English
ספרייה

לקוטי שיחות

מטות ב

נכתב בידי מכונה ועדיין לא נבדק בידי אדם - הקטעים שלא נבדקו מסומנים.

186מטותב

א. אין היינטיקער סדרהא ווערט דערציילט, אַז די בני ראובן און בני גד האָבן געהאַט מקנה רב, און זיי האָבן געזאָגט צו משה'ן „הארץ אשר הכה ה' לפני עדת ישראל ארץ מקנה היא ולעבדיך מקנה", דעריבער „יותן את הארץ הזאת לעבדיך לאחוזה אל תעבירנו את הירדן". האָט זיי משה געענטפערט „האחיכם יבאו למלחמה ואתם תשבו פה ולמה תניאון גו'", און ער האָט נאָך צו דעם צוגעגעבן „כה עשו אבותיכם גו'" כדלקמן.

ווי איז ביי זיי געווען מלכתחילה אַ קס"ד, אַז מען זאָל זיי געבן „הארץ הזאת" פאַר וועלכער אַלע אידן האָבן זיך געשלאָגן, און זיי — די בני גד ובני ראובן — וועלן דאָ זיצן בעת די איבעריקע אידן וועלן קעמפן אין ארץ ישראלב?

— זאָגט דער אור החיים הקדושג, אַז אָט־די טענה האָבן זיי באַוואָרנט דורכן זאָגן „הארץ אשר הכה ה' לפני עדת ישראל"; וויבאַלד אַז דער אויבערשטער פירט מלחמה פאַר אידן, איז דאָך שוין ניט וויכטיק זייער הילף אין דעם כיבוש פון דעם אַנדערן זייט ירדן.

האָט זיי אָבער משה אויף דעם געענטפערט „האחיכם יבאו למלחמה ואתם תשבו פה"; אמת טאַקע אַז דער אויבערשטער פירט די מלחמה, אָבער גיין אין מלחמה דאַרף מען דאָך, ובמילא האָט עס ניט קיין אָרט אַז אייערע ברידער זאָלן גיין למלחמה און איר זאָלט זיצן דאָ

און דאָ האָט משה מוסיף געווען נאָך אַ טענה „ולמה תניאון את לב בני ישראל מעבור אל הארץ גו'"; מיט אייער בלייבן זיצן דאָ וועט איר אָפּקערן די האַרץ פון די אַנדערע אידן פון גיין קיין ארץ ישראל, ווייל זיי וועלן אויסטייטשן אַז אייער בלייבן פון דער זייט ירדן קומט מצד דעם וואָס איר האָט מורא מפּני המלחמה (און דער זאָגן „הארץ אשר הכה ה'" איז בלויז צו פאַרדעקן אייער מורא), וועט עס גורם זיין אַ חלישות אויך ביי די אַנדערע אידן.

ובהמשך לזה האָט זיי משה מוכיח געווען „כה עשו אבותיכם גו'", אַז אויך די מרגלים האָבן אָפּגערעדט די אידן פון גיין קיין ארץ ישראל, און ער האָט מסיים געווען „והנה קמתם תחת אבותיכם וגו'".

דאַרף מען פאַרשטיין;

א) וויבאַלד אַז זייער זאָגן „אשר הכה ה'" איז געווען צו באַוואָרענען אַז ניט בלויז וועט מען קענען אייננעמען א"י, נאָר עס וועלן דערביי אַפילו ניט זיין קיין שום שוועריקייטן,187וואָס דאָס איז דאָך דער היפּך פון טענת המרגלים „לא נוכל לעלות גו'"ד — היינט ווי האָט עס משה זיי פאַרגליכן צו די מרגלים, און געזאָגט „קמתם תחת אבותיכם תרבות אנשים חטאים גו'" — בלויז דערפאַר וואָס מ'קען אויסטייטשן אַז זיי בלייבן מעבר לירדן מזרחה ווייל זיי האָבן מוראה?

