לקוטי שיחות
שלח א
82ת
ש ל ח
א. פון פּסוק ויהס כלב את העם אל משה גו'א, איז רש"י מעתיק „ויהס כלב", און איז מפרש; „השתיק את כולם".
בהשקפה ראשונה לערנט מען, אַז רש"י מיט זיין פּירוש איז אויסן צו אָפּטייטשן דעם וואָרט „ויהס" — אַז ער מיינט „השתיק".
אָבער עפּ"ז איז שווער;
א) פאַרוואָס איז רש"י מעתיק דעם וואָרט „(ויהס) כלב" בעת ער איז מפרש נאָר „ויהס"?
ב) צום סוף פון אַלע זיינע פּי' אין אונזער פּסוק שטעלט זיך רש"י נאָכאַמאָל אויפן וואָרט „ויהס" און איז מפרש; „לשון שתיקה", און ברענגט דאָרט דוגמאות פון אַנדערע ערטער וואו „הס" מיינט שתיקה — היינט ווי קען מען זאָגן אַז מיט זיין גאָר ערשטן פּי' „ויהס כלב — השתיק את כולם" מיינט ער אָפּטייטשן דעם וואָרט „ויהס" (אַ זאַך וואָס ער טוט ערשט גאָר צום סוף) ?
ג) צוליב וואָס איז ער מוסיף (נאָך זיין פּירוש „ויהס — השתיק") די ווערטער „את כולם"? און די שאלה איז אַ דאָפּלטע; (א) וואָס איז רש"י מחדש מיטן זאָגן „את כולם" ; אויך אָן פּרש"י וואָלט מען עס לכאורה געוואוסט, וואָרום דער פּי' הפּשוט פון „ויהס כלב את העם" איז, אַז ער האָט משתיק געווען דעם גאַנצן פאָלק? (ב) אפילו את"ל אַז אלולי פּרש"י וואָלט מען ניט געוואוסט אַז „את העם" מיינט דאָס גאַנצע פאָלק, און דעריבער דאַרף עס רש"י מפרש זיין, איז אָבער שווער; אָט־דער פּירוש „את כולם" איז דאָך מפרש די ווערטער „את העם" — ניט די ווערטער „ויהס כלב". איז פאַרוואָס זאָגט עס רש"י אויף „ויהס כלב" (און בהמשך צו זיין טייטש „השתיק") ?
ב. בנוגע צו רש"י'ס חידוש „את כולם" און דעם המשך פון זיין חידוש צום פּירוש „השתיק", האָט מען לכאורה געקענט פאַרענטפערן;
דער תרגום אונקלוס (וואָס ער איז קרוב צו פּשוטו של מקראב, און אין פיל ערטער ברענגט רש"י אַ ראי' פון אונקלוס) איז מתרגם „ויהס כלב — ואצית כלב" (ער האָט דעם פאָלק געמאַכט זיך צוהערן) — און אויך רש"י קען אַזוי טייטשן, ווי מ'געפינט ענלעך דערצו — „הסכת ושמע"ג. אויך קען מען טייטשן „ויהס" מלשון הסתהד, אַז כלב האָט זיי צוגערעדט, איינגערעדט. לויט די ביידע פּירושים איז פאַרשטאַנדיק, אַז „את העם" איז פּירושו כפּשוטו; כלב האָט געמאַכט אַז דאָס (גאַנצע) פאָלק זאָל זיך צוהערן צו משה'ן ; אָדער ער האָט איינגערעדט דאָס (גאַנצע) פאָלק זיי זאָלן83„זיין" צו משה'ן (ד. ה. אויף משה'ס צד).
אָבער לויט פּרש"י „ויהס — השתיק", איז מען לכאורה מוכרח צו לערנען, אַז „ויהס כלב" גייט ניט אויף „את העם" — וואָרום אין די פריערדיקע פּסוקים ווערט דערציילט בלויז אַז די מרגלים האָבן גערעדט, עס ווערט אָבער ניט דערמאָנט אַז אויך דאָס פאָלק האָט עפּעס גערעדט — ובמילא וואָלט מען לערנען, אַז כלב האָט געמאַכט שווייגן בלויז די מרגלים. און די ווערטער „את העם" באַציען זיך ניט צום „ויהס" גופא, נאָר צו דער מטרה פון „ויהס" — אַז ער האָט איינגעשטילט די מרגלים בכדי דער „עם" זאָל זיך צוהערן צו זיינע ריידה. דערפאַר זאָגט רש"י „השתיק את כולם", אַז כלב האָט געמאַכט שווייגן (ניט בלויז די מרגלים, נאָר אויך) דעם גאַנצן פאָלקו, כפּשטות לשון הכתוב „ויהס כלב את העם"ז.
