English
ספרייה

לקוטי שיחות

בלק א

נכתב בידי מכונה ועדיין לא נבדק בידי אדם - הקטעים שלא נבדקו מסומנים.

141— ן

א. אין אָנהויב פון דער סדרה איז רש"י מעתיק אַלע ווערטער פון ערשטן פּסוק „וירא בלק בן צפור את כל אשר עשה ישראל לאמורי" און איז מפרש „אמר אלו שני מלכים שהיינו בטוחים עליהם לא עמדו בפניהם אנו על אחת כמה וכמה, לפיכך ויגר מואב".

זאָגן מפרשיםא, אַז מיט זיין פּירוש איז דאָ רש"י מחדש, אַז דאָס וואָס דער פּסוק דערציילט ווייטער „ויגר מואב", איז עס ניט קיין ענין בפני עצמו, נאָר דאָס קומט בהמשך צו „וירא בלק גו' "; ווען בלק האָט געזען וואָס אידן האָבן געטאָן לאמורי, ווי אַזוי זיי האָבן מנצח געווען די צוויי מלכים סיחון ועוג מיט זייער פאָלק, האָט בלק געמאַכט דעם ק"ו — מהדאָך די „שני מלכים שהיינו בטוחים עליהם לא עמדו בפניהם, אנו על אחת כמה וכמה", און דעריבער — „ויגר מואב".

ס'איז אָבער ניט מובן;

א) אויב מען זאָל לערנען ווי דער קא סלקא דעתך, אַז מיט „ויגר מואב" הויבט זיך אָן אַ באַזונדער ענין און ניט ווי אַ תוצאה פון „וירא בלק" — האָט דאָך דאַן דער גאַנצער פּסוק „וירא בלק" קיין פּירוש ניטב: למאי נפקא־מינה צי בלק האָט דאָס יע געזען אָדער ניט, אויב דאָס האָט ניט געבראַכט צו קיינע תוצאות? — איז דאָך דערפון פאַרשטאַנדיק, אויך אָן פּי' רש"י, אַז „וירא בלק גו'" ווערט דערציילט אַלס אַ סיבה צו ויגר מואב — היינט וואָס איז רש"י מחדש מיט זיין פּירוש „לפיכך ויגר מואב"?

ב) אין די מערסטע פאַלן וואו רש"י איז מפרש אַ פּסוק, איז ער פון אים מעתיק בלויז די ערשטע ווערטערג (און מרמז אויף די איבעריקע דורך „וגו'"ד) — פאַרוואָס באַגנוגנט זיך ניט רש"י אין אונזער פּסוק מיט מעתיק זיין בלויז די התחלה־ווערטער „וירא בלק", נאָר ער ברענגט אַראָפּ אויך דעם גאַנצן ווייטערדיקן המשך הפּסוק, ביז צום לעצטן וואָרט „לאמורי"?

ג) בכדי צו מסביר זיין דעם ק"ו פון בלק'ן, אַז מה־דאָך די „שני מלכים לא עמדו בפניהם" איז „אנו עאכו"כ", איז לכאורה נוגע צו מדגיש זיין בעיקר די שטאַרקייט פון סיחון ועוג. צוליב וואָס דאַרף רש"י מוסיף זיין דעם פּרט „שהיינו בטוחים עליהם"? און אויך: ווי אַזוי לערנט ער דאָס אַרויס פון פּסוק, וואו ס'איז לכאורה ניטאָ קיין רמז אויף דעם?

ב. איז דער ביאור בכל זה;

בשעת דער „בן חמש (למקרא)" לערנט די פּסוקים „וירא בלק גו' ויגר מואב גו'", קומט ביי אים אויס בפּשטות, אַז „וירא גו'" און „ויגר גו'", זיינען צוויי באַזונדערע ענינים (און ניט אַז דער „וירא" האָט גורם געווען דעם „ויגר");

