עברית
Library

Likkutei Sichos

Addenda - sichos 3

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

280שיחה לילדי מחנה קיץ "גן ישראל" שיחיו

— בבית הכנסת, אחרי תפלת מנחה —

יום ב' פ' תצא, ד' אלול ה'תשל"ט.

א. [אמרו את הי"ב פסוקים ומאמרי רז"ל1)].

ב. מען טרעפט זיך יעדער יאָר צום סיום פון דעם זיין אין דעם מחנה קיץ „גן ישראל" —

און די כוונה דערביי איז אויך — צו כולל זיין (איינשליסן) אין דעם די אַלע וועלכע געפינען זיך אין מחנות קיץ „גן ישראל" אין פאַרשידענע מדינות און ערטער — דורך דעם וואָס מ'האָט זיי אין זינען באַ דעם צוזאַמענקלייבן זיך.

און ווי די מחנכים פון דער מחנה האָבן פריער דערמאָנט (בשם דער גאַנצער הנהלה) אַז בשעת אַלע געדיינקען2) אַן ענין אין תורה וואָס מ'האָט געלערנט בעל־פה (אויסנווייניק) — פאַראייניקט די תורה3) אַלעמען צוזאַמען, ביז אַז זיי ווערן איין זאַך.

ד.ה. אַז ניט קוקנדיק אויף דעם אונטערשייד און אויף דער ווייטקייט, וואָס מ'איז ווייט איינער פון דעם צווייטן אין מקום — איז מען אָבער פאַראיינציקט אַלע צוזאַמען.

וואָרום דער אונטערשייד פון מקום איז נאָר לגבי דעם גוף, אָבער לגבי דער נשמה, וואָס זי איז העכער פון (זמן און)

1) נדפסו בחוברת „י"ב פסוקים ומאמרי רז"ל" (ברוקלין, תשל"ו).

2) ראה לקו"ת ס"פ קדושים ד"ה והדרת.

3) „תורה אחת", שניתנה מ"ה' אחד", ל"גוי אחד". מקום — האָט אויף איר ניט קיין (עיקר'דיקע) ווירקונג דער אונטערשייד פון (זמן און) מקום.

דערפון איז פאַרשטאַנדיק, אַז ווען מ'פאַרבינדט זיך מיט תורהד, וואָס דורך דערויף באַווייזט מען אַז די „נשמה" איז דער „עיקר" און דער „גוף" איז אַ „טפל" — איז מען פאַראיינציקט אַלע צוזאַמען (ניט קוקנדיק אויפן אונטערשייד פון מקום)ה.

און ווי דער אַלטער רבי ערקלערטו אַז בשעת די „נשמה" איז דער „עיקר" און דער „גוף" איז אַ „טפל", קען זיין דער ענין פון „ואהבת לרעך כמוך"ז (וואָס מ'האָט ערשט דערמאָנט אין די י"ב פסוקים ומאמרז"ל) מיט אַן אמתח — וויבאַלד אַז די נשמות פון אַלע אידן (וואָס באַ יעדערן איז די „נשמה" דער „עיקר") זיינען פאַראיינציקט דורך דעם אויבערשטן, וואָס ער איז „אב אחד לכולנה".

ועד"ז איז פאַרשטאַנדיק אַז מ'ווערט פאַראיינציקט מיט די אַלע וואָס געפינען זיך אין אַלע מחנות קיץ „גן ישראל" אין אַלע ערטער — אויך אַז צו281זיי וועט אויך דערגרייכן און אויף זיי וועט אויך האָבן אַ ווירקונג דאָס וואָס מ'האָט דאָ גערעדט פריער, וואָס מ'וועט רעדן איצטער, און דאָס וואָס מ'וועט רעדן שפּעטער.

ג. און דורך דעם וועט מען זיין „כולנו כאחד" — אַלע צוזאַמען ווי איין זאַך,

וואָס דאָס וועט נאָכמער פאַרגרעסערן דעם „ברכנו אבינו" — אַז דעם אויבערשטנ'ס ברכות זאָלן זיין אין אַ נאָך גרעסערער מאָס ווי זיי וואָלטן געווען בלאה"כ (אָן דעם).

