לקוטי שיחות
הוספות - שיחות ומכתבים ה
289הנה דעה זו, שנו"ן מנוזר יהי' הנו"ן השני של כמתאוננים, לע"ע לא מצאתי בשום מקום (הדיעות בזה נקבצו בספר מאיר עיני סופרים סימן י"ד וראה ג"כ משנת אברהם סימן כ"ד) ומ"ש כת"ר במכתבו שזה לפי דעת המרש"ל, הנה הרש"ל, הועתק בספר מאיר עיני סופרים הנ"ל, הוא רק נו"ן קדמאה של כמתאוננים ולא השני. וכיון שצריך לתקנם, הרי מתקנים כמו שצריך לכתחילה, היינו לעשות נוני"ן מהופכים בהריוח שבין הפרשיות, ושארי הנוני"ן יהי' כתיקונן כמנהגינו עתה. עוד זאת שכיון שגם בעוד ענינים נמצאו שינוים בס"ת זו, וכמו באתוון רברבין הנ"ל הנה ע"ד מ"ש בשערי אפרים סעיף י"ח יש לבדוק אחרי שאר טעיות כיון ששינה מנהג הסופרים . . .
א א
ש ת
אַזוי ווי די אַלע, וואָס געפינען זיך דאָ, האַלטן אין לערנען — תורה שבכתב, וואָס דאָס איז אַ לימוד וואָס פרויען האָבן אַלע מאָל געלערנטא, ועל אחת כמה וכמה אין אונזער דור, און לויט די אָנווייזונגען פון רבותינו נשיאינו לערנט מען דאָך מיט זיי אויך ענינים פון תורה שבעל פה, און באַזונדערס יענע טיילן פון תורה שבעל פה וואָס זיינען נוגע צו די מצות אין וועלכע זיי זיינען מחוייבב און צו חינוך הבנים והבנות (ווי דער פסק דין פון דעם אַלטן רבי'ןח) — וועל איך זיך אָפּשטעלן אויף דער פרשה פון היינטיקער וואָך, און מיט'ן צוגאָב ווי די ענינים פון דער פרשה ווערן ערקלערט דורך חכמינו ז"ל אין תורה שבעל פה.
היינט הויבט מען אָן לערנען די סדרה שלח, וואָס לויט דעם נאָמען און דעם אנהויב פון דער סדרה — וואָס אין זיי דריקט זיך אויס איר נקודה פנימית — איז דער עיקר אינהאַלט פון דער סהרה — ווי משה רבנו האָט אויסגעקליבן אידן און האָט זיי געשיקט צו גיין אַרומקוקן ארץ ישראל; אַז דערנאָך, צוריק קומענדיק, האָבן זיי אָפּגעגעבן דעם „באַריכט" פון זייער שליחות, אָבער אים איבערגעגעבן ניט ווי ס'דאַרף צו זיין, און ווי דאָס האָט געבראַכט דערצו אַז אַ טייל אידן האָבן חרטה געהאַט און זיך אָפּגעזאָגט פון צו גיין קיין ארץ ישראל, וואָס דערפון זיינען אַרויסגעקומען די גזירות — ווי עס ווערט דערציילט אין דער סדרה.
290שטעלט זיך דערביי גלייך די שטאַרקע קשיא; משה רבנו האָט די אידן געקענט זייער גוט, דורך און דורך, וואָרום ער האָט דאָך געלעבט מיט זיי אינאיינעם מערערע יאָרן אין מצרים; דאַן האָט ער זיי אַרויסגעפירט פון מצרים און איז מיט זיי אָט די גאַנצע צייט, ביז דער מעשה המרגלים געווען צוזאַמען אין מדבר; ובפרט אַז משה רבנו איז דאָך געווען דער וואָס האָט באַלד פון זיין געבורט אָן פאַרמאָגט די אַלע אייגענשאַפטן און די אַלע נויטיקע תכונות פון אַ רועה ישראל, פון אַן אמת'ן מנהיג פון אידן — ווי די חז"ל לערנען עס אַרויס פון לשון הכתוב „ומשה הי' רועה"ד — וואָס צום אַלעם ערשטן באַ אַ רועה ישראל — איז צו דערקענען גוט די תכונות הנפש, דעם געדאַנקעגאַנג פון די אַלע וועלכע זיינען צאן מרעיתו, פון די אַלע מיט וועמען ער דאַרף אָנפירן; און וויבאַלד אַז משה רבנו האָט שוין פון זיין געבוירן אָן געהאַט אָט די אַלע אייגענשאַפטן, קען מען זיך פאָרשטעלן צו וועלכע שלימות־גאַנצקייט און טיפקייט ער האָט דערגרייכט אין זיינע ידיעות אַלס רועה ישראל, אַלס דער וואָס פירט אָן מיט אידן, אין דער צייט ווען ער האָט געשיקט די מרגלים, זייענדיק דאַן שוין אַלט צוויי און אַכציג יאָהר; וואָס אַלע זיינען יאָרן האָט דאָך משה רבנו געהאָרעוועט אויף צו דערגרייכן אַלץ אַ העכערע שלימות, און בפרט אין די יאָרן פון זינט אים איז געוואָרן באַוואוסט אַז ער איז באַשטימט פון דעם אויבערשטן אָנצופירן מיט דעם אידישן פאָלק.
נאָך דעם אַלעם איז אינגאַנצן ניט פאַרשטאַנדיק; ווי קומט עס וואָס אויסקלייבנדיק שלוחים אויף צו גיין אַרומקוקן ארץ ישראל און וויסנדיק אַז פון זייער באַריכט הענגט אָפּ צי וועלן די אידן וועלן גיין אין ארץ ישראל אָדער ניט, זאָל משה רבנו ניט דערקענען ח"ו אַז די אויסגעקליבענע זיינען ניט צוגעפּאַסט פאַר דער דאָזיקער שליחות?
די פראַגע ווערט טאַקע באַוואָרנט דורך דער ערקלערונג וואָס רש"י גיט גלייך אויפן אָרט „אותה שעה כשרים היו", — בשעת משה רבנו האָט אויסגעקליבן די שלוחים זיינען זיי געווען כשר'ע אידן און זיינען געגאַנגען מיטן באַשלוס אויסצופירן משה'ס שליחות, וויסנדיק אַז עס איז דעם אויבערשטענס רצון אַז מען זאָל גיין קיין ארץ ישראל.
לויט דער ערקלערונג שטעלט זיך אָבער נאָך אַ גרעסערע קשיא: וויבאַלד זיי זיינען געווען כשרים, טאָ וואָס האָט זיי דאַן געבראַכט דערצו, אַז באַלד נאָך דעם „ויעלו ויתורו את הארץ" — ווען זיי זיינען אַריינגעגאַנגען אין ארץ ישראל און האָבן געזעהן וואָס דאָרט טוט זיך — האָבן זיי זיך דערשראָקן און אָפּגערעדט אידן פון צו גיין אין ארץ ישראל? מען קען ניט זאָגן אַז זיי איז געווען אַן איבעראַשונג צו געפינען אין ארץ ישראל די ל"א מלכים, איין און דרייסיק קיסרים א.ז.וו. — די אַלע זאַכן האָט מען געוואוסט291אַ סאַך פריער. די ראי'* דערויף איז, וואָס שוין ביי קריעת ים סוף, וואָס האָט פּאַסירט אַ צייט איידער מען האָט געשיקט די מרגלים, האָבן שוין אידן אין שירת הים דערמאָנט ווי אַזוי „כל יושבי כנען" (און אויך „אלופי אדום, אילי מואב", די פעלקער וועלכע מען האָט געדאַרפט דורכגיין אויפן וועג צו ארץ ישראל און די) אַלע פעלקערה וועלכע האָבן געוואוינט אין ארץ כנען זיינען געוואָרן באַפאַלן פון שרעק און ציטער דערהערנדיק וועגן די ניסים וואָס האָבן געטראָפן מיט די אידן. איז דאָך קלאָר אַז די אידן — אויך די מרגלים — האָבן געוואוסט פון די מלכי כנען און האָבן אויך געוואוסט ווי אַזוי כנען זעט אויס, ובפרט אַז כנען איז דאָך געשטאַנען אין אַ שטענדיקען פאַרבונד מיט ארץ מצריםח — איז וואָס האָט עס די מרגלים אַזוי איבערראַשט ביים זעהן כנען פון דער נאָענט, ביז וואַנען דאָס האָט זיי פון „כשרים היו" וועלכע פאָלגן ה' — כולל דעם אָנזאָג פון גיין אין ארץ ישראל — איבערגעקערט אין דעם צווייטן קצה צו אָפּריידן אַלע אידן פון צו גיין אין ארץ ישראל?