142וואָרום אויסער דעם, וואָס דער פּסוק גופא טייטשט אויס, אַז די מורא פון מואב פאַרן עם ישראל איז געווען — „כי רב הוא" — מחמת דעם וואָס אידן זיינען גרויסצאָליק און מעכטיק — און דאָס האָט מואב געוואוסט אויך פאַר מלחמת סיחון ועוג, וואָרום די אידן האָבן דאָך נאָך פריער אַרומגערינגלט ארץ מואב „כל דרומה ומזרחה"ה;

איז אפילו את"ל, אַז דאַן איז נאָך מואב ניט געווען איבערצייגט אין דער גאַנצער שטאַרקייט פון אידן, און זיי האָבן זיך דערוואוסט דערפון ערשט נאָך דעם ווי זיי האָבן געזען „את כל אשר עשה ישראל לאמורי"ו —

איז אָבער סייווי שווער צוזאַמענבינדן ביידע פּסוקים אין איין המשך, ווייל אין פּשטות קומט אויס, אַז דער „ויגר מואב" איז געקומען דערפון וואָס מואב האָט געזען, און ניטז דערפאַר וואָס „וירא בלק"ח.

און מצד דער משמעות וואָלט מען געדאַרפט איינלערנען, אַז די צוויי פּסוקים „וירא בלק" און „ויגר מואב" ריידן וועגן צוויי פאַרשידענע פּרטיםט; דער ענין פון „ויגר מואב" (די מורא פונעם פאָלק) וואָס האָט געשטאַמט דערפון וואָס „רב הוא", מצד דעם ריבוי פון אידן, האָט זיך טאַקע אָנגעהויבן נאָך פאַר דער מלחמה מיט סיחון ועוג, וכנ"ל, אַז דאָס האָבן די מואבים געזען נאָך דאַן ווען די אידן האָבן אַרומגערינגלט ארץ מואב, און פון זינט דעמאָלט איז זיי באַפאַלן אַ מורא פאַר אידן,

נאָר פונדעסטוועגן האָט דאַן דאָס פאָלק ניט געקענט פּרואוון געפינען אַן עצה דערצו, ווייל אויף זייער מלך, דאַרף מען זאָגן, האָט דער ריבוי פון אידן ניט אָנגעוואָרפן קיין מורא.

בשעת ס'איז אָבער פאָרגעקומען די מלחמה מיט סיחון ועוג, און בלק (מלך מואב) האָט דערזען „את כל אשר עשה ישראל לאמורי", האָט אויך ער אָנגעהויבן צו שרעקן זיך פאַר די אידן; ד. ה., אַז צום „ויגר מואב" איז אויך צוגעקומען דער „וירא בלק" און אויך זיין מוראי — האָט מואב שוין דאַן אָפן אויסגעדריקט די מורא, און „ויאמר מואב גו'", זיי האָבן געפרעגט אַן עצה ביי זקני מדין וואָס צו טאָן, און בלק האָט געשיקט „מלאכים אל בלעם גו'";

און הגם אַז דער פּירוש איז ניט גלאַטיק — וואָרום אויב אַזוי, האָט דער פּסוק „ויגר מואב גו'" געדאַרפט143שטיין פאַרןיא פּסוק „וירא בלק גו'" — פונדעסטוועגן, לולא פּירוש רש"י וואָלט מען פאָרט גיכער איינגעלערנט אָט־דעם פּשטות'דיקן פּירוש (אַז „וירא בלק" און „ויגר מואב" זיינען צוויי באַזונדערע ענינים) — דעריבער דאַרף רש"י מחדש זיין „וירא בלק כו' לפיכך ויגר מואב".

ג. אָבער עפ"ז בלייבט דאָך די אויבנדערמאָנטע קשיא; אויב אַזוי, האָט דאָך דער פּסוק געדאַרפט זאָגן, „וירא מואב" און ניט „וירא בלק" — באַוואָרנט דאָס רש"י מיט די ווערטער „שהיינו בטוחים עליהם":

אָט דער ענין, אַז די מלכי כנען האָבן געצאָלט מס צו סיחון ועוג בכדי צו פאַרהיטן זיי „שלא יעברו עליהם גייסות"יב, איז געווען ניט קיין דבר מפורסם —

