לקוטי שיחות
בהעלותך ב
75בהעלותךב
א. אויפן פּסוק ואצלתי מן הרוח אשר עליך ושמתי עליהםא, שטייט אין ספרי (און רש"י ברענגט עס בפּירושו על התורה) ; „למה משה דומה באותה שעה, לנר שמונח ע"ג מנורה ודלקו ממנו נרות הרבהב ולא חסר אורו כלום, כך לא היתה חכמתו של משה חסרה כלום".
עד"ז שטייט אויך אין מדרש רבה) אויפן פּסוק, וז"ל; „שמא חסר משה מנבואתו כלום, לאו. למה הדבר דומה, לנר שהי' דולק והדליקו ממנו כמה נרות ואור דליקתו לא חיסר, אף כאן משה משלו לא חיסר כלום, שנאמרא ולא קם נביא עוד בישראל כמשה".
דאַרף מען פאַרשטייןג; צו דעם משל פון נר, אַז דורכן אָנצינדן פון אים אַנדערע נרות פעלט אין אים גאָרניט, איז דאָך לכאורה ניט נוגע דער אָרט וואו דער נר געפינט זיך — און ווי מען זעט טאַקע, אַז אין מדרש שטייט בלויז „לנר שהי' דולק" און עס שטייט ניט וואו דער נר האָט זיך געפונען — צוליב וואָס שטייט אין ספרי (און אין רש"י) „שמונח ע"ג מנורה"?
אויך אין מדרש איז ניט מובן, וואָס ער איז מסיים „שנאמר ולא קם נביא עוד בישראל כמשה"; אפילו לויט דער ס"ד פון מדרש אַז „חסר משה מנבואתו", קען דאָך אויך געמאָלט זיין, אַז מצד גודל העילוי פון נבואת משה, איז אפילו לאחרי ווי „חסר"ח, איז ער נאָך אַלץ גרעסער פון אַלע אַנדערע נביאים און אויך פון די זקניםז. היינט וואָס איז די ראי' פון פּסוק „ולא קם נביא עוד בישראל כמשה" אַז „לא חיסר כלום"?
ב. פאַראַן מפרשים וואָס גיבן אַ טעם אַף דעם וואָס דורכן „ואצלתי גו'" האָט ביי משה'ן גאָרניט געפעלט, אַז דאָס איז דערפאַר וואָס ביי איבערגעבן אַ דבר רוחני איז בכלל ניט שייך קיין חסרוןח.
אָבער דערפון וואָס דער ספרי און רש"י זאָגן דעם ענין בסגנון פון אַ חידוש אַז משה איז דאַן געווען „דומה לנר כו'", ובפרט אַז אין מדרש איז76דער קס"ד „שמא חסר כו'" און מ'דאַרף אָנקומען צו אַ ראי' פון אַ פּסוק אַז „לא חיסר כו'", איז מוכח, אַז אויך ביים איבערגעבן אַ דבר רוחני איז שייך אַ חסרון.
אַ ראי' נוספת אַז אויך דורך השפּעה רוחנית קען ווערן אַ חסרון ביים משפּיע, איז פון פּסוק „ונתתה מהודך עליו") (דער ציווי למשה ער זאָל געבן פון זיין „הוד" צו יהושע);
פון דעם וואָס דער פּסוק באַנוצט זיך מיטן לשון „ונתתה" (דו זאָלסט געבן, פּונקט ווי איינער גיט אַ מתנה צום צווייטן און זי איז שוין מער ניטאָ ביים נותן) — כאָטש ער האָט געקענט נוצן אַן אַנדער לשון (ווי דאָ — אויך בנוגע משה — „ואצלת", אָדער ווי בענין משה וגם יהושע דאָרט גופא, מיט צוויי פּסוקים פריער, שטייט דער לשון „וסמכת את ידך עליו") — איז קענטיקי, אַז די השפעת ההוד פון משה איז טאַקע געווען אין אַן אופן פון „נתינה", ד. ה. אַז דורכן געבן פון זיין הוד צו יהושע'ן האָט זיך טאַקע געפעלט דער (חלקיא) הוד פון משה'ןיב.
