א.אין פּסוק „אבינו מת במדבר והוא לא הי' בתוך העדה הנועדים על ה' בעדת קרח כי בחטאו מת גו'"א, שטעלט זיך רש"י אויף „והוא לא הי' וגו'" און איז מפרש; „לפי שהיו באות לומר בחטאו מת, נזקקו לומר לא בחטא מתלונניםב ולא בעדת קרח שהצו על הקב"ה, אלא בחטאו לבדו מת ולא החטיא את אחרים עמו" (און דערנאָך ברענגט רש"י צוויי דיעות אין וואָס איז באַשטאַנען דער חטא פון צלפחד, כדלקמן סעיף ג').
איז אין דעם ניט פאַרשטאַנדיק; פאַרוואָס האָבן זיי זיך גענויטיקט אין דער הקדמה „לא בחטא מתלוננים ולא בעדת קרח כו'" בכדי צו קענען זאָגן „בחטאו מת"?
מפרשים זיינען מסבירג, אַז דורך מקדים זיין „לא בחטא מתלוננים ולא בעדת קרח כו'" — חטאים וואָס זיינען פאַרבונדן מיט מחטיא זיין אחרים — האָבן זיי קלאָר געמאַכט, אַז מיט „בחטאו" מיינען זיי „בחטאו לבדו כו'". זיי האָבן זיך אָבער ניט געקענט באַנוגענען מיט זאָגן בלויז „והוא לא הי' בתוך העדה גו' בעדת קרח", ווייל דאָס אַליין שליסט נאָך ניט אויס אַז ער האָט געטאָן אַנדערע חטאים מיט וועלכע החטיא את אחרים. האָבן זיי דעריבער מוסיף געווען „בחטאו מת", און אַזוי אַרום — דורכן זאָגן ביידע זאַכן; „והוא לא הי' גו'" און „בחטאו מת" — איז געוואָרן קלאָר זייער כוונה אַז „בחטאו לבדו מת ולא החטיא את אחרים עמו".
ס'איז אָבער ניט מובן; זיי האָבן דאָך געקענט זאָגן בפירוש „בחטאו לבדו", וואָס וואָלט פאַרשפּאָרט די גאַנצע אריכות פון „והוא לא הי' בתוך העדה וגו'"?
ב. נוסף לזה וואָס ס'איז ניט פאַרשטאַנדיק די נויטווענדיקייט פון דער הקדמה „והוא לא הי' גו'" פאַרן זאָגן „בחטאו מת", איז ניט מובן דאָס גופא; צוליב וואָס האָבן זיי בכלל געדאַרפט זאָגן „בחטאו מת"ד?
מפרשים לערנעןח, אַז זיי האָבן געדאַרפט זאָגן „בחטאו מת" וואָס מיינט „בחטאו לבדו ולא החטיא את אחרים עמו", בכדי צו קלאָר מאַכן אַז צלפחד'ן קומט אַ חלק אין ארץ ישראל.
ס'איז אָבער שווער אַזוי צו לערנען. ווייל
172א) מען געפינט ניט אין ערגעץ, אַז אַ מחטיא את אחרים האָט ניט געהאַט קיין חלק בארץח.
ג. דערנאָך איז רש"י ממשיך (אין זעלבן דיבור); ר' עקיבא אומר מקושש עצים הי' ור' שמעון אומר מן המעפילים הי'.
איז אויך אין דעם ניט פאַרשטאַנדיק
א) אין פּסוק שטייט בלויז „בחטאו מת", עס שטייט אָבער ניט וועלכער חטא דאָס איז געווען. איז פון וואנען נעמט רש"י אַז לפי „פּשוטו של מקרא" איז „מקושש עצים הי'", אָדער „מן המעפילים הי'"?