ב) די בני גד ובני ראובן זיינען געקומען צו משה'ן מיט אַ בקשה „אם מצאנו חן בעיניך גו' אל תעבירנו את הירדן". איז דאָך פאַרשטאַנדיק, אַז אויב משה וואָלט זיי געזאָגט אַז ער וויל זייער בקשה ניט דערפילן — זיינען זיי גרייט געווען צו גיין אין א"י, און דאַן וואָלט במילא אָפּגעפאַלן די טענה „ולמה תניאון גו'". איז צוליב וואָס האָט משה ניט אָננעמענדיק די בקשה — זיי געדאַרפט מוכיח זיין און מיט אַ גרויסער אריכות ובפרטיות „כה עשו אבותיכם גו'", און וואָס פאַר אַן אָרט האָט די תוכחה?

ג) לאחרי ווי זיי האָבן געזאָגט „ואנחנו נחלץ חושים גו'", האָט משה רבינו גלייך דערויף מסכים געווען אָן מוסר זאָגן א.ז.וו. קומט אויס דערפון, אַז זייער בלייבן „פּה" איז געווען אויסגעהאַלטן כפי הכוונה העליונה. היינט פאַרוואָס געפינט מען גאָר, אַז פאַר זייער בלייבן אין עבר הירדן האָט מען זיי פאַרטריבן אין גלות פריער פאַר אַלע אידן — „נחלה מבוהלת בראשונה ואחריתה לא תבורך"ו?

ב. לכאורה האָט מען געקענט ענטפערן, אַז די טענה פון משה'ן איז געווען (ניט בלויז אויף דעם ניט וועלן גיין למלחמה, נאָר אויך) אויפן עצם ענין פון אויסקלייבן פאַר זיך אַן אַנ־188דער לאַנד אַנשטאָט א"יז, און דערצו נאָך טענה'ן, אַז די אַנדער לאַנד האָט אַ מעלה אויף א"י — דערמיט וואָס זי איז „ארץ מקנה"ח.

און דאָס האָט משה אויך געמיינט מיט „ולמה תניאון גו' כה עשו אבותיכם גו'", אַז פּונקט ווי די מרגלים האָבן אָפּגערעדט (זיך און בכלל) די אידן פון גיין אין א"י, דורך זאָגן (ניט בלויז „לא נוכל לעלות גו'", נאָר אויך) „וזה פּרי'"ט (וואָס זיי האָבן געזאָגט נאָך פאַר „אפס כי עז העם גו'") — בגנותה של א"י ; אַזוי אויך אירי — בני גד ובני ראובן — דורך אייער זאָגן אַז „הארץ הזאת" איז בעסער פון א"י, וועט איר מונע זיין (זיך און) די אַנדערע אידן פון גייןיא „אל הארץ אשר נתן להם ה' "יב.

[ועפּי"ז וועט אויך זיין פאַרשטאַנדיק וואָס אין זיין טענה „כה עשו אבותיכם גו'" האָט משה דערמאָנט „ויעלו עד נחל אשכול גו'"יג — ווייל דערמיט האָט ער מרמז געווען „האשכול אשר כרתו משם בנ"י"יד אויף וועלכן די מרגלים האָבן געזאָגט „וזה פּרי'"].

און לויט דעם איז אויך פאַרשטאַנדיק וואָס אויך נאָך דעם ווי ב"ג וב"ר האָבן צוגעזאָגט „ואנחנו נחלץ חושים לפני בנ"י"טו און משה האָט דערצו מסכים געווען *טו, ווערט גערעכנט זייער נעמען די נחלה אין עבר הירדן פאַר אַן ענין בלתי רצוי (כנ"ל סוף ס"א) — ווייל די הסכמה פון משה רבינו אויפן תנאי „אם תחלצו לפני ה' למלחמה", איז געווען בלויז דערפאַר וואָס דאַן וועט עס ניט שאַטן די אַנדערע אידן. אָבער אעפּ"כ, בנוגע די בני גד ובני ראובן אַליין, ווערט דאָס וואָס „ישבו להם חוץ מארץ ישראל" — גערעכנט פאַר אַן ענין בלתי רצויטז.

