English
ספרייה

לקוטי שיחות

קרח ב

נכתב בידי מכונה ועדיין לא נבדק בידי אדם - הקטעים שלא נבדקו מסומנים.

114קרח ב

א. פּרשת קרח לייענט מען בכמה שנים אין דער וואָך פון ג' תמוז (צי אין דעם טאָג גופא אָדער עכ"פּ בסמיכות צו אים) — דאָס איז דער טאָגא ווען יהושע האָט געזאָגט „שמש בגבעון דום"ב — וואָס דאָס איז געווען פון די גרעסטע ניסים וואָס האָבן ווען עס איז פּאַסירט, און ווי דער פּסוק זאָגט „ולא הי' כיום ההוא לפניו ואחריו גו'"ג; און מיט פיל יאָרן שפּעטער (בשנת תרפּ"ז) איז אין דעם זעלבן טאָג באַפרייט געוואָרן דער רבי פון תפיסהד — וואָס אויך דעם רבי'נס באַפרייאונג איז איינער פון די ניסים הכי גלויים וואָס זיינען פאָרגעקומען אין אונזער דור.

וויבאַלד אַז דער נס השיחרור מהתפיסה פון רבי'ן — איז בהשגחה עליונה אָפּגעשטעלט געוואָרן אויפ'ן טאָג פון דעם נס פון „שמש בגבעון דום" — האָט עס מסתמא אַ שייכות צו עם. אין אַ חסיד'ישען סגנון; וויבאַלד אַז די ביידע ניסים זיינען געווען אין דעם זעלבן טאָג, איז עס אַ באַווייזח אַז זיי האָבן צווישן זיך אַ שייכות*5.

און ע"פ הידוע0), אַז אַלע מועדים זיינען מרומז אין די פּרשיות וועלכע מען לייענט אין דעם באַטרעפנדן זמן, איז פאַרשטאַנדיק, אַז אָט די צוויי ניסים „שמש בגבעון דום" און די באַפרייאונג פון רבי'ן — קען מען אויף ביידן געפינען רמזים וכו' אין פּ' קרח.

ב. שוין גערעדט פיל מאָל בנוגע די „ג"ן סדרים דאורייתא", אַז יעדער סדרה האָט אין זיך אַ נקודה מיוחדת, וועלכע „נעמט דורך" אַלע אירע פּרשיות און פּסוקים. [און אַז די נקודה וועלכע איז דער בריח המבריח פון אַלע פּסוקים פון דער סדרה, איז מרומז אין דעם נאָמען פון דער סדרהז, וואָרום דער נאָמען — בלה"ק (ובכלל — דער נאָמען ע"פ תורה) פון יעדער ענין ווייזטח אויף זיין תוכן].

דערפון פאַרשטייען מיר אַז די שייכות צווישן אַלע פּרשיות פון איין סדרה [כולל אויך צווישן דער ערשטער פּרשה און דער לעצטער — כאָטש אַז כמה פּרשיות זיינען מפסיק צווישן זיי], איז אַ פיל גרעסערע ווי די שייכות צווישן דעם סיום פון איין סדרה און דער התחלת סדרה שלאחרי' — אע"פ אַז זיי שטייען בסמיכות זל"ז וואָס באַווייזט אויף אַ שייכות צווישן זיי — וואָרום וויבאַלד אַז זיי זיינען געטיילט אין צוויי באַזונדערע סדרות, איז אַ ראי' אַז אין זיי זיינען צוויי באַזונדערע נקודות.

115[ביז אַז לפעמים איז די שייכות צווישן התחלת סדרה מיטן סיום הסדרה שלפני' — אין אַ שלילה'דיקן אופן. אַזוי ווי, למשל, די שייכות פון „פּ' מרגלים" (תחלת שלח) מיט „פּ' מרים" (סיום בהעלותך) וואָס זייער שייכות באַשטייט אין דעם וואָס די מרגלים האָבן געזען ווי מרים „לקתה על עסקי דיבה" און פונדעסטוועגן איז „לא לקחו מוסר"ט].