ב) אַלע מאָל ווען רש"י ברענגט צוויי פּירושים, איז עס דערפאַר וואָס אין יעדערן פון זיי איז פאַראַן אַ געוויסע מעלה. דאַרף מען פאַרשטיין; וואָס איז די מעלה פון דעם פּירוש „מקושש עצים הי'" אויף „מן המעפילים הי'"; און וואָס איז די מעלה פון פּירוש „מן המעפילים הי'" אויף „מקושש עצים הי'"?
ג) ווי שוין גערעדט פיל מאָל, ברענגט ניט רש"י דעם נאָמען פון דעם בעל המאמר בפּירושו, סיידן אין פאַל וואו דורך דעם קומט צו אַ תוספות ביאור (לויט דרך הפּשט) אין דעם געבראַכטן פּירוש פון דעם בעל המאמר.
ד) אין אונזער פאַל, וואָס אין ספריז און גמראח שטייט דער פּירוש „מן המעפילים הי'" אין נאָמען פון ריב"בט, און רש"י ברענגט דעם פּירוש גאָר אין נאָמען פון ר"ש (געוויס לויט אַ גירסא וואָס ער האָט געפונען אין אַ „פאַרוואָרפענעם" מדרשי), איז דאָך173מובן אַז דאָס איז מצד דעם וואָס דוקא דורך דער גירסא אַז ר"ש זאָגט „מן המעפילים הי'" — וועט צוקומען אַ תוספות ביאור אין דעם פּירושיא.
דאַרף מען פאַרשטיין; וואָס קומט צו אין די פּירושים, דורכן מדגיש זיין אַז דעם פּירוש מקושש עצים הי' האָט געזאָגט ר"ע און דעם פּירוש מן המעפילים הי' האָט געזאָגט ר"ש?
ד. איז דער ביאור אין דעם, אַז מיט זיין ברענגען די צוויי פּירושים „מקושש עצים הי'" און „מן המעפילים הי'" איז רש"י מסביר, אַז די כוונה פון די בנות צלפחד מיט די ווערטער „בחטאו מת" איז געווען (ניט בלויז צו אונטערשטרייכן „בחטאו לבדו", אַז „לא החטיא את אחרים עמו", נאָר תחלת ועיקר הכוונה זייערע איז געווען) צו לאָזן וויסן אין וואָס ס'איז באַשטאַנען דער חטא פון זייער פאָטער וואָס צוליב דעם איז ער געשטאָרבן; זיי האָבן געוואָלט מודיע זיין אַז ער איז געווען דער מקושש, אָדער, לויטן צווייטן פּירוש — אַז ער איז געווען פון די מעפילים.
נאָר וויבאַלד אַז מצד כיבוד אב האָבן זיי ניט געקענט זאָגן בפירוש אַז זייער טאַטע איז געווען אַ מחלל שבת, אָדער אַז ער איז געווען פון די מעפילים (אויף וועלכע משה האָט געזאָגט „למה זה אתם עוברים את פי ה'"יב) — ובפרט נאָך, אַז זייערע רייד זיינען געווען „לפני משה ולפני אלעזר הכהן ולפני הנשיאים וכל העדה"יג, וואָלט דאָך געווען דער גרעסטער בזיון זאָגן אויף זייער פאָטער „מקושש עצים" צי „מן המעפילים" — האָבן זיי דעריבער בלויז געזאָגט „בחטאו מת"יד, און בכדי מען זאָל וויסן וועלכן חטא זיי מיינען, האָבן זיי פריער מקדים געווען אַז ער איז ניט געווען בחטא מתלוננים און ניט בעדת קרח, וואָס דאַן וועט מען שוין חוקר ודורש זיין און אויסגעפינען אַז ער איז געווען „מקושש עצים" אָדער (לויטן צווייטן פּירוש) מן המעפיליםטו.
