English
ספרייה

לקוטי שיחות

חה"ש

נכתב בידי מכונה ועדיין לא נבדק בידי אדם - הקטעים שלא נבדקו מסומנים.

21חג השבועות

א. מיט חג השבועות זיינען פאַרבונדן כמה ענינים;

דער ענין ותוכן עיקרי פון שבועות איז — דאָס וואָס ער איז (ווי מען זאָגט אין נוסח התפלה והקידוש) „זמן מתן תורתנו"

[און אע"פּ אַז אינעם פּסוק וואָס רעדט וועגן דעם יו"ט שבועות ווערט אינגאַנצן ניט דערמאָנט דער ענין פון מתן תורה, עס שטייט בלויזא „תספרו חמישים יום וגו' וקראתם בעצם היום הזה מקרא קודש וגו'";

נאָך מער; אין דער צייט ווען מ'האָט קובע געווען די חדשים על פי הראי', האָט דער יום החמישים לעומר (וואָס אין דעם טאָג איז חג השבועות) געקענט אויספאַלן ניט אין דעם טאָג פון מתן תורה, ווי די גמרא זאָגטב „פעמים חמשה פעמים ששה פעמים שבעה" (און דאָס וואָס מיר זאָגן אין שבועות „זמן מתן תורתנו" איז עס דערפאַר וואָס איצט איז די קביעות פון שבועות אַלע מאָל „בששה בסיון", אין טאָג פון מתן תורהח) ;

פונדעסטוועגן, שטייט דאָך אין ירושלמיד אַז דער טעם וואָס ביי די קרבנות פון עצרת שטייט ניט אין פּסוק דער לשון „חטא" (אַזוי ווי ביי קרבנות פון די אַנדערע יו"ט) איז עס ווייל „מכיון שקיבלתם עליכם עול תורה מעלה אני עליכם כאילו לא חטאתם מימיכם". איז דאָך דערפון געדרונגען, אַז עצרת (אין וואָס פאַר אַ קביעות ס'זאָל נאָר זיין) איז פאַרבונדן מיט קבלת התורה];

דערנאָך, מיט אַ סך דורות שפּעטער, איז אין שבועות צוגעקומען נאָך אַן ענין — די הסתלקות פון דוד המלך, ווי עס שטייט אין ירושלמיו „דוד מת בעצרת".

והנה אין בבלי0) שטייט אַז הסתלקות דוד איז געווען בשבת. ולכאורה לויט דעם כלל אַז „לא בד"ו פסח" קען עצרת (יום החמישים ואחד) ניט זיין בשבת.

אעפ"כ איז לדעת כמה מפרשיםז ניטאָ אין דעם קיין מחלוקת צווישן בבלי וירושלמי, ווייל ווען מ'איז קובע22החודש על פי הראי' קען זיין פסח ביום וא"ו — ובמילא עצרת בשבת.

בימינו עצרת בשבת — איז שייך נאָר בחו"ל ביו"ט שני של גליות — בז' בסיוןח.

און נאָך שפּעטער בדורות האחרונים (אין דעם זמן פון „ערב שבת נאָך האַלבן טאָג"ט, אין די זעקס (טויזנטיאָריקע) „טעג" פון קיום העולם), איז צוגעקומען נאָך אַן ענין אין שבועות — די הסתלקות פון בעש"ט (אין דעם ערשטן טאָג שבועותי, ששי בסיון).

ב. אַלץ וואָס קומט פאַר אין וועלט איז דאָך בהשגחה פּרטיתיא ; און מכ"ש אַזעלכע מאורעות און ענינים נעלים ווי מתן תורה, צי די הסתלקות פון דוד המלך און פון בעש"ט (וועלכע זיינען נוגע צו כלל ישראל און במשך כל הדורות) — איז במילא פאַרשטאַנדיק, אַז אָט די דריי ענינים, וויבאַלד זיי זיינען געווען אין דעם זעלבן טאָגיב, האָבן זיי צווישן זיך אַ נקודה משותפת*12.