וואָרום אַזוי ווי יעדער איד איז דאָך „נצר מטעי מעשה ידי להתפאר"ט (ווי מ'האָט ערשט דערמאָנט אין די י"ב פסוקים ומאמרז"ל), דער אויבערשטער באַרימט זיך און באַשיינט זיך מיט יעדער אידן — איז דאָך פאַרשטאַנדיק אַז דער אויבערשטער בענטשט יעדער אידן און אַלע אידן, בכל עת ובכל רגע —

קומט נאָך צו אין דערויף דער „ברכנו אבינו (דערפאַר וואָס) כולנו כאחד" — אַז דעם אויבערשטנ'ס ברכות ווערן נאָכמער פאַרגרעסערט.

ד. און די ברכות פון דעם אויבערשטן וועלן נמשך ווערן אין אַן אופן אַז „צייט" האָט אויף דערויף ניט קיין ווירקונגי (ווי געזאָגט פריער (ס"ב)) —

אַז די ברכות והשפעות וועלן האָבן אַ ווירקונג אויפן גאַנצן יאָר, שנת תשל"ט,

און וועלן אויך האָבן אַ ווירקונג אויפן קומענדיקן יאָר — ווי רבותינו נשיאינו האָבן ערקלערט פילע מאָל אַז חודש אלול איז דער חודש אין וועלכן מ'גרייט זיך צו צום קומענדיקן יאָריא, אַז ער זאָל זיין אַ געבענטשטער יאָר און אַ אידישער יאָר.

ד.ה. אַז די צוגרייטונג פון דעם „כולנו כאחד" וועט אויפטאָן דעם „ברכנו אבינו" סיי אויף היינטיקן יאָר, און סיי אויפן יאָר וואָס הויבט זיך אָן פון ראש השנה הבא עלינו ועל כל ישראל לטובה ולברכה.

ה. דערפון איז פאַרשטאַנדיק, אַז דאָס וואָס מ'האָט גערעדט באַ דעם סיום פון מחנה „גן ישראל" פאַראַיאָרן (אויך אין חודש אלול)יב, האָט אויך אַ ווירקונג אויפן סיום פון מחנה „גן ישראל" פון היינטיקן יאָר, און אויך אויף די קומענדיקע יאָרן —

וואָס דערפאַר וועט מען ניט איבער'חזר'ן נאָכאַמאָל דאָס וואָס מ'האָט גערעדט פאַראַיאָרן [נאָר — אויף צו פאַרשטאַרקן דעם זכרון, אַז מ'זאָל געדיינקען דאָס וואָס עס האָט זיך דעמולט גערעדט — וועט מען געבן יעדערן די חוברת („פּאַמפלעט") וואו דאָס איז געדרוקט געוואָרן], נאָר מ'וועט מוסיף זיין נאָך עטליכע ענינים,

וואָרום ס'איז דאָ דער אָנזאָג פון „מעלין בקודש"יג — אַז בשעת מ'ווערט עלטער, דאַרף צוקומען ניט נאָר אין די ענינים וואָס זיינען פאַרבונדן מיטן גוף,282נאָר דער עיקר איז גאָר אַז ס'זאָל צוקומען אין די ענינים וואָס זיינען פאַרבונדן מיט דער נשמה, און דורך דערויף וועט אויך צוקומען אין די ענינים וואָס זיינען פאַרבונדן מיטן גוף —

ווי מ'האָט אויך געשריבן אין דעם בריוויד (וועלכן מ'האָט פריער דערמאָנטטו) ווי די נשמה מיטן גוף זיינען פאַרבונדן איינע מיט די צווייטע, און ביי אַ אידן איז די „נשמה" דער „עיקר".

ו. און דאָס געזאָגטע פריער אַז די אַלע ענינים וועגן וועלכע מ'האָט גערעדט פאַראַיאָרן זיינען גילטיק אויך איצטער — איז די כוונה בזה, אַז ס'זאָל אַראָפּקומען אין מעשה בפועל (וואָס „המעשה הוא העיקר"טז), אַז ס'זאָל ווירקן אויף אייער טאָג טעגליכע אויפפירונג אין מעשה בפועל.

און דורך אייך — זאָל דאָס אויך ווירקן אויף אַלע אידישע קינדער, אַזוי אַז ס'זאָל זיין דער „כולנו (ממש) כאחד" —

דורך דערויף וואָס מ'נעמט אַריין אין דערויף אַלע קינדער וואָס געפינען זיך אין מחנות „גן ישראל" אין אַלע ערטער, און דורך זיי נעמט מען אַריין יעדן אידיש קינד און אַלע אידישע קינדער,

און דורך די קינדער האָט דאָס אַ ווירקונג אויך אויף זייערע עלטערןיז און משפחות — וואָס דעמולט ווערט דער „כולנו כאחד" אין דער פולסטער מאָס.