174ה. וואָס איז זיי געווען אַזוי נוגע מען זאָל וויסן אַז זייער פאָטער איז געווען מקושש עצים אָדער מן המעפילים — דאַרף מען פריער מבאר זיין די טענה פון די בנות צלפחד „למה יגרע שם אבינו גו' תנה לנו אחוזה גו'"טז (וואָס זייער סיפור „אבינו מת במדבר גו' כי בחטאו מת" איז געווען אַ הקדמה צו דער דאָזיקער טענה);
פון דעם לשון „למה יגרע שם אבינו גו'" איז מוכח בפּשטות, אַז זייער תביעה איז געווען [ניט בלויז אַז פון דער נחלה פון חפר'ן, וואָס עס האָבן גענומען זיינע אַנדערע זין (און אייניקלאַך), זאָלן זיי נעמעןיז „חלקו של צלפחד עם אחיו בנכסי חפר"יח, נאָר אויך] אַז זיי זאָלן נעמען „חלק אביהן" גופאיט,
וואָרום הגם אַז „לבאי הארץ נתחלקה הארץ"כ און צלפחד איז דאָך ניט געווען פון די באי הארץ, פונדעסטוועגן האָבן זיי גע'טענה'ט, אַז כשם ווי אויב צלפחד וואָלט איבערגעלאָזן אַ זון (אַ בן עשרים) וואָלט ער גענומען אַ חלק בארץ, איז בשעת „אין לו בן" און „אנו במקום בן עומדות"כא, קומט זיי אָט דער חלק.
אָבער לכאורה האָט די טענה קיין אָרט ניט; וויבאַלד אַז „לבאי הארץ נתחלקה הארץ", איז דאָך אפילו ווען צלפחד וואָלט געהאַט אַ בן צווישן די באי הארץ, וואָלט ער גענומען ניט חלקו של צלפחד, נאָר זיין אייגענעם חלק (מצד דעם וואָס דער בן וואָלט געווען פון די באי הארץ). היינט וואָס פאַר אַן אָרט האָט די טענה אַז דערפאַר וואָס „אנו במקום בן עומדות" קומט זיי דעריבער חלקו של צלפחדכב?
ו. איז דער ביאור אין דעם;
איידער די אידן זיינען אַרויס פון מצרים, האָט זיי דער אויבערשטער צוגעזאָגט „והוצאתי אתכם מתחת סבלות מצרים גו' והבאתי אתכם אל הארץ גו' ונתתי אותה לכם מורשה גו'"כג, ד. ה. אַז דער אויבערשטער האָט צוגעזאָגט צו געבן ארץ־ישראל צו די יוצאי מצרים. נאָר לאחרי דעם חטא פון „וילנו גו' כל בני ישראל ויאמרו גו' ולמה ה' מביא אותנו אל175הארץ הזאת גו'"כד, האָט דער אויבערשטער געזאָגט („מדה כנגד מדה") „כאשר דברתם באזני כן אעשה לכם . . אם אתם תבאו אל הארץ וגו'"כג.
אעפ"כ, האָט דער אויבערשטער ניט צוגענומען לגמרי זייער זכות אין א"י, נאָר ער האָט זייער זכות איבערגעגעבן צו „טפכם", אַז „והביאתי אותם וידעו את הארץ גו'"כ. ד. ה. אַז דאָס וואָס די באי הארץ האָבן געהאַט אַ חלק אין א"י, איז עס מצד דעם וואָס זיי זיינען „טפכם" — טף פון די יוצאי מצרים.
און וויבאַלד אַזוי, לייגט זיך צו זאָגן, אַז כשם ווי לויט דעם מ"ד „ליוצאי מצרים נתחלקה הארץ" האָבן די באי הארץ גע'ירש'נט א"י פון זייערע עלטערן די יוצאי מצרים, עד"ז איז אויך לויט דעם מ"ד „לבאי הארץ נתחלקה הארץ",
[הגם אַז דעם חלק ממש בארץ וואָס די באי ארץ האָבן גענומען, איז ניט געווען קיין ירושה פון די יוצאי מצרים, וואָס דערפאַר איז ווען איינער פון די יוצאי מצרים האָט למשל געהאָט דריי זין צווישן די באי ארץ, האָבן זיי גענומען דריי חלקים],
איז אָבער דאָס גופא וואָס די באי הארץ זיינען געווען אָט־די צו וועמען „נתחלקה הארץ", איז עס איבער דעםכז וואָס זיי זיינען געווען די טף און יורשים פון די יוצאי מצריםכח.