דאָס הייסט, אַז דער עילוי וואָס האָט זיך אויפגעטאָן בשעת מתן תורה, איז דערנאָך געקומען לידי גילוי (יותר) דורך דוד המלךלג, און דערנאָך23— נאָך מער בגילוי — דורך דעם בעש"ט.

ג. וועט מען עס פאַרשטיין בהקדים וואָס עס שטייט אין מדרשיד (בנוגע צום אויפטו פון מ"ת); „אמר דוד, אע"פ שגזר הקב"ה השמים שמים לה' והארץ נתן לבני אדם . . כשבקש ליתן התורה בטל גזירה ראשונה ואמר התחונים יעלו לעליונים והעליונים ירדו לתחתונים ואני המתחיל שנאמרלג וירד הוי' על הר סיני וכתיבי ואל משה אמר עלה אל הוי'".

פון דעם וואָס דער מדרש איז מקדים „התחתונים יעלו לעליונים" פאַר „והעליונים ירדו לתחתונים" — אע"פ אַז דער „וירד הוי' על הר סיני" איז געווען פאַר דעם „עלה אל הוי'"יז, און ווי דער מדרש גופא זאָגט „ואני המתחיל" — איז פאַרשטאַנדיק, אַז דער עיקר כוונה פון ביטול הגזיבה איז דער ענין פון „התחתונים יעלו לעליונים" (וואָס האָט זיך אָנגעפאַנגען בפּועל ערשט נאָך מתן תורה); עס איז נאָר, וואָס בכדי די „תחתונים" זאָלן קענען עולה זיין, האָט געדאַרפט זיין פריער דער „וירד הוי' על הר סיני" — „ואני המתחיל".

ד. און דאָס איז דער ביאור השייכות צווישן די ערשטע צוויי ענינים פון שבועות — מתן תורה און הסתלקות דוד המלךיח.

בשעת מ"ת האָט זיך אויפגעטאָן (בפּועל ובעיקר) דער ענין פון „העליונים ירדו לתחתונים", און דער ענין איז געווען בשעת מ"ת בתכלית השלימות.

וואָס דאָס איז דער אויפטו פון דער „ירידה" (און גילוי אלקות) מלמעלה למטה וואָס איז געווען בשעת מ"ת לגבי דעם גילוי אלקות וואָס איז געווען פאַר מ"ת; דער גילוי אלקות וואָס איז נמשך געוואָרן אין וועלט פאַר מ"ת, (אויך דער גילוי וואָס די אבות האָבן ממשיך געווען, אָנהויבנדיק פון אברהם אבינו וואָס ער איז געווען דער וואָס „התחיל להאיר"יט), איז געווען ברוחניות און האָט ניט דורכגענומען די „גשמיות" פון וועלט ;

משא"כ דער „וירד הוי' על הר סיני" וואָס איז געווען בשעת מ"ת, האָט דורכגענומען אויך די גשמיות פון וועלט, ווי עס שטייט אין מדרשכ אַז בשעת מ"ת „צפור לא צווח, עוף לא פרח כו'", ביז אַז „הקול שהי' יוצא מפי הקב"ה לא הי' לקולו בת קול": מצד דעם וואָס דער „קול" איז נקלט געוואָרן און האָט זיך איינגעזאַפּט אין אַלע נבראים, האָט ער24במילא ניט געהאַט קיין ווידערקלאַנג („בת־קול")כא, און פון דאַמאָלס אָן — איז תורה לא בשמים היאה נאָר דוקא למטה בעוה"ז הגשמי.