מען קען אָבער אַזוי ניט ענטפערן:
א) צו לערנען אַז „ויהס כלב את העם" מיינט אַז ער האָט משתיק געווען אימעצן אַנדערש „את" צוליב „העם" — איז זייער ווייט פון דרך הפּשט, און רש"י דאַרף עס גאָרניט שולל זיין.
ב) ווען מיט די ווערטער „את כולם" מיינט רש"י דעם גאַנצן פאָלק, ווערט דאָך די קשיא (דלעיל ס"א) נאָך שטאַרקער; פאַרוואָס איז ער ניט מעתיק פון פּסוק אויך די ווערטער „את העם"?
ג. דערנאָך שטעלט זיך רש"י אויף די ווערטער „אל משה", און איז מפרש; „לשמוע מה שידבר במשה" — אַז „אל משה" מיינט (ניט צו משה'ן גופא — וואָרום דאָס האָט דאָך ניט קיין המשך צו „ויהס — השתיק", נאָר) וועגן משה — וואָס כלב וועט רעדן וועגן אים.
אויך דאָ איז ניט מובן — ובהמשך צו פריער; וואָס איז מכריח רש"י'ן צו טייטשן אַז „ויהס" מיינט „השתיק", ובמילא מוז ער לערנען אַז „אל משה" מיינט, צו כלב'ס רייד וועגן משה; ער האָט דאָך געקענט טייטשן אַז „ויהס" מיינט „ואצית" אָדער „והסית", וואָס דאַן וואָלט מען געקענט לערנען „אל משה" — צו משה'ן — כפּשוטו ממשח?
אפילו את"ל אַז לדעת רש"י, איז דער איינציקער פּירוש וואָס מ'קען לערנען אין ויהס איז לשון שתיקה — האָט מען דאָך אפילו לויט דעם פּירוש געקענט לערנען „אל משה" כפּשוטו, אַז כלב האָט זיי געמאַכט שווייגן בכדי זיי זאָלן זיך צוהערן צו משה'ן. און כאָטש אין פּסוק ווערט ניט דערציילט אַז משה האָט דאַן עפּעס גערעדט — קען מען אָבער לערנען, אַז כלב האָט84זיי שטיל געמאַכט מיט דער טענה זיי זאָלן זיך איינהערן צו משה'ן, ווי אַנדערע פון מפרשי המקרא לערנעןח — אָדער; אל משה (זיי זאָלן הערן משה'ס מיינונג *ט, וואָס ער (כלב) גייט זיי זאָגן) ויאמר עלה נעלה גו' — (און דער פּי' „ויהס גו' אל משה" וועט זיין: „ויהס (השתיק)" דורך זיין טענה „אל משה"), און לאחרי זאת — „ויאמר (כלב) עלה נעלה וירשנו אותה". פאַרוואָס מוז רש"י לערנען „אל משה" — צו כלב'ס דיבור וועגן משה'ן, און ניט צו משה'ן?
ד. בעת רש"י איז מפרש „לשמוע מה שידבר במשה" (אַז כלב האָט אַלעמען שטיל געמאַכט בכדי זיי זאָלן זיך צוהערן צו זיינע רייד וועגן משה'ן), איז רש"י מפרש דעם מיטעל ווי אַזוי ער האָט עס דורכגעפירט ; „צווח ואמר וכי זו בלבד עשה לנו בן עמרםי. השומע הי' סבור שבא לספר בגנותו, ומתוך שהי' בלבם על משה בשביל דברי המרגלים, שתקו כולם לשמוע גנותויא. אמר והלא קרע לנו את הים והוריד לנו את המן והגיז לנו את השליו".
אויך דאָ דאַרף מען פאַרשטיין; פון וואַנען נעמט רש"י אַז כלב האָט געזאָגט דוקא די דריי ענינים וועלכע משה האָט פאַר זיי געטאָן (קרע את הים, הוריד את המן והגיז את השליו), משה האָט דאָך געטאָן פאַר אידן אַ סך זאַכן, אָנהויבנדיק פון דעם עיקר — יצי"מ. וואָס זיינען דאָ נוגע דוקא אָט־די דריי זאַכןיב
די קשיא איז נאָך שטאַרקער;85רש"י'ס פּירוש איז לכאורה גענומען פון גמראיג; און אין גמרא שטייט אַז כלב האָט געזאָגט „הוציאנו ממצרים וקרע לנו את הים והאכילנו את המן". אָבער רש"י איז משנה און שרייבט אַנדערש ווי אין גמרא; ער איז משמיט „הוציאנו ממצרים" און איז מוסיף „והגיז לנו את השליו"יד?
