עברית
Library

Likkutei Sichos

Addenda - sichos and letters 12

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

186ב' אייר

ב"ה. ערש"ק מברכים חודש אייר, ה'תשל"ו

ברוקלין, נ. י.

צו אַלע אנטיילנעמער אין דעם

יערלעכן דינער פאַר דעם מוסד־חינוך

„אהלי תורה",

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

דער היייאָרדיגער דינער קומטפאָר ב' אייר — דער יום־הולדת פון דעם רבי'ן מהר"ש, און אַזוי ווי אַלץ איז דאָך בהשגחה פרטית, איז דאָס אַ „דבר בעתו" מיט אַ ספּעציעלע אָנווייזונג.

בכלל איז ידוע, אַז אין צוגאָב צו דעם וואָס אַלע רביים, נשיאי חב"ד, האָבן אַ בשותפות'דיגען ענין אַלס נשיאי חב"ד, האָט יעדערער פון זיי באַזונדערע ענינים אין וועלכע זיי זיינען אויסגעטיילט, סיי בנוגע דעם דרך און אָנפירונג פון די נשיאות, סיי אין ספּעציעלע אָנווייזונגען וואָס זיי האָבן געגעבן.

אַ ספּעציעלע נקודה אין דעם דרך פון רבי'ן מהר"ש דריקט זיך אויס אין דעם באַקאַנטן וואָרט וואָס ער האָט געזאָגט אַלס אַן אַלגעמיינע אָנווייזונג

„די וועלט זאָגט, אַז מ'קען ניט אַרונטער דאַרף מען אַריבער, און איך זאָג — אַז מ'דאַרף לכתחילה אַריבער!"

צו אַלעם ערשטן איז דאָס אַן אָנווייזונג וואָס איז פאַרבונדן מיט אַלע ענינים פון עבודת־השם, ווי אויך אין די ענינים וועלכע זיינען אַ פּאָסנדע צוגרייטונג צו עבודת־השם — אָנהייבנדיג מיט לערנען תורה און קיום המצוות. דאָס מיינט, אַז יעדער איינער און איינע דאַרף פאַרלאַנגען פון זיך דעם ענין פון „לכתחילה אַריבער" — צו דערגרייכן אַ העכערע מדריגה אין לימוד התורה און קיום המצוות, סיי אין איכות און סיי אין כמות.

און ווי געזאָגט, איז דאָס נוגע אויך — און ספּעציעל — די ענינים וועלכע זיינען אַ פּאַסנדע צוגרייטונג צו תורה און מצוות, על אחת כמה וכמה אין דער דערציאונג פון קינדער, וואָס זייער גאַנצער חינוך איז אַ צוגרייטונג אויפן גאַנצן לעבן, אין אַן אופן פון „גם כי יזקין לא יסור ממנה" — אַז ער וועט ניט אָפּטרעטן פון דרך־השם אויך אין די עלטערע יאָר.

187דער מוסד „אהלי תורה" איז ידוע ומפורסם אַלס מוסד־חינוך על טהרת הקודש, וואָס האָט באַוויזן, אַז ער גייט אין דעם דרך פון דער דערמאָנטער אָנווייזונג „אַז מ'דאַרף לכתחילה אַריבער", ווי אויבן דערקלערט.

עס פאָדירט זיך אָבער, אַז אויך די פריינד און שטיצער פון „אהלי תורה" שליט"א זאָלן, פון זייער זייט, אַרויסווייזן דעם „לכתחילה אַריבער" אין זייער איבערגעבנקייט און שטיצע צו דעם מוסד. און ווי גוט די הילף איז געווען ביז איצט, דאַרף יעדער איינער און איינע פאָדערן פון זיך — און אָנשטרענגען זיך, אויב נויטיג — צו טאָן אין דעם אין אַ פאַרגרעסערטע מאָס.

און בזכות זה וועט השם יתברך אַראָפּשיקן זיינע ברכות, מידה כנגד מידה, אין דער פולסטער מאָס, „אריבער און אַריבער", צו אַלע אָנטיילנעמער און שטיצער אין אַלץ וואָס מ'נויטיגט זיך בגשמיות וברוחניות גם יחד.

בכבוד ובברכה להצלחה

ולבשורות טובות

. . . חומר ע"ד אדמו"ר מהר"ש, נמצא בספר תולדות מהר"ש, הנמצא אצל כמה מאנ"ש ובספריות אשר באה"ק ת"ו. וידוע אשר כתב — בלשון החסידים ומסורת משפחתית — „רעצעפּטין", כמובן לטינית בסגנון רופאים וכו'. אף שפשיטא שלא למד באוניברסיטות וכיו"ב. וכן הי' בהספרי' שלו כמה ספרים בחכמת הרפואה ומהם גם שלא בלה"ק . . .

(ממכתב י"ט אד"ש, תשי"ט)

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-7vvrzjfm

Copies

Recent activity

#128 Likkutei Sichos vol 12: machine reading · approved

Sources