און דאָס ברענגט אויך דעם „ברכנו אבינו" — אַז דעם אויבערשטנ'ס ברכות זאָלן אויך אַראָפּקומען אין דער פולסטער מאָס.

ז. די אָפּלערנונג פון איצטיגן חודשיח:

יעדן טאָג פון די טעג פון חודש אלוליט זאָגט מען צוויי מאָל [סיי אין תפלת שחרית, ווען מ'הויבט אָן דעם טאָג, און סיי אין תפלת מנחה, ווען מ'שליסט אָפּ דעם טאָגכ] דעם מזמורכא „לדוד ה' אורי וישעי וגו'"כב, וואָס דאָס איז אַ תפלה וואָס דוד המלך (נעים זמירות ישראלכג) האָט געזאָגט אין דעם נאָמען פון יעדער אידן במשך פון אַלע דורות און אין אַלע ערטער.

וואָס די תפלה הויבט זיך אָן מיט „ה' אורי וישעי" — אַז דער אויבערשטער באַלייכט דעם טאָג טעגליכן לעבן פון יעדער אידן („אורי")כד, און העלפט אים אַרויס („ישעי") אַז ער זאָל קענען איינאָרדענען זיין לעבן ווי עס דאַרף צו זיין283(ניט קוקנדיק אויף דערויף וואָס אַמאָל איז עס ניט אַזוי לייכט)כה,

און דערנאָך איז מען ממשיך אין דער תפלה — „לחזות בנועם ה' ולבקר בהיכלו"כו — אַז מ'זאָל זען די זיסקייט און גוטסקייט פון ג־טליכקייט, ביז אַז מ'זאָל פילן אַז מ'באַזוכט דעם אויבערשטן אין זיין היכל,

ביז צום סיום המזמור — „קוה אל ה'"כז — אַז אויך אין די צייטן און רגעים וואָס מ'טראַכט וועגן אַנדערע זאַכן, זאָל שטענדיק זיין דער „קוה אל ה'", אַז מ'האָפט צום אויבערשטן און מ'פאַרלאָזט זיך אויפן אויבערשטן אַז ער וועט זיין „אורי וישעי" — די ליכטיקייט און די הילף אין דעם טאָג טעגליכן לעבן, יעדער טאָג, אַלע טעג און אַלע יאָרן,

אַז די ברכות און די הילף פון דעם אויבערשטן, וועלן נמשך ווערן במשך פון דעם גאַנצן לעבן פון יעדן אידן.

ח. און דעמולט טוט ער זיין עבודה בשמחהכח, וואָרום ער ווייסט אַז „ה' אורי וישעי" — אַז דער אויבערשטער לייכט אים און העלפט אים אין דעם טאָג טעגליכן לעבן.

ובפרט ווען ער באַטראַכט זיך אַז „בראשית ברא אלקים את השמים ואת הארץ"כט (ווי מ'האָט ערשט געזאָגט אין די י"ב פסוקים ומאמרז"ל), אַז דער אויבערשטער האָט באַשאַפן די הימלען און די ערד און אַלץ וואָס עס געפינט זיך אין זייל — איז דאָך פאַרשטאַנדיק אַז ער איז דער בעה"ב וואָס פירט אָן מיט זיי,

און דערפאַר איז „ישמח ישראל בעושיו"לא (ווי מ'האָט ערשט געזאָגט אין די י"ב פסוקים ומאמרז"ללב) — אידן פרייען זיך מיטן אויבערשטן, וואָס ער האָט זיי באַשאַפן, און האָט באַשאַפן „את השמים ואת הארץ",

און דעמולט ווערט אויך „ישמח ה' במעשיו"לג — אַז דער אויבערשטער פריידט זיך מיט די זאַכן וועלכע ער האָט באַשאַפן — מיט אידן, און אויך מיט שמים וארץ.

און וויבאַלד אַז דער אויבערשטער איז בשמחה, איז פאַרשטאַנדיק, אַז עס קומט צו אַ הוספה, אין דעם אויבערשטנ'ס ברכות, און די ברכות קומען אַראָפּ אין אַן אופן פון שמחה.