ה. דערנאָך שטעלט זיך רש"י אויף די ווערטער „עלה נעלה" און זאָגט; „אפילו בשמים והוא אומר עשו סולמות ועלו שם, נצליח בכל דבריו".
איז אויך אין דעם ניט מובן; דער פּי' הפּשוט פון „עלה נעלה" איז לכאורה, אַרויפגיין אין ארץ־ישראל — ובדוגמת „לא נוכל לעלות"יח וואָס די מרגלים האָבן געזאָגט, וואָס דערמיט ווערט געמיינט לעלות לא"י. פון וואַנען נעמט רש"י אַז „עלה נעלה" מיינט „אפילו בשמים כו'"?
מפרשים זאָגןיח, אַז רש"י'ס הכרח צו לערנען „אפילו בשמים כו'" איז פון דעם כפל הלשון „עלה נעלה"; ווען כלב וואָלט געמיינט די עלי' לא"י — וואָלט געווען גענוג צו זאָגן בלויז (איין מאָל) „נעלה".
מען קען אָבער אַזוי ניט לערנען, ווייל בכו"כ מקומות געפינט מען, אַז בכדי צו מדגיש זיין אַן ענין, זאָגט מען ניט בלויז דעם „פּעל" נאָר אויך דעם „מקור" (אַזוי ווי אין דער פריערדיקער סדרהיח וואו עס שטייט „ירק ירק"; און אויך אין אונזער פּסוק גופא „יכול נוכל" *יז) — קען מען דאָך אויך דאָ זאָגן בפּשטות, אַז „עלה נעלה" מיינט לארץ־ישראל, און דער כפל הלשון איז בשביל ההדגשה וחיזוק הענין. פאַרוואָס לערנט רש"י אַז דאָס מיינט „אפילו בשמים כו'"?
ו. צום סוף פון זיין פּירוש אין פּסוק זאָגט ער; „ויהס — לשון שתיקה", און בריינגט דוגמאות צו דעם.
איז ניט פאַרשטאַנדיק וואָס רש"י וואָרט מיט זיין פּירוש „ויהס לשון שתיקה", ביז לאחרי זיין פּירוש אויף „עלה נעלה" ; דאָס וואָס ער איז פריער מקדים זיין פּי' אויף „אל משה" — קען מען מסביר זיין, אַז דאָס קומט בהמשך צו זיין פּירוש „השתיק את כולם" (אַז ער האָט אַלעמען משתיק געווען בכדי „לשמוע מה שידבר ב־86משה"), און דערפאַר איז רש"י מסמיך די ביידע פּירושים. פאַרוואָת איז ער אָבער מפרש אויך די ווערטער „עלה נעלה" פאַר „ויהס לשון שתיקה"?
ז. איז דער ביאור בכל הנ"ל, אַז מיט זיין פּירוש אויף „ויהס כלב" און „אל משה", באַוואָרנט רש"י בדרך ממילא צוויי קשיות וועלכע שטעלן זיך ווען מען לערנט דעם פּסוק;
א) וואָס מיינט דער פּסוק מיטן דערציילן „ויהס כלב גו'"; ער האָט דאָך געקענט גלייך אָנהויבן „ויאמר כלב עלה נעלה וירשנו אותה" — צוליב וואָס דערציילט ער אַן ענין נוסף, אַז פאַר זיין זאָגן „עלה נעלה" האָט ער זיי איינגעשטילטיח?
ב) די מרגלים האָבן דאָך ניט סתם אַזוי געזאָגט אַז מען וועט ניט קענען אייננעמען א"י, נאָך מער; זיי האָבן בכלל ניט געזאָגט אַז מען וועט ניט קענען אייננעמען א"י, זיי האָבן בלויז געזאָגט „אפס כי עז העם היושב בארץ וגו'" וואָס דערפון האָט מען פאַרשטאַנען אַז מען וועט ניט קענען קומען אין א"י; האָט דאָך כלב געדאַרפט פריער אָפּשלאָגן זייערע טענות, און דערנאָך זאָגן „עלה נעלה"?
