דער פּי' פון „זאת חקת התורה" איז, אַז „זאת" וואָס ער קומט זאָגן (דאָס ווייטערגעזאָגטע) איז די (איינציקע) חוקה פון (כללות ה)תורה. וואָס דערפאַר איז רש"י מאריך אין אָנהייב פון פ' חקת „לפי שהשטן ואוה"ע מונין כו'", אַז די חוקה פון פרה אדומה אויף וועלכע עס שטייט „זאת חקת התורה", איז אַנדערש פון אַלע אַנדערע חוקים דערמיט וואָס זי איז לגמרי ניט אין גדר השכלז. איז דאָך ניט מובן; הל' גיעולי עכו"ם זיינען דאָך מובן אין שכל און זיי זיינען ניט קיין חוקה — ווי פּאַסט דאָ דער לשון „זאת חקת התורה"ח?
מוז מען זאָגן, אַז מיט „זאת חקת התורה" האָט אלעזר געמיינט דעם פריערדיקן דין פון „הזאת שלישי ושביעי" וואָס משה האָט זיי געזאָגטט, און אויף דעם האָט ער, אלעזר, מוסיף געווען „אך את הזהב גו'" — „אך לשון מיעוט" — אַז אפי' נאָך דעם מטהר זיין די כלים מטומאת מת, טאָר מען זיי ניט נוצן ביז מען וועט זיי מגעיל זייןי.
איז עפּ"ז ניט מובן; די ווערטער „אשר צוה ה' את משה" זיינען דאָך דער אויספיר פון „זאת חקת התורה" מיט וועלכן עס ווערט געמיינט דער דין וואָס משה האָט געזאָגט. פאַרוואָסזשע זאָגט רש"י „אשר צוה ה' וגו', תלה ההוראה ברבו", וואָס לויט דעם באַציען זיך די ווערטער „אשר צוה" צו „אך את הזהב גו'" וואָס אלעזר האָט געזאָגט?
ג. איז דער ביאור אין דעם;
צוליב דערמאָנען די הל' טומאה וואָס „הזהיר לכם משה" פריער איז גענוג אַז אלעזר זאָל זאָגן „זאת חקת התורה" — אָן דער הוספה „אשר צוה גו'" — און גלייך נאָכדעם זאָל קומען „אך את הזהב גו'". פון דעם וואָס ער האָט מוסיף געווען „אשר צוה ה' את משה", איז מוכרחיא אַז ער האָט עס געטאָן בכדי צו תולה זיין אויך די ווייטערדיקע הוראה (הל' גיעולי עכו"ם וואָס משה האָט ניט געזאָגט) ברבו; אָבער היות אַז די ווערטער „זאת חקת התורה" זיינען פאַרבונדן מיט „אשר צוה ה' וגו'" (כנ"ל ס"ב) ווי ער איז מדגיש „זאת . . אשר",184מוז מען זאָגן (לויט דעם פּירוש) אַז אויך די הוראה וועגן גיעולי עכו"ם איז אַ פּרט אין „זאת חקת התורה".
און דעריבער זאָגט רש"י „בא לכלל טעות", ווייל דאָס וואָס משה האָט זיי ניט געזאָגט דעם דין פון גיעול, איז עס געקומען מצד דעם וואָס באַ לכלל טעות אַז דער דין פון „תתחטאו"יב, די הזיית מי חטאת איז ניט בלויז מטהר די כלי מטומאתה, נאָר איז אויך מכשיר די כלי פון איר איסור.
און כאָטש דער איסור איז בלוע אין די דפנות הכלי, וואו די מי חטאת קומען כלל ניט אַריין — איז דאָך אָבער אויך די טומאה פאַרשפּרייט איבער דער גאַנצער כלי, און די עטליכע טראָפּנס מי חטאתיג וועלכע מען שפּריצט אויף דער כלי ומבחוץ נעמען זי ניט אַרום, און פונדעסטוועגן ווערט די גאַנצע כלי טהור — זעט מען דאָך אַז מי חטאת האָבן אין זיך אַזאַ שטאַרקן כח, וואָס דורך דער הזי' פון עטליכע טראָפּנס ומבחוץ נעמען זיי אַרויס די גאַנצע כלי מטומאתה; אויב אַזוי, האָט דאָך שוין אַן אָרט צו זאָגן, אַז די הזי' זאָל אויך מכשיר זיין די כלי פון דעם איסור וואָס איז בלוע אין איר.