189ס'איז נאָך אָבער ניט מובן: משה'ן איז דאָך געווען נוגע ניט בלויז דער כלל ישראל, נאָר אויך יעדער איינצלנער איד, און עאכו"כ צוויי מיט אַ האַלבן שבטים. היינט ווי האָט ער מסכים געווען צו אַן ענין וואָס באַוואָרנט די אַנדערע שבטים און אים האָט לכאורה ניט געאַרטיז וואָס די ב"ג וב"ר אַליין נעמען ניט קיין נחלה אין א"י?

ג. עס שטייט אין חסידותיח, אַז די ב"ג וב"ר האָבן געוואָלט בלייבן אין עבר הירדן און פאַרנעמען זיך מיט מקנה, ווייל אין דער אַרבעט פון רועי צאן זיינען ניטאָ אַזוי פיל טרדותיט, און (אויך) זייענדיק אנשי מקנה וועלן זיי קענען כסדר זיין פאַרבונדן מיטן אויבערשטן.

וואָס דאָס איז אויך דער טעםכ וואָס די אבות און די שבטים (אויסער יוסף) האָבן אויסגעקליבן צו זיין „רועי צאן", בכדי ניט צו זיין טרוד אין ענינים פון עוה"ז, און קענען זיין שטענדיק אַ מרכבה צו אלקותיח.

וואָס עפּ"ז איז פאַרשטאַנדיק די ענלעכקייט פון ענין ב"ג וב"ר צו דעת המרגלים — אויך בפּנימיות הענינים;

אויך די מרגלים האָבן געוואָלט בלייבן אין מדבר — וויילכא זיי האָבן געוואוסט, אַז קומענדיק אין א"י וועט נפסק ווערן דער מן און מ'וועט מוזן אָנקומען צו לחם מן הארץ — אַ זאַך וואָס איז פאַרבונדן מיט אַ גרויסער צאָל מלאכות ווי חרישה וזריעה וכו'. דעריבער האָבן זיי געוואָלט בלייבן אין מדבר אָפּגעטראָגן פון וועלט, וואו אויך זייער גשמיות'דיקע אכילה (ושתי') איז געווען לחם מן השמים (און מים מבארה של מרים וכו').

און כאָטש אַז אויך ביי די אבות און שבטים איז געווען אַזאַ הנהגה, האָט זיך דאָס ביי די מרגלים גערעכנט פאַר אַ חטא, ווייל אָט די סאָרט הנהגה האָט געהאַט אַן אָרט פאַר מתן תורה. אָבער נאָך מתן תורה — וואָס די כוונה פון מ"ת איז צו מאַכן פון עוה"ז הגשמי* אַ כלי צו אלקותכב, דאַרף מען טאָן מיט ענינים הגשמיים אויף מאַכן פון זיי אַ דירה לו יתברך.

עפ"ז ווערט די קשיא (דלעיל סוף ס"ב) נאָך שטאַרקער; ווי האָט טאַקע משה מסכים געווען אַז די בני גד ובני ראובן זאָלן פאַרבלייבן אין עבר הירדן און ניט אַריינגיין אין ארץ ישראל?

ד. וועט מען עס פאַרשטיין בהקדים, אַז אויך נאָך מ"ת זיינען אידן געטיילט אין צוויי סוגים; יושבי אהל און בעלי עסקכג ; ישכר וזבולון, מארי תורה און מארי עובדין טביןכד.

190ולכאורה, וויבאַלד אַז, כנ"ל, די כוונה פון מ"ת איז צו מאַכן די וועלט פאַר אַ כלי צו אלקות, האָבן דאָך אַלע אידן לכאורה געדאַרפט זיין בסוג בעלי עסק?

איז דער ביאור אין דעם, אַז בכדי עס זאָל זיך אויספירן די כוונה פון „דירה בתחתונים"

[וואָס דער פּירוש פון „דירה" איז ניט בלויז אַז ס'זאָל זיין אַ דירה לעצמותו, נאָר אויך, אַז אין דער דירה זאָל עצמות זיך געפינען בגלויכג]

דאַרף מען האָבן ניט נאָר די עבודה פון קיום המצות בדברים גשמיים, דורך וועלכע עס ווערט המשכת העצמות, נאָר אויך לימוד התורה, וואָס פּועל'ט, אַז די המשכת העצמות (וואָס דורך קיום המצות) זאָל זיין בגילוי.