און דעריבער האָבן די בנות צלפחד גע'טענה'ט אַז וויבאַלד „אנו במקום בן עומדות", דאַרף במילא איבערגיין דער זכות פון אונזער פאָטער צו אונז*9), פּונקט ווי דער זכות פון אַלע אַנדערע יוצאי מצרים איז איבערגעגאַנגען צו זייערע זין;
די בנות צלפחד האָבן געהאַלטן, אַז דאָס וואָס אַנדערע פרויען האָבן ניט קיין חלק בארץ, איז עס ניט מצד דעם וואָס זיי זיינען בעצם ניט אין דעם כלל פון „לאלה תחלק הארץ",176[ווי די „פחותים מבן עשרים", וואָס זיינען נתמעט געוואָרן פון דעם וואָרט „לאלה"ל], נאָר מצד דעם, וואָס זיי האָבן ברידער, און היות ווי בת במקום בן אינה יורשת, קענען זיי ניט גערעכנט ווערן אַלס די יורשים פון די יוצאי מצרים,
און וויבאַלד אַזוי, דאַרף דאָך אויסקומען אַז אין זייער פאַל, וואָס „אבינו מת גו'" און „אין לו בן" (אויך ניט קיין בן וואָס איז פחות מבן עשריםלא), זיינען זיי די יורשים פון זייער פאָטער, און במילא דאַרף איבערגיין דער זכות פון זייער פאָטער צו זיי, און זיי זאָלן נעמען אַ חלק בארץלב.
ז. פון וואַנעט האָבן די בנות צלפחד גענומען אַז דאָס וואָס נשים בכלל האָבן ניט קיין חלק בארץ איז עס ווייל „בת במקום בן אינה יורשת) און ניט ווייל בעצם האָבן זיי ניט קיין חלק בארץ (אַזוי ווי די פחותים מבן עשרים) —
אויף דעם האָבן זיי מקדים געווען „והוא לא הי' בתוך העדה גו' כי בחטאו מת"; וויבאַלד אַז „בחטאו מת", ער איז געשטאָרבן איבער זיין חטא (וואָס ער איז געווען „מקושש עצים" אָדער פון די מעפילים), און ניט ווי די אַנדערע מתי מדבר וואָס זייער חטא איז געווען דאָס זאָגן „ולמה ה' מביא אותנו אל הארץ הזאת",
קען דאָך ניט געמאָלט זיין, אַז די הבטחה וואָס דער אויבערשטער האָט צוגעזאָגט צו יעדערן פון די יוצאי מצרים „ונתתי אותה לכם מורשה גו'", זאָל פון אים צוגענומען ווערן אינגאַנצן, ביז אַז ער זאָל ניט האָבן אפילו177קיין קינדער וואָס זאָלן נעמען אַ חלק בארץ צוליב אים,
און וויבאַלד אַז „השופט כל הארץ לא יעשה משפט" (בתמי')לד, איז דאָס גופא מוכיח אַז אויך די בנות פון די יוצאי מצרים, אין פאַל ווען „בן אין לו", ירש'נען דעם זכות פון זייער פאָטער אויף צו נעמען אַ חלק בארץ.
