Likkutei Sichos
Addenda - sichos and letters 8
167י מי ה ם פיר ה
פון די פיעלע פּערל וואָס זיינען פראַנען אין דער דאָ געדרוקטער שיחה*, איז איינע פון די עיקרית'דיקע — (זע אות טו) ;
אַמאָל האָט מען געוואוסט, אַז מ'דאַרף ז י י ן — (זיין) אַ איד אַ ירא שמים, אַ חסיד. היינט דאַרף מען ק ע נע ן — קענען לערנען, חסידות. ער מיט דער זאַך זיינען צוויי ענינים (עכ"ל בקיצור קצת).
דאָס איז אויך איינע פון די ענינים דספירת העומר — המשכת המוחין במדות1), אַז מען זאָל זיך אויפפירען לויט דער הוראת המוחין והשכל — אָט דאָס וואָס ער קען (במוחו) לערנען (נגלה דתורה), חסידות (פנימיות התורה) — זאָל ער זיין אין טאָג טעגליכען לעבען. אַז ער און זיינע ידיעות זאָלן זיין איין זאַך.
און, אייגענטליך, איז דאָס אויך מהענינים פון פנימיות התורה — וואָס דער גילוי פון דעם איז לג בעומר (לקמן אות כא) — צו פאַראייניגען און בעווייזען אַז אַלץ איז אחדות ; חומריות איז מער ניט ווי אַנאויסווייניגסטע זאַך וואָס מ'דאַרף מזכך זיין, און מאַכען דאָס פאַר אויס חומריות, און אין גשמיות — אַרויסבריינגען די פּנימיות דערפון, וואָס פאַראיינציגט זיך מיט רוחניות ונשמת הדבר.
און דאַמאָלס ווערט דער מענטש — זיין נשמה זיין גוף און אַלע זיינע ענינים — איין זאַך.
און דער וועג דערצו איז דורך פנימיות התורה. וואָס בעווייזט אין תורה גופא, אַז אַלץ איז איינס. פנימיות התורה בעווייזט2) ווי אין תורה איז רזי תורה און תורה הנגלית — לבושא דאורייתא, גופא דאורייתא, נשמתא דאורייתא ונשמתא לנשמתא דאורייתא23) — איין זאַך. ובפרט בלג בעומר, וואָס די גילויים פון לג בעומר זיינען, וואָס דער בעל ההילולא — רבי שמעון בן יוחאי — האָט מגלה געווען רזי דרזין. „מלין4) קדישין דלא גליאן עד השתא . . . דהוא (קוב"ה) וכל סייעתי' קדישא דילי' אתו למשמע בחדוה מלין סתימין".
*) ל"* ג בעומר, ה'תש"ד. — נדפס בסה"ש ה'תש"ד ע' 116 ואילך. המו"ל.
1) ערקלערט אין דרושי ספירת העומר בארוכה. זע אויך ד"ה אני לדודי (קונטרס נז — לג בעומר תש"ח).
2) זע קונטרס לימוד החסידות פי"א.
3) זע זוהר ח"ג קנב, א.
4) זוהר ח"ג רפז, ב.
168א. ספי' אין לה תשלומין, אויב מען האָט איינמאָל פאַרפעלט צו ציילען ספירה קען מען דאָס ניט משלים זיין, און עס איז נתבטל געוואָרן דער גאַנצער ענין הספירה, וואָס דערפאַר מאַכט מען ניט מאָרגן קיין ברכה.
דער טעם פאַרוואָס ספירה אין לה תשלומין איז על דרך ווי תלמוד תורה אין לה תשלומין, וויילע תלמוד תורה איז מען מחויב יעדער טאָג, במילא איז אויב ער האָט היינט פאַרפעלט קען ער מאָרגן ניט משלים זיין, וויילע מאָרגען איז ער מחויב מצד עצמו, — שבועות יש לה תשלומין, כל שבעה, וויילע נאָך שבועות איז ניטאָ קיין חיוב צו מקריב זיין קרבנות, דער גאַנצער ענין איז אַ ענין פון תשלומין, במילא איז אויב ער האָט ניט מקריב געווען היינט קען ער מקריב זיין מאָרגען, מה שאין כן תלמוד תורה וואָס מ'איז מחויב יעדער טאָג, קען מען ניט משלים זיין, וויילע יעדער מינוט וואָס ער וועט לערנען איז מחויב מצד דער מינוט גופא.