און ווי דער מדרשיח זאָגט דאָרט אויף יענעם פּסוק; „וסמכת את ידך עליו — כמדליק נר מנר, ונתתה מהודך — כמערה מכלי לכלי". ד. ה. אַז בלויז דער ענין פון „וסמכת גו'" איז געווען באופן פון „מדליק נר מנר" (אַז ביי משה'ן האָט דורך דעם גאָרניט געפעלט), אָבער דער ענין פון „ונתת מהודך" איז געווען באופן פון „מערה מכלי לכלי", וואָס דורכן איבערגיסן פון איין כלי אין אַ צווייטער, פעלט די משקה אין די פריערדיקע כלי.
ג. נוסף לזה וואָס אויך ביי אַ השפעה רוחנית איז (כנ"ל ס"ב) שייך אַ חסרון
(נאָר עס קען אויך זיין אַ השפעה „כמדליק מנר לנר" — און ווי מען זעט ביי דער השפעה פון משה צו יהושע, וואו עס זיינען געווען ביידע אופנים; „וסמכת — כמדליק נר מנר, ונתתה מהודך — כמערה מכלי לכלי")
איז פון דעם וואָס דער מדרש מוז ברענגען אַ ראי' „שנאמר ולא קם עוד77נביא כו'", איז מוכח, אַז מצד פּשטות הענין וואָלט מען געזאָגט ווי דער קס"ד אַז דער „ואצלתי גו'" האָט יע געבראַכט אַ חסרון, נאָר דער פּסוק ולא קם גו' איז מכריח דעם מדרש צו מחדש זיין אַז „משה משלו לא חסר כלום".
איז אָבער ניט מובן;
א) אין פּסוק „ואצלתי גו'" שטייט ניט דער לשון נתינה. איז פאַרוואָס זאָל מען אָננעמען — ווען ניט דער פּסוק „ולא קם גו'" — אַז „ואצלתי" איז געווען אין אַן אופן פון חיסר און ניט כמדליק נר מנר?
ב) אויב מצד פשטות הענין דאַרף אויסקומען אַז דורך „ואצלתי גו'" האָט געפעלט ביי משה'ן, איז ווי זאָגט דער ספרי — און בפרט רש"י — בפּשטות אַז „לא חיסר אורו כלום", ניט ברענגענדיק דערצו קיין ראי'?
ג) וויבאַלד אַז אין פּסוק ואצלתי גו' שטייט ניט דער לשון נתינה, כנ"ל, דאַרף מען דאָך זאָגן, אַז דער קס"ד „חסר משה מנבואתו" (וואָס דער מדרש דאַרף אים באַוואָרענען) איז (ניט מצד לשון הפּסוק, נאָר) מצד דעם ענין וואָס איז דאָס מכריח (וכדלקמן ס"ז).
אָבער לפי"ז האָט דאָך דער מדרש געדאַרפט (ניט בלויז ברענגען אַ ראי' צו זיין חידוש, נאָר אויך) מסביר זיין און מבטל זיין הכרח הענין?
ד. ס'איז פאַראַן נאָך אַ מדרשיד (אין דעם ענין פון „ואצלתי מן הרוח גו' ") וואָס זאָגט אויך אַז „משה לא חסר כלום".
אָבער יענער מדרש פאַרגלייכט דעם אויבערשטנס זאָגן צו משה'ן „ואצלתי גו'", צו אַ מלך וואָס האָט געזאָגט צו זיין שומר (ווען דער שומר האָט פון אים פאַרלאַנגט „הבא עוד אחרים שישמרו עמי" —) „והוי יודע שאין אני נותן להם שכר שמירה משלי אלא מתוך שכר שנתתי לך משם הן נוטלין שכרן". און דער מדרש פירט אויס; „ואעפ"כ משה לא חסר כלום שלסוף ארבעים שנה אמר לוטו קח לך את יהושע בן נון ונתתה מהודך עליו מה כתיביא ויהושע בן נון מלא רוח חכמה כי סמך משה את ידיו עליו".
