עברית
Library

Likkutei Sichos

Addenda - sichos and letters 26

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

589חג הסוכות

בס"ד. ברכת כ"ק אדמו"ר שליט"א

להאורחים שיחיו, בצת ביקורו בסוכה

— ליל א' דחג הסוכות ה'תשמ"ב —

צום אַלעם ערשטן — אַ גוט יום טוב.

אויף אַלע יו"ט זאָגט מען אַז זיי זיינען „מועדים לשמחה", טעג פון שמחה, אָבער דוקא בחג הסוכות זאָגט מען „זמן שמחתנו"א, וואָס דערפון איז פאַרשטאַנדיק, אַז בחג הסוכות איז דאָ אַ גרעסערע שמחה ווי אַלע יו"ט.

איינער פון די ביאורים בזהב:

חג הסוכות איז דער יו"ט וואָס קומט גלייך נאָך יוהכ"פ.

[די פיר טעג וואָס זיינען צווישן יוהכ"פ וסוכות זיינען דאָך טעג וואָס מען גיט אַ אידן צו זיך מכין זיין לחג הסוכות, צו מכין זיין די צרכי החג: ער זאָל האָבן אַ סוכה, אַן אתרוג, לולב, הדסים און ערבותג].

דער ענין פון יוהכ"פ איז, וואָס דעמולט באַקומען אידן אַ חתימה וגמר חתימה טובה לשנה טובה ומתוקה, עס זאָל זיין אַ גוטער און זיסער יאָר אין אַלע הינזיכטן בגשמיות וברוחניות.

און דאָס איז אויך דער ענין פון חג הסוכות וואָס קומט גלייך דערנאָך: דעמולט איז די אַנטפּלעקונג, און די (חגיגה) פייערונג וואָס מ'לויבט דעם אויבערשטן אויף דער חתימה וגמר חתימה טובה לשנה טובה ומתוקה וואָס מ'האָט באַקומען ביוהכ"פד.

און דאָס איז דער טעם פאַרוואָס דוקא חג הסוכות ווערט אָנגערופן „זמן שמחתנו", אַז דעמולט איז די שמחה גרעסער פון אַלע ימים טובים: וויבאַלד אַז די שמחה פון חג הסוכות איז די אַנטפּלעקונג און די פייערונג פון דער חתימה וגמר חתימה טובה לשנה טובה ומתוקה וואָס מ'האָט באַקומען ביוהכ"פ — על כל השנה כולה, עס קומט אויס, אַז די שמחה פון אַלע ימים טובים פון דעם יאָר ווערט נמשך פון חג הסוכות.

דערצו קומט צו אַ תוספת ברכה (אין דער ברכה פון לשנה טובה ומתוקה וואָס ווערט נמשך ביוהכ"פ און ווערט נתגלה בחגה"ס) ווען אידן קלייבן זיך צוזאַמען בחגה"ס, ובפרט אויב אַ טייל, רוב אָדער אַלע פון זיי זיינען אורחים:

590בשעת אידן זיינען מכניסי אורח [ובפרט אַן אורח וואָס איז זיך משתדל בהכנסת אורחים], ער שטעלט אים צו אַז אים זאָל זיין גוט אין אַלע ענינים אין גשמיות און רוחניות — זאָגן אויף דעם חז"לה „גדולה הכנסת אורחין מהקבלת פני שכינה" — הכנסת אורחים טוט אויף מער אפילו פון ווען מ'איז מקבל דעם אויבערשטן אַליין,

וואָרום באַ דעם אויבערשטן איז טייער און ער האָט ליב און האָט שמחה און תענוג בשעת ער זעט אַז אידן זיינען צוזאַמען און זיי האָבן ליב איינער דעם צווייטן אין אַן אופן פון „ואהבת לרעך כמוך"ו, ביז אַז די אהבת ישראל קומט אַראָפּ אויך — אין הכנסת אורחים בפשטות.