אָבער לאחרי כל זה, איז בשעת מ"ת געווען בפּועל בלויז די המשכה וירידה מלמעלה למטה. אָבער דער „התחתונים יעלו לעליונים", דער זיכוך און עלי' פון וועלט גופא, דאָס האָט זיך אָנגעהויבן נאָך מ"ת דורך דער עבודה פון אידן, וואָס זיי זיינען מזכך די גשמיות פון וועלט און מאַכן זי פאַר אַ כלי צו אלקות (און בשעת מ"ת איז נמשך געוואָרן דער כח אויף דער עבודה),

און כשם ווי דער ענין פון „העליונים ירדו לתחתונים", אע"פּ אַז ער האָט זיך אָנגעהויבן דורך אברהם אבינו, האָט עס אָבער גענומען אַ משך זמן פון כמה דורות, ביז ער איז געקומען בתכלית השלימות בשעת מתן תורה (דורך משה רבינו וואָס ער איז דער „שביעי" און „כל השביעין חביבין"כג) ;

עד"ז איז אויך בנוגע צו „התחתונים יעלו לעליונים" וואָס האָט זיך אָנגעפאַנגען גלייך לאחרי מתן תורה, אַז די העלאה האָט גענומען אַ משך פון אַ סך דורות, און זי איז נשלם געוואָרן דורך דוד המלך (וואָס אויך ער ווערט אָנגערופן „שביעי"א), און נאָך מער בגילוי — דורך שלמה המלךלג, וואָס דאַן איז געווען „קיימא סיהרא באשלימותא"כ, דער תכלית השלימות פון לבנה (ספירת המלכות), וואָס איר ענין איז — העלאה מלמטה למעלה.

ה. פון די ענינים עיקרים וואָס האָבן זיך אויפגעטאָן דורך דוד המלך, זיינען געווען; א) מלכות (דער ענין פון מלוכה) — וואָס אויסער דעם וואָס ער איז געווען דער ערשטער וואָס איז געווען אַ מלך אויף אַלע אידן (משא"כ שאול)לז, איז אים אויך געגעבן געוואָר) די מלוכה אויף אייביק, אַז „לא תכרת המלוכה מזרע דוד לעולם"כג. ב) דער ענין פון בית המקדש — וואָס הגם אַז בפּועל האָט שלמה המלך געבויט דעם ביהמ"ק, זיינען אָבער אַלע נויטיקע זאַכן פאַר בנין ביהמ"ק (ביז אויך דער ציור התבנית פון ביהמ"ק) צוגעגרייט געוואָרן דורך דוד המלךכט, ביז אַז דער ביהמ"ק ווערט אָנגערופן על שמו של דוד*0).

און אָט די צוויי זאַכן — מלכות בית דוד און בית המקדשלא — דריקן25אויס דעם תכלית השלימות פון „התחתונים יעלו לעליונים", כדלקמן.

ו. ס'איז שוין אַמאָל גערעט געוואָרן באריכותלב, אַז די שייכות און פאַרבונד פון די אנשי המדינה מיטן מלך איז ניט בלויז בנוגע די פּרטים וואָס האָבן צו טאָן מיט מלוכה (ווי דאָס איז, ע"ד דוגמא, דער פאַרבונד צווישן אַ תלמיד מיט זיין רב, וואָס דריקט זיך אויס (בעיקר) בלויז אין ענינים פון תורה), נאָר אַז זייער גאַנצע מציאות איז אונטערגעוואָרפן צום מלך.

וואָס דאָס איז דער טעם פונעם דין, אַז ווען עמיצער פאָלגט ניט אויס דעם ציווי פון אַ מלך ישראל — וואָס פאַר אַ ציווי דאָס זאָל ניט זיין (אפילו ווען דאָס האָט ניט קיין אָפענע שייכות צום ענין המלוכה, ווי, למשל, „שילך למקום פלוני" אָדער „שלא יצא מביתו"), איז ער חייב מיתהלח — ווייל וויבאַלד אַז די גאַנצע מציאות פון יעדער איינעם פון די אנשי המדינה איז פאַרבונדן מיטן מלך, איז דאָך במילא ניט שייך צו זאָגן אויף קיין פּרט (וואָס האָט נאָר צו טאָן מיט זיין מציאות), אַז דער פּרט האָט ניט קיין פאַרבינדונג מיטן מלך. און דערפאַר איז דער פּסק הלכה, אַז „כל המורד במלך ישראל" איז חייב מיתה, ווייל מלוכה רירט אָן אין זיין עצם מציאות.