און די צוויי קשיות פאַרענטפערט רש"י מיט זיין פּי' אויף „ויהס כלב" און „אל משה", כדלקמן.
ח. ווען מען קומט אָפּשלאָגן אימעצנס אַ טענה, ובפרט ווען יענער האַלט זיך שטאַרק ביי זיין טענה, איז ע"פּ רוב וויל ער זיך גאָרניט איינהערן וואָס דער צווייטער זאָגט און באַטראַכטן צי יענער איז גערעכט. און אפילו ווען ער הערט יע — איז עס אָן שימת לב.
און דאָס זאָגט רש"י, אַז דער אויפטו פון „ויהס כלב" איז באַשטאַנען אין דעם וואָס „השתיק את כולם"; ער האָט געמאַכט שווייגן (ניט נאָר די מרגלים נאָר אויך) די אַלע אידן וואָס האָבן געהאַלטן מיט די מרגלים, ביז אפילו די מרגלים גופא וואָס האָבן געוואָלט באַווירקן דאָס פאָלק אַז „לא נוכל לעלות" ; זיי אַלע זיינען איינגעשטילט געוואָרן און זיך צוגעהערט צו כלב'ס דיבור במעלות משה (— מיינענדיק אַז ער וועט רעדן בגנותו).
און דערפאַר שטעלט זיך רש"י אויף „ויהס כלב" (ניט בלויז אויפן וואָרט „ויהס"), ווייל רש"י איז דאָ אויסן (ניט דעם טייטש פון וואָרט „ויהס" — דאָס איז ער מפרש בעיקר בסוף פּירושו — נאָר) דעם חידוש וואָס איז געווען אין ויהס כלב, אַז כלב האָט משתיק געווען את כולם (אויך די וואָס האָבן געוואָלט הערן גנותו של משה), אַז אויך זיי האָבן זיך צוגעהערט (און איינגעהערט) „מה שידבר במשה" — צו כלב'ס רייד וועגן משה'ס . . מעלות!יט
87עס בלייבט נאָך אָבער ניט מובן; וואָלטן די מרגלים גערעדט בגנותו של משה, איז דאַן פאַרשטאַנדיק אַז דורך זיינע רייד אין משה'ס מעלות האָט ער סותר געווען טענות המרגלים; די מרגלים האָבן אָבער בכלל ניט גערעדט וועגן משה'ן, זיי האָבן נאָר געטענה'ט „אפס כי עז העם היושב בארץ גו' ", היינט ווי האָט דאָ געקענט ווירקן זיין ריידן במעלותיו של משה בעת ער האָט זייערע טענות ניט אָנגערירט?
— דערפאַר לערנט רש"י, אַז ער האָט גערעדט וועגן אַזעלכע מעלות פון משה'ן וועלכע האָבן אָפּגעוואָרפן די טענות המרגלים, כדלהלן.
ט. די טענות המרגלים זיינען, בכלל, באַשטאַנען אין דריי ענינים; א) די גבורה פון די מענטשן און די שטאַרקייט פון די שטעט אין א"י גופא — „עז העם היושב בארץ והערים בצורות גדולות מאד וגם ילידי הענק ראינו שם". ב) אויך אויפן וועג, נאָך איידער מען גייט אַריין אין א"י, געפינען זיך פון די שבעה אומות — „החתי והיבוסי והאמורי יושב בהר, והכנעני יושב על הים ועל יד הירדן" — וועלכע וועלן ניט דורכלאָזן צו קומען אין א"י. ג) בעת זיי האָבן דערמאָנט די אומות וועלכע געפינען זיך אויפן וועג קיין א"י, האָבן זיי צום אַלעם ערשטן געזאָגט „עמלק יושב בארץ הנגב" — כאָטש עמלק איז ניט פון די שבעה אומות — ווי רש"י זאָגט „לפי שנכוו בעמלק כבר הזכירוהו מרגלים כדי ליראם".