וואָס דאָס איז נאָכמער מוסיף אין ברכת ה' (וואָס ער האָט געגעבן ביוהכ"פ און וואָס קומט און שטייט בגלוי בחגה"ס) אויף אַ לשנה טובה ומתוקה, אַז עס זאָל זיין גוט און זיס אין אַלע הינזיכטן בכל השנה כולה, און ער שטעלט צו אַלץ וואָס אידן דאַרף'ן האָבן בכל השנה כולה בפרטיות, ובכלל אַ שנה טובה ומתוקה, גוטסקייט און זיסקייט

וואָס ווערט נמשך על כל השנה כולה,

און וויבאַלד אַז באַ אידן איז דאָ אהבת ישראל אמיתית, „ואהבת לרעך כמוך" — גיט אַ איד פון אַלץ וואָס ער האָט בחגה"ס צו אַ צווייטן אידן (דורך הכנסת אורחים כו'), אַזוי אויך גיט ער פון די גוטס און זיסקייט וואָס איז צו אים ומשפחתו נמשך געוואָרן צו אַנדערע אידן בכל השנה כולה, אַז באַ זיי זאָל אויך זיין גוט און זיס,

און דאָס איז נאָכמער מוסיף בברכתו של הקב"ה יעדער טאָג פון יאָר — עס זאָל זיין אַ טאָג פון אַ שנה טובה ומתוקה,

ביז אַז עס ווערט נמשך דער גוט (טוב) האמיתי — די גאולה האמיתית והשלימה ע"י משיח צדקנו,

און נאָך פאַר דעם — איז שלום און אחדות באַ אידן אין אַלע הינזיכטן,

און דאָס וועט זיין אַ הכנה קרובה אַז משיח צדקנו זאָל קומען בקרוב ממש און ער קומט און נעמט יעדער אידן, „בנערינו בזקנינו גו' בבנינו ובבנותינו"ז, אַלט און יונג, ביז גאָר קליינע קינדער, אין ארץ ישראל, בגאולה האמיתית והשלימה,

און צוזאַמען מיט משיח'ן וועט מען מקיים זיין אַלע מצוות, כולל אויך די מצוות וועלכע זיינען פאַרבונדן מיט יו"ט הכנסת אורחים וכו', הפצת היהדות בכלל, און הפצת המעינות במיוחד,

און מ'טוט אין דערויף נאָך פאַר ביאת משיח צדקנו, ומתוך שמחה וטוב לבב.

דער אויבערשטער זאָל געבן אַז כאו"א זאָל האָבן פרנסה בהרחבה ומתוך בריאות הנכונה (גוטן געזונט), און האָבן נחת פון קינדער און פון קינדס קינדער,

591און דאָס אַלץ גיט דער אויבערשטער גאָר אין־גיכן און אין אַן אופן למעלה ממדידה,

און מ'גייט מקבל זיין פני משיח צדקנו, במהרה בימינו ממש.

אמן כן יהי רצון.

אַ פרייליכן יום טוב.

סוף ההקדמ* . מא, ב. ד' טפחים, כצ"ל. ובהביאור כמה נדחק כו'. הנוסחא ד' טפחים ומשהו — כן הוא בסי' האריז"ל להר"ש מרשקוב. וראה ג"כ פע"ח שער חה"ס פ"ג. ובשער הכוונות ענין סוכות ד"ד — בענין פס ד' טפחים.

דרך אגב במש"כ שם (בביאור) על מה דאיתא בסי' האריז"ל שאור בכזית כו' — יעוין בשער הכולל (על הסידור — לאאזמו"ר הרא"ד לאוואט) שער מח ס"ב (ושם הביא גם משו"ת השיב משה. והוא בחאו"ח סט"ז תשובה להחת"ס).