אַזוי איז אויך ספירת העומר, וויבאַלד אַז חיוב ספירת העומר איז יעדער טאָג, פּאַסט ניט אין דעם קיין תשלומין, וויילע יעדער טאָג איז ער מחויב מצד עצמו.
— און אַזוי איז אויך אין חוב וואָס דער רבי האָט אַרויפגעלייגט אויף יעדען איינעם אויספירען דעם שליחות, און אין דעם איז ניטאָ קיין תשלומין, אויב ער פאַרפעלט איין טאָג אין דעם חוב המוטל עליו, קען ער דאָס ניט משלים זיין אין אַן אַנדער זמן, וואָרום דער אַנדער זמן וועט ער זיין מחויב מצד עצמו —.
ב. אַזוי איז אויך אין ספירת העומר בעבודה הרוחניות, וואָס דער ענין פון ספירת העומר אין עבודה איז בירור המדות, אין לה תשלומין, — אויב ער האָט ניט משלים געווען היינט קען ער עס ניט מאָרגן משלים זיין, וויילע אויב ער וואָלט געטאָן די עבודה היינט, וואָלט די עבודה פון מאָרגען זיין אויף אַ העכערען אופן, ווי רג"ד פלעגט זאָגן יעדער נאַכט, מאָרגען דאַרף מען אויפשטיין גאָר אַן אַנדערער. דאָס הייסט אַז יעדער טאָג דאַרף מען ווערען העכער, במילא אויב ער וואָלט נעכטען זיין אַנדערש, וואָלט אויך דער מאָרגען זיין אַ העכערער, דערפאַר איז עבודה פון ספירת העומר בירור המדות, אין לה תשלומין.
ג. עס איז מיר אָנגעקומען אַ שאלה פון איינעם וואָס איז געפאָרן אין מיטן וועג . . . אוסטראליא *), וואָס דאָרטן בייט זיך די טעג . . . ווי169זאָל ער טאָן מיט ספירה.
ספירת העומר איז אַ חוב צו ציילען אויף יעדען איינעם, די מצוה איז ניט נאָר אויף בית דין אַז זיי זאָלן ציילן, נאָר עס איז אַ חוב אויף יעדן איינעם, די שאלה איז אָבער ווי איז דער אופן הספירה, צי יעדער איינער דאַרף ציילען וויפיל טעג עס איז דורך באַ אים, אָדער ציילן וויפיל טעג עס איז דורך פון הקרבת העומר באַ בית דין.
ד. אַזוי איז אויך אין רוחניות — דאָס איז אַ דבר פּשוט אַז מקריב זיין אַ קרבן פאַר כלל ישראל, דאָס קען נאָר אַ נשמה כללית, דאָס איז הקרבת העומר, באַ אים מאָנט מען ניט ער זאָל בריינגען אַ קרבן מיט יין און שמן כו', וואָס דאָס האָט ער ניט בכח, מען מאָנט נאָר ספירת העומר, ער זאָל ציילן טעג, פירן אַ חשבון און ציילן די טעג, צי ער האָט דורכגעפירט יעדער טאָג זיין שליחות.
אין ספירת העומר גופא אָבער קען זיין צוויי אופנים. א) מאַכן זיין אייגענעם חשבון, וואָס ער האָט אויפגעטאָן בתורה ובעבודה. ב) ציילן די טעג פון בית דין, דאָס הייסט, ער קוקט בעיקר צי ער האָט געטאָן דאָס וואָס מען האָט געהייסן. הגם ער ווייסט ניט וואָס וועט זיין מיט זיין אייגענער נשמה, אויך אַפילו אין דער שליחות גופא זעט ער אויך ניט אַז ער זאָל מצליח זיין, פונדעסטוועגן רעכנט ער זיך ניט מיט דעם און ציילט די טעג פון בית דין.