ט. און מ'גרייט זיך צו אַ פריילעכן יאָר — אָנהויבנדיק פון די לעצטע טעג פון דעם יאָר וואָס גייט אַוועק (די טעג פון חודש אלול), און דערנאָך ווערט דאָס נמשך אויף און אין אַלע טעג פון דעם קומענדיקן יאָר.

ובפרט אַז דער קומענדיקער יאָר (צו וועלכן מ'גרייט זיך) איז די שנה284השביעית, שנת השמיטה, וואָס זי ווערט אָנגערופן „שבת לה'"לד:

דעמולט שטייט אַ איד אין אַ מעמד ומצב וועלכער איז אַזוי ווי אין דעם שבת'דיקן טאָגלה — ער איז באַפרייט פון אַלע וואָכעדיקע זאַכןלו, און ביי אים ווערט דער מצב פון שבת, „וקראת לשבת עונג"לז, ער פאַרנעמט זיך, ער האָט נאָר פאַרגעניגענדיקע זאַכן — זאַכן וואָס זיינען פאַרבונדן מיטן אויבערשטן, מיט זיין תורה, און מיט אידישקייטלח.

און די צוגרייטונגען דערצו הויבן זיך שוין אָן פון חודש אלוללט — דורך דערויף וואָס יעדערער פון אייך וועט באַשליסן אַז ער דאַרף זיך פירן ווי געזאָגט פריער (כולל — דאָס געזאָגטע אין דער חוברת תשל"ח, כנ"ל), און וועט משפיע זיין אויף די אַלע וואָס געפינען זיך אַרום אים, אַז זיי זאָלן זיך אויך פירן אין דעם אופן.

יו"ד. די אָפּלערנונג פון היינטיקען טאָג:

מ'האָט גערעדט פילע מאָל אַז פון דעם טעגליכן שיעור חומש דאַרף מען אַרויסנעמען אַן אָנווייזונג אין דעם טאָג טעגליכן לעבןמ:

אין דעם שיעור חומש פון יום שני פון פ' כי תצא, זיינען דאָ כמה פסוקים און דינים וועלכע זיינען מדגיש דעם ענין פון „אהבת ישראל":

„לא תראה את שור אחיך גו' נדחים והתעלמת מהם השב תשיבם לאחיך"מא — בשעת ער דערזעט אַז אַ צווייטער איד האָט עפּעס פאַרלאָרן, טאָר ניט זיין דער „והתעלמת מהם", נאָר „השב תשיבם לאחיך".

און נאָכמער: אפילו „אם לא קרוב אחיך אליך ולא ידעתו"מב, יענער איז ניט לעבן אים, ער קען אים גאָר ניט — זאָגט מען אים אָן, אַז וויבאַלד צו אים איז דערגאַנגען אַ ידיעה אַז יענער האָט עפּעס פאַרלאָרן, איז „ואספתו אל תוך ביתך והי' עמך עד דרוש אחיך אותו והשבותו לו"מב, און „לא תוכל להתעלם"מג — דו טאָרסט זיך ניט באַהאַלטן און ניט העלפן אַ צווייטן אידן!

יא. אין דעם איז אויך דאָ דער פנימיות'דיקער (נשמה'דיקער) אָפּטייטש:

ווען עס רעדט זיך וועגן אידן, כולל — אידישע קינדער, אַז זיי דערהערן אַז ס'איז דאָ אַן איד, אַן אידיש קינד וואָס האָט עפּעס פאַרלאָרןמד, ביי אים פעלט285נאָך אין זיין הנהגה אַז זיין טאָג טעגליכער לעבן זאָל זיין אַ אידישער לעבן —

דערציילט מען אים — „לא תוכל להתעלם": זייענדיג אַ איד וועסט דו ניט קענען זיך באַהאַלטן און ניט העלפן דעם צווייטן אידן (דאָס איז קעגען דער נאַטור פון אַן אידן), אפילו ווען עס רעדט זיך וועגן אַ אידן וואָס „לא קרוב גו' ולא ידעתו"מה — נאָר „ואספתו אל תוך ביתך והי' עמך עד דרוש אחיך אותו והשבותו לו", אַז ער וועט אים אומקערן דאָס וואָס ער האָט (אויף אַ קורצע וויילע) פאַרלאָרן, ביז אַז (דרוש אחיך — ער וועט פאָדערן זיין אבדה) זיין הנהגה וועט זיין אין אַזאַ אופן אַז ביי אים וועט מען זען בגלוי אַז ער איז „נצר מטעי מעשה ידי להתפאר".