[ווי ס'איז מובן פון דעם וואָס רש"י זאָגט פריער*12, אַז בשעת די אידן האָבן געשיקט שלוחים צו סיחון מיט די בקשה; „אעברה בארצך", האָט ער זיי געענטפערט „כל עצמי איני יושב כאן אלא לשמרם מפניכם ואתם אומרים כך" — איז אויב מען זאָל אָננעמען אַז דאָס איז געווען אַ מפורסס'דיקע זאַך, וואָלטן די אידן מלכתחילה זיך ניט געוואָנדן צו אים אַז ער זאָל זיי דורכלאָזן (אָדער זיי וואָלטן דאָס לכל־הפּחות באַוואָרנט אין זייער שליחות צו אים; אַז ניט געקוקט דערויף, וואָס ער איז אַ געדונגענער צו היטן „שלא יעברו וכו'", דאַרף ער פונדעסטוועגן דורכלאָזן די אידן) — איז עס דאָך אַ באַווייז, אַז דאָס איז געווען אַן ענין סודי, וואָס אויסער די מלכי כנען (און מלך מואב) האָט מען ניט געוואוסט דערפון] —

און דעריבער וואָלטן די בני־מואב ניט באַווירקט געוואָרן דערפון וואָס זיי האָבן געזען אַז די אידן האָבן איינגענומען סיחון ועוג, און דאָס וואָלט ביי זיי ניט אַרויסגערופן קיין באַזונדערן צוגאָב־פחדיג — וויבאַלד זיי האָבן ניט געקענט וויסן אַז מיט דער מפלה פון סיחון ועוג האָבן זיי פאַרלאָרן די וואָס מען איז געווען „בטוחים עליהם"; און אַז די אידן זיינען גרויס און שטאַרק — דאָס האָבן זיי געוואוסט פון פריער, דערפאַר איז ביי זיי ניט צוגעקומען קיין חידוש ווען זיי האָבן געזען „את כל אשר עשה ישראל לאמורי".

אָבער בשעת בלק האָט געהערט וואָס די אידן האָבן געטאָן צו סיחון ועוג, האָט ער אין דעם „געזען" גאָר עפּעס אַנדערש; ער האָט געזען אַז מען האָט פאַרטיליקט די וואָס „היינו בטוחים עליהם", אַז פון איצט אָן איז מער ניטאָ אויף וועמען צו פאַרלאָזן זיךיד.

144דעריבער האָט בלק, מחמת גרויס פּחד, מער ניט געקענט מעלים זיין אָט דעם סוד פון זיינע אנשי המדינה און האָט אויך זיי מגלה געווען, וואָס עס מיינט די מפּלה פון סיחון ועוג — און „לפיכך ויגר מואב"יח.

ד. לכאורה איז פאַראַן אַן אָרט צו מסביר זיין די פּסוקים „וירא בלק" און „ויגר מואב" על־דרך ווי רש"י זאָגט פריערי בנוגע צו „וישלח מלאכים" (צו מלך אדום און צו סיחון) ; אַז דאָס וואָס אַמאָל שטייט „וישלח ישראל מלאכים" און אַמאָל שטייט אַז משה האָט זיי געשיקט, איז דאָס (איינע און דאָס זעלבע) ווייל „משה הוא ישראל וישראל הם משה", און דאָס לערנט אונז אַז „נשיא הדור הוא ככל הדור, כי הנשיא הוא הכל".

און ענלעך דערצו וואָלט מען לכאורה געקענט מבאר זיין אויך אין אונזער פּרשה, אַז דאָס וואָס פריער שטייט „וירא בלק" און דערנאָך „ויגר מואב", מיינט עס ניט אַז פריער רעדט זיך וועגן בלק'ן בדוקא און אַזוי אויך שפּעטער ניט דוקא וועגן פאָלק (מואב) — נאָר ביידע פּסוקים ריידן וועגן בלק'ן (אָדער ביידע וועגן מואב'ן) און דער פּסוק איז משנה דעם לשון נאָר צוליב'ן טעם, וואָס זייענדיק דער מלך (נשיא) פון מואב איז „בלק הוא מואב ומואב הם בלק".