— איז דערפון קענטיק, אַז מתחלה האָט ביי משה'ן טאַקע געפעלט — וויבאַלד אַז די זקנים האָבן גענומען זייער שכר, פון דעם שכר וואָס איז באַשטימט (און געגעבן) געוואָרן צו משה'ן. נאָר דערנאָך איז „לא חסר כלום", ווייל דער אויבערשטער האָט עס אים שפּעטער משלים געוועןטו.
וואָס דערמיט איז אויך פאַרשטאַנדיק, וואָס אין דער ראי' פון מדרש (אַז „ואעפ"כ משה לא חסר כלום") פון פּסוק „קח לך את יהושע גו'", און „ויהושע בן נון מלא רוח חכמה גו'", איז ער מדגיש „שלסוף אר־78בעים שנה כו'" — ווייל עס קען זיין אַז דער אויבערשטער האָט משלים געווען משה'ן (וואָס עס האָט זיך ביי אים געפעלט בעת'ן „ואצלתי גו'") ערשט „לסוף (אָדער במשך פון די) ארבעים שנה", ווען ער האָט אים געזאָגט „קח לך את יהושע וגו'".
ה. ע"פ הנ"ל, קומט צו נאָך אַ קשיא אין דעם פריערדיקן מדרש וואָס ברענגט אַ ראי' צו „משה משלו לא חיסר כלום" (ד. ה. אַז אויך בעת דעם „ואצלתי גו'" האָט זיך ביי משה'ן גאָרניט געפעלט) פון „ולא קם נביא עוד בישראל כמשה";
דער פּסוק „ולא קם נביא גו'" שטייט דאָך „לסוף ארבעים שנה". איז אפילו אַז מ'וועט שוין מסביר זיין ווי פון דעם פּסוק איז געדרונגען אַז משה'ס נבואה איז געווען אין דער זעלבער מדריגה ווי פריער — קען דאָך אָבער זיין אַז בעת דעם „ואצלתי גו'" איז „חסר משה מנבואתו", נאָר דערנאָך, „לסוף ארבעים שנה" — האָט עס אים דער אויבערשטער משלים געווען. ווי אַזוי איז דער מדרש מוכיח פון דעם פּסוק „ולא קם גו'" אַז אויך בעת דעם „ואצלתי גו'" איז „לא חיסר כלום"?
כאמור לעיל (ס"ג), אַז ווי עס לייגט זיך בפשטות, האָט דער „ואצלתי" געדאַרפט פועל'ן *יז אַ חסרון אין משה'ןכח — וואָס דעריבער, בשעת דער מדרש איז מחדש אַז „לא חיסר כלום", דאַרף ער מסביר זיין ווי אַזוי* „לא חיסר כלום" — און דאָס מיינט דער מדרש מיט „שנאמר ולא קם גו'"; וויבאַלד אַז „ולא קם נביא עוד בישראל כמשה", דערפאַר האָט געקענט זיין די האצלה פון רוחו של משה אין אַן אופן פון „לא חיסר כלום", כדלקמן.
ועד"ז איז אויך בנוגע צום ספרי (און רש"י), אַז מיטן מוסיף זיין די ווערטער „שמונח ע"ג מנורה" איז ער מבאר דעם טעם וואָס ביי משה'ן האָט זיך גאָרניט געפעלט דורכן „ואצלתי",79ווייל ער איז געווען דומה צו אַ „נר שמונח ע"ג מנורה", כדלקמן.
דאָס הייסט, אַז דער ספרי (ורש"י) און מדרש — כאָטש ביידע זאָגן אַז ביי משה'ן האָט זיך ניט געפעלט דורך „ואצלתי גו'" זיינען זיי אָבער מחולק אין דעם טעם הדבר; דער ספרי און רש"י זאָגן, אַז דאָס איז ווייל משה איז דאַן געווען ווי אַ „נר שמונח ע"ג מנורה", און דער מדרש זאָגט אַז דאָס איז מצד דעם גודל העילוי פון מדריגת נבואת משה, וואָס „ולא קם נביא עוד בישראל כמשה".