דערפון איז פאַרשטאַנדיק בנוגע די פּרשיות פון אונזער סדרה, אַז די שייכות פון פּרשת „ואני נתתי לך את משמרת תרומתי"י (וואָס רעדט וועגן מתנות כהונה) צו דער פּרשה פון מחלוקת קרח באַשטייט ניט בלויז אין דעם וואָס די כ"ד מתנות כהונה זיינען געקומען דורך דעם וואָס „בא קרח וערער על הכהונה"יא, נאָר אַז די כ"ד מתנות כהונה זיינען שייך צו מחלוקת קרח גופא, וואָס דעריבער איז אויך די פּרשה פון כ"ד מתנות כהונה אַ טייל פון דער סדרה וואָס ווערט גערופן מיטן נאָמען „קרח".

דאַרף מען פאַרשטיין; דער ענין פון קרח איז דאָך דאָס קריגן זיך און זיין אַנטקעגן כהונת אהרן, אין קעגנזאַץ צום ענין פון כ"ד מתנות כהונה וואָס איז דער „כותב וחותם ומעלה בערכאין"יא פון כהונת אהרן, היינט ווי קען מען זאָגן אַז אין די צוויי הפכים איז די זעלבע נקודה, ביז אַז אויך די פּרשה פון מתנות כהונה ווערט אָנגערופן מיטן נאָמען „קרח"?

ג. נאָך אַן ענין איז ניט פאַרשטאַנדיק בנוגע דעם נאָמען פון דער סדרה; אויפן פּסוק „ושם רשעים ירקב"יב זאָגט די גמראיג „רקביבות תעלה בשמותן דלא מסקינן בשמייהו". וואָס פון דעם איז פאַרשטאַנדיק במכ"ש, אַז מען זאָל ניט אָנרופן אַ (ספר צי אַ) סדרה אין תורה מיטן נאָמען פון אַ רשע, וואָרום דורך דעם פאַראייביקט מען זיין נאָמען, אַ סך מער ווי מיטן אָנרופן אַ מענטשן „בשמייהו", היות אַז תורה איז דאָך נצחית.

ועפּ"ז איז שווער; קרח איז דאָך געווען אַ רשע וואָס האָט ניט תשובה געטאָן (און בלויז בניו האָבן תשובה געטאָןיד), איז ווי קומט עס אַז אַ סדרה בתורה זאָל גערופן ווערן על שמו?

דערצו ; נוסף לזה וואָס אויף אַלע רשעים שטייט „דלא מסקינן בשמייהו", אפילו די וואָס האָבן אַ „גלאַטן" נאָמען — דאָ אָבער ווייזט דער נאָמען גופא (קרח מלשון „קרחה"יג) אויף פילוג און מחלוקתי.

איז דאָך לפי"ז נאָך מער תמוה וואָס אַ סדרה אין תורה הייסט מיטן נאָמען קרח; כל התורה (כולל אויך פ' קרח)116איז דאָך „ניתנה לעשות שלום בעולם"יז, איז ווי קומט עס אַז אַ סדרה בתורה זאָל גערופן ווערן קרח מלשון קרחה — מחלוקת?

ד. אויך אין דעם עצם ענין פון מחלוקת קרח ועדתו איז ניט פאַרשטאַנדיק, וואָס זייער טענה אויף כהונת אהרן איז געווען „כי כל העדה כולם קדושים ובתוכם ה' ומדוע תתנשאו על קהל ה'"יח.

ולכאורה; אויך קרח ועדתו האָבן געוואָלט ווערן כהנים [ווי ס'איז מובן פון משה רבינו'ס ענטפער „ובקשתם גם כהונה"יט], היינט ווי האָבן זיי גע'טענה'ט „ומדוע תתנשאו גו'" וואָס איז שולל דעם ענין פון התנשאות בכלל?