און דאַן אַז ער וועט ניט מאַכן זיינע אייגענע חשבונות און איבערגעבן זיך אינגאַנצן צום רבי'ן, וועט ער האָבן די הבטחה וואָס דער רבי האָט צוגעזאָגט, רועי ישראל לא יפּרדו מעל צאן מרעיתם . . .
. . . ויהי רצון — שכיון שנמצאים אנו בימי הספירה, וכמבואר בדא"ח שסופרים לא במספר סדורי, יום ראשון ושני אלא יום אחד ושני ימים, ז.א. שגם העבודה דאתמול בשלימותה היא אלא שנתוסף עוד עבודה נוספת על הענינים דיום אחד וכו' — הרי יתעורר כאו"א מאתנו בתכ"י, אַז עם אַליין מיינט מען טאַקע, און ניט נאָר דעם אַנדערן, והדרישה היא באופן דחרמש בקמה, וכלשון הלקו"ת (במדבר טו', ד): המדות הטבעיות הן חזקות בגוף בטבען ובתולדותן וצריך להכניען ולהשפילן בבחי' אתכפיא ואתהפכא ולהניף עליהם חרמש להכריתן ולכלותן ולהפכן ממש לאין וכו' שתהיינה בטלות ונכללות במדות עליונות, עיי"ש. ובאו הדברים בדרוש המתחיל בענין נתינת התורה170עשה"ד ואלו אשר מפי הגבורה שמענום עיי"ש. אלא שיפה ירושתנו, שעתה קלה היא עבודה זו יותר מאשר בפעם הראשונה — ע"ד המבואר במעלת מצה דעתה שלפני חצות — לאחר מ"ת — לגבי מצה דלפני חצות שלפני מ"ת. שמזה מובן ג"כ החילוק לפני התגלות תורת החסידות ולאחרי התגלות תורה זו — בהנוגע לבירור וזיכוך המדות בדרכי החסידות . . .
(ממכתב ח' אייר תשי"ח) ב"ה, אין די טעג פון ספירה, ה'תשל"ו
ברוקלין, נ. י.
צו דער 21טער יערלעכער קאָנווענשאָן
פון נשי ובנות חב"ד
לעצטנס האָט זיך מערערע מאָל גערעדט וועגן דעם ענין פון חינוך, און אין צוזאַמענהאַנג דערמיט אויך וועגן די ספּעציעלע כוחות, זכות און אחריות וואָס פרויען האָבן אין דעם דאָזיגען לעבנסוויכטיגען ענין.
אַזוי ווי די קאָנווענשאָן קומט פאַר אין די טעג פון ספירה, איז אויך אין דעם פאַראַן אַ ספּעציעלע שייכות פאַר פרויען אין דעם געביט פון חינוך.
די טעג פון ספירה פאַרבינדן דעם יום־טוב פון יציאת־מצרים מיט דעם יום־טוב פון מתן־תורה. דערמיט ווערט אונטערשטראָכן, אַז דער צוועק פון יציאת־מצרים איז קבלת־התורה, ווי דער אויבערשטער האָט באַלד פון אָנהויב געזאָגט צו משה רבנו, אַז ווען ער וועט אַרויספירן די אידן פון מצרים וועלן די אידן באַקומען די תורה אויף דעם באַרג סיני (בהוציאך את העם ממצרים תעבדון את האלקים על ההר הזה). דערמיט ווערט אונטערשטראָכן, אַז די אמת'ע פרייהייט (זמן חרותנו) ווערט ערשט דערגרייכט דורך תורה (חרות על הלוחות).