אַן ערקלערונג אויף דעם וועט ווערן פאַרשטאַנען פון דערויף וואָס דער אַלטער רבי שרייבט אין לקוטי תורה פון היינטיקער סדרה. ער איז מבאר אַז זייענדיק אנשים כשרים — דוקא מצד זייער פרומקייט — האָבן די מרגלים געהאַלטן אַז ס'איז בעסער מען זאָל בלייבן אין מדבר און ניט גיין אין ארץ ישראל. זייער טענה איז געווען; בשעת מען געפינט זיך אין מדבר דאַרף מען זיך ניט אָפּגעבן מיט ענינים פון עולם הזה, מיט אַקערן פעלדער, מיט פירן מסחר און האָבן צו טאָן מיט ניט־אידישע פעלקער וואָרום זייענדיק אין מדבר האָט זיי דער אויבערשטער צוגעשטעלט פאַרטיקערהייט לחם — מן — מן השמים, און וואַסער פון בארה של מרים, די זאַכן וואָס זיינען נויטיק צום עסן און טרינקען, ווי אויך קליידונג — שמלתךז — צום אָנטאָן, און אויך איז מען דאָרט געווען אָפּגעשלאָסן פון דער וועלט, פון אַנדערע פעלקער. מען האָט געקענט לערנען תורה און מקיים זיין מצות און שטייגן אין הייליקייט און רוחניות אָן קיינע שטערונגען און אָן קיינע שוועריקייטן. דאָס האָבן די מרגלים גע'טענה'ט; וואָס דאַרף מען גיין אין ארץ נושבתח, אין אַ לאַנד וואו מען וועט זיך דאַרפן אָפּגעבן מיט אַקערן, זייען, פירן מסחרים און האָבן צו טאָן מיט ניט־אידישע פעלקער (בפרט וויסענדיק אַז אידן בכמות, אין צאָל, זיינען פיל קלענער פון אַנדערע פעלקער) און מען וועט האָבן גרויסע און שווערע נסיונות. אַלע בעטן דאָך „אל תביאנו לידי נסיון". זאָל מען בעסער זיין אין מדבר און דאָרטן פאָרזעצן דינען דעם אויבערשטן — ניט אַריינלאָזנדיק זיך אין אונאויפהערליכע נסיונות און — אַזוינע צו וועלכע מען איז אינגאַנצן ניט געוואוינט געוואָרן.
292דאָס, ווי דער אַלטער רבי איז מבאר, גיט צו פאַרשטיין ווי אַזוי עס קען זיין אַז משה זאָל די מענטשן אויסקלייבן ווייל זיי זיינען צדיקים, און דאָך איז דערנאָך — ואדרבא מצד זייער צדקות, מצד פרומקייט — ווילן זיי זיך ניט אַריינלאָזן אין אַ מלחמה וואָס איז פאַרבונדן מיט סכנה, מען ווייס ניט וואָס איר אויסגאַנג וועט זיין, און זיי ווילן דאָס אויסמיידן דורך בלייבן אין מדבר. דער איינציקער דורכפאַל זייערער איז געווען — וואָס זיי זיינען ניט דורכגענומען געוואָרן מיט דעם געדאַנק אַז וויבאַלד אַז דער אויבערשטער הייסט גיין מיט מסירת נפש אין אַ סכנה וואָס קען אָנרירן פרומקייט און צדקות — דאַרף מען אויך אויף דעם גייען, אַריינגיין אין דער ארץ נושבת.
לויט דער ערקלערונג איז אָבער נאָך אַלץ ניט פאַרשטאַנדיק; וויבאַלד אַז אותה שעה כשרים היו, ווען משה האָט זיי אויסגעקליבן זיינען זיי געווען גרייט אויספירן די שליחות ; זיי האָבן דעמאָלט געוואוסט אַז מען גייט אין אַ לאַנד וואו מען וועט דאַרפן אַקערן און זייען און פאַרנעמען זיך מיט עניני העולם און דאָך זיינען זיי געווען גרייט דערצו — איז וואָס האָט זיך ביי זיי געענדערט אַריינגייענדיק אין לאַנד וואָס דעמאָלט האָבן זיי חרטה געהאַט?
דער ענטפער אויף דעם*8) איז לויט ווי אונזערע חכמים זאָגןט אַז אינו דומה שמיעה לראי'. ביז דאַן האָט מען געהערט וועגן די נסיונות און מען האָט געהאַט דעם פעסטן באַשלוס אַז מען זאָל זיך פאַר זיי ניט שרעקן. בשעת אָבער זיי זיינען אַריינגעגאַנגען אין ארץ ישראל און געזעהן אַז וזה פּרי' א. אַ. וו. — ווי אַזוי עס זעהט אויס די גאַנצע פיהרונג פון דער לאַנד, עז העם היושב בארץ, מען וועט האָבן אַ שווערע מלחמה, אַ רוחניות'דיקע וואָס דאָס איז די עיקר מלחמה, ניט נתפעל צו ווערן און ניט באַווירקט צו ווערן ח"ו פון די תועבות ארץ כנען, (און בדרך ממילא אויך אַ גשמיות'דיקע מלחמה) — זעהענדיק דאָס אַלעס מיט די אייגענע אויגן, האָט דאָס זיי אָפּגעשראָקן פון זייער פריערדיקן באַשלוס אַז מען זאָל ניט נתפעל ווערן וויבאַלד אַז דער אויבערשטער שיקט אין דער שליחות.
ווי אַלע ענינים פון תורה, איז דער סיפור ניט צו דערציילן וואָס עס האָט פּאַסירט מיט עטליכע טויזנט יאָהר צוריק, נאָר דאָס איז תורה — הוראה, אַן אָנווייזונג פאַר אַלע דורות, אויך פאַר אונז אין אונזער לעבן: בשעת מען ווערט אַ בר מצוה אָדער בת מצוה נעמט מען אָן אַ פעסטן באַשלוס צו מקיים זיין דעם אויבערשטנס רצון, דערנאָך טרעפט אָפט אַז בשעת עס קומט לידי מעשה, עס קומט דער נסיון בפועל — זעהט מען (אָדער עס ווייזט זיך אויס) אַז עס איז שווערער ווי מען האָט זיך פאָרגעשטעלט, און מען וויל זיך ניט אַריינלאָזן אין דער מלחמה. דאָס לערנט אונז די סדרה
*ח ראה גם לקו"ש חי"ח ע' 147 ואילך. המו"ל.
9) ראה מכילתא יתרו יט, ט.293פון היינטיקער וואָך, אַז מען זאָל ניט ווערן איבערראַשט — ווען אַז צו בר מצוה צייט אָדער בת מצוה, אָדער בשעת מען געפינט זיך נאָך אין ביתהספר אָדער ישיבה, האָט מען דאַן אַ באַשלוס אַז מען וועט ניט נתפעל ווערן פאַר דער וועלט און מען וועט זיך פירן ווי אידן דאַרפן זיך פירן, און דערנאָך בשעת דאָס קומט לידי פועל פילט מען באַ זיך אַ שוואַכקייט און מען וויל „אַנטלויפן" — דאַרף מען וויסן אַז מען טאָר ניט זיין אַראָפּגעפאַלן באַ זיך און, ווי די סדרה דערציילט, אויב נאָר בה' אל תמרדו, אויב נאָר מען וועט זיך אָנהאַלטן און קלאַמערן זיך אָן דעם אויבערשטנס ווילן, איז דעמאָלט אַ זיכערע זאַך אַז לחמנו הם, ס'איז זיכער אַז מען וועט דורכפירן אַלע מלחמות און מען וועט האָבן דעם גרויסן נצחון.
דאָס איז די אַלגעמיינע לערנונג פון די סדרה פאַר יעדן אידן, סיי מענער סיי פרויען.
דערצו קומט נאָך צו נאָך אַ פרט וואָס די חכמים דערציילן; אויף וועמען האָבן די מרגלים פועל געווען אַז זיי זאָלן חרטה האָבן און ניט וועלן גיין אין ארץ נושבת — איז דאָס געווען מער ניט ווי אויף די מענער; ווי רש"י בריינגט אַראָפּ (אין פרשת פנחסי) אַז בנות ישראל, די אידישע פרויען האָבן זיך ניט דערשראָקן פאַר דעם באַריכט פון די מרגלים און ניט קוקענדיק אויף דער שטעלונג פון די מענער — האָבן די פרויען געזאָגט אַז זיי שרעקן זיך ניט, און אויב דער אויבערשטער וויל מען זאָל גיין אין אַ מעמד ומצב פון אַ נסיון דאַרף מען דאָס גלייך טאָן, כאָטש אפילו לפי שעה, צייטווייליק, וועט דאָס „אָפּרייסן", און די צייט וואָס מען דאַרף אָפּגעבן אויף אַקערן און זייען און האָבן צו טאָן מיט ניט אידן — וועט מען ניט קענען אויסנוצן אויף לערנען תורה און מקיים זיין מצות.