אָט־די דריי ענינים בדברי המרגלים, האָבן אויסגעדריקט פאַרשידענע סברות און טענות וואָס האָבן גע'שאַפן די מסקנא „לא נוכל לעלות". ומובן, אַז דער סדר פון די טענות איז געווען מן הקל אל החמור;
לכל לראש האָבן זיי גע'טענה'ט אַז מצד דער שטאַרקייט פון די מענטשן און די באַפעסטיקונג און גרויסקייט פון די שטעט אין ארץ ישראל, וועט מען זיי ניט קענען אייננעמען. אָבער מיט דער טענה האָבן זיי זיך ניט באַגנוגנט. זיי האָבן געוואוסט אַז אידן זיינען מאמינים בני מאמינים, ובמילא גלויבן זיי זיכער אַז וויבאַלד דער אויבערשטער האָט געהייסן גיין קיין א"י, וועט ער זיכער פאַר זיי מאַכן ניסים — וואָס דעם אויבערשטן'ס נסים האָבן זיי דאָך שוין אַליין געזען — און זיי וועלן אייננעמען אויך אַ שטאַרקן פאָלק.
דערפאַר האָבן זיי זיך מתחכם געווען און דערמאָנט עמלק'ן, אָנמערקנדיק דערמיט, אַז כשם ווי ביי מלחמת עמלק האָבן זיך די אידן אָפּגעבריט, כנ"ל, דערפאַר וואָס זיי אַליין האָבן דערויף געגעבן אַ נתינת מקום אַז עס זאָל זיין „הכלב בא ונושך אתכם", מיט דעם וואָס ביי זיי איז געווען אַ ספק „היש ה' בקרבנו אם אין"כ —
(האָבן די מרגלים אָנגעוואונקען אַז) אַזוי וועט אפשר זיין אויך איצטער; מצד דעם וואָס באַ די אידן איז ווידער אַזאַ ספק, והראי' זיי האָבן דאָך געזאָגט צו משה'ן „נשלחה אנשים לפנינו ויחפרו לנו את הארץ" און ניט פאַרלאָזט זיך אויף דברי הקב"ה „אעלה אתכם מעני מצרים אל ארץ טובה ורחבה"כא (זיי האָבן, הייסט עס, געהאָט אַ ספק אין דעם וואָס דער אוי־88בערשטער האָט זיי צוגעזאָגט — בדוגמת דעם ספק „היש ה' בקרבנו אם אין"), קען זיין אַז צוליב דעם חטא וועט דער אויבערשטער פאַר זיי ניט מאַכן קיין ניסים.
אָבער אויך מיט דער טענה האָבן זיי זיך ניט געקאָנט באַגנוגענען ; וויבאַלד אַז אויך לאחרי זייער זאָגן „נשלחה אנשים לפנינו גו'" האָט דער אויבערשטער מסכים געווען און געזאָגט „שלח לך אנשים ויתורו גו'" (און זעלבסטפאַרשטענדלעך אַז דער שילוח המרגלים איז געווען אַ הקדמה מ'זאָל דערנאָך גיין קיין א"יכב) — וועט דאָך זיכער דער אויבערשטער זיי געבן כח צו קענען אייננעמען א"י,
— דעריבער האָבן זיי מוסיף געווען אַ דריטע טענה „והחתי והיבוסי והאמורי גו' והכנעני גו' על יד הירדן", וואָס מצד דעם — „ולא תוכלו לעבור"; דערמיט האָבן זיי געמיינט, אַז אפילו אויב דער אויבערשטער וועט יע ווייזן ניסים ביי כיבוש א"י — ווייל ער האָט אָנגעזאָגט אידן איינצונעמען א"י, איז אָבער קיין ראי' ניט אַז ער וועט מאַכן ניסים אויך ביי ענינים וואָס זיינען בלויז אַ הכנה צו כיבוש א"י.
און אויף דעם האָט כלב געזאָגט דריי ענינים וועלכע משה האָט געטאָן — קרע לנו את הים והוריד לנו את המן והגיז לנו את השליו — אָפּשלאָגנדיק דורכדעם די דריי אויבנדערמאָנטע טענות פון די מרגלים.
יו"ד. אויף זייער טענה „עז העם היושב בארץ גו'", האָט ער געענטפערט: „קרע לנו את הים" — אויך ביי קי"ס האָט געדאַרפט זיין אַ מלחמה, וואָס ע"פּ טבע האָבן זיי ניט געקענט מנצח זיין, און דאָך האָט מען דאַן געזעהן אַז „קרע לנו את הים" און עס איז גאָר צו קיין מלחמה ניט געקומען (דער אויבערשטער אַליין האָט מלחמה געהאַלטן פאַר אידן; ובמילא וועט אויך איצטער דער אויבערשטער מלחמה האַלטן פאַר זיי מיטן „עם היושב בארץ"כג).