און היות אַז דער ביטול, וואָס דאַרף זיין צו אַ מלך ישראל, נעמט זיך דערפון וואָס דער מלך איז בטל צו מלכות שמים [און דורך דעם וואָס אידן זיינען בטל צום מלך, ווערט אין זיי נמשך דער ביטול צום מלך מלכי המלכים]מד, קומט דאָך במילא אויס, ובמכש"כ, אַז דער ביטול פון אידן צום אויבערשטן (דורך זייער ביטול צום מלך) איז אין אַן אופן וואָס איז נוגע זייער עצם מציאות.

ז. עפּ"ז איז פאַרשטאַנדיק, אַז דער ביטול צו אלקות, וואָס האָט זיך אויפגעטאָן ביי אידן דורך דוד המלך (עיקר בחינת המלכות), האָט אין זיך אַ מעלה לגבי דעם ביטול וואָס מצד (מתן) תורה.

וואָרום אין די ציוויים פון תורה (ניט ווי ביי די ציוויים פון אַ מלך, כנ"ל) זיינען פאַראַן חילוקים; פאַראַן טאַקע ציוויים וואָס ווען מען איז עובר אויף זיי איז מען חייב מיתה; אָבער פאַראַן אַ סך ציוויים וואָס אויף זייער עובר זיין קומט ניט קיין מיתה —

(וואָס דערפון איז פאַרשטאַנדיק, אַז אויך דער חיוב מיתה וואָס איז יע דאָ ביי די אַנדערע ציוויים, קומט עס ניט מצד ענין ה"ציווי" וואָס אין זיי, נאָר צוליב דער האַרבקייט וואָס איז דאָ אין די ענינים פּרטים אויף וועלכע מ'ווערט נצטווה) ;

און וויבאַלד אַז ביים עובר זיין ח"ו אויף אַ ציווי פון דעם צווייטן סוג ציוויי התורה, איז ער ניט חייב מיתה, עס פאַרבלייבט זיין מציאות, קומט דאָך במילא אויס, אַז אויך ווען ער איז מקיים די ציוויים פון תורה, איז דער קיום כאילו ווי אַ צוגעגעבענע זאַך צו זיין מציאות.

משא"כ דער ביטול צו אלקות וואָס ווערט דורכן ביטול צום מלך, (וואָס דאַן, איז אויך דער לימוד התורה וקיום המצות אין אַן אופן פון קבלת עול מלכות שמים — העכער ווי זיי26זיינען מצד תורה עצמה), איז אין אַן אופן, אַז אָט דער ביטול איז זיין גאַנצע מציאות, כנ"ל.

און דער טעם דערפון איז; תורה איז המשכה מלמעלה למטה — און דעריבער איז זי כאילו ווי אַ „צוגעגעבענע" זאַך, היות אַז זי קומט מצד דעם „מעלה" און ניט מצד דעם „מטה" גופא; משא"כ מלכות קומט מצד דעם „עם" („מטה") — „שוםלג תשים עליך מלך", און דעריבער איז זי די מציאות פון דעם „עם" גופא.

ח. דער ענין פון „התחתונים יעלו לעליונים" וואָס האָט זיך אויפגעטאָן דורך דוד המלך, האָט זיך אויסגעדריקט אויך אין דעם „בית המקדש", וואָס ווערט גערופן (כנ"ל ס"ה) על שמו של דוד;

דער אויפטו פון ביהמ"ק איז ניט בלויז וואָס אין אים איז געווען השראת השכינה (ווי איין זאַך איז שורה אין אַ צווייטער), נאָר ער גופא, ד. ה. די דברים גשמיים פון וועלכע דער בית המקדש איז געבויט געוואָרן — זיינען געווען אַ „מקדש" צום אויבערשטן.

און אע"פ אַז אויך אין משכן איז געווען עד"ז, האָט אָבער דער משכן ניט דורכגענומען דעם „מקום" וואו ער איז געשטאַנעןל, וואָס דערפאַר איז ניט פאַרבליבן קיין קדושה אויף אָט דעם אָרטלה; משא"כ דער ביהמ"ק, איז דאָך אויך נאָכן חורבן פאַרבליבן די קדושה אין דעם מקום המקדשלח.