אין ביידע פאַלן, סיי באַ יציאת־מצרים און סיי באַ מתןתורה, האָבן פרויען געהאַט גאָר אַ חשוב'ן חלק, ווי באַוואוסט פון חכמינו ז"ל, אַז בזכות נשים צדקניות זיינען די אידן אויסגעלייזט געוואָרן פון מצרים, און אַז, אַלס הקדמה צו מתן־תורה, האָט דער אויבערשטער געהייסן משה רבנו צו ריידן פריער צו די פרויען („בית יעקב") און דערנאָך צו די מענער („בני־ישראל")
דער ענין פון תורה (מלשון הוראה, אָנווייזונג) איז, אַז זי ווייזט אַ אידן ווי צו פירן זיך אין טעגלעכן לעבן, פון קינדווייז אָן ביז דעם טיפסטן עלטער. וואָס דאָס איז דאָך דער ענין פון חינוך.
171און פּונקט ווי אין מצרים איז געווען צו פאַרדאַנקען הויפּטזעכלעך די אידישע פרויען און מאַמעס וואָס זיי האָבן אויפגעשטעלט אַ יונגען דור, וואָס האָט זיך דערהויבן צו דער מדריגה מקבל צו זיין די תורה מיט „נעשה ונשמע", אַזוי אויך אין אַלע צייטן, און בפרט אין דער איצטיגער צייט, האָבן אידישע פרויען און מאַמעס גאָר אַ גרויסן חלק אין דעם חינוך פון די קינדער, סיי די אייגענע און סיי אין דעם גאַנצן אַרום.
דעריבער האָף איך און איך בין זיכער, אַז די קאָנווענשאָן וועט אויסנוצן די געלעגנהייט צו באַהאַנדלען די פראַגע פון חינוך, און די פּראַקטישע וועגן ווי אַזוי צו פאַרשטאַרקן און אויסברייטערן דעם חינוך, סיי אין כמות — אַריינציען אין דעם וואָס מער קינדער, און סיי אין איכות — צו געבן זיי אַ תורה טרייען חינוך אין דער פולסטער מאָס, וואָס זאָל זיך אויסדריקן אין אַ שטאַרקע צוגעבונדנקייט און געטריישאַפט צו דער תורה, תורת חיים, און אירע מצוות, אויף וועלכע עס שטייט וחי בהם — זיי זיינען דאָס עצם לעבן פון אַ אידן.
השם יתברך זאָל מצליח זיין, אַז די קאָנווענשאָן זאָל דערפילן אַלע דערוואַרטונגען, און נאָך מער, ברוחניות ובגשמיות.
בברכה להצלחה
ולבשורות טובות
. . . דער חודש אייר, ווי עס איז שוין וועגן דעם גערעדט געוואָרן, טיילט זיך אויס פון די אַנדערע חדשים פון יאָר דערמיט וואָס יעדער טאָג פון דעם חודש האָט אַ ספּעציעלע מצוה — די מצוה פון ספירת העומר.
אין צוזאַמענהאַנג דערמיט איז כדאי צו אונטערשטרייכן צוויי נקודות;
ערשטנס, אַז כאָטש אַפילו אין געוויסע הינזיכטן איז פאַראַן אַן אונטערשייד אין די טעג פון דער וואָך און פון חודש — וואָכנטעג, שבת, ערב ראש חודש, ראש־חודש וכו' — זיינען זיי אָבער אַלע גלייך אין דעם וואָס אַלע טעג, אַן אויסנאַם, דאַרפן זיין אָנגעפילט מיט קדושה — די קדושה פון תורה און מצוות אין אַלע פּרטים פון טאָג־טעגלעכן לעבן. דאָס ווערט אונטערגעשטראָכן אין דער ברכה פון ספירת העומר יעדן טאָג פון דעם חודש; אשר קדשנו במצוותיו וצונו.