ז. וועט מען עס פאַרשטיין בהקדים אַ דוגמא פון אופני הלימוד פון אַ רב מיט אַ תלמיד; אויב זיי זיינען בערך איינער צום צווייטן — איז דער חילוק צווישן זיי לערנענדיג אַן ענין אַז דער תלמיד מוז אָנקומען צו (מער) הסברה ואריכות הדיבור (משא"כ דער רב), עס בלייבט אָבער אויך אין דער אריכות ההסברה — די איידלקייט פון דעם רב'ס שכל — דער ענין איז ניט אַוועק געגיין פון זיין דרגא ווי זי איז באם רב.
(וע"ד החילוק פון משנה וברייתא וגמרא — ובל' הרמב"םיט, אַז די רייד פון רבינו הקדוש אין משנה איז „דבר קצר וכולל ענינים רבים והי' הכל מבואר לו לחדוד שכלו אבל למי שהוא פחות ממנו הענין ההוא עמוק בעיניו". און דערפאַר האָט מען שפּעטער מחבר געווען תוספתא און ברייתא, אָבער זיי זיינען געווען ניט „כצחות דברי המשנה ולא כתקון עניני' וקוצר מלי'". ביז אַז דערנאָך האָט מען געדאַרפט אָנקומען צום חיבור פון „תלמוד" וכו').
אויב דער תלמיד איז אָבער בריחוק הערך פון רב, ער איז אין אַנאַנדער „וועלט" — מוז מען אים געבן משלים פון זיין „וועלט". דער ענין ווי ער איז אין דער וועלט פון דעם רב איז ניט פאַרשטאַנדיק לגמרי, ד. ה. ער איז ניטאָ אין דעם שכל פון תלמיד. אַז דער ענין „גייט אַוועק" פון דער וועלט (איידלקייט) פון רב — דאָמאָלס קען ער ווערן בדרגא פון דעם תלמיד. וע"ד ווי אין די מחז"ל הנ"ל; מיר פאַרשטייען ניט וואָס איז דער „רוח" פון משה'ן, אָדער זיין „הוד" (ובמילא אויך ניט דעם „ואצלתי" „ונתתה" אין דעם) און דערפאַר זאָגט מען דעם משל „נר" א. ז. וו.
אַ צווייטע נקודה אין דעם; אַז דער רב איז מוסיף זיין תלמיד הסברה ודיבור אין דעם שכל וענין — גייט ער ניט אַוועק פון זיין דרגא (לגמרי), משא"כ אַז ער גיט עם אַ משל פון דעם תלמיד'ס וועלט. אַנשטאָט „רוח" „הוד" — רעדט ער וועגן „נר" „כלי".
ח. האמור לעיל איז אַ הסברה בדרך אפשר — צו המבואר בחסידות, וואָס דורך דעם וועט מען פאַרשטיין בעניננו;
עס שטייט אין חסידותל וועגן די יאָרן וואָס אדה"ר, די אבות (אברהם, יעקב) און יוסף האָבן געגעבן צו דוד המלךלא, אַז דאָס וואָס דורך80דעם אַוועקגעבן פון זייערע יאָרן צו דוד המלך האָבן די יאָרן געפעלט ביי זייכב — ניט „כמדליק נר מנר" — איז עס ווייל אדה"ר און די אבות ויוסף זיינען געווען אין דער מדריגה פון אצילות, און דוד איז בחינת המלכות וואָס קומט אַראָפּ אין בי"ע. און וויבאַלד אַז אצילות לגבי בי"ע איז באין ערוך, איז בכדי אַז די המשכה פון אצילות (פון אדה"ר און די אבות ויוסף) זאָל קומען אין בי"ע (דוד), מוז זי „אַוועקגיין" פון אצילות.
ובדוגמת אַ נר, וואָס (כאָטש אַז דורך זיין לייכטן בסמיכות מקום, פעלט זיך גאָרניט אין אים, איז אָבער) אויב מ'וויל אַז זיין ליכטיקייט זאָל אָנקומען למקום רחוק, מוז מען צונעמען דעם נר פון זיין פריערדיקן אָרט און אַריבערפירן אין דעם נייעם אָרט.