בנוגע צו עדת קרח, קען מען נאָך ענטפערן, אַז מיט זייער טענה „ומדוע תתנשאו" האָבן זיי געמיינט [ניט צו מבטל זיין דעם ענין פון התנשאות בכללכ, נאָר] זיי האָבן געוואָלט בלויז שולל זיין אַזאַ סאָרט התנשאות, ווי די התנשאות פון (משה רבינו און) אהרן, וואָס ער איז געווען דער איינציקער כהן גדול. און דעריבער איז די טענה „ומדוע תתנשאו" ניט געווען קיין סתירה צו „ובקשתם גם כהונה", אַז עס זאָלן זיין אַ סך כהנים גדולים.

אָבער בנוגע צו קרח'ן גופא, איז ניט מובן; ער האָט דאָך געמיינט, אַז ער וועט בלייבן דער איינציקער כהן גדולכא, איז דאָך די טענה „ומדוע תתנשאו" דאָ אויך לגבי עם?

ה. דעם ביאור בכל זה, וועט מען פאַרשטיין בהקדם וואָס עס שטייט אין ספר נועם אלימלךכב אויף „ואתפלג קרח" (דער תרגום פון „ויקח קרח") אַז דאָס איז ע"ד ווי דער רקיע המבדיל בין מים למים.

וואָס איז די שייכות פון רקיע המבדיל גו' מיט דער מחלוקת פון קרח אויף כהונת אהרן?

איז איינער פון די ביאורים אין דעם:

די הבדלה צווישן כהנים און אַלע אַנדערע אידן באַשטייט אין דעם, וואָס כהנים זיינען אָפּגעשיידט פון עניני עולם הזה און פאַרנעמען זיך בלויז מיט הייליקע זאַכן. ובפרט אַ כהן גדול (וואָס אויף אים איז געווען עיקר מחלוקת קרח) וואָס ביי אים שטייטכג „ומן המקדש לא יצא".

אָבער צוזאַמען דערמיט וואָס אַ כהן, ובפרט אַ כהן גדול, איז מובדל פון אַלע אידן, זיינען זיי ממשיך און משפּיע פון זייער כהונה צו אַלע אידן. און ווי ס'שטייט אין לקו"ת אויפן פּסוק „בהעלותך את הנרות"כד, אַז117דורכן אָנצינדן די נרות המנורה, האָט אהרן „אויפגעהויבן" אַלע אידן צו זיין דרגא — ער האָט אין זיי אַריינגעגעבן די מדרגה פון „אהבה רבה" (וואָס איז העכער פון „אהבת עולם"כח), די בחינה פון אהרן.

און אויף דעם האָט קרח גע'טענה'ט, אַז כשם ווי ס'איז דאָ אַ מעלה אין כהנים דערמיט וואָס זיי זיינען מובדל פון עניני העולם, אַזוי איז אויך דאָ אַ מעלה אין „כל העדה" וואָס פאַרנעמען זיך מיט עניני העולם און מען מאַכט פון זיי כלים צו אלקות [ואדרבה; דער עיקר כוונה איז — אַז מען זאָל מאַכן די „תחתונים" פאַר אַ דירה לו ית'], און וויבאַלד אַז „כל העדה כולם קדושים ובתוכם הוי'", די המשכה פון שם הוי', שם העצםכ. איז „בתוכם", דורך דער עבודה פון „כל העדה" וואָס זיי מאַכן די וועלט פאַר אַ דירה צום אויבערשטן — איז „מדוע תתנשאו על קהל ה'", פאַרוואָס זאָל (משה און) אהרן זיך מתנשא זיין, זיך גרויסהאַלטן לגבי קהל הוי' ווייל זיי גיבן אין זיי אַריין פון זייער (אהרן'ס) הויכקייט.