און דערפאַר מוזן זיין „מארי תורה", וואָס דורך זייער לימוד התורה גיבן זיי אַריין אַ „ליכטיקייט" אין דעם קיום המצות פון די „מארי עובדין טבין"4, אַז די המשכת העצמות דורך עובדין טבין זאָל זיין בגלוי.

נאָר היות אַז די המשכת העצמות ווערט אויפגעטאָן (בעיקר) דורך די (מארי) עובדין טבין, און (די עבודה פון די מארי) תורה איז (בעיקר) צו „באַלייכטן" און מגלה זיין דעם ענין וואָס טוט זיך אויף דורך דעם קיום המצותלא, איז דעריבער איינגעשטעלט דער סדר, אַז מארי תורה זיינען אַ מיעוט, און דער רוב פון אידן איז זיך עוסק אין „ואספת דגנך").

ה. און דאָס איז איינער פון די חילוקים צווישן ענין בני גד ובני ראובן, און ענין המרגלים; די מרגלים האָבן געוואָלט אַז אַלע אידן זאָלן בלייבן מחוץ לארץ ישראל, ובמילא, איז דאָס געווען היפך הכוונה; משא"כ ב"ג וב"ר האָבן געבעטן, אַז (נאָר) זיי זאָלן בלייבן אין עבר הירדן, איז עס ניט היפך הכוונה — וואָרום אַ מיעוט פון אידן דאַרפן זיין אויך אין דעם קו.

אָבער אעפ"כ האָט צו זיי משה געזאָגט „כה עשו אבותיכם גו'", ווייל ענינם פון מארי תורה איז צו באַלייכטן און אַריינגעבן אַ חיות אין דער עבודה פון מארי עובדין טבין

— און ווי גערעדט שוין פיל מאָל39) אין דעם פּירוש פון „העליונים ירדו לתחתונים"לא, אַז די יושבי אהל (עליונים) דאַרפן זיך אַראָפּטראָגן צו די בעלי עסק (תחתונים) און משפּיע זיין צו זיילא —

191איז דאָך במילא זייער בקשה „אל תעבירנו את הירדן", צו זיין אָפּגעזונדערט פון ארץ ישראל לגמרי — היפּך הכוונה.

אָבער לאחרי ווי דורך זיין תוכחה האָט משה רבינו ביי זיי אַרויסגערופן דעם מס"נ אויף (דעם כיבוש פון א"י, וואָס תכליתו איז) אופן העבודה פון א"ילב — „ואנחנו נחלץ חושים לפני בני ישראל", האָט משה מסכים געווען זיי זאָלן נעמען זייער נחלה אין עבר הירדן

— ווייל דורך די גרייטקייט אויף „נחלץ חושים" האָבן זיי אַרויסגעוויזן אַז זייער פאַרבלייבן אין עבר הירדן איז (ניט מצד זייער וועלן זיין אָפּגעזונדערט פון וועלט, נאָר) מצד דעם, וואָס אין דער כוונה פון דירה בתחתונים גופא, האָבן זיי פאַר זיך אויסגעקליבן די עבודה פון „מארי תורה".

ו. לאחרי כל הנ"ל איז עס אָבער פונדעסטוועגן געווען, בדקות, אַ נטי' פון אמיתית פּנימיות הכוונהלג. און דעריבער הייסט עס „נחלה מבוהלת בראשונה גו'", וואָס דאָס ווייזט אויף בחי' תהו — היפּך ההתיישבות דתיקון,

ווייל דער עיקר ופּנימיות הכוונה איז — אין המשכת אורות בכלים, מאַכן אַ דירה לו ית' בתחתונים.

(ממאמר ד"ה ומקנה רב תש"כ.

ושיחת ש"פ מטו"מ תשי"ט)

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-4d78bty1

עותקים

פעילות אחרונה

#183 Likkutei Sichos vol 8: machine reading · אושרה
#124 Likkutei Sichos vol 8: machine reading · נסגרה

מקורות