ח. ע"פ כל הנ"ל, וועט מען אויך פאַרשטיין פאַרוואָס די בנות צלפחד האָבן געדאַרפט זאָגן „בחטאו מת";
וויבאַלד אַז זייערע ערשטע ווערטער זיינען „אבינו מת במדבר"
[און „במדבר" האָבן זיי געמוזט זאָגן, בכדי צו מדגיש זיין אַז ער איז ניט געשטאָרבן אין מצרים, ובמילא איז ער געווען פון די יוצאי מצרים — צו וועמען דער אויבערשטער האָט צוגעזאָגט „ונתתי אותה לכם מורשה"]
וואָלט מען דאָך במילא געמיינט, אַז ער איז געווען פון די מתי מדבר, וואָס זיינען געשטאָרבן איבער דעם חטא פון „וילונו גו' ולמה ה' מביא אותנו אל הארץ הזאת",
איז די שאלה באַוואָרנט רש"י מיט זיין ברענגען די נעמען פון די בעלי המאמר — ר"ע אומר מקושש עצים הי' ר"ש אומר מן המעפילים הי' — אַז כאָטש פון פּסוק אַליין איז טאַקע קיין הוכחה ניטאָ וואָס חטא צלפחד איז געווען, איז אָבער דאָ אַ מעלה אין יעדערן פון די צוויי אופנים — מצד די שיטות פון די בעלי המאמר ר"ע און ר"ש, כדלקמן.
י. דער חטא פון מקושש עצים איז (בדרך הפּשטמ) געווען קלענער ווי דער חטא פון די מעפילים, דערמיט וואָס
(א) אין דעם חטא פון מקושש איז ניט געווען קיין השתתפות פון נאָך אידן, ובמילא — איז ער געווען אינגאַנצן מושלל פון „החטיא את אחרים".
(ב) דער חטא המקושש איז געטאָן געוואָרן אין דעם ערשטן שבת וואָס די אידן זיינען געווען במדבר*47), פאַר מתן תורה — און דאָס איז דאָך מובן אויך בפּשטותמא, אַז פאַר מ"ת איז ניט געווען די האַרבקייט ווי נאָך מתן תורה.
אָבער טראָץ דעם וואָס דער חטא המעפילים איז געווען האַרבער ווי דער חטא פון מקושש, ווערט אָבער די טענה „למה יגרע שם אבינו" (אַז צלפחד'ן קומט אַ חלק אין א"י) אַרויסגעבראַכט שטאַרקער לויט דעם פּירוש „מן המעפילים הי'" —
ווייל דורך דעם וואָס צלפחד איז געווען פון די מעפילים, האָט ער ניט נאָר תשובה געטאָן און אַראָפּגענומען דעם חטא המתלוננים, נאָר דאָס גופא איז אויך אַ טעם חיובי אַז אים קומט אַ חלק אין א"י — מצד דעם וואָס ער האָט זיך מוסר נפש געווען פאַר א"י.
און דאָס איז רש"י מרמז מיט זיין ברענגען די נעמען פון די בעלי המאמר ר"ע און ר"ש;
די בנות צלפחד האָבן נאָך דאַן ניט חתונה געהאַט, ווי עס שטייט ווייטער אין פ' מסעימד. איז דאָך ניט גלאַטיק; די מעשה פונעם מקושש עצים איז געווען (כנ"ל סוף סעיף יו"ד) אין דעם ערשטן שבת וואָס די אידן זיינען געווען במדבר, היינט ווי קומט עס אַז בשנת הארבעים האָבן זיי נאָך ניט חתונה געהאַטמו?
[ניט אינגאַנצן גלאַטיק איז אויך לויטן פּירוש „מן המעפילים הי'", ווייל די מעשה פון די מעפילים איז געווען בלויז איין יאָרמ נאָך דער מעשה פון מקושש]
נאָר זי וועט אויך ברענגען, אַז די כניסה לא"י וועט זיין אין אַ פיל גרעסערן און שטאַרקערן אופן ווי פאַר „חטאינו" — גדול יהי' כבוד הבית הזה האחרון מן הראשוןמט — אין דער גאולה האמיתית והשלימה דורך משיח צדקנו, יבא ויגאלנו בקרוב ממש
(משיחת ש"פ פנחס תשכ"ח)
הצעת תיקוןנשלח לבדיקהדיווח על בעיהבלי חשבוןהטמעה באתר אחר