און דעריבער איז די טענה „ומדוע תתנשאו" ניט געווען בסתירה צו „ובקשתם גם כהונה", ווייל זיי האָבן געוואָלט אַזאַ סאָרט כהונה וואָס האָט ניט קיין חיבור מיט „כל העדה"כז.

און דאָס איז די שייכות פון „ואתפלג קרח" מיטן „רקיע המבדיל בין מים למים", ווייל דער ענין פון רקיע איז געווען אָפּצוטיילן די (מים ה)עליונים פון די (מים ה)תחתונים, אַז די „עליונים" און „תחתונים" זאָלן זיין אָפּגעטיילט און ניט האָבן קיין חיבור צווישן זיך.

ו. אין וואָס איז באַשטאַנען קרח'ס טעות ? — איז דאָס פאַרשטאַנדיק פון דעם רקיע המבדיל גופא;

דערויף וואָס ביום השני שטייט ניט „כי טוב" זאָגן חז"ל דעם טעם, ווייל „בו נבראת מחלוקת"כח — די „מחלוקת" און מחיצה צווישן די מים העליונים און מים התחתונים. ואעפ"כ איז ביום השלישי „הוכפל בו כי טוב", „אחד למלאכת המים ואחד למלאכתו של יום"כט — ווייל דאַן, ביום השלישי, איז נתברר (און נזדכך) געוואָרן די מחיצה וואָס איז באַשאַפן געוואָרן ביום השניל.

וואָס דערפון איז פאַרשטאַנדיק, אַז כאָטש עס דאַרף טאַקע זיין אַ מחיצה118צווישן עליונים און תחתונים, וואָס דערפאַר האָט דער אויבערשטער באַשאַפן דעם „רקיע המבדיל", איז אָבער דער „טוב", דער תכלית ושלימות פון דער מחיצה — דוקא דאַן, ווען טראָץ זייער איינטיילונג אין צוויי באַזונדערע סוגים „עליונים" און „תחתונים", איז פאַראַן אַ חיבור צווישן זיי.

[ובדוגמת מתן תורה — וואָס איז געווען באלף השלישי (כנגד דעם יום השלישי פון מעשה בראשיתלא) — וואָס ענינו איז, אַז טראָץ דער הבדלה אין די צוויי סוגים „עליונים" און „תחתונים", איז „התחתונים יעלו לעליונים והעליונים ירדו לתחתונים"לב].

און עד"ז איז אויך בנוגע צו אידן, אַז אע"פ וואָס צווישן אידן זיינען פאַראַן פאַרשידענע סוגים; אידן וואָס זייער עבודה איז אָפּגעבן זיך נאָר מיט ענינים פון קדושה, בדוגמת אַ כהן גדול וואָס „ומן המקדש לא יצא", און פאַראַן אידן וואָס זייער אַרבעט איז בעיקר צו מברר זיין ענינים פון וועלט דורך דער עבודה פון „וכל מעשיך יהיו לשם שמים"לג, אָדער „בכל דרכיך דעהו"לד

איז אָבער אעפ"כ, דאַרפן די „כהנים" משפיע זיין פון זייער קדושה אויך צו אַנדערע אידן — „העליונים ירדו לתחתונים", און דורך דעם פּועל'ן ביי אַלע דעם „בהעלותך את הנרות" — „התחתונים יעלו לעליונים", אַרויסרופן ביי זיי די אהבה און תשוקה צו ווערן „כהנים", אַז אויך זיי זאָלן, אין געוויסע שעות עכ"פ, זיין אָפּגעזונדערט פון עניני העולם און זיך עוסק זיין בתורה ווי יושבי אוהללח.