[און דעריבער האָט כלב געזאָגט „קרע לנו את הים" און ניט „הוציאנו ממצרים"; וויבאַלד ער האָט זיי געוואָלט ענטפערן אויף דער טענה „כי עז העם גו'", און דאָס איז דאָך פאַרבונדן מיט מלחמה אַנטקעגן „עם היושב בארץ", האָט ער זיי ניט געקענט ברענגען אַ ראי' פון יצי"מ — דאָרט איז דאָך ניט געווען קיין מצב של מלחמה, אדרבה; די מצריים האָבן גאָר געטריבן די אידן אַרויסצוגיין פון מצריםכד ; דערפאַר האָט ער געזאָגט „קרע לנו את הים", וואָס ביי קי"ס איז געווען „ה' נלחם להם גו'"כה];
אויף זייער טענה „עמלק יושב בארץ הנגב", האָט ער געענטפערט „הגיז לנו את השליו"כו; אויך די טענה „מי89יאכילנו בשר" איז געווען בלויז „שמבקשים עלילה"כז, און פונדעסטוועגן — „הגיז לנו את השליו". איז דערפון מובן, אַז אויך לאחרי שילוח המרגלים וועט זיי דער אויבערשטער ווייזן ניסים;
און אויף דער טענה „והחתי והיבוסי גו' ועל יד הירדן" איז געווען זיין ענטפער צו זיי „הוריד לנו את המן"; אויך דער מן וואָס איז געווען אין מדבר, איז געווען ניט קיין ענין עיקרי — די גאַנצע הליכה במדבר איז דאָך געווען בלויז אַ הכנה אויף אָנקומען אין א"יכח, און פונדעסטוועגן „הוריד לנו את המן" — איז דאָך דערפון געדרונגען, אַז דער אויבערשטער וועט מאַכן ניסים אויך אויפן וועג, ביי דער הכנה צו כיבוש ארץ ישראלכט.
יא. עפ"ז ווערט אָבער שווער; וויבאַלד אַז דורך „ויהס כלב את העם אל משה" דורך זיין זאָגן משה'ס מעלות, האָט ער שוין אָפּגעשלאָגן די טענות המרגלים — צוליב וואָס האָט ער געדאַרפט מוסיף זיין „עלה נעלה וירשנו אותה"?
מען קען ניט ענטפערן, אַז לאחרי ווי ער האָט אָפּגעשלאָגן אַלע טענות המרגלים (וואָס איז מרומז אין די ווערטער „אל משה"), האָט ער מסיים געווען די מסקנא און אויספיר פון דעם; „עלה נעלה גו'" — ווייל פון לשון הפסוק „ויאמר עלה נעלה גו'" איז מוכח, אַז דאָס איז געווען אַן אמירה מיוחדת (און ניט דער אויספיר פון „אל משה"),
— דערפאַר לערנט רש"י אַז „עלה נעלה" מיינט (ניט עולה זיין קיין א"י, נאָר אַ נייער ענין); „אפילו בשמים כו'". כלב האָט דערמיט מוסיף געווען אַן ענין חדש, אַז אפילו ווען משה זאָל זאָגן „עשו סולמות ועלו שם" (בשמים) וואָס דאָס איז ניט בלויז אַן ענין וואו מען דאַרף אָנקומען צו ניסים, נאָר *כ ס'איז אינגאַנצן ניט בגדר מציאות העולם — איז אפילו אין אַזאַ פאַל „נצליח בכל דבריו"ל.
90און לאחרי ווי רש"י איז מבאר די שייכות פון ויהס כלב צו די טענות המרגלים, וואָס ווערן געבראַכט אין די פריערדיקע פסוקים (וואָס אין דעם איז ניט אַזוי נוגע דער גענויער אָפּטייטש פון וואָרט „ויהס"), איז ער מפרש דעם טייטש פון וואָרט „ויהס" אַז ס'איז „לשון שתיקה"לא — און ע"ד פרש"י אין אָנהייבס פון דער סדרה; פריער ברענגט ער „שלח לך (און אויך דעם וואָרט) אנשים" און איז מפרש „למה נסמכה כו'" צו פריער, און דערנאָך ברענגט ער אַראָפּ נאָך אַמאָל „שלח לך" (אָבער ניט „אנשים") און איז מפרש פרטים.