צווייטנס, כאָטש מ'האָט שוין מקיים געווען די מצוה דעם פריערדיגען טאָג, איז מען מקיים די מצוה דעם צווייטן טאָג, און דריטן טאָג, און יעדן טאָג — מיט דער זעלבער טייערקייט און לעבעדיקייט. ווי צום ערשטן מאָל,172און אדרבה, יעדן טאָג דאַרף גאָר צוקומען אַ הוספה אין דער לעבעדיקייט און באַגייסטערונג פונם קיום המצוה. און אַזוי איז דאָס אין אַלע ענינים פון תורה און מצוות, אין איינקלאַנג מיט דעם ציווי ; בכל יום יהיו בעיניך כחדשים — יעדן טאָג דאַרף אַ איד זיי אויפנעמען ווי זיי זיינען ערשט געגעבן געוואָרן ביים באַרג סיני.
אין אַנדערע ווערטער, דאָס מקיים זיין די מצוות אין טעגלעכן לעבן, טאָ־איין טאָג־אויס, טאָר ניט ווערן אַ מצות אנשים מלומדה, אַ געוואוינהייט אָן חיות און באַגייסטערונג. פאַרקערט, יעדן טאָג דאַרף מען דאָס דורכלעבן טיפער און העכער, לויט דעם ציווי: מעלין בקדש.
פאַרשטייט זיך, אַז כדי צו דערגרייכן די דאָזיגע מדריגה, דאַרף אַ קינד באַקומען זיין תורה־טרייען חינוך פון דער פריסטער קינדווייז אָן, אין אַ מוסד חינוך און סביבה וועלכע זיינען דורכגעדרונגען מיט יראת השם און אהבת השם, וואָס דאַן ווערט מקויים די הבטחה: חנוך לנער על פּי דרכו, גם כי יזקין לא יסור ממנה — דערצי דעם אינגל אויף זיין ריכטיגען וועג, אַפילו ווען ער וועט אַלט ווערן וועט ער זיך ניט אָפּקערן דערפון . . .
(ממכתב ראש חודש אייר, ה'תשל"ב)
. . . כותב אודות פעולותיו בקדש ובנקודה הפנימית הפצת המעינות חוצה דעי"ז קאָתי מר, ויהי רצון שמזמן לזמן יתוסף בפעולותיו אלה ובהצלחתן, ויבשר טוב בטוב הנראה והנגלה מתוך הרחבת הדעת אמיתית.
וכיון שנכנסנו לחדש זיו, שכל יום ויום מצוה מיוחדת בו, מצות הספירה, וענין המצות ה"ה כלשון הכתוב כי נר מצוה, להאיר חשך העולם, הנה יגביר האור דתורה ומצות על חשכת העולם, להביא הגאולה האמיתית והשלימה בעגלא דידן עד כי לילה כיום יאיר.
לפעמים העדר הכתיבה בא מפני חוסר השלימות בהענין דשמחה וטוב לבב שצ"ל כל משך חיי האדם. וכמדובר זה כמה פעמים, שהציווי בכל דרכיך דעהו הוא על כל כ"ד שעות היום, ובמילא חלים על כל הכ"ד שעות היום דברי הרמב"ם סוף הל' לולב, שהענינים צריכים להעשות מתוך שמחה, וק"ל.
וביחוד עתה, שנמצאים אנו בין ימי הפסח זמן חירותנו, ושבועות קבלת התורה בשמחה, חל ציווי האמור עוד ביותר, ואף שלפעמים מצדיקים173עצמם על חסרון שלימות השמחה בכו"כ טעמים, ומהם גם כאלו שיש להם אחיזה לא רק בשכל סתם אלא גם בשכל דקדושה, הנה, סו"ס — ע"י העדר השמחה לא יעשה דבר ולא יתוקן דבר, משא"כ בהנהגה ההפכית, וכידוע פתגם כ"ק מו"ח אדמו"ר, אשר חיל היוצא למלחמה, תחלת יציאתו הוא בשיר (מאַרש) של נצחון, וזה עצמו מקרב הנצחון ומגדילו. והרי כל אחד מאתנו, לא בודד הוא (ניט עלענד) ועזרתו של הקב"ה אתו. והבא לטהר מסייעין אותו, לשון רבים הרבה מסייעים . . .