אין דעם איז אויך אַן אָנווייזונג, און פאַר אונזער צייט אויך; מען זעהט אַז עס זיינען דאָ ליידער פיל מענער וואָס כל זמן זיי געפינען זיך אין ישיבה, אָדער — די שעות וואָס זיי געפינען זיך אין שול באַם דאַוונען אָדער לערנען דעם שיעור, דעמאָלט שטייען זיי אין אַ התלהבות, מיט אַ פאַרקאָכטקייט און מיט אַ לעבעדיקייט אויף ניט נתפּעל ווערן דערפון וואָס עס טוט זיך אין גאַס און אַז אויך אַרויסגייענדיק אין גאַס זאָלן זיי דאָרטן דורכפירן דעם אויבערשטנס שליחות. אָבער אַרויסגייענדיק אין גאַס — ווערט באַ זיי אַ ענדערונג, אַ אָפּגעשוואַכטקייט. ער איז דאָך אָבער אַן ערליכער איד, וויל ער צוריק לויפן אין שול און אין ישיבה און וויל זיך ניט פאַרנעמען מיט אויפבויען פון דער וועלט אַ דירה לו יתברך, אַז אין דעם דרויסן פון וועלט זאָל זיך אויך אָנזעהן ג־טלעכקייט —
294איז, ווי אין יענע דורות אַזוי אויך אין דעם דור — דאַרפן די פרויען ווייזען דעם ביישפּיל, אַז די רייד וואָס מען דערציילט אַז עס איז שווערע נסיונות און עס איז אַ שווערע מלחמה, איז כאָטש אַפילו די מרגלים דיברו אמתיא, זיי האָבן דערציילט ווי די זאַך איז, אָבער צום באַשלוס מקיים זיין די שליחות — האָט דאָס קיין שייכות ניט, וואָרום דאָס איז אַ שליחות פון דעם אויבערשטן אַז טלעכקייט זאָל זיך אָנזעהן ניט נאָר אין בית הכנסת און אין בית המדרש און באַ זיך אין דער היים, נאָר עס זאָל זיך אָנזעהן אין די אַלע ערטער וואו אַ איד קען דערגרייכן און אַהין בריינגען דעם אויבערשטנס וואָרט, און דורכפירן דעם אויבערשטנס שליחות אויף מאַכן דאָרט אַ דירה לו יתברך בתחתונים.
דאָ זיינען דאָך פאַרזאַמעלט די וואָס האָבן פאַרענדיקט דעם לערנען אין אַ באַשטימטע כתה, און די וואָס דאַרפן זיך אָפּגעבן אין די קומענדיקע וואָכן מיט דער הדרכה פון אידישע קינדער — קען דאָך אויפקומען דער געדאַנק; ביז איצטער איז מען געווען באַשיצט דורכדעם וואָס מען איז ניט געווען מוכרח (גענייט) צו זיין „אין גאַס"; אויך האָט מען זיך ניט געדאַרפט אָפּגעבן מיט אַ צווייטן, מען האָט געקענט אויסנוצן די גאַנצע צייט, די גאַנצע ענערגי און אַלע מעגלעכקייטן אויף אַליין שטייגן אין די ענינים פון תורה און קדושה, אין די זאַכן פון הייליגקייט און רוחניות, און איצטער שטייט מען באַ דעם מצב אַז מען דאַרף אַרויסגיין אין אַן אַנדער סביבה און מען דאַרף זיך אָפּגעבן מיט אַ צווייטן, אמת טאַקע מיט אַ אידיש קינד, אָבער — אַזאַ וואָס ער דאַרף נאָך האָבן הדרכה אין אַזאַ דרגא (שטופע) וואָס אַליין איז מען שוין די דרגא מיט יאָרן צוריק דורכגעגאַנגען, קען זיך דאָך שטעלן די פראַגע, וואָס דאַרף מען זיך אַריינלאָזן אין דעם נסיון? אָפּרייסן זיך פון שטייגן אַליין אין טוב וקדושה, און אָפּגעבן זיך מיט דעם ענין פון כובש זיין, אייננעמען נאָך אַ אידישע נשמה, און נאָך אַ אידישע סביבה און מאַכן דאָרט „ארץ ישראל", וואָס דאַרף מען האָבן דעם גאַנצן ענין ונסיון?
און דאָס דערציילט די תורה און גיט אַן אָנווייזונג און גיט אַ סיוע (הילף) און אַ חיזוק און — ספּעציעל צו פרויען ובמכל שכן וקל וחומר; מה דאָך דעמאָלט ווען אַלע מענער זיינען געווען דאַקעגן, איז פונדעסטוועגן זיינען די פרויען בייגעשטאַנען דעם נסיון און האָבן געזאָגט תנה לנו אחוזה22) — מיר ווילן און פאַרלאַנגען צו באַקומען אַ מעגלעכקייט אויף דורכפירן דעם אויבערשטנס שליחות כאָטש עס איז פאַרבונדן מיט אַ נסיון, על אחת כמה וכמה (אין אַ פיל גרעסערער מאָס) איצטער, וואָס תורה דערציילט די אַלע295אויבענדערמאָנטע סיפּורים והוראות און תורת החסידות האָט זיי אַלע ערקלערט מיט התלהבות, אין אַ גאָר קלאָרען אופן און אין אַ לעבעדיקען אופן — איז אידישע פרויען, בתוך כלל ישראל, האָבן די גרויסע אויבענדערמאָנטע שליחות, אַ שליחות וואָס זיי קענען דורכפירן במילואה, ובפרט די פאַרזאַמעלטע דאָ וכיוצא בהן — די שליחות פון מאַכן אַן „אחוזה" פון די אידישע קינדער וואָס וועלן זיין אונטער זייער הדרכה און פון דער סביבה וואו זיי וועלן זיין אין ימי החופש, חופש בין לימוד ללימוד, אָדער בין כתה לכתה, אַן אחוזה בארץ הקדש — אַן אייביגן הייליגען אייגענטום. און די שליחות וועט ניט נאָר זיי ניט אַראָפּבריינגן חס ושלום פון זייער דרגא, נאָר זיי וועלן אויפהייבן די וואָס וועלן זיין אונטער זייער הדרכה און אויך זיך אַליין אין אַ העכערע דרגא — דורך דעם וואָס זיי וועלן מיט דעם אויבערשטנס כח ביישטיין די אַלע נסיונות, ווייל „ה' אתנו" — דער אויבערשטער איז מיט יעדערן פון זיי.
און דעמאָלט וועט מקוים ווערן באַ זיי אויך די ברכה פון ארץ זבת חלב ודבש — פון איינפאַכע ארץ וועלן זיי מאַכן אַן ארץ וואָס עס גיט אַרויס (עס רינט) אָן קיין טרחה, חלב ודבשיג, חלב — אַלעס וואָס העלפט אַ מענטשן וואַקסן, ודבש — אַלעס וואָס גיט אַ מענטשן אמת'ן תענוג און געשמאַק אין לעבן,
וואָס תורה מיינט דאָך וואַקסן באמת, ניט נאָר דער גוף וואַקסט נאָר די נשמה וואַקסט מיט, ואדרבא, דער וואַקסן פון גוף קומט דערפון וואָס זיין נשמה וואַקסט, זי ווערט באַ אים לעבעדיקער און ברייטער און טיפער,
און דאָס אַלעס אין אַ אופן אַז מען פילט אין דעם דעם אמת'ן געשמאַק —
דורכצופירן די שליחות וואָס יעדערע פון אייך האָט, בתוככי כלל ישראל, מיט אמת'ן תענוג ובשמחה ובטוב לבב.
דער אויבערשטער זאָל געבן יעדערע פון אייך און דורך אייך אייערע מודרכים און מודרכות אויך די בני בית, בתוככי כלל ישראל, אַ געזונטן זומער ברוחניות ובגשמיות גם יחד, און מען זאָל אויסנוצן דעם זומער אויף קלייבן פּירות טובות, מאי פירי — מצותיד, ענינים פון תורה און מצות און אידישקייט בכלל — עס זאָל זיין אַ רייכער זומער בכל הפּרטים — ובשמחה ובטוב לבב.
להמסיימות ד"בית רבקה" ולהמדריכות דמחנה „אמונה")
296. . . ומענינא דיומא, דפרשת שבוע זה, שתוכנה — ענין המרגלים, אשר אותה שעה כשרים היו, ולכן נבחרו ונשלחו ע"י משה רועם של ישראל, אלא שלאחרי שויעלו ויתורו אירע מה שאירע — כמסופר בפרשה בארוכה.