יב. צווישן די ענינים פון „יינה של תורה" אין פירוש רש"י דידן —
אע"פ אַז סיי יהושע און סיי כלב זיינען ניט געווען בעצת המרגלים, זיינען אָבער דאָ באַזונדערע מעלות באַ יעדערן פון זיי לגבי דעם צווייטן. די מעלות אין כלב'ן אויף יהושע;
א) יהושע איז ניצול געוואָרן פון עצת המרגלים דורך תפלתו של משהלב, משא"כ כלב האָט עס גע'פּועל'ט מיט זיין אייגענער תפלה וואָס „הלךלג ונשתטח על קברי אבות שלא יהא ניסת לחבריו להיות בעצתם"לד.
ב) בעת יהושע וכלב האָבן געזאָגט אַז מען וועט קענען אַריינגיין אין א"י, האָבן „כל העדה" (אפילו די וואָס זיינען ניט געווען אַזוי שטאַרק באַווירקט פון טענות המרגליםלה) געוואָלט „לרגום אותם באבנים"ל, משא"כ בעת „ויהס כלב" איז השתיק את כולם, האָבן זיך אַלע אידן (אפילו די מרגלים אַליין) צוגעהערט צו אים (כנ"ל סעיף ח').
ג) ווען יהושע וכלב האָבן געזאָגט „ואתם אל תיראו את עם הארץ", האָבן זיי עס מסביר געווען ע"פ שכל — „סר צלם — כשרים שבהם מתו"לה; משא"כ כלב, איז נוסף צו זיינע טענות ע"פ שכל „והלא קרע לנו כו'" וועלכע האָבן סותר געווען טענות המרגלים, האָט ער מוסיף געווען „עלה נעלה אפי' בשמים", אַז אפי' ווען משה וועט זאָגן אַן ענין פון „נמנעות" וואָס האָט כלל קיין אָרט ניט אין שכל „נצליח בכל דבריו".
91יג. פון די מעלות אין „העלאה מלמטה למעלה" אויף „המשכה מלמעלה למטה"; א) „המשכה מלמעלמ"ט", היות אַז עס קומט מלמעלה, נעמט עס ניט דורך אויף אַזויפיל דעם מטה. אָבער ביי „העלאה מלמטלמ"ע" — ווערט דער „מטה" גופא נתעלהלח. ב) דורך דעם זיכוך והעלאת המטה, איז מען משלים כביכול דעם כוסף ותשוקה שלמעלה וואָס „למעשה ידיך תכסוף"לט, און במילא ווערט דורך דעם נמשך אַ סך אַ העכערער אור ווי דער אור וואָס ווערט נמשך מלמעלה מצד עצמומ.
און דערפאַר, איז דוקא כלב וועלכער איז ניצול געוואָרן פון די מרגלים דורך זיין אייגענער תפילה — העלאה מלמטלמ"עמא, ער דוקא האָט געהאַט בכח משתיק זיין את כולם; פּועל'ן אַ ביטול און אַן עלי' אויך אין דעם מטה ביז — אַפילו אין די מרגלים. און דורך דעם וואָס ער האָט אויפגעהויבן אויך דעם מטה, האָט ער ממשיך געווען אַן אור בלתי מוגבל כללמב, וואו ס'איז ניט שייך אַפילו די הגבלה פון „נמנעות"מג — עלה נעלה אפילו בשמים.
יד. די הוראה פון כל הנ"ל בעבודתינו ;
יעדער איד, אין וועלכן אָרט ער זאָל זיך ניט געפינען — וואָס וואו נאָר אַ איד קומט איז דאָך „מהוי' מצעדי גבר כוננו"מד — איז ער אַ שליח פון אויבערשטן צו מאַכן פון דעם אָרט „ארץ ישראל"מה; אַז די סביבה אין וועלכער ער געפינט זיך זאָל זיין אַזאַ וואו עס איז קענטיק דער ענין וואָס איז די מעלה פון ארץ ישראל מצ"ע — אַז „תמיד עיני ה' אלקיך בה"מ — ניט בלויז שבת ויו"ט, נאָר „מראשית השנה ועד אחרית שנה"מו.
און וויבאַלד אַז אַ איד ווייס אַז „אין הקב"ה בא בטרוניא עם בריותיו"מז ובפרט אַז ער זעט ווי כמה וכמה פון זיינע חברים האָבן מצליח געווען אין דער דאָזיקער שליחות און זיי האָבן געמאַכט זייער סביבה פאַר אַ אידישע סביבה, „ארץ ישראל" (אַ „אידישע" שטיקל ערד), במילא גלויבט ער אַז אויך ער האָט בכח צו מאַכן פון זיין סביבה „ארץ ישראל".