מהו החילוק בין תפארת — שיינקייט — והוד — שיינקייט —, ואיזה שייכות ישנה בין שיינקייט דהוד לענין כליות יועצות.
הנה ברוב המכריע של דרושי דא"ח שראיתי, מפרשים הוד ל' הודאה ולא מל' הוד והדר, ורק במקומות ספורים הובא פי' האחרון, ומהם באגה"ק סט"ו שהובאו ב' הפי' ומשם מובן החילוק בין השבח דתפארת והשבח דהוד. שבתפארת הוא יופי המובן ומושג בשכל (שרואה שיש כאן תערובות כמה גוונים ומדות וכיו"ב), משא"כ בהוד, שמבין שיש בזה איזה ענין של נוי אבל אינו מבין מהו הנוי, כי הוא למעלה מערכו והבנתו כלל,
ולא מצאתי לע"ע שישתמשו במדת ההוד בל' תפארת ויופי, כי לכאורה אין יופי שייך אלא בהתכללות גוונים ומדות. עיין באגה"ק שם, בד קדש פ"ג, ועוד.
וגם זה גופא נוי הוא, אשר ענין עמוק ביותר ובכ"ז מתגלה להמקבל (אף שהמקבל אינו מבינו גם אחרי שנתגלה לו), מובן שבאופן כזה יכול להתגלות להמקבל גם ענין פּנימי יותר של המשפיע, כיון שאין הענין מתלבש בהבנתו של המקבל, אבל כיון שהענין הוא פנימי ביותר, אין יכולה להתגלות אלא המדרי' התחתונה ביותר שבו, והעיקר הנוי הוא בזה שמסדר הענין באופן כזה שגם מקבל תחתון ביותר יוכל לקבלו (כליות יועצות) אף שאינו משיגו, (דלא כתפארת), ולפעמים גם אין לו שייכות כלל להענין עד שאינו מעורר בו אפילו מדת ההודאה אלא רק שמודה שצריך להודות (הוד שבהוד). וי"ל דוגמא לזה: איש כפרי שאין לו הבנה כלל במהות המלך, אלא שרואה שראש הכפר שלו, שגדולתו משיג איש הכפרי, משתחוה לשר המלוכה, במילא נתעורר אצל הכפרי הודאה להשר, כי איש מופלא הוא בעיניו כיון שראש הכפר משתחוה לפניו, ושוב כשיראה את שר המלוכה משתחוה לפני המלך, הרי מעלת המלך נתגלית בהודאה שבהודאה של הכפרי, ויעויין בדרושי ל"ג בעומר (בסידור, ועוד) ע"ד הוד שבהוד, שהנ"ל מיוסד ע"ז, ובפי' תהלים174להצ"צ קאַפּ' ק"ד סק"ז שכתב וז" בפ"ע ואינו מגלהו . . ויש כשיבאר כשאינו משפיע אין בהשכל בחי' הבחי' נו"ה אין הפי' . . לשון הודאמנם ל' הוד הוא הזיו שהוא מה להאריך בכ"ז . . .
. . נתקבל מכתבו מי"ט בסידורו הק'. וידועה השקו"ט בזה. "ל; יש עצם החכמה שהוא משכיל השכל ר לזולתו השכל . . זהו הנק' הוד, משא"כ הוד, וכמו השמש כשלא יאיר . . א"כ לפי"ז ראה . . הגם שבחי' זו היא נק' ג"כ הוד, שמאירים כו', עכ"ל בהנוגע לענינינו. ויש
(ממכתב ב' דר"ח אד"ר, תש"ח) לעומר (שכן הוא הנוסחא של רבנו הזקן ויעוין ג"כ אגה"ק סו"ס י"ג) . . .
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק י״ב
- Id
- rh-ck4g4zbw