וע"פ ביאור רבנו הזקן (בלקוטי תורה ובכ"מ) מובן, אשר טענת המרגלים היתה, דמה לבני ישראל להכנס לארץ, אשר שם עיקר העבודה מצות מעשיות ורוב ההתעסקות בעניני ארץ: החורש והזורע וכו' ואספת דגנך ותירושך ויצהרך, ואדם חורש בשעת חרישה כו' ואוסף משעת אסיפה — ותורה מה תהא עלי' ? אבל במדבר, הרי כאו"א לחמו ניתן ומימיו נאמנים ופנוים הם אך ורק ללמוד התורה ולימוד ממשה רבנו הוא אשר קיבל תורה מסיני ומלמדה לכאו"א.
ולכאורה כיון שאותה שעה כשרים היו, שמזה מובן שרצו למלאות רצון השם לתור „את ארץ כנען אשר אני נותן לבני ישראל", ע"מ להכנס לארץ בכל אופן — מה נשתנה לאחרי שויעלו ויתורו שחזרו בהם והביאו דבת הארץ רעה?
והביאור הוא — ע"פ דברי חז"ל שאינה דומה שמיעה לראי', וכאשר באו אל הארץ וראו, וכמש"נ — וכל העם אשר ראינו גו' ושם ראינו את הנפילים גו' וזה פרי', אמרו (לנפשם וגם לשולחיהם) לא נוכל לעלות אל העם כי חזק הוא ממנו, שאי אפשר להחזיק מעמד ועאכו"כ שאי אפשר לעלות מדרגא לדרגא, ואדרבה — הארץ אוכלת יושבי' היא (אף שרצונם ליישבה, לעשותה ארץ נושבת — עסקם בהחורש וזורע היא באופן שכל מעשיך לשם שמים ויתרה מזה — בכל דרכיך דעהו ועד — לקיום מצות מעשיות בפועל).
והוראה מכל האמור בעבודת האדם, אשר אל יפול לבו עליו בגשתו אל העבודה בפועל ופוגש קישוים העלמות והסתרים שלא שיערם מראש, או שלא שיער אשר בצורות גדולות מאד הם ועז הדבר אשר צריך לכבשו ולבררו — כי כבר הי' לעולמים, כנ"ל בפרשתנו סיפור הנסיון ביחד עם העצה לזה297והיא ההחלטה בתוקף — בה' אל תמרודו (אשר אז במילא — ושוב) ואתם אל תיראו גו' וה' אתנו וגו'.
ואף אם לפעמים נראה הנסיון לגדול ביותר וכן ההעלמות וההסתרים — הרי כ"ש וק"ו; ומה אנשים כשרים אשר משה רבנו בחר בהם מכל ישראל והלכו בשליחותו ע"מ לקיימה כחזקת שלוחים כשרים, בכל זה: א) גם לאחרי השמיעה מקודם ע"ד הארץ וההחלטה טובה — פעלה בהם הראי' שינוי ויראה שלדעתם נראה הי' לצודק, ב) טעו בזה כי אם בה' אל תמרודו — שוב בטלה היראה ואין מקום לשינוי ההחלטה,
עאכו"כ בדורותינו דעקבתא דמשיחא שאין ליפול ברוחו בזה שהשכל הטבעי שלו רואה את הקישוים וההסתרים כענקיים ואשר הדבר עז הוא וחזק הוא ממנו גו',
ואדרבה הבטחת תורתנו הנצחיית היא, אשר אם בה' אל תמרודו — שוב אל תיראו ועלה נעלה ויכול נוכל וירשנו.
והרי בודאי כל אחד ואחת החלטתו הפנימית — תקיפה אשר בה' אל תמרודו, וע"י שמעוררה ומביאה לגילוי, הרי שוב — אל תיראו ועלה נעלה וירשנו.
[לכתבו שהייתה להמרגלים איזו נגיעה כו' — מתאים הוא למש"כ בלקו"ת (לז, ב) „לא רצו להשפיל א"ע". ועד"ז שם (מא, ב).
למש"כ בפי' ציד בפיו — עיין תו"א (כ, ג)] . . .
(ממכ' עש"ק פרשת שלח, ה'תשכ"ה)298צו טאָן מיט ענינים פון עולם הזה וואָס אַריינגייענדיק אין ארץ ישראל, וואָלטען זיי שוין באַדאַרפט אַריינגיין אין אַ אַנדער סדר, צו בעאַרבעטן די ערד, טאָן מסחר און ענליכעס, הגם דאָס גופא דאַרף דאָך זיין עפ"י תורה, צו אויסהיטען זיך פון גניבה לשון הרע השגת גבול וכו' און מקיים זיין די מצות פון מעשר, שביעית תרומה אָבער עס וואָלט דאָך געבליבען ווייניג צייט צום לערנען און דאַוונען, האָבין די מרגלים גע'טענה'ט צוליב וואָס זאָלען זיי אויסבייטען די איידעלע אַרבעט וואָס זיי האָבין אין מדבר, אויף די אַרבעט פון ארץ ישראל, וואו מען דאַרף זיך פאַרנעמען מיט פירות הארץ (ניט מיט מן) און מיט דעם עם היושב בקרבה (ניט אַזוי ווי אין מדבר, וואָס עם לבדד ישכון) במילא וועט עס דאָך דאָס זיין אַ ארץ אוכלת יושבי', וואָס עס וועט אויפעסין די רוחניות קדושה פון ארץ ישראל.
דאָך האָבין זיי אַ טעות גיהאַט אין דעם, און ווי די תורה זאָגט, אַז טובה הארץ מאד מאד, אַז חאָטש די עבודה איז אין פּשוטע און איינפאַכע זאַכען, אָבער דאָס וויל דער אויבערשטער, אַז אפילו די איינפאַכע זאַכען, זאָל זיך אויך אין זיי זיין אָנזעהנדיק אַז דאָס טוט אַ איד ווי מען באַדאַרף טאָן, און דאָס איז טייערער באַ הקב"ה פון דעם לימוד התורה אין מדבר.
און דאָס דאַרף זיין אַ מוסר השכל פאַר אונז אַלעמען, אַז געפינענדיג זיך אין אַזאַ שווערען גלות, וואָס צוליב סיבות קאָן מען ניט לערנען אַכט שעה אַ טאָג, און עס איז ניט מער וואָס מען נעמט איינטייל אין שיעורים ברבים אין שול, און די שיעורים זיינען אויך ניט אין די טיפע ענינים פון תורה, נאָר מער ניט ווי לימוד דינים פון קיצור שלחן ערוך, אגדות חז"ל אָדער סיפורי צדיקים, פונדעסטוועגין דאַרף מען ניט זיין געפאַלן באַ זיך, און אַלע מאָל גידיינקען, אַז טובה הארץ מאד מאד, אַז מען וועט ניט נתפעל ווערין פון די אַלע שוועריקייטן און מען פירט זיך אויף ווי אַ איד דאַרף זיך אויפפירן, קאָן מען אויך דורך דעם משלים זיין דעם רצון העליון, אָט אַזוי ווי מיט'ן לערנען תורה אין מדבר, און ווען מען טוט דאָס בשמחה, איז דאָס נאָך מער טייערער . . .
. . . מה שהעיר בתניא ספכ"ט; ומאין חזרה ובאה להם האמונה כו' הרי לא הראה להם משרע"ה שום אות כו' אלא ודאי כו' כששמעו דברים קשים כו'* ויתאבלו העם כו' (שלח יד, לט) ; לכאורה אינו מובן הרי נאמר שם (יד, לז) וימותו האנשים גו' במגפה?
והביאור; שסיבת חזרת האמונה הי' הדבור הקשה ולא ענין אחר — הוא, כל' אדה"ז, מפורש בתורה, וכמש"נ (שם יד, לט) וידבר משה את הדברים האלה גו' ויתאבלו גו'. ולא שהראה להם שוימותו גו'. ושלשת הפסוקים לו־ח הם מאמר המוסגר (כדי לסיים ספור הנעשה במרגלים עצמם). וכמוש"כ299בתרגום יב"ע שהי' זה בשבעה באלול. וכ"ה בסוף מגלת תענית. ונפסק הלכה למעשה בטושו"ע או"ח סתק"פ (אלא שגירסתם בי"ז באלול).
ועיי"ש בב"ח שנדחק הב"י וכו'. וגם להב"י פסוקים הנ"ל מספרים מה שהי' באלול, היינו זמן רב לאחר חזרת האמונה, שהרי בהם מדובר ע"ד מיתתם כו' ולא שירבוב הלשון. ועכצ"ל שהוא מאמר המוסגר. — במאה שערים כו, * משמע דגם המרגלים עצמם אמרו הננו ועלינו גו' (כי אין שם תיבת גבי מרגלים. עיי"ש*
300. . . איינע פון די אָנווייזונגען פון פרשת שלח איז, אַז ווען די שלוחים וואָס משה רבנו האָט געשיקט אַרומקוקן ארץ־ישראל זיינען צוריקגעקומען און האָבן געבראַכט אַ ניט־ריכטיקן באַריכט — האָבן זיך די *) פרויען ניט אָפּגעשראָקן און האָבן ווייטער געוועלט אָנהאַלטן זייער וועג צו אר־ישראל ארץ הקדש — „דאָס לאַנד וואו די ספּעציעלע ־טלעכע השגחה איז פון אָנהויבס יאָר ביז ענדע יאָר".
