זיי זיינען געוואָרן אידן, וויסנדיק אַז דער אויבערשטער אין תורה זאָגט אַז זיי זיינען ניט אידן, זיי זיינען געבליבן אומות העולם,
נאָר מ'דאַרף זיי דערציילן דעם גאַנצן אמת, אַז דער אויבערשטער אַליין פאַרלאַנגט ניט פון זיי אַז זיי זאָלן ווערן אידן, יעדערער האָט זיך זיין שליחות און זיין תפקיד; אידן האָבן זייער שליחות אין וועלט וואָס זיי דאַרפן דורכפירן, און — המבדיל בין ישראל לעמים — פעלקער האָבן זייער שליחות וואָס זיי דאַרפן דורכפירן, אויף זייער אופן, דורך שבע מצות בני נח, דורך די באַשטימטע מצות וואָס מ'האָט זיי געגעבן.
און אָפּנאַרן איז אַ זאַך וואָס איז ניט נאָר אַנטקעגן תורה, און ניט נאָר אַנטקעגן אידישער אויפירונג, נאָר דאָס איז אַנטקעגן דעם מאָראַל פון אַלע פעלקער; און די וואָס ווילן גיין מיט דעם וועג, גייען זיי ניט נאָר אַנטקעגן אידישקייט און אַנטקעגן אידן, נאָר דורך דערוף פאַרפירט מען אַ מלחמה מיט די אומות העולם — מיט די צווישן די זיבעציק פעלקער — וועלכע זיינען די בעסערע פון זיי, און די גוטע באַ זיי, און די ריכטיקע באַ זיי, וואָס זיי ווייסן אַז שקר איז שקר און אמת איז אמת, אַפילו אין קליינע זאַכן, ווער רעדט נאָך אין אַזאַ זאַך וואָס נעמט אַרום דעם גאַנצן לעבן; צי ער געהערט צו דעם פאָלק, אָדער צו אַן אַנדער פאָלק; צי איז ער פאַרבונדן מיט זיינע עלטערן און עלטער־עלטערן, אָדער מ'נאַרט אים אָפּ און מ'זאָגט אים אַז ער האָט זיך אָפּגעריסן פון זיינע עלטערן און עלטערעלטערן.
228דאָס איז ניט אַ מיטעל דורך וועלכן מ'קויפט זיך איין אַ גוטן פריינט, דאָס איז ניט אַ זאַך וואָס דורך דערוף וועט צוקומען אַ שטאַרקייט אין אידישן פאָלק — דאָס איז ר"ל די וועג, אַז ס'וועט דורך גיין אַ קורצע וויילע, וועלן קומען די גוטע צווישן שבעים אומות [וואָס מ'האָפט אַז זיי וועלן העלפן אידן אַז אידן זאָלן בלייבן גאַנץ, ניט נאָר אַלס פאָלק, נאָר יעדערער פון זיי] מיט דער טענה; פאַרוואָס פירט איר אונז אין דער פאַלשער וועג? פאַרוואָס נאַרט איר אונז אויס און זאָגט אַז מיר זיינען ניט פאַרבונדן מיט אונזערע עלטערן און מיט אונזערע עלטער־עלטערן, בשעת איר אַליין ווייסט אַז דאָס איז אַ שקר און איר אַליין ווייסט אַז אונזערע קינדער וועלן וויסן אַז דאָס איז אַ שקר?!