ז. כשם ווי די כוונה אין דער התהוות פון רקיע המבדיל איז געווען בכדי אַז דערנאָך, ביום השלישי, זאָל ער צוברענגען צום תכלית העילוי — חיבור עליונים ותחתונים (וואָס דערפאַר שטייט שפּעטער „כי טוב" אויך אויף דער התהוות פון דעם רקיע גופא),

עד"ז איז אויך בנוגע צו „ואתפלג קרח" וואָס איז ע"ד ווי דער „רקיע המבדיל"; דער טעם וואָס דער אויבערשטער האָט געמאַכט עס זאָל זיין די מחלוקת קרח אויף כהונה, איז בכדיל אַז דערנאָך זאָל זי צוברענגען צו דער נתינה פון כ"ד מתנות (פון בנ"י ועניניהם — צו) כהונה בברית מלח עולם. דאָס מיינט, אַז דער חיבור119פון עליונים ותחתונים (אַז אויך די אידן וואָס זיינען פאַרנומען מיט עניני העולם, גיבן אָפּ פון זייערע „ערשטע" און „בעסטע" צום אויבערשטן) — וואָס קומט צום אויסדרוק אין מתנות כהונה — זאָל זיין פיל שטאַרקער ווי ס'איז געווען פאַר מחלוקת קרח.

און דאָס איז דער ביאור השייכות פון פרשת „ואני הנה נתתי לך את משמרת תרומתי" צו דער פרשה פון מחלוקת קרח — כאָטש אַז, לכאורה, זיינען זיי צוויי הפכים (כנ"ל ס"ב) — ווייל אדרבה: די כוונה און תכלית פון מחלוקת קרח איז, אַז דאָס זאָל צוברענגען צו „ואני הנה נתתי לך גו'"*36.

און דאָס איז אויך דער טעם פאַרוואָס די סדרה בתורה הייסט מיטן נאָמען „קרח" — הגם אַז „קרח" (מלשון „קרחה", מחלוקת) איז היפך פון ענין התורה — ווייל די כוונה פון תורה — וואָס „ניתנה לעשות שלום בעולם" (מאַכן (אַ נייע זאַך) — שלום) — איז, אַז אויך „קרח" זאָל ווערן תורה; אויך פון מחלוקת און „קרחה" זאָל ווערן שלום — און ווי גערעדט פריער (ס"ו) אַז אויך לאחרי מ"ת איז פאַרבליבן די התחלקות צווישן „עליונים" און „תחתונים", ואדרבה; דאָס איז דער אויפטו פון תורה, אַז אויך „תחתונים", ווי זיי זיינען אין דער דרגא און דעם מצב פון „תחתונים", זאָלן זיין פאַרבונדן מיט „עליונים".

ח. ע"פ כל הנ"ל וועט מען אויך פאַרשטיין די שייכות פון פ' קרח מיט ג' תמוז, ווען יהושע האָט געזאָגט „שמש בגבעון דום";

בעת יהושע האָט געזאָגט „שמש בגבעון דום" האָט דער שמש צו אים גע'טענה'ט: „אתה אומר שאדום ומי אומר קילוסו של הקב"ה", האָט יהושע געענטפערט: „שתוק ואני אומר"לז.

ולכאורה, דער שמש מיט זיין טענה „ומי אומר קילוסו של הקב"ה" האָט דאָך געמיינט [ניט אַז אויב ער וועט שווייגן, וועט קיינער ניט זאָגן „קילוסו של הקב"ה" — וואָרום אויך די אַנדערע נבראים זאָגן שירה צום אויבערשטן — נאָר ער האָט געמיינט] אַז בשעת ער וועט שווייגן, וועט קיינער ניט זאָגן דעם קילוס פון אויבערשטן, וואָס דריקט זיך אויס דורכן (הילוך פון) שמש. היינט וואָס האָט אים יהושע געענטפערט „ואני אומר"; די שירה פון יהושע דריקט דאָך ניט אויס אָט דעם קילוס?