די צוגעבונדנקייט פון דער אידישער פרוי צו „ארץ הקדש" איז אַן אויסדרוק פון אירע איבערגעבנקייט צו אַלע ענינים פון קדושה, תורה ומצוות, וואָס צייטנווייז דריקט עס זיך אויס נאָך אין אַ שטאַרקערע פאָרם ווי באַ די מענער.
דערפון איז אַן אָנווייזונג אויך פאַר אונזער דור, אַז די פרויען קענען פיל אויפטאָן צו פאַרשטאַרקן אַלע ענינים פון קדושה, תורה ומצוות, צוערשט אין זייער אייגענער היים און צוזאַמען דערמיט אויך אין דער סביבה אין אַ פּאַסנדן אופן, און אַזוי אַרום מאַכן באַ זיך אינדערהיים און אין דער סביבה אַן „ארץ הקדש" פאַר דער ג־טלעכער שכינה.
און פּונקט ווי צוזאַמען מיט ארץ־ישראל זיינען געגעבן געוואָרן אַלע טלעכע ברכות פון „ארץ זבת חלב ודבש" אויך אין דעם מאַטעריעלן זין, אויב נאָר מען וועט זיך אויפפירן לויט דעם אויבערשטנס רצון, אַזוי זיינען שטענדיק אָנגעגרייט אַלע ג־טלעכע ברכות פאַר אַלעמען וועלכע העלפן פאַרשטאַרקן און פאַרשפּרייטן תורה־אידישקייט, לויט זייערע פולסטע מעגלעכקייטן . . .
. . דער יערליכער באַנקעט וואָס קומט י־יאָר פאַר אין דער וואָך צווישן שבת פרשת שלח און שבת פרשת קרח, האָט זיכער אַ השגחה־פרטיות'דיקן שייכות צום אינהאַלט פון די צוויי סדרות.
די דאָזיקע צוויי סדרות דערציילען וועגען צוויי שטורמישע און טראַגישע איבערלעבונגען וואָס אונזערע עלטערן האָבן דורכגעמאַכט אין מדבר אויף זייער וועג פון מצרים קיין אר־ישראל; דער אויפשטאַנד פון די מרגלים (די שלוחים וועמען משה רבינו האָט געשיקט אַרומצורייזן אר־ישראל און בריינגען אַ באַריכט) און די מחלוקת פון קורח און זיין קרייז קעגן משה ררלגה
ווי האָבען זיך די פרויען אויפגעפירט אין די דאָזיקע קריטישע און גורל'דיקע מאָמענטן פאַרן אידישן פאָלק?
אונזערע חכמים, זכרונם לברכה, דערציילען, אַז די פרויען, אין אַלגעמיין, זיינען ניט צוגעשטאַנען צו דער צערודערונג וואָס געוויסע וואַק־301לענדיקע מענער האָבן דאַן אַרויסגערופן, פאַרקערט, זיי האָבן אַרויסגעוויזען גאָר אַ גרויסע מאָס בטחון אין דעם אויבערשטן, טריישאַפט צו משה רבינו און צו דער תורה און ליבשאַפט צום הייליקן לאַנד.
דעריבער האָבן זיי זוכה געווען אויפצושטעלן אַ נייער דור אידישע קינדער, וועלכע זיינען געווען דורכגעדרונגען מיט בטחון און ליבשאַפט צום אויבערשטן און צו דער תורה און מצוות, און זיי זיינען אַריין און האָבן גע'ירש'נט די הייליקע לאַנד.
די גרונט־לערע דערפון איז קלאָר. דאָס ווייזט אויף ווי ווייט אַ אידישע פרוי און מאַמע קען אויפטאָן אין דער דערציאונג פון קינדער, אפילו אָן דער מיטהילף פון מאַן, און זעלבסטפאַרשטענדלעך נאָך פיל מאָל מערער מיט זיין מיטהילף, און ווי ווייט אַ פרוי קען האָבן אַ גוטע השפעה אויפן מאַן און אויף דעם גאַנצען שטעל פון דער היים, ביז צו ווערן געקרוינט מיט דעם טיטול „בויערינען פון דער אידישער היים" (חכמות נשים בנתה ביתה).
אויב אין אַלע צייטן האָט די אידישע פרוי פאַרנומען אַ העכסט וויכטיק אָרט אין פורמען די אידישע היים און אידישן לעבן בכלל, איז דאָס זיכער פיל מאָל מער אַזוי אין אונזערע צייטן און אומשטענדן. דעריבער האָט דער רבי, דער שווער, כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זיע"א, געלעגט אַזויפיל מי צו גרינדן, אויפהאַלטן און אויסברייטערן די בית רבקה שולעס, וואו עס ווערן דערצויגען טייערע אידישע טעכטער על טהרת הקדש צו זיין אמת'ע בויערינס פון דער אידישער היים און צו פאַרזיכערן די צוקונפט פון אידישן פאָלק . . .
. . . יהי רצון, אַז יעדער איינער פון די מסיימים זאָל אנערקענען בפנימיות אַז דער „סיום" איז באמת אַ צוגרייטונג צו דער התחלה פון אַ העכערע מדריגה אין לימוד התורה, נגלה און חסידות, מיט אַ שטייגענדער התמדה ושקידה, ובקיום המצוות בהידור, צוזאַמען מיט השפעה אויף דער סביבה.
אויפן יסוד פון דער הוראה פון אַלטן רבי'ן, בעל התניא והשלחן ערוך, אַז אין דער פרשת השבוע איז פאַראַן פּראַקטישע אָנווייזונגען פאַר די געשעענישן פון דער וואָך, בפרט אַזאַ אויסערגעוויינלעכע געשעעניש ווי חג הסיום,
איז אַ דבר בעתו אַריינצוטראַכטן זיך אין דעם פסוק וטפכם . . . והבאתי אותם וידעו את הארץ (וואָס איז פאַרבונדן מיט יום ד' שלח). די תורה הקדושה, וואָס איז אַ נצחית און אירע הוראות זיינען נצחיות'דיקע, גיט אונז דאָ אַ הוראה אַז קינדער קענען, און דאַרפן, שטרעבן צו העכערע דערגרייכונגען אפילו פון די פון זייערע אייגענע עלטערן, ווי הויך די מדריגה פון302די עלטערן זאָל ניט זיין, וואָרום אין אַלע ענינים פון טוב און קדושה איז שטענדיק דאָ אַ מעגלעכקייט צו שטייגן העכער. און ווען די קינדער געדענקען נאָך דערצו, אַז מיט זייערע דערגרייכונגען זיינען זיי אויך מזכה זייערע עלטערן, שטרענגט מען זיך אָן גאָר אויף אַן אַנדער אופן.
דער דערמאנטער ענין — לויט דעם סגנון פון חכמינו ז"ל; יפה כח הבן מכח האב — שפּיגלט זיך אויך אָפּ אין דער אינערלעכער נקודה פון דעם חודש, דער חודש פון מתן־תורה, וואָס כידוע איז די תורה געגעבן געוואָרן ערשט נאָכדעם ווי די עלטערן האָבן צוגעזאָגט בנינו ערבים בעדינו. אין זכות פון די קינדער האָבן אויך די עלטערן באַקומען די תורה הקדושה, תורת חיים, ומצוותי' עליהן נאמר וחי בהם.
השם יתברך זאָל מצליח זיין יעדן איינעם פון די מסיימים צו דערפילן זיין אויפגאַבע און שליחות אין דער פולסטער מאָס, ווי דאָס איז באַלויכטן געוואָרן מיט דעם אור תורת החסידות, היא תורת מורנו הבעש"ט ורבותינו נשיאינו פון דור צו דור . . .
(ממכ' ט"ו סיון, ה'תשכ"ה — לחג הסיום דישיבת תת"ל, מאָנטרעאַל)
וטפכם אשר אמרתם וגו', חזר הקב"ה והדגיש והם יירשוהא, לומר שביאת ישראל לארצנו הקדושה תלוי' דוקא בטף ובחינוכם על טהרת הקודש. ואחז"ל שאין מבטלין תשב"ר אפילו לבנין בהמ"ק, שת"ת שלהם הוא יותר גדול, ואל תגעו במשיחי דמיירי בתשב"ר והזהיר הכ' שלא לנגוע בהם, והכתוב לא חילק בין תינוק א' להרבה תינוקות, ועכ"פ, מיעוט רבים (במשיחי) שנים, ובאמת ישנם מאות תשב"ר הרוצים בחינוך קודש, ואין בכח הישיבות להכניסם, מפני המצב החמרי, וידוע לכל המצב והמאבק הקשה של הישיבות להחזיק מעמד.