אָבער אין אמת'ן קען מען אַזוי ניט איינלערנען, ווייליז דאָס וואָס „משה הוא ישראל וישראל הם משה" איז בלויז אַ הסבר ווי אַזוי עס קען שטיין משה אַנשטאָט ישראל און ישראל אַנשטאָט משה; ס'איז אָבער אַ דבר פּשוט, אַז עס דאַרף זיין אויך אַ טעם פאַרוואָס דער פּסוק זאָגט „וישלח ישראל מלאכים אל סיחון" (בשעת אַז אין אמת'ן האָט זיי משה געשיקטיח) — וואָרום דערמיט וויל דער פּסוק באַוואָרענעןיט ווי אַזוי משה האָט געקענט געבן דעם צוזאָג145פאַר אַלע אידן, אַז „לא נטה בשדה ובכרם לא נשתה מי באר וגו'", ווייל די שליחות איז טאַקע געקומען פון אַלע אידןכ.

[און דאָס וואָס ביי די שלוחים צום מלך אדום ווערט געזאָגט „וישלח משה מלאכים"כא — הגם אַז אויך דאָרט האָט מען צוגעזאָגט „לא נעבור בשדה ובכרם גו'"לב — איז עס דערפאַר וואָס דאָ האָט מען געזוכט אַלערליי מיטלען צו פּועל'ן ביים מלך אדוםכג, ער זאָל לאָזן דורכגיין זיין לאַנדכד, און דעריבער זיינען די שלוחים געקומען בשמו של משה, מיינענדיק, אַז בעת מען וועט אים זאָגן אַז זיי זיינען שלוחים פון משה אַליין, וואָס איז געגליכן צו אַ מלאךכג, וועט עס אַרויסרופן אַ פּחד ביים מלך אדום און ער וועט זיי דערלויבן דורכצוגיין זיין לאַנד.

משא"כ בנוגע צו סיחון, וואָס אים איז מען ניט געווען אויסן צו שרעקן מיטן נאָמען פון משה, זיינען די שלוחים געקומען בשם ישראל, בכדי עס זאָל ביי עם נתקבל ווערן די הבטחה פון „לא נטה גו'"כ — און דעריבער שטייט דאָרט „וישלח ישראל מלאכים"].

אָבער ווען עס וואָלט ניט געווען דער טעם, וואָלט דער פּסוק ניט געשריבן (משה אַנשטאָט ישראל אָדער) ישראל אַנשטאָט משה בלויז צוליב דעם וואָס „משה הוא ישראל וישראל הם משה".

און דערפון איז פאַרשטאַנדיק בנוגע לעניננו; וויבאַלד אַז ביי „וירא" און „ויגר" איז ניטאָ קיין טעם אַוועקצושטעלן בלק אַנשטאָט מואב און מואב אַנשטאָט בלק, איז דעריבער מוכרח אַז מיט „וירא בלק" ווערט געמיינט אויסשליסלעך בלק (און ניט דאָס פאָלק), און מיט „ויגר מואב" — דאָס פאָלק מואב (און ניט בלק).

און דעריבער לערנט רש"י אַז בלק האָט געזען אַזאַ זאַך וואָס אַנדערע האָבן ניט געזען, אַז די „שני מלכים שהיינו בטוחים עליהם לא עמדו בפניהם", און ווען דער פאָלק האָט146זיך דערוואוסט אָט דאָס וואָס „וירא בלק" איז „ויגר מואב", כנ"ל ס"ג.

ה. מיט זיין פּירוש „שהיינו בטוחים עליהם" באַוואָרנט רש"י נאָך אַ קשיא;

לויט ווי מען לערנט בפּשטות, אַז די מורא פון בלק'ן איז געקומען בלויז דערפון וואָס ער האָט געזען ווי די אידן האָבן באַזיגט אַזעלכע שטאַרקע מלכים ווי סיחון ועוג און ער האָט געמאַכט דעם ק"ו לגבי זיך, קען מען פרעגן; אָט דעם ק"ו האָט ער דאָך געקענט מאַכן באַלד נאָכן נצחון פון די אידן איבער סיחון מלך האמורי, (נאָך איידער זיי האָבן מלחמה געהאַלטן מיט עוג מלך הבשן) — וואָרום אויך סיחון מלך האמורי איז געווען זייער שטאַרק97), בדוגמת ווי עוגכח, און אויב „סיחון לא עמד בפניהם אנו עאכו"כ" — היינט פאַרוואָס האָט זיך ביי אים דערוועקט די מורא פאַר אידן ערשט נאָכדעם ווי זיי האָבן מנצח געווען אויך עוג מלך הבשן?