אויף דעם האָט אלעזר געזאָגט „זאת חקת התורה גו' אך גו' — אך לשון מיעוט"; די „חקת התורה אשר צוה וגו'", איז געזאָגט געוואָרן בלויז בנוגע צו מטהר זיין פון טומאת מת, אָבער ניט צו מטהר זיין פון בליעת איסור נבילותיד.
ד. פון די ענינים פון „יינה של תורה" אין פּירוש רש"י דידן —
ווען אַ כלי איז בולע אַן איסור (און אַזוי אויך ווען אַ מענטש עסט אַ מאכל אסור, וואָס דאַן איז נעשה דם ובשר כבשרו), גייט אַריין דער איסור אין איר, בפּנימיות (און דער מאכל האסור בפּנימיות האדם). און דעריבער דאַרף מען די כלי מגעיל זיין, בכדי אַרויסצונעמען פון איר דעם איסור וועלכן זי האָט בולע געווען.
185משא"כ טומאה איז ניט קיין ענין וואָס קומט אַריין אין דער פּנימיות הכלי (אָדער פון דעם מענטשן) — ס'איז נאָר אַן ענין פון מקיףטו, מען קען עס ניט „אָנטאַפּן" מיטן שכליח, דעריבער קומט אויך די טהרה דורך אַן ענין פון מקיף; דורך דער טבילה פון דער כלי (אָדער מענטש), זעט זיך קיין שינוי ניט אין זייער פּנימיות.
און וויבאַלד אַז טומאת מת איז נאָך מער מקיף, וואָס האָט כלל ניט קיין אָרט אין שכל — וואָרום ס'איז ניטאָ קיין הסברה אין שכל פאַרוואָס דער מת, וואָס ער גופא איז ניט טמאיז, זאָל מטמא זיין אַנדערע — איז דעריבער די טהרה פון טומאת מת אין אַן אופן וואָס איז נאָך מער מקיף; דער חידוש הטהרה בטומאת מת קומט ניט אין טובל זיין דעם דבר טמא אין די מי חטאת, נאָר אין דעם שפּריצן ב' וג' טיפּין.
ווייל אין דעם ענין פון מקיף איז נוגע דער כללות'דיקער איבערשטעל פון דער זאַך אָדער פון אדם הטמא און זיין איבערגאַנג פון טומאה לטהרה; אַ זאַך וואָס מעסט זיך ניט מיט כמות, אָדער אין שטח.
און דאָס איז דער ביאור וואָס משה האָט געהאַלטן אַז הזיית מי חטאת קען מכשיר זיין אויך פון איסור — ווייל מקיף פּועל'ט אויף פּנימי, און ווען ס'איז דאָ דער כללות'דיקער איבערטטעל פון דעם מענטשן, דורך מעורר זיין די מקיפים דקדושה, ווירקט עס שוין במילא אויך אויף זיינע כחות פּנימיים.
דאָס איז אָבער בלויז מצד משה'ן, שושבינא דמלכאטו, וואָס ער האָט געקוקט אויף אידן מלמעלה למטה; משא"כ „אלעזר הכהן", וואָס ענינו איז אויפהויבן אידן מלמטה למעלהי, ער האָט געזאָגט, אַז ס'איז ניט גענוג די כללות'דיקע ווירקונג אין די כחות פּנימיים דורך המשכת המקיף, נאָר עס דאַרף זיין עבודה אויך מיט די כחות פּנימיים עצמן.
(משיחת ש"פ חקת תשכ"ה)
הצעת תיקוןנשלח לבדיקהדיווח על בעיהבלי חשבוןהטמעה באתר אחר