יב. און דורך דעם ווערט „כולנו כאחד" ניט נאָר מצד דער נשמה, נאָר אויך מצד הגוף — וויבאַלד אַז מ'פועל'ט אויף יעדער אידן אַז זיין הנהגה זאָל זיין ווי עס דאַרף צו זיין.

און דאָס פאַרגרעסערט נאָכמער דעם אויבערשטנ'ס ברכות — „ברכנו אבינו כולנו כאחד",

ביז צו דער הויפּט־ברכה — אַז די נשמה מיטן גוף וועלן אַרויסגענומען ווערן פון גלות, דורך משיח צדקנו,

וועלכער „ילחם מלחמות ה' וינצח"מו — ער וועט פירן אידישע מלחמות, וואָס זיי זיינען דעם אויבערשטנ'ס מלחמות, און דורך דעם אויבערשטנ'ס הילף וועט זיין „וינצח", ער וועט האָבן אַ פולן נצחון,

ובקרוב ממש וועט זיין די גאולה האמיתית והשלימה, דורך משיח צדקנו — עס וועט זיין אַ שנת גאולה, ביז אין איינפאַכסטן זין — גאולה ממש.

יג. אַזוי ווי דערוויילע געפינט מען זיך נאָך אין גלות, אין דעם חושך כפול ומכופל פון גלות, אפילו נאָך פאַר „אתחלתא דגאולה"מז —

איז פאַרשטאַנדיק, אַז ס'איז דאָ דער יצר וואָס וויל שטערן, ח"ו, אַז ס'זאָל ניט זיין „כולנו כאחד":

ער שטעלט זיך אַנטקעגן „שלימות העם", די גאַנצקייט פון דעם אידישן פאָלק, אַז קיין איין און איינציקער איד זאָל ניט פעלן,

דורך דעם וואָס ער שטעלט זיך אַנטקעגן „שלימות התורה" — אַז יעדער איד און אַלע אידן, ובפרט אידישע קינדער, זאָלן לעבן לויט דער פולקאָמענהייט און גאַנצקייט פון תורה,

און ער שטעלט זיך אויך אַנטקעגן און וויל אָנרירן „שלימות הארץ", די גאַנצקייט פון אונזער הייליקע לאַנד —

און דורך דעם אַלעם וויל ער פאַרליינגערן דעם גלות, היל"ת!

עס זיינען דאָ אידן וואָס האָבן אַ ביטערן טעות, און רעכענען אַז מען קען אָנרירן ח"ו די גאַנצקייט פון ארץ ישראל!

286כאָטש אַז דאָס איז דער היפך (אין פולסטן געגנזאַץ) פון אַן אָפענעם און אַ קלאָרן דין אין שו"ע הל' שבת סימן שכ"ט!

— לויט ווי מ'האָט דערמאָנט פריער (ס"ט) אַז מ'גרייט זיך צו אַ יאָר וואָס איז „שבת לה'" (אינגאַנצן שבת'דיק) — איז נאָכמער וויכטיק צו אונטערשטרייכן די הלכות וואָס זיינען פאַרבונדן מיט שבת,

ובפרט די הלכות וואָס זיינען פאַרבונדן מיט פקוח נפשות, „שלימות העם" — מ'זאָל פאַרהיטן אַ סכנה און פקו"נ פון יעדן איינציקן אידן, ועאכו"כ ווען עס רעדט זיך וועגן אַ סכנה און פקו"נ פון מערערע אידן, היל"ת.

און פונדעסטוועגן זיינען דאָ אַזוינע וואָס האָבן פאַרשידענע ניט־ריכטיקע נטוהדיקע

מ'דאַרף אָנרירן „שלימות הארץ",

דורך דערויף וואָס מ'רירט אָן אין „שלימות התורה", די גאַנצקייט פון יעדער דין אין תורה (עאכו"כ אַ דין וואָס איז פאַרבונדן מיט פקו"נ), וואָס אין דערויף היינגט אָפּ די שלימות פון אַלע דינים פון תורה,

וואָס דאָס איז אויך פאַרבונדן מיט „שלימות העם", וויבאַלד אַז עס רעדט זיך וועגן פקו"נ.

יד. און דערפאַר בשעת עס קלייבן זיך צוזאַמען אידן, ובפרט אידישע קינדער וואָס זיינען פאַר בר־מצוה, וואָס זייער „הבל" איז „הבל שאין בו חטא"מח,

און מ'