און עס איז קיינמאָל ניט געווען, ביז די לעצטע עטליכע חדשים, אַז מען זאָל האָבן די חוצפּה אַרויסגיין אין דער וועלט און זאָגן, אַז מ'זאָל גיין אויפן וועג פון שקר, און זאָגן אויף אַ גוי, אויף דעם וואָס געהערט צו זיבעציק פעלקער, אַז מ'רייסט אים אָפּ פון זיינע עלטערן און עלטער־עלטער, און מ'וואַרפט אים אַריין, אָפּגענאַרטערהייט, אין אַ פאָלק וואָס ס'איז „המבדיל בין ישראל לעמים" — אַז דער אויבערשטער האָט זיי אָפּגעטיילט, און דאָ גייט מען אַנטקעגן דעם אויבערשטן, און אַנטקעגן אידן, און אַנטקעגן אַלע זיבעציק פעלקער — דורך פאַרפירן זיי, און וועלן אָפּנאַרן זיי,
ווי גערעדט פילע מאָל, איז דער יצר הרע אַ גרויסער אומן, אַ גרויסער קינסטלער, געפינט ער פאַרשידענע וועגן ווי אַזוי אָפּצונאַרן, און ס'איז צייטנווייז שווער פאַנאַנדערקלייבן זיך, צי דאָס קומט פון יצר טוב, צי דאָס קומט פון יצה"ר,
איז אויף דערוף האָט דער אויבערשטער באַוויזן די וועג פון תשובה; אַזוי ווי דער אויבערשטער ווייס אַז אַ מענטש קען זייער אָפט אַ טעות האָבן, ווער רעדט נאָך אַז דער יצה"ר פאַרלייגט זיך אויף אים — מצד דעם וואָס דאָס איז אַ העכסט וויכטיקע זאַך, און דאָס איז נוגע צו כלל ישראל — איז ווען דער יצה"ר קען דורך אָט די עטליכע מענטשן ברענגען אַ היזק, און ר"ל אַ חורבן פאַרן גאַנצן אידישן פאָלק היל"ת, איז דאָך פאַרשטאַנדיק די אָנשטריינגונג און די מיטלען וואָס ער זוכט און טראַכט אויס, אפשר וועט זיך אים איינגעבן פאַרפירן אַ אידן, אַראָפּפירן אים פון דרך האמת — פון דעם אמת'ן וועג —
זאָגט דער אויבערשטער, וויסנדיק אַז דאָס האָט מען צו טאָן מיט מענטשן, מיט אַ בשר ודם, אַז ער האָט שוין באַוואָרנט אַז מען זאָל ניט זיין ח"ו מיואש, אַז וויבאַלד מען האָט אַמאָל אַ טעות געהאַט, איז שוין פאַרפאַלן ח"ו, ער האָט קיין ברירה ניט, נאָר ס'איז ברייט אָפן די וועג פון תשובה. זאָל ער דערציילן אַז ער איז ניט בעסער ווי אַ סך אידן וואָס האָבן אַ טעות געהאַט און האָבן זיך דערנאָך מודה געווען אַז ס'איז געווען אַ טעות, און דורך דעם זיינען זיי געבליבן אין זייער גרויסקייט ווי געווען229פריער, און נאָך מערער, דורך דערוף זיינען זיי נאָך געוואָרן העכער און טייערער, באַ די אידן וועלכע האָבן זיי אויסגעקליבן און געזאָגט אַז זיי זיינען גדולים בישראל.
וואָס דאָס האָט אויך דורכגעטראָטן די וועג פאַר יעדערן פון אונז, פאַר די וואָס געפינען זיך דאָ, און די וואָס געפינען זיך בכל מקום, און ספּעציעל אָט די וואָס געפינען זיך אין ארץ הקדש — אין דער הייליקער לאַנד, וואָס דאָרטן העלפט אויך די קדושה — די הייליקייט — פון ארץ ישראל — אַז ס'זאָל זיין לייכטער זיך צוריק אַרויפשטעלן אויפן דרך האמת — אויפן אמת'ן וועג,
און ס'איז גענוג בשעתא חדא וברגעא חדאל, אין איין קער קען מען פאַריכטן דעם גאַנצן היזק וואָס איז געווען ביז איצטער, ביז אין אַן אופן וואָס עוקר מעיקרו, אַז דער אויבערשטער וועט דאָס אַזוי פאַריכטן, פּונקט ווי ס'איז גאָר לכתחילה ניט געווען קיין טעות. אָבער די בחירה האָט מען געגעבן יעדער אידן פאַר זיך, און דער אויבערשטער בעט זיך באַ אים „ובחרת בחיים"מא, זאָלסט אויסקלייבן די וועג פון דער לעבעדיקער תורה, וואָס דאָס איז די וועג דורך וועלכן עם ישראל חי — וואָס דער אידישער פאָלק האָט געלעבט ביז איצטער, און וועט לעבן פון איצטער אָן און ווייטער.
וואָס דאָס איז די וועג פון אמת — ניט אָפּנאַרן זיך, און ניט אָפּנאַרן די וואָס געפינען זיך אַרום זיך; מען טאָר אַפילו ניט אָפּנאַרן די זיבעציק פעלקער צווישן וועלכע מ'לעבט, און זיכער אַז מ'טאָר זיי ניט אויפרייצן — דורך זאָגן אַז מ'רייסט פון זיי אָפּ מענטשן, מיט פאַלשקייט און מיט אַ שקר; דורך דעם וואָס די מענטשן האָבן גערעכנט אַז זיי גייען אויף אַן אמת און מ'האָט זיי אָפּגענאַרט.