ט. עס האָט זיך מערערע מאָל גערעדט בנוגע די צוויי קוין — המשכה מלמעלה למטה און העלאה מלמטה למעלה — אַז אין יעדערן פון זיי איז פאַראַן אַ מעלה לגבי דעם צווייטןלט. און דעריבער באַשטייט דער תכלית העילוי אין „להוי כדין וכדין"מ — אַז עס זאָלן זיין ביידע ענינים צוזאַמען.

און הגם אַז דאָס וועט ערשט זיין (בגילוי) לע"ללט — איז אָבער ביי מתן תורה שוין געגעבן געוואָרן דער כח אויך אויף דעם ענין *מא. וואָרום וויבאַלד אַז דעמאָלט איז נתבטל געוואָרן די „גזירה" וואָס טיילט אָפּ צווישן „עליונים" און „תחתונים", איז דאָך *) במילא געגעבן געוואָרן דער כח (ניט נאָר אַז „העליונים ירדו לתחתונים" און אַז „התחתונים יעלו לעליונים", נאָר אויך) אַז די ירידת העליונים און די העלאת התחתונים זאָלן קומען צוזאַמען.

עס איז נאָר, וואָס בגלוי איז דאַן געווען בלויז דער ענין פון „העליונים ירדו לתחתונים", און די אַנדערע צוויי ענינים ווערן נתגלה שפּעטער; דער ענין פון „התחתונים יעלו לעליונים" — דורך דוד המלך (כנ"ל) ; און דער יחוד פון ביידע ענינים צוזאַמען וועט זיך אויפטאָן (בעיקר) לעתיד לבוא (וואָס דאַן וועט זיין דער „להוי כדין)27וכדין"), און אַלס אַ הכנה און כלי צו דעם — דורך תורת הבעש"טב (וכידועג אַז „יפוצו מעינותיך חוצה" איז אַ הכנה און כלי צום „קא אתי מר").

וואָרום דער אויפטו פון דעם בעש"ט איז געווען, אַז ער האָט מגלה געווען ניט בלויז די (רזין ורזי דרזין פון) „עשרת הדברות" פון מתן תורה, וואָס זיינען העכער פון וועלט, נאָר אויך די „עשרה מאמרות" שבהם נברא העולם:

ביז דעם בעש"ט זיינען די „עשרה מאמרות" „געשטאַנען" אין די נבראים אין אַן אופן פון העלם והסתר, און דער בעש"ט האָט זיי אַרויסגעבראַכט לגילוי באופן אַז אַלע זאָלן וויסן, אַז די אמיתית המציאות פון יעדער נברא איז (ניט דער נברא גופא, נאָר) דער דבר הוי' וואָס איז אים מהווה בכל רגע ורגע מאין ואפס המוחלט*4).

און דער גילוי פון די עשרה מאמרות (דער אלקות וואָס אין וועלט) מיינט דאָך — דער זיכוך און העלאה פון דעם מטה; אָבער ביחד עם זה, האָט ער דעם ענין גופא מגלה געווען אין אַן אופן פון תורה (אָ פּירוש אויף אַ פּסוקיג) — המשכה מלמעלה למטה.

28און דעריבער איז דער לימוד און די הפצה פון תורת הבעש"ט (וואָס איז בדוגמת*40) פון „להוי כדין וכדין" וואָס וועט זיין לעתיד) אַ הכנה און אַ כלי צו ביאת המשיח, וואָס אויך ביי אים וועט זיין די הכנה אין ביידע ענינים — „הוגה בתורק . . כדוד אביו"מז, יבוא ויגאלנו בקרוב ממש.

(משיחת חגה"ש תשכ"ז)

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-3cjv3gb8

עותקים

פעילות אחרונה

#183 Likkutei Sichos vol 8: machine reading · אושרה
#124 Likkutei Sichos vol 8: machine reading · נסגרה

מקורות