אָבער לויט דער הדגשה פון רש"י איז עס פאַרשטאַנדיק בפּשטות; ווייל כל זמן עוג איז נאָך געווען בתקפו, האָט בלק ניט אַזוי מורא געהאַט, האָבנדיק לכה"פּ איין שומר אויף וועמען צו פאַרלאָזן זיך; אָבער בעת ער האָט אויסגעפונען אַז ער האָט שוין אינגאַנצן ניט אויף וועמען צו בוטח זיין, ווייל „שני מלכים שהיינו בטוחים עליהם לא עמדו בפניהם", דאַן האָט זיך ערשט דערוועקט די שטאַרקע מורא.

ו. ע"פּ הנ"ל איז אויך פאַרשטאַנדיק, וואָס רש"י איז מעתיק ניט בלויז די ווערטער „וירא בלק", נאָר אויך די נאָכפאָלגנדיקע ווערטער פון פּסוק ביז צום לעצטן וואָרט „לאמורי", ווייל דער אויפטו פון פּי' רש"י איז נוגע אויך צום טייטש פון „עשה" „לאמורי" ;

אויב מ'זאָל לערנען אַז אין דעם וואָס „עשה ישראל לאמורי" האָט בלק'ן געשראָקן דאָס וואָס אידן זיינען שטאַרקער אויך פונעם אמורי — און וויבאַלד אַז (כנ"ל ס"ה) דעם פּרט האָט ער געקענט איינזעען גלייך נאָך מלחמת סיחון נאָך פאַר דער מלחמה מיט עוג מלך הבשן — וואָלט דעמאָלט די סברא מחייב געווען צו לערנען אַז דער „עשה" „לאמורי" מיינט כפּשוטו, בלויז צו סיחון מלך האמורי — און די פּרשיות זיינען שלא כסדרןכט.

אָבער לויט דער הסברה פון רש"י; „שהיינו בטוחים עליהם", דאַרף מען איינלערנען אַז מיטן „עשה" „לאמורי" ווערט געמיינט אויך צו עוג מלך הבשן — וויבאַלד ער איז איינער פון „שני מלכים שהיינו בטוחים עליהם" (וואָרום אויך עוג הייסט אַמאָל „מלך האמורי" 200)) — און לויט דעם פּירוש קומט אויס גאָר גלאַטיק, אַז די פּרשיות זיינען אויסגעשטעלט כסדרן.

147ז. אויף דעם ביאור הנ"ל אין פּרש"י, אַז מיט די ווערטער „שהיינו בטוחים עליהם" מיינט רש"י צו אָנדייטן, אַז די הדגשה איז דאָ ניט די שטאַרקייט פון די שני מלכים, נאָר דער ענין פון „בטוחים עליהם" גופא (וואָס מואב האָט אָנגעוואוירן און זיך דעריבער געשראָקן) — איז לכאורה אַ קשיא פון דעם סיום אין פּי' רש"י „אנו עאכו"כ"ל:

ס'איז דאָך אַ דבר המובן, אַז ווען מען זאָגט אַ געוויסן ענין און מ'איז דערנאָך מוסיף אַ צווייטן ענין בדרך „עאכו"כ" קעגן ערשטן — מיינט עס דאָך אַז מיט זאָגן דעם ערשטן ענין ה"קל" איז מען אויסן (ניט זיין משמעות, פאַר זיך אַליין, נאָר) צו אַרויסבאַקומען דורך אים די גרעסערע וודאות אינעם צווייטן ענין ה"חמור" —