יש הצעה שהממשלה תתן תמיכה לת"ת ולישיבות אבל, כתמיד, נמצאים מהרסים ומחריבים אשר ממך יצאו, המשתדלים לבטל תמיכה זו מהישיבות ולבטל ת"ת מפי תשב"ר ח"ו.
והנה השמיעו ג' סברות לחזק את מעשיהם;
אומרים שתמיכה כזה היא נגד הקונסטיטוציא. וזה מוזר מאוד, כי אפילו אלו האומרים שהקונסטיטוציא דוחה ת"ת של תשב"ר ואין להשתדל שיעשו אַמענדמענט (תיקון) בזה — בטח יודו שאם הממשלה מסכמת לתמוך, והרי היא יודעת את הקונסטיטוציא, ודאי שאין סתירה בזה. והאומנם עליהם ללמד את בית משפט העליון של ארצה"ב הל' קונסטיטוציא דארצה"ב.
303אומרים שאם הממשלה תתן תמיכה אז תתערב בעניני החינוך. וזה חשש שאין לו יסוד במציאות כלל, דהרי הממשלה נותנת זה משנים רבות את תמיכתה, לנסיעות, חלב וכו' ועד עתה לא התערבה, ומדוע תתערב עכשיו.
אבל ישנם גם מפולפלים בין המהרסים, האומרים שאם היהודים יקבלו התמיכה תתנה הממשלה גם לנוצרים ויחזקו בזה ע"ז, אשר בן נח מוזהר עלי', ולכן קבלת התמיכה אסורה ע"פ שו"ע, דולפני עור לא תתן מכשול.
ומעולם לא שמעתי סברא „עקומה" כזו;
א) צע"* ג אם בכלל יש בזה האיסור דולפני עור, כיון שהתמיכה היא במיוחד ובדוקא ללימודי חול (אלא שע"י התמיכה בטל הצורך לקחת מקופה הכללית של המוסד ללימודים אלו, ובמילא אפשר, באם ירצה המוסד, לנצל הקופה כולה ללימודי דת. ואכ"מב).
ב) ידוע שבמדינה זו הנוצרים האדוקים יש להם די כסף לבתי חינוך שלהם. ואין מוותרים אפילו על ילד א' שלא לקולטו מפני שאין ביכולת הילד לשלם שכר לימוד.
ג) אפילו להרמב"םג דהנוצרים עוע"ז הם, משתפים הם ש"ש וד"א. ולדעת כמה ראשונים וכן פסק הרמ"אד לא הוזהרו ב"נ על השיתוף.
ד) בפּאָבליק סקולס (בתי ספר עממים) לומדים כמה וכמה מקצועות באופן ובסגנון כזהג אשר במישרין ובעקיפין משפיעים על התלמיד לאמר שאין מקום ואפשריות לנסים, ומזה — שאין מקום לענינים שלמעלה מדרך הטבע, ומזה — שאין העולם זקוק לענין שמחוץ הימנו, ומזה — שאין בעה"ב המנהיג בירה זו, ומזה — צעד קטן לכפירה גמורה בבורא עולם. והרי על הכפירה הוזהרו ב"נ לכל הדעות.
ואולי נכון יותר שילמדו ב"נ בבתי חינוך משלהם מאשר בפּאָבליק סקולס, וכידוע דכופר גמור — גרוע מעוע"זו. וכמאמר הבעש"ט ז"לז שיותר יש תיקון לגוי עוע"ז מן האפיקורסים שכופרים בה' לגמרי ואינם מאמינים בחידוש העולם.
304ה) כל החששות לשלול התמיכה — אינן ודאי וברי, ורק — על אחרי זמן. קבלת התמיכה — ודאי הוא אשר תיכף ומיד יוכלו הישיבות וכו' לקבל ולקלוט עוד מספר תלמידים.
ו) מהנ"ל מובן, שכל הפועל נגד התמיכה — פועל (שלא בכוונה או גם בכוונה) למנוע תורת ה' מכמה מבני ישראל. והרי לבני ישראל אלו — אין כל נפק"מ מה היא כוונת המונע. וד"ל.
המורם מהאמור — שחובה ויש לעשות כל ההשתדלות לאישור התמיכה למען חיזוק ידי הישיבות והת"ת, ולהציל כמה וכמה נפשות מבנ"י, שאפילו המקיים רק נפש אחת מהם כאילו קיים עולם מלא.
ס'איז דאָך באַוואוסטא דער וואָרט פון דעם אַלטן רבי'ן, אַז די פרשה וואָס מען לייענט די וואָך אין דער תורה, איז דאָס אויך אַ תורה — אַן אָנווייזונג, — פון וועלכער מען קען זיך אָפּלערנען בנוגע די ענינים און די פּאַסירונגען וואָס זיינען פאַרבונדן און וואָס טרעפן אין דער וואָך,
וואָס כאָטש אפילו — די תורה איז דאָך געגעבן געוואָרן מיט טויזנטער יאָרן צוריק, — און פּאַסירונגען פון דער וואָך זיינען דאָך אַנדערש איין יאָר פון אַ צווייטן; און די סדרה וואָס מען לייענט אין דער וואָך בלייבט אַלץ די זעלבע,
וויבאַלד אָבער אַז תורה איז געגעבן געוואָרן פון דעם אויבערשטן, וואָס ער ווייס דאָך אַלץ וואָס וועט פאָרקומען אין די אַלע צייטן וואָס וועלן קומען דערנאָך, און ער האָט אָנגעוויזן יעדער אידן — אַ מאַן אָדער אַ פרוי, אַ בחור אָדער אַ בחורה, אַ אינגל אָדער אַ מיידל — אין אַלע דורות, ווי זיי זאָלן זיך פירן יעדער טאָג און יעדער חודש און יעדער יאָר,
איז קיין וואונדער ניט וואָס ער האָט געקאָנט אין דער זעלבער סדרה אַריינשטעלן די אָנווייזונגען פאַר די אַלע פאַרשידנאַרטיקע פּאַסירונגען, וואָס וועלן טרעפן — יענעם ערשטן מאָל ווען די תורה איז געגעבן געוואָרן, און אין יעדער יאָר וואָס וועט קומען דערנאָך, ביז צו דעם יאָר אין וועלכן מיר געפינען זיך איצטער.
איינע פון די פּאַסירונגען וואָס צוליב איר האָבן מיר זיך דאָ צוזאַמענגעטראָפן, איז דאָס וואָס איר זייט „אויסגעקליבן" געוואָרן;
וואָרום יעדער זאַך איז דאָך בהשגחה פרטיתב — ניט דורך אַ צופאַל,305נאָר דער אויבערשטער באַשטימט אַזוי — דערפאַר וואָס דאָס איז צום גוטן פון דעם וועמען ער האָט אויסגעקליבן, און פאַר די מיט וועלכע די אויסגעקליבענע וועלן זיך דערנאָך טרעפן — און ער גיט זיי אויך אָנווייזונגען,
און אַזוי אויך אין דער צוזאַמענטרעפונג; דער אויבערשטער האָט אייך אויסגעקליבן, אַ טייל — די וואָס האָבן פאַרענדיקט אַ באַשטימטע שטופע, אַ באַשטימטע דערגרייכונג אין זייער לערנען און אין זייער זעלבסטערציאונג,
וואָרום דאָס איז ניט אַ פאַרענדיקן, ווייל כל זמן אַ מענטש לעבט — קומט דאָך אים צו אין ידיעות און אין זעלבסט־ערציאונג; ס'זיינען אָבער דאָ תקופות און צייטן וואָס דעמאָלט איז אַן אָפּשלוס פון אַ באַשטימטן גראַד און אַ באַשטימטן צושטאַנד און שלב, אין דער ערציאונג און אין לערנען, און דערנאָך גייט מען אַריבער אין אַ גאַנץ אַנדערער תקופה, ווען מען דאַרף זיך לערנען אַנדערש און ערציען זיך אַנדערש, און אויך אָנהויבן, ווי אין דעם פאַל, טראַכטן וועגן ערציען אַנדערע,
וואָס דאָס איז די צווייטע טייל פון אייך, וואָס זיי זיינען פאַרבונדן מיט הדרכה — מיט ערציאונג — און אָנווייזונג פאַר די קינדער וואָס וועלן זיין אויף זייער אחריות, אין דער זומער־פרייער צייט וואָס קומט איצטער א. וואָס צוליב מדריך זיין — כדי צו קאָנען גוט אָנווייזן און אָנפירן מיט אַנדערע, קומט דאָס נאָך דעם ווי מען באַקומט זעלבסט־קאָנטראָל, אַז מען קאָן זיך ערציען, און זיך קאָנטראָלירן, און זיך מדריך זיין ווי ס'דאַרף צו זיין.