נאָר דער ביאור בזה איז;

אין (שבחו ו)קילוסו של הקב"ה, זיינען בכלל פאַראַן צוויי עניניםלח;

דער שבח פון אויבערשטן וואָס אַלע נבראים זיינען ניט משנה תפקידם און פירן זיך כסדר אין דעם אופן ווי דער אויבערשטער האָט זיי איינגעשטעלט — „לא ישבותו"לט ; און אין דעם גופא, ווערט דורך יעדער נברא אויסגעדריקט אַ באַזונדער שבח,

און דער שבח פון אויבערשטן וואָס אידן זיינען אים משבח — שירת הנשמותמ — מיט ענינים וואָס זיינען העכער פון דער בריאה.

120וואָס די צוויי סאָרטן שבח זיינען בדוגמת די צווייערליי עבודות פון בעלי עסק און יושבי אוהל;

די עבודה פון בעלי עסק, וואָס זייער ענין איז צו ממשיך זיין אלקות אין עניני עולם (אָבער דער אור וואָס ווערט נמשך דורך דער עבודה, וואָס באַשטייט אין מברר זיין דברי הרשות, איז אַן אור מצומצם לפי ערך הבריאהמא) איז בדוגמת קילוסו של הקב"ה וואָס דריקט זיך אויס דורך הנהגה טבעית; און די עבודה פון יושבי אהל, וואָס זיינען אָפּגעזונדערט פון וועלט און פאַרנעמען זיך מיט לימוד התורה וואָס קדמה לעולםמב — בדוגמת שירת הנשמות.

איז כשם ווי בעלי עסק, כאָטש אין זייער עבודה איז דאָ אַ מעלה לגבי דער עבודה פון יושבי אוהל (דערמיט וואָס זיי זיינען ממשיך אלקות אין וועלט גופא), פונדעסטוועגן דאַרף ביי זיי זיין דער „יעלו לעליונים", אַז לפעמים דאַרפן זיי זיך אָפּרייסן פון עבודת הבירורים און פאַרנעמען זיך מיט תורה, און דוקא דורך דעם פירט זיך אויס דער תכלית און די שלימות פון עבודת בעלי עסקים גופא,

עד"ז איז אויך בנוגע צו דער הנהגה טבעית, אַז ניט קוקנדיק אויף דעם וואָס „קילוסו של הקב"ה" וואָס דריקט זיך אויס דורך הנהגה טבעית האָט אין זיך אַ מעלה לגבי שירת הנשמות, דערמיט וואָס די הנהגה ווייזט ווי אויך נבראים („תחתונים") זיינען ניט משנה את תפקידם, פונדעסטוועגן, דאַרף זיין לפעמים דער ביטול פון הנהגת הטבע; און דורך דעם וואָס טבע ווערט נתבטל צוליב אידן, און אידן זיינען משבח דעם אויבערשטן אויף די ניסיםמג וואָס ער טוט מיט זיי („שמש בגבעון דום") — דורך דעם ווערט נתגלה די פּנימיות און תכלית פון הנהגת הטבע גופא, עס ווערט נשלם (מל' שלימות) דער קילוס פון שירת השמשמד.

ט. כשם ווי ביים נס פון „שמש בגבעון דום", אע"פ אַז בחיצוניות איז דאַן נתבטל געוואָרן די טבע פון מהלך השמש, פונדעסטוועגן האָט זיך דורך דעם דורכגעפירט דער תכלית און די שלימות פון טבע השמש גופא, כנ"ל,

עד"ז איז אויך אין דעם נס ביום ג' תמוז תרפּ"ז, אַז צוזאַמען דערמיט וואָס ער איז געווען אַ נס גלוי שלמעלה מהטבע, האָט ער אָבער געהאַט אַ ווירקונג אין דער טבע גופא, אַז אויך זי האָט „מסכים" געווען צום נס,

און ווי שוין דערציילט כמה פּעמיםמה, אַז די זעלבע מענטשן וואָס האָבן דעם רבי'ן פאַרשפּאַרט אין תפיסה, האָבן זיי גופא (פאַרבלייבנדיק בתקפם) געמוזט אים באַפרייען.