איז אויב מען לערנט אַז מיט „בטוחים עליהם" איז רש"י אויסן צו מבליט זיין די שטאַרקייט פון די מלכים — איז דאַן פאַרשטאַנדיק דער סיום „אנו עאכו"כ"; מה־דאָך סיחון ועוג וואָס זיינען אַזעלכע מעכטיקע מלכים, ביז אַז אויך אַנדערע זיינען געווען „בטוחים עליהם" און דאָך האָבן אידן זיי מנצח געווען — איז עאכו"כ אַז זיי וועלן מואב זיכער אייננעמען ;

אָבער לויטן ביאור הנ"ל, אַז בלק'ס מורא איז געקומען מצד דעם גופא וואָס עס זיינען מער ניטאָ די „שני מלכים שהיינו בטוחים עליהם" — פּאַסט דאָך ניט דאָ לכאורה דער סיום בדרך ק"ו „אנו עאכו"כ", ס'איז דאַן איבערהויפּט ניט נויטיק קיין קלוחומר.

ח. איז דער ביאור אויף דעם, אַז מיטן לשון „אנו על אחת כמה וכמה" וויל רש"י פאַרענטפערן אַ קשיא וואָס שטעלט זיך אין כללות הענין;

אין דער פריערדיקער סדרהלא דערציילט רש"י, אַז אויך צו מואב האָבן אידן געשיקט שלוחים, מיט דער בקשה, אַז ער זאָל זיי לאָזן דורכגיין דורך זיין לאַנד; און בשעת דער מלך מואב האָט זיי דאָס ניט נאָכגעגעבן, האָבן די אידן אַרומגערינגלט ארץ מואב — אָבער דעם גבול פון מואב זיינען זיי ניט אַריבערגעגאַנגען.

און דאָ ווערט באַלד קשה; וואָס איז געווען די סיבה וואָס מואב האָט דערנאָך אַזוי מורא געהאַט פאַר די אידן, וויבאַלד מואב האָט דאָך שוין געזען אַז די אידן ווילן ניט (אַריבערגיין דעם גבול און) מלחמה האַלטן מיט איםלח?

148און די קשיא באַוואָרנט רש"י מיט זיין לשון „אלו שני מלכים שהיינו בטוחים עליהם לא עמדו בפניהם, אנו עאכו"כ": בלק האָט געטראַכט אַז דאָס וואָס די אידן האָבן פריער אויסגעמיטן צו מלחמה האַלטן מיט מואב, איז עס (ניט צוליבןלג ציווי ה' „אל תצר את מואב ואל תתגר בם מלחמה"לד, נאָר) דערפאַר וואָס זיי האָבן מורא געהאַט פאַר דעם אויסגיינג פון אַ מלחמה איזו שתהי' (סיידן — בציווי מפורש פון ה') וויסנדיק אַז חרב (ד.ה. אויך — נצחון המלחמה) איז געגעבן געוואָרן (צו עשו ויורשיו) ניט צו יעקב ויורשיולה ובפרט אַז סיחון ועוג וועלן אים קומען צו הילף — אָבער איצט, נאָכדעם ווי די אידן האָבן מלחמה געהאַט און מנצח געווען די מלכים סיחון ועוג, וועלן זיי שוין זיך ניט אָפּהאַלטן פון דער מלחמה מיט מואב.

און דאָס מיינט רש"י מיט „אלו שני מלכים . . לא עמדו בפניהם אנו עאכו"כ", אַז אויב די שני מלכים שהיינו בטוחים עליהם זיינען ניט „געשטאַנען" (ניט געהאַט קיין שטאַנד, קיין תפיסת מקום) לגבי אידן; אַז די אידן האָבן זיך ניט גערעכנט מיט זיי און געהאַט די ברייטקייט צו מלחמה האַלטן מיט זיי — איז דאָך עאכו"כ אַז „אנו", ווען מיר (מואב) זיינען געבליבן אַליין (און מיר האָבן שוין ניט די מלכים שהיינו בטוחים עליהם), וועלן מיר אַוודאי ניט „שטיין" קעגן זיי, און זיי וועלן זיכער מלחמה האַלטן מיט אונז.