92קומט אָבער דער יצה"ר און הויבט אָן צו איינ'טענה'ן מיט אים, אַז ביי אים זיינען פאַראַן ספּעציעלע שוועריקייטן ובמילא קען ער ניט ברענגען קיין ראי' פון זיינע חברים וועלכע האָבן מצליח געווען בשליחותם. און אַזוי ווי דער יצה"ר איז דאָך אַן אומן במלאכתומח, געפינט ער פאַר יעדן איינעם טענות וואָס זיינען במיוחד צוגענגליך צו אים;
מיט איינעם טענה'ט ער, אַז די סביבה אין וועלכער ער געפינט זיך, איז ערגער פון אַלע אַנדערע — „עז העם היושב בארץ גו'", דער תוקף החומריות פון דעם אָרט איז שטאַרקער ווי אין דער גאַנצער וועלט;
אַ צווייטן זאָגט ער, אַז ער (דער איד וואָס דאַרף דורכפירן די שליחות) איז ניט ראוי צו אַזאַ הייליקער אַרבעט;
און צו אַ דריטן קומט ער מיט אַ טענה, אַז ביז ער וועט צוקומען צו דער עצם שליחות געפינען זיך זייטיקע מניעות, וועלכע דערלאָזן ניט צוקומען צו איר צו מאַכן דעם אָרט פאַר אַ מקום תורה.
אויף דעם קומט די הוראה „קרע לנו את הים והוריד לנו את המן והגיז לנו את השליו". אַז אַפילו אין
פאַל ווען אין דער סביבה דאַרף ער
בייקומען תוקף החומריות ; דער איד
וואָס דאַרף דורכפירן די שליחות איז
נכשל געוואָרן אין אַ חטא; און דער־
צו זיינען פאַראַן דאָרט זייטיקע מני־
עות (און אפילו אין פאַל ווען די
שוועריקייטן זיינען אַזוי שטאַרק ביז
אים דוכט זיך אויס אַז דער מילוי
השליחות איז (לכאורה) אַן ענין פון „נמנעות"מ) — גיט אַלע מאָל דער אויבערשטער דעם כח צו דורכברעכן אַלע שוועריקייטן און אויספירן זיין שליחות.
טו. דער יצה"ר איז דאָך אָבער אַ „קלוגינקער", קומט ער מיט אַ נייער אמתלא; עס איז טאַקע אמת אַז אַ איד, בשליחותו של הקב"ה, וואָס ער „איז „כל יכול" און „היפלא מה' דבר"80), קען דורכברעכן אַלע שוועריקייטן — אָבער דער אויבערשטער אַליין זאָגט דאָך אַז „האיש הירא ורך הלבב ילך וישוב לביתו"נא (וואָרום בכדי צו מנצח זיין אַ מלחמה דאַרף מען גיין מיט תוקף און זיכערקייט אַז מען וועט געוויס מנצח זייןנב), איז וויבאַלד אַז מזמן לזמן פאַלן דיר אַריין ספיקות צי דו וועסט קענען דורכפירן די שליחות, איז בעסער אַז „ילך וישוב לביתו"
— אויף דעם קומט די הוראה פון כלב'ן; כלב אַליין האָט מורא געהאַט „שלא יהא ניסת לחבריו להיות בעצתם". און פונדעסטוועגן האָט ער ניט אָפּגעלאָזן די שליחות אין וועלכער משה האָט אים געשיקט, נאָר „נשתטח על קברי אבות" (בדרך העלאה מלמטה
למעלה — דורך זיין עבודה), און93דורך דעם האָט ער גע'פּועל'ט, אַז ניט נאָר איז ער ניצול געוואָרן פון עצת המרגלים, נאָר אויך „השתיק את כולם" — ער האָך מהפך געווען אפילו די מרגלים, אַז אויך זיי האָבן זיך צוגעהערט צו זיינע רייד „עלה נעלה וירשנו אותה".
און דורך דער הנהגה ניט צו נתפעל ווערן פון קיין שום שוועריקייטן, זיך ניט רעכענען מיט קיינע חשבונותנג און אָנגיין מיט דער אַרבעט צו מאַכן די גאַנצע וועלט פאַר אַ מקום תורה — „ארץ ישראל" (ברוחניות) — וועט מען זוכה זיין צום קיום היעוד „עתידה ארץ ישראל (בגשמיות) שתתפשט בכל הארצות"נד, בביאת משיח צדקנו, יבא ויגאלנו בקרוב ממש.