און דעמאָלט וועט דער אויבערשטער באַשיצן אידן וואו נאָר זיי געפינען זיך, און זיכער אין ארץ הקדש, אין ארץ ישראל, אין אַן אופן אַז ס'וועט זיין „ושכבתם ואין מחריד" — ניט ווי דער יצה"ר וויל איינריידן, אַז אויב מ'וועט דערציילן אָט דעם אמת, וועט דאָס אָנרירן ח"ו דעם בטחון — די זיכערקייט — פון אידן אין ארץ ישראל, אָדער אידן אין אַן אַנדער אָרט, און מ'מוז זיך האַלטן אָן דעם שקר און אָן דעם ליגן,
— ס'איז פּונקט דער היפּך, האַלטנדיק זיך אין שקר, וואָס דאָס איז היפּך פון דער אידישער נאַטור, און אויך די שבעים אומות, די אַנדערע פעלקער, נעמען אויך ניט אָן קיין ליגן, עס איז בלויז וואָס זיי באַווייזן זיך כאילו ווי מ'האָט זיי אָפּגענאַרט — איז דערנאָך קומען זיי צוגיין מיט טענות (ווען עס קומט די צייט דערצו היל"ת),
230און די איינציקע וועג אויף פאַרזיכערן דעם בטחון — די זיכערקייטס לאָגע — איז, דורך מודה זיין זיך אַז מ'האָט געמאַכט אַ טעות. זיך מודה זיין — אַז ליגן איז ליגן, און אַ „קאָמפּראָמייז", אַן „עסק חבילה", אַז מ'מאַכט אַ מסחר מיט אמת — קען ניט זיין אַז אמת זאָל בלייבן אמת, וואָרום מיט אמת קען מען ניט פירן קיין מסחרים!
און אַז עס קומט צוגיין דער יצה"ר און שיקט צו יועצים — צו באַשליסן ווי דער יצה"ר וויל, און ר"ל ווי נאַסער וויל! אַז אידן זאָלן זיך פאַררייסן מיט אַלע זיבעציק פעלקער דורך פירן זיי בדרך השקר, אָפּרייסן פון זיי מענטשן וואָס געהערן צו די זיבעציק פעלקער; מענטשן וואָס זיינען גויים, און מ'וויל זיי אַרויסגעבן אַ פּאַספּאָרט, מיט אַ יאַרליק, מיט אַ „לייבל" אַז זיי זיינען אידן — איז סכנת נפשות ממש זיך לאָזן פאַרפירן פון דעם.
ווי גערעדט פילע מאָל (בפרט נאָך אַז מ'ווערט נענטער צו מתן תורה), זאָגט דער אויבערשטער אַז אידן ווערן פאַראיינציקט דורך תורה אחת, דורך דעם באַשלוס צו גיין אינעם וועג פון דער איין־און־איינציקער תורה, וואָס דאָס איז דער איין־און־איינציקער וועג פאַר יעדער אידן און פאַר אַלע אידן וואו זיי געפינען זיך,
און אַזוי ווי תורה ווערט דאָך אָנגערופןלב „תורת חסד" — אַז תורה באַמיט זיך, און מאַכט די גרעסטע אָנשטרענגונגען, אַז יעדער איד זאָל אָננעמען אירע וועגן בחסד וברחמים, אויף אַ געזונטן אופן, און אויף אַ וועג פון חסד, און מיטן וועג פון דעם אויבערשטנס רחמים — איז אָט די זאַכן, די ענינים וואָס האָבן געטראָפן ביז איצטער, זאָל דאָס קיינעם ח"ו ניט שאַטן, ואדרבה, דאָס זאָל נאָך צוגעבן יעדערן, פון איצט אָן און ווייטער, אויף צו גיין מיט אַ פאַרשטאַרקטן מוט אין דעם דרך האמת; זאָגן אמת אידן, עאכו"כ זאָגן אמת זיך, ביז אפילו זאָגן דעם ריינעם אמת אָן פּשרות, און אָן עסק חבילה, אָן מסחרים, — נאָר אמת, ווי דער אמת איז.
וואָס דאָס איז דאָך די שליחות פון יעדערן אידן, סיי מאַן אָדער פרוי, און ווי גערעדט פריער, אָן קיין אונטערשייד אין וועלכע פּאַרטיי ער איז פאַרשריבן, און אָן קיין אונטערשייד וואָס פאַר אַ פאַסטן ער זאָל ניט פאַרנעמען, האָבן זיי די גלייכע שליחות און דעם גלייכן מנין, אַז יעדערער פון זיי ווערט געציילט ווי איינער אין צבא בישראל, אין דעם אויבערשטנס אַרמיי, וואָס דאָס איז דער גאַנצער אידישער פאָלק, און יעדער מענטש פון דעם אידישן פאָלק.