א
איינער פון די פרטים און די פרשיות פון היינטיקער סדרה, וואָס פון אים קאָן מען אָפּלערנען אַן אָנווייזונג אויך אין די ענינים וואָס זיינען פאַרבונדן מיט אייער צוזאַמענטרעפן זיך און אונזער צוזאַמענטרעפן זיך, איז דאָס, וואָס אין דער סדרהח ווערט צום ערשטן מאָל דערציילט באריכות די מצוה פון מפריש זיין חלה, — און אָפּגעבן דערנאָך דעם כהן, די ערשטע טייל פון דעם טייג פון וועלכן מען באַקט דערנאָך ברויט פאַרן עסן;
אויף דערויף זאָגט ער אין היינטיקער סדרה, ראשית עריסותיכם חלה תרימו תרומה (לה') — אַז די ערשטע און די אָנהויבס פון אייער טייג דאַרף מען מאַכן דערפון חלה, און דאָס דאַרף מען אָפּשניידן און אָפּגעבן צוליב דעם אויבערשטן.
דערנאָך איז ער מבאר פרטים, — ס'איז ניט אַן איינצלנער פסוק, נאָר אַ נאַנצע פרשה אין דער היינטיקער סדרה גיט זיך דערמיט אָפּד, וואָס306דורך דעםה ווערט נאָך מער אונטערשטראָכן דער אַלגעמיינער כאַראַקטער פון דער מצוה; זי ווערט באריכות ובפרטיות און מיט פילע פרטים ערקלערט אין תורה, אעפ"י וואָס כמה מצות זיינען אָנגעוויזן אין דער תורה בקיצור אָדער גאָר בקיצור נמרץ — גאָר אין קורצן;
מ'זעט אויך די וויכטיקייט און די כללות'דיקייט — די אַלגעמיינקייט — פון דער מצוה אין דעם, וואָס בשעת אין יחזקאל, צום ענדע פון זיינע נבואותח, דערציילט ער ווי אַזוי אידן וועלן זיך פירן ווען משיח וועט קומען, און ער רעכנט דאָרט אויס די מצות — ספּעציעלע מצות וואָס ער דערמאָנט דאָרטן — וואָס מ'וועט דעמאָלט מקיים זיין [אעפ"י וואָס אַ טייל פון זיי האָט מען אויך פריער מקיים געווען], ער אונטערשטרייכט דאָס, וואָס דאָס באַווייזט אויך זייער וויכטיקייט, און די השפּעה — דעם איינפלוס — וואָס זיי האָבן אויפן אידישן לעבן,
איז צווישן די מצוות, רעכנט ער אויך די מצוה פון חלה, אַז ראשית עריסותיכם תתנו לכהן, אַז די אָנהויבס פון דעם טייג זאָלט איר געבן צום כהן, וואָרום בשעת משיח וועט קומען וועט ער נאָכאַמאָל באַנייען אין ארץ ישראל מיט דער גאַנצער שטאַרקייטז די מצוה פון חלה.
מ'פאַרשטייט נאָך מערער די גרויסקייט און די וויכטיקייט פון דער מצוה, וואָס גלייך נאָך דעם זאָגט ער, להניח ברכה אל ביתך, אַז דורך מקיים זיין די מצוה פון חלה וועט דאָס אַריינברענגען אַ ברכה אין דער גאַנצער שטוב, — אין דעם גאַנצן הויזגעזינט און דער משפחה, וואָס וועט מקיים זיין די מצוה פון חלה,
אעפ"י וואָס לויטן פשט גייט דער להניח ברכה אל ביתך אויך אויף די פריערדיקע מצות וואָס ער רעכנט דאָרט אויס, אַז אויך אין זייער זכות וועט קומען ברכה אין דער הויז,
אין תורה איז דאָך אָבער דער סדר — אויך תורה, אַ טייל פון דער תורה, פון וועלכן מען לערנט אָפּח ; דאָס גופא וואָס בשעת דער להניח ברכה אל ביתך גייט אויף פילע מצות, שטייט דאָס אָבער גלייך נאָך דער מצוה פון חלה, באַווייזט דאָס אַז כאָטש אפילו דאָס האָט אַ שייכות צו אַלע פריערדיקע מצות וואָס ער רעכנט, איז דאָס אָבער אַמשטאַרקסטן, און האָט אַן עיקר'דיקן פאַרבונד מיט דער מצוה פון חלהט.
307אין וואָס טיילט זיך אויס די מצוה חלה פון פילע מצות ? איז דאָס — כפשוטו, ווי מ'זעט בפשטות — אין וואָס באַשטייט די מצוה; איידער אַ איד גייט עסן, וואָס דער עיקר עסן איז דאָך פאַרבונדן מיט ברויט — מיט לחם,
וואָס דערפאַר איז דאָך אין לשון הקודש [וואָס גיט אַרויס די אמת'ע באַדייטונגי פון יעדער ענין] ווערט די גאַנצע סעודה אָנגערופן בשם לחםיא, וואָרום דער לחם — די ברויט — איז דער עיקר,
שטרייכט אונטער די מצוה, אַז אַ איד אנערקענט, אַז איידער ער הויבט אָן גרייטן פאַר זיך זיין סעודה,
— וואָס אין ברייטערן זין, נעמט דאָס אַרום אַלע זיינע צרכים, [וואָרום אַלע זיינע נויטבאַדערפטיקייטן — ווערן נכלל אין דעם ענין פון אכילה און סעודה]יב —
איז איידער ער גרייט עפּעס פאַר זיך, איז די ערשטע טייל און די בעסטע טייל, [וואָס ראשית האָט דעם טייטש די ערשטע אין צייט, און אויך די ערשטע אין חשיבותיג], טיילט ער אָפּ די בעסטע און די שענסטע פאַר דעם אויבערשטן, און גיט עס אַוועק צו דעם כהן.
אין דערויף ליגט די אַלגעמיינע אָנווייזונג; בשעת אַ איד געפינט זיך אין דער וועלט, און זעט אַרום זיך ווי אַנדערע פעלקער פירן זיך, דאַרף ער וויסן אַז ער איז אָפּגעטיילט פון זיי,
ניט נאָר ווען ער דאַוונט און ער לערנט און איז מקיים מצות, נאָר אפילו אין ענינים אין וועלכע ער גלייכט זיך אויס לכאורה — אויפן ערשטן בליק — מיט אַנדערע פעלקער, ווי אין דער זאַך פון עסן און טרינקען און אַנדערע צרכיםיד,
אַז צום אַלעם ערשטן אין צייט, און צום אַלעם ערשטן אין חשיבות און טייערקייטיג, נעמט ער אַראָפּ און הויבט עס אויף [וואָס דאָס איז דאָך דער אָפּטייטש פון תרימו — אָפּשיידן און אויפהויבן], און גיט עס אָפּ דעם אויבערשטן, ד. ה. אויף ענינים וואָס זיינען פאַרבונדן מיט דעם אויבערשטן — מיט הייליקייט און מיט תורה ומצות.
308דערמיט איז אויך פאַרשטאַנדיק פאַרוואָס דער שכר אויף דערויף איז: להניח ברכה אל ביתך; אַז דער אויבערשטער זעט אַז די גאַנצע הויז־פירונג איז אַוועקגעשטעלט געוואָרן, אַז ער הויבט אָן מיט אַן ענין וואָס איז פאַרבונדן מיטן אויבערשטן, מיט הייליקייט און מיט אידישקייט און מיט תורה ומצות, און דאָס איז ניט נאָר אַן אָנהויבס אין צייט, נאָר אויך אין חשיבות — די בעסטע און די שענסטע גיט ער אַוועק אויף אידישקייט און זאַכן וואָס זיינען פאַרבונדן מיטן אויבערשטן,
דעמאָלט גיט דער אויבערשטער מדה כנגד מדה. ער באַצאָלט דעם אידן דעם שכר אין דעם זעלבן אופן; ער מאַכט פון דער אידישער הויז אַן אָרט וואו דער אויבערשטער געפינט זיך, און וויבאַלד אַז דער אויבערשטער קומט אַהינצו איז דאָך פאַרשטאַנדיק אַז צוזאַמען מיטן אויבערשטן קומען אַלע ברכות אין וואָס מען נויטיקט זיך.