(ממכתב ט שבט, תשי"ח)

592וואָס איר בריינגט אין אייער בריף, אַז עס זיינען פראַן רבנים וועלכע נעמען אתרוגים פון אַנדערע ערטער, — איז מיר אויך אַ וואונדער אויף דער קשיא, וואָרום עס זיינען דאָך פראַן פילע ענינים וואָס קהלות זיינען פאַרשידען איינע פון די אַנדערע לויט דעם פסק דין פון זייערע גדולים, חאָטש אַלע נעמען אָן אין דער פולסטער מאָס תורת משה ומצותי' (פאַרשטענדליך, אַז דאָ רעט זיך וועגען אמת'ע גדולים ומנהיגי ישראל, און ניט וועגען אַזעלכע וואָס זייער אויטאָריטעט איז צוליב געלט און ענליכע טעמים), אָבער אין פרטי דינים, אַזוי ווי עס איז געווען נאָך בזמן המשנה והגמרא, פלוגתות בית שמאי ובית הלל, אַזוי איז מעגליך אויך אין די שפּעטערדיקע דורות, אָבער פאַרשטענדליך אַז ניט אין די דינים וועלכע זיינען אָנגענומען געוואָרען אין שולחן ערוך פון כלל ישראל.

איך מוז נאָך צוגעבען, אַז מער פון אַלץ וואונדערט מיר, ליינענדיק אייער בריף, אַז איר פאַרבינדט אייער פראַגע אין דעם — מיט העלפען ארץ ישראל, חאָטש עס האָט קיין שייכות און צוזאַמענהאַנג, וואָרום אַן אתרוג דאַרפמען נעמען וויילע אַזוי האָט אָנגעזאָגט השם יתברך, און עס דאַרף זיין אַ אתרוג אַזאַ וואָס די תורה זאָגט אויף עם אַז דאָס איז אַ אתרוג, און די גדולי ישראל וועלכע האָבען אָנגענומען אַז אַ אתרוג המורכב איז פסול על פי תורה, איז קיין חילוק ניט אין וואָס פאַר אַ מדינה ער זאָל ניט וואַקסען, און מיט דעם וואָס ער וואַקסט אין ארץ ישראל, גיט דאָס גאָרניט צו אַז דורך דעם זאָלן האָבען מקיים געווען די מצות אתרוג לויט די וועלכע האָבען אַנגענומען דעם דין אַז אתרוג המורכב איז פסול, און עס איז אַ ברכה לבטלה. און ניט מיט די געלטער, און ספּעציעל אַ לאַנד וועלכע רופט זיך ארץ הקדושה, שפירושו כפשוטו, אַז דאָס איז אַ לאַנד וואָס אַלע אירע ענינים דאַרף זיין קדושים, און ווי דער אויסשפּראַך פון תורה, ארץ אשר עיני ה' אלקיך בה מראשית השנה ועד אחרית שנה, קען מען העלפען דער לאַנד. און דער אמת'ער אמת איז — אַז נאָר מיט גיין בדרך התורה ומצוה, קענען אידען געהאָלפען ווערען, און מקרב זיין די גאולה. אַזוי ווי דער גלות איז געקומען נאָר צוליב חטאינו, ווי מיר זאָגען דאָס אין דאַוונען ומפני חטאינו וכו' — אַזוי אויך די גאולה וועט קומען דורך תשובה אויף די חטאים ועוונות, ווי דער פסק הגמרא ופוסקים בכמה מקומות — וואָס דענסטמאָל וועט השי"ת שיקען אונז משיח צדקנו, און ער וועט מקבץ זיין גליות און וועט אונז בריינגען צו דער גאולה האמיתית והשלימה. און דעריבער — יעדער איד וואָס וויל באמת טאָן וואָס אויף צו מקרב זיין די גאולה און פאַרקירצען דעם גלות, איז אַלס ערשטע דאַרפמען טאָן אַלץ וואָס מען קען נאָר, אַז דער קיום התורה ומצותי' צווישען אידען, זאָל זיין אַלץ מער און גרעסער, און אַלע זאַכען וועלכע זיינען געגען דעם — דאַרפען קעמפען געגען זיי מיט אַלע מעגליכקייטן. און השם יתברך זאָל העלפען, אַז איר זאָלט טאָן אייער חלק אין דעם אין דער פולסטער מאָס.

(ממכתב י"ב מ"ח, תשי"ח)

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-xsjvndre

Copies

Recent activity

#196 Likkutei Sichos vol 24: machine reading · approved
#140 Likkutei Sichos vol 24: machine reading · closed

Sources