דעמאָלט וועט מען מקבל זיין די תורה, געזונטערהייט און פרייליכערהייט, און אין אַ רואיקן מעמד ומצב, פאַר אידן אין ארץ ישראל, און פאַר אידן אומעטום אין אַלע מדינות אין גלות — אַז ס'וועט זיין „ונתתי שלום231בארץ", ס'וועט זיין דער אמת'ער שלום, ניט דער שלום געבויט אויף שקר, וואָס ער מוז בטל ווערן; און ס'וועט זיין „ושכבתם ואין מחריד", מ'וועט ניט דאַרפן אָנקומען, אַז בשעת מען לייגט זיך שלאָפן זאָל שטיין אַ צבא אויפן גבול, און אָפּהיטן טאָמער וויל אימעצער עפּעס טאָן ניט קיין גוטע זאַך — נאָר עס וועט זיין „אין מחריד", ס'וועט ניט זיין אפילו איינער וואָס וועט וועלן אָנשרעקן אידן,
וואָס דאָס וועט זיין די ריכטיקע צוגרייטונג אַז מ'זאָל אַליין זיין געזונט, און אַרום זיך זאָל מען זיין געזונט, סיי בגשמיות סיי ברוחניות.
ויהי רצון, אַז אייער ווענדונג אין דעם זאָל ברענגען די ריכטיקע פּירות, ובקרוב ממש, גאָר אין גיכן. און אַזוי ווי איר זיינט געווען די גוטע שליחות אויף שיקן אָט די בקשה, זאָלט איר זוכה זיין צו ברענגען די בשורה טובה — „כילג אלקים יושיע ציון ויבנה ערי יהודא וישבו שם וירשוה וזרע עבדיו ינחלוה ואהבי שמו ישכנו בה", אָנזאָגן אַז מען גייט אַנטקעגן משיח צדקנו אין דעם דרך האמת, מיטן ריכטיקן אמת — אַרויסגעוואָרפן דעם שקר מגבול ישראל, פון אַלע אידישע היימען און פון גאַנץ ארץ ישראל און וואו נאָר אידן געפינען זיך,
און מ'גייט בקומה זקופה — מיט אַן אויפגעהויבענע קאָפּ, צוזאַמען מיט קינדער און קינדס־קינדער, בגאולה האמיתית והשלימה, אין דער אמת'ער גאולה און אין דער פולער גאולה, גאָר אין גיכן בקרוב ממש, מיט משיח צדקנו, אמן כן יהי רצון.
(שיחת יום א' פ' במדבר, כ"ה אייר, ה'תש"ל
— בהכינוס הט"ו של אגודת נשי ובנות חב"ד)232ווי עס ווערט דערקלערט אין תניא (פרק לב) כולן מתאימות ואב אחד לכולנה — אַלע אידן זיינען גלייך, און אַלע האָבן איין פאָטער.
דערפון איז אויך פאַרשטאַנדיג, אַז מ'טאָר קיינמאָל חלילה ניט „אָפּזאָגן" אַ אידן, ניט קוקנדיג ווי און וואָס זיין מעמד ומצב אין תורה ומצוות איז.
די אנערקענונג פון דער הויכקייט פון דער אידישער נשמה, און אַז יעדע נשמה איז אַ טייל פון כלל ישראל און אַז דער אויבערשטער איז „אב אחד לכולנה" — דאָס איז אַ הכנה צו קבלת התורה בשמחה ובפנימיות.
נעמענדיג אין אַכט, אַז די תורה איז געגעבן געוואָרן ערשט דאַן ווען מיר האָבן אָנגעגעבן די קינדער אַלס פאַרזיכערונג, אַז די תורה וועט געלערנט ווערן און אָפּגעהיט ווערן — בנינו ערבים בעדינו — איז קלאָר ווי לעבנסוויכטיג עס איז דער אמת'ער תורה־טרייער חינוך, און וואָס דער צוגאַנג צו דעם חינוך דאַרף זיין; מצד די מחנכים — אין איינפלאַנצן אין די יונגע הערצער פון די תלמידים אהבת תורה ויראת שמים, צוזאַמען מיט אהבת השם און אהבת ישראל, אין דעם גייסט פון כולן מתאימות ואב אחד לכולנה; און מצד די בעלי־בתים — צו אנערקענען זייער אחריות, און זכות, צו שאפן אַלע מעגלעכקייטן פאַר דעם דאָזיגען חינוך על טהרת הקדש, און זען, אַז קיין איין איינציג קינד זאָל חלילה ניט דאַרפן בלייבן אין דרויסן . . .
0
חג הש בועות
א. השייכות דחודש סיון למתן תורה הוא מצד זה שהוא חודש השלישי, וכמו שארז"ל (בהסוגיא דמ"תא) „בריך רחמנא דיהיב אוריאן תליתאי לעם תליתאי . . . בירחא תליתאי".
וצריך להבין; הפירוש ד"אוריאן תליתאי" ו"עם תליתאי" הוא שהתורה ועם ישראל הם משולשים [וכדפירש"י שם; אוריאן תליתאי — תורה נביאים וכתובים. לעם תליתאי — כהנים לויים וישראלים], ואילו חודש סיון הוא לכאורה רק שלישי, אבל אינו משולש?