דערפון לערנט מען אויך אָפּ אין ברייטערן זין; פּונקט אַזוי ווי דאָס איז אין דער אַלגעמיינער מצוה פון חלה, אַזוי איז דאָס אויך אין אַלגעמיין אין טאָ־טעגלעכן לעבן ; אַ איד — אַ מאַנסביל אָדער אַ פרוי — בשעת ס'הויבט זיך אָן זייער טאָג און זיי האָבן צו טאָן מיט וועלט, איז ראשית עריסותיכםי — דער אָנהויבס פון טאָג, דאַרף זיין פאַרבונדן מיט תרימו תרומה לה': ער הויבט אָן זיין טאָג מיט זאָגן מודה אני לפניך. פאַר אַלע זאַכן און פאַר אַלע זיינע באַדערפענישן, הויבט ער אָן מיט דעם גרויסן דאַנק וואָס ער גיט אָפּ דעם אויבערשטן, און ער נעמט אים אַן אַלס מלך חי וקיים, אַלס זיינעם אַן אָנפירער און זיין קיסר, וואָס לויט זיינע אָנווייזונגען וועט ער זיך פירן דעם גאַנצן טאָג.
דערפון איז אויך פאַרשטאַנדיק, אַז די וואָס באַקומען אויף זייער אחריות אידישע קינדער וואָס זיי דאַרפן זיי מדריך זיין, איז די התחלת ההדרכה — דער אָנהויב פון אָנפירן מיט די קינדער — דאַרף באַשטיין אין דעם איינפלאַנצן אין די קינדער דעם געדאַנק, אַז ראשית עריסותיכם תרימו תרומה לה' — און וויסן אַז יעדער קינד איז אַ תרומה, און דאַרף אָפּגעשייד ווערן און אויפגעהויבן ווערן, און מאַכן אים נאָך נעענטער צו דעם אויבערשטן, און צו דעם אויבערשטנס זאַכן, נאָך מערער ווי דער קינד איז געווען פאַר דעם,
און דאָס גיט אויך די פאַרזיכערונג, אַז ס'וועט זיין דער להניח ברכה אל ביתך, אַז דערנאָך וועט זיין די גאַנצע הדרכה און דער גאַנצער זומער מיט אַ סך הצלחה, וואָרום דער אָנהויבס איז געווען צוזאַמען מיט דעם309אויבערשטן, וואָס מיט אים צוזאַמען גייט ברכה און הצלחה, אין די אַלע אונטערנעמונגען, ובפרט אין הדרכה פון אידישע קינדער.
אַזוי אויך אין צוזאַמענהאַנג מיט דעם וואָס מען פאַרענדיקט איין תקופה אין לערנען, און מ'הויבט זיך אָן גרייטן צו אַ העכערער תקופה אין לערנען און אין ערציאונג, אָדער אין לערנען אין אַלגעמיין, דאַרף זיין דער אָפּשלוס פון דער תקופה — וואָס זי איז אויך דער אָנהויבס פון דער תקופה וואָס קומט נאָך איר — אויך אין דעם אופן פון ראשית עריסותיכם תרימו תרומה לה', אַז דער אָנהויבס ווערט אָפּגעגעבן, און איז דורכגעדרונגען און דורכגענומען מיט דעם געדאַנק וועגן דעם אויבערשטן, וועלכער איז דער מלך חי וקיים,
און דאָס איז דערנאָך ממשיך די ברכה אַז ס'זאָל זיין דער להניח ברכה אל ביתך, אַז ס'זאָל זיין די ברכה אין דער צווייטער תקופה אין וועלכער מען גייט אַריין, און דערנאָך אויך אל ביתך, אין אַלע זיינען ענינים — וואָס בכללות איז דאָס זיין בית, זיין הויז און זיין אומגעבונג, אַז ס'זאָל זיין געבענטשט מיט דעם אויבערשטנס ברכות וואָס דאָס איז ברכות בגשמיות וברוחניות גם יחד.
דער אויבערשטער זאָל בענטשן און מצליח זיין יעדערער פון אייך, בתוככי כללות בנות ישראל — צווישן אַלע אידישע טעכטער תחיינה — אַז ס'זאָל זיין אַ געזונטער זומער, און אַ הצלחה'דיקער זומער, סיי בגשמיות סיי ברוחניות, און יעדערע פון אייך זאָל מקיים זיין די שליחות וואָס דער אויבערשטער לייגט אַרויף אויף יעדערער פון אייך, געזונטערהייט און פריילעכערהייט, און מיט איבערגעגעבנקייט, וואָס דאָס וועט ברענגען דעם אויבערשטנס ברכה און הצלחה אין דעם,
און מ'זאָל אויף יעדערער גלייך קענען דערקענען, אַז זי פאַרדינט, מיט דער פולער רעכט, דעם טיטול וואָס די תורה גיט יעדער אידישע טאָכטער, אַז זי ווערט אָנגערופן בת שרה רבקה רחל ולאה, אַז קוקנדיק אויף איר און ווי זי פירט זיך אויף, דערקענט מען גלייך אַז דאָס איז אַ טאָכטער פון אונזערע הייליקע אמהות, שרה רבקה רחל ולאה,
וואָס דאָס זעט מען לויט איר אָנטאָן זיךיז, און לויט איר אויפפירן זיך, און בפרט ווי זי פירט אויס די שליחות וואָס זי האָט פון דעם אויבערשטן,
דעמאָלט ווערט זי אויך געבענטשט מיט די אַלע ברכות וואָס שטייען אויף די אמהות — אַז זיי בויען אויף בית ישראליח; זיי בויען אויף דעם310אידישן פאָלק, און אין גיכן וועלן זיי אַרויסגייןיט, בתוכ"י, אַנקעגן משיח צדקנו בגאולהכ האמיתית והשלימה, אין דער אמת'ער און דער גאַנצער און פולער גאולה דורך משיח צדקנו, וואָס וועט אונז אַרויסנעמען פון גלות, און פירן לאה"ק, אין דער הייליקער לאַנד ארץ ישראל, בקרוב ממש.
א
אַ געזונטן זומער און אַ הצלחה'דיקען זומער, און הערן פון אייך בשורות טובות.
(שיחת כ"ו סיון, ה'תשכ"ט — להתלמידות המסיימות
ד"בית הבקה" ולהמדריכות דמחנה „אמונה")311ערומים. וק"ל. אף דישנים היו ע"ד הרגיל ערומים, ולכן יש ראי' מדוד המלך. ועיין תוס' בב"ב [עד, א] ונדה סא: ופס"ד הל' ציצית. ואכ"מ.
. . . מענין עטיפת הטלית גדול כעטיפת הישמעאלים, אם צריך לכסות ראשו עד פיו או לא, ומעיר על השינוי שבין שו"ע רבנו הזקן ומה שפסק בסידורו, ואשר לכאורה יש להעיר לזה מיו"ד סי' שפו ומקומות המובאים שם.
וכבר העיר על הנ"ל בס' קצות השולחן להרה"ג אברהם חיים נאה בחלק א וחלק ב בסופו ובהערות שם, וכן בספרו פסקי הסידור — העוסק בהשינויים שבין סידור רבינו והשו"ע שלו.
ובמה שיש מקשים שאיך אפשר שעטיפת הישמעאלים תהי' באופן שהעינים מכוסות דא"א להליכה באופן כזה, כמדומה שאפילו בימינו כמה מהישמעאלים הולכים כזה בכמה מדינות — בשביל להגן על עיניהם מהחול שבאויר הבא מרוחות בלתי מצויות ואפילו מרוח מצוי', ורואים הנעשים מתחת וגם במרחק איזה אמות — כיון שהטלית תלוי באופן חפשי ולא חבוש על העינים, והוא ע"ד ההנהגה שלא להביט מחוץ לד' אמות.
מנהגנו ע"פ הוראת כ"ק מו"ח אדמו"ר, בעת העטיפה לכסות בחלקו העליון של הט"ג גם העינים אבל אין מכסים עד הפה.
ר אַ ש ח ד ש ת מ ו ז
היינט איז ראש חודש. די זאַך פון ראש חודש בפשטות (אין איינפאַכן זין) איז, אַז דעמאָלטא הויבט אָן די לבנה נאָכאַמאָל שיינען פון אָנהויב, פריער אַ קליין ביסל, דערנאָך מערער און מערער ביז פופצן טעג אין חודש (אָדער זעכצן טעג אין חודשב), וואָס דאַן איז — מילוי הלבנה, אַ פולע לבנה.
שטייט אויף דערויף אין מדרשג; ס'זיינען דאָך דאָ צוויי גרויסע שטערן וואָס באַלייכטן די וועלט, די זון באַטאָג און די לבנה באַנאַכט און אויך אַ טייל פון טאָג, וואָרום פילע טעג אין חודש זעט מען די לבנה אויך באַטאָג,
זאָגט דער מדרש אַז די אידן זיינען געגליכן צו דער לבנה. באַ אידן איז אויך דאָ אונטערשיידן, גרויסע חילוקים אין דעם ווי אידן לעבט זיך.