און דערמיט איז חסידות אויך מסבירכג פאַרוואָס די המשכת ההוד פון משה צו יהושע איז געווען אין אַן אופן פון נתינה, און ניט „כמדליק נר מנר" — וואָרום יהושע און משה זיינען געווען באין ערוך זה לזה, און דעריבער, איז כל זמן דער אור געפינט זיך במקומו ומדריגתו של משה, קען ער ניט אָנקומען צו יהושע; און בכדי אַז יהושע זאָל יע האָבן דעם אור, האָט דער אור געמוזט „אַוועקגיין" און נחסר ווערן פון משה'ן.
ועפ"ז איז אויך פאַרשטאַנדיק דער טעם הקס"ד פון מדרש, וואָס ווייזט אַז אָן דער באַוואָרעניש פון מדרש וואָלט מען אָנגענומען (כנ"ל ס"ו) אַז די השפעה פון משה'ן צו די זקנים איז געווען באופן וואָס האָט גע'פּועל'ט אַ חסרון ביי משה'ן — כאָטש אין דעם פּסוק „ואצלתי גו'" שטייט ניט דער לשון נתינה — וואָרום מצד דעם ריחוק הערך פון די זקניםכא לגבי משה'ן (וואָס זיי זיינען דאָך נידעריקער אפילו פון יהושע), איז בכדי אַז רוחו של משה זאָל אָנקומען צו זיי מוז ער אַוועקגיין (נחסר ווערן) פון מקומו ומדריגתו של משה95).
ט. ולכאורה, וואָס איז טאַקע דער טעם פון ספרי (ורש"י) און מדרש, אַז ביי משה'ן האָט ניט געפעלט דורכן „ואצלתי מן הרוח אשר עליך ושמתי עליהם" — קען מען עס מסביר זיין אין צוויי אופנים;
81א) אַז דאָס איז מצד דעם וואָס משה איז דאַן געווען אין אַ נידעריקע מדריגה, אַזאַ מדריגה וואָס איז בערך הזקנים.
ב) אַז אדרבה, דאָס איז מצד דעם גודל העילוי פון משה'ן, אַז ער האָט געקענט מאיר זיין, בלייבנדיק במקומו ומדריגתו, אויך למקום רחוק שלא בערכו.
און אין דעם זיינען מחולק דער ספרי (ורש"י) מיטן מדרש;
מצד פּשט און הלכה (רש"י וספרי) וואָס זיינען פאַרבונדן מיט עשי', קומט אויס, אַז משה איז דאַן געווען אין אַ מדריגה וואָס איז בערך צו די זקנים. וואָרום וויבאַלד אַז „לא נתתי לך גדולה אלא בשביל ישראל"כ, איז דאָך פאַרשטאַנדיק, אַז דורכן חטא המתאוננים איז געוואָרן אַ ירידה אויך אין משה'ן, ביז אַז (ווי רש"י זאָגט פריערכז) „תשש כחו של משה כנקבה" (בחי' מלכות מקור לבי"ע).
און דערפאַר שטייט אין ספרי און רש"י, אַז „באותה שעה"כח איז געווען משה גלייך צו אַ „נר שמונח ע"ג מנורה"; אַז דער טעם דערפון וואָס ער האָט ניט געדאַרפט האָבן קיין ספּעציעלע ירידה בכדי צו משפיע זיין צו די זקנים — ניט ווי אַ נר, וואָס בכדי צו לייכטן למקום רחוק דאַרף ער נעתק ווערן ממקומו הראשון — איז עס, ווייל באותה שעה איז ער שוין געווען „מונח ע"ג מנורה" (בחי' מלכותכט), ער האָט שוין יורד געווען אין אַזאַ דרגא וואָס „הכלל מדליקין הימנו".
אָבער מצד מדרש אגדה, פּנימיות התורה, איז דער הסברלא לאידך גיסא; אַז דאָס וואָס „משה משלו לא חסר כלום" איז עס מצד זיין גודל העילוי ;
וויבאַלד אַז „ולא קם נביא עוד בישראל כמשה"לב, איז דעריבער ביי אים ניט געווען קיינע הגבלות, און ער האָט געקענט מאיר זיין למקום רחוק, בלייבנדיק במקומו ומדריגתולג