121— ואדרבה; דאָ האָט זיך אויסגעדריקט דער „חיבור עליונים ותחתונים" נאָך אין אַ גרעסערער מאָס ווי ביי „שמש בגבעון דום", וויבאַלד אַז אויך בעת השחרור זיינען זיי נאָך אַלץ געווען בתקפם ומצד תקפם (במשרתם) האָבן זיי געקענט הייסן באַפרייען (ניט ווי ביי „שמש בגבעון דום", וואָס בעת דער נס האָט פּאַסירט איז בטל געוואָרן די טבע הילוך השמש).

י. נאָך אַן ענין אין דעם; אויך די דרגא פון „תחתונים" איז בשנת תרפּ"ז געווען שלא בערך נידעריקער; די דרגת ה"תחתונים" פון הילוך השמש איז דאָך אַן ענין פון „קילוסו של הקב"ה". משא"כ די וואָס האָבן אַרעסטירט דעם רבי'ן פאַר זיין אַרבעט אין הרבצת התורה וחיזוק היהדות, האָבן דאָך געטאָן אַן ענין פון היפּך הקילוס — ואעפּ"כ האָבן אויך זיי שפּעטער אַרויסגעהאָלפן אין זיין שחרור (זייענדיק בתקפם)מו.

ועפּ"ז איז פאַרשטאַנדיק, ווי דער נס פון ג' תמוז תרפּ"ז, האָט נאָך אַ גרעסערן רמז (שייכות) צו פּ' קרח ווי דער נס פון „שמש בגבעון דום". ווייל אויך „ואתפּלג קרח" איז געווען אַן ענין פון היפּך הקילוס (ניט ווי „ויעש אלקים את הרקיע" המבדיל — עס איז באַשאַפן געוואָרן פון אויבערשטן) — און אעפּ"כ, האָט אויך דער „ואתפּלג קרח" צוגעבראַכט צום עילוי פון „ואני הנה נתתי לך את משמרת תרומתי", ביז אַז פון „קרח" ווערט אַ סדרה אין תורה.

יא. די הוראה פון כל הנ"ל בעבודתינו איז;

ווען מען זעט אַמאָל ענינים וואָס זיינען מונע ומעכב צו עבודת ה', סיי ווען די מניעות ועכובים זיינען מצד הטבע וואָס דער אויבערשטער האָט איינגעשטעלט אין דער בריאה (בדוגמת טבע הילוך השמש, וואָס האָט געשטערט יהושע'ן דורכפירן דעם נצחון המלחמה), און אפילו אַזוינע מניעות ועיכובים וואָס ווערן געשאַפן דורך מעשה בני אדם (בדוגמת ווי ס'איז געווען בשנת תרפ"ז),

דאַרף מען וויסן, אַז אַלע מאורעות וואָס פּאַסירן אין וועלט קומען פון אויבערשטן, ובמילא איז ניט שייך אַז זיי זאָלן טאַקע באמת מנגד זיין ח"ו צו עבודת ה', ס'איז בלויז „כי מנסה הוי' אלקיכם אתכם לדעת"מז, בכדי אַז דורך די נסיונות זאָל צוקומען אַ תוספת חיזוק און עלי' אין עבודת ה',

און בשעת דער ענין איז אָפּגעלייגט122מיט אַן אמת, דאַן דערזעט מען סוכ"ס, אויך בעיני בשר, דעם תוספות אור וואָס קומט צו דורך די העלמות והסתרים — און ווי דער רבי איז מסיים אין דער רשימה פון ג' תמוזמח — „ולכל בנ"י יהי' אור ברוחניות ובגשמיות"מ.

(משיחות ש"פ קרח, ג' תמוז,

תשח"י ותשכ"ד)

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-cpqwqkhn

עותקים

פעילות אחרונה

#183 Likkutei Sichos vol 8: machine reading · אושרה
#124 Likkutei Sichos vol 8: machine reading · נסגרה

מקורות