ט. אין הנ"ל קען מען צוגעבן נאָך אַ נקודה;

ווי געזאָגט פריער (ס"ג), איז בעת בלק האָט געזען ווי די אידן האָבן דער'הרג'עט די „שני מלכים שהיינו בטוחים עליהם", האָט ער וועגן דעם דערציילט דעם פאָלק, און דאָס האָט געווירקט אַז „ויגר מואב".

ולכאורה, צוליב וואָס האָט ער געדאַרפט אַלעמען דערציילן וועגן דעם: סייווי האָבן זיי דאָך אין דעם גאָרניט געקענט העלפן, היינט צוליב וואָס האָט ער געדאַרפט מאַכן דעם „ויגר" אין לאַנד?

איז דער תירוץ אויף דעם, אַז בשעת „וירא בלק את כל אשר עשה ישראל לאמורי", איז ער צעטומלט געוואָרן און ער האָט זיך ניט געקענט באַהערשן און זיך איינהאַלטן אויף ניט צו ריידן וועגן דעם, ווייל „הרשעיםלו הן ברשות לבם".

און דאָ זעט מען דעם חילוק צווישן בלק'ן ביז, להבדיל, משה רבינו;

בלק האָט גלייך מפרסם געווען די מורא זיינע, ביז אַז דער גאַנצער פאָלק האָט מורא געהאַט. משא"כ משה רבינו, אַפילו בעת ער האָט מורא געהאַט פאַר עוג'ן „שמא תעמוד לו זכותו של אברהם"לז, איז ניט בלויז וואָס149ער האָט וועגן דעם קיינעם ניט דערציילט, נאָר נאָכמער; אַפילו אויף אים אַליין איז כלל ניט געווען קענטיק קיין מורא, און ווי דער לשון אין גמראלח, אַז ס'איז געווען בלויז „בלבו".

י. און דאָס איז אויך איינער פון די ענינים פון י"ב תמוז וועלכע זיינען בשייכות צו עניני פּ' חקתלט. ביי כ"ק מו"ח אדמו"ר, דער „אתפּשטותי' דמשה"מ פון אונזער דור, געפינט מען אַ ספּעציעלע הדגשה אויף אַזאַ הנהגה ובקשר מיט דעם מאסר;

בעת דער רבי האָט געזען אַז עס זיינען דאָ קטרוגים ר"ל, און ווי ער האָט געזאָגט „פאַר תרפּ"ז האָב איך זיך שטאַרק געשראָקן"מא, איז אָבער צוזאַמען דערמיט, איז ניט נאָר וואָס ער האָט עס ניט אַרויסגעוויזן, נאָר אדרבה, אין דער זעלבער צייט (און אַפילו בשעת מען האָט אים שוין אַרעסטירט בפּועל) האָט ער נאָך מעודד געווען און געשטאַרקט את צאן מרעיתו, אויף צו מוסיף זיין און פאַרשטאַרקן די אַרבעט פון הרבצת התורה והחזקת היהדות,

אויך זייענדיק שוין אין שפּאַלערנע תפיסה און וויסנדיק קלאָר די סכנה איומה פאַר עם און פאַר דער גאַנצער אַרבעט פון הפצת היהדות — האָט ער באַ זיך מחליט געווען ובלשונו; „אינני רשאי לחשוב מחשבות כאלו הפועלות נמיכת רוח"מב; „להיות עז ותקיף, בלי חת. לדבר בשפה ברה כו'"מג ; „ומחוייב הנני . . שלא להבהל ושלא לפחוד, למען אשר אוכל החזיק מעמדי שלא לסור ימין ושמאל, מאת אשר החלטתי, לבלי לתת את גאון יעקב למרמס"מד,

און ער האָט עס דורכגעפירט בפּועלמה

און דאָס גופא האָט מיטגע'פּועל'ט צו בריינגען דעם „בידך נתתי אותו"מו, אַז מען איז אַרויס מיט אַ נצחון גמור, און אין אַן אופן פון „ביד רמה" און „בריש גלי"מז.

(משיחת ש"פ בלק תשכ"ה)

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-94bpthb9

עותקים

פעילות אחרונה

#183 Likkutei Sichos vol 8: machine reading · אושרה
#124 Likkutei Sichos vol 8: machine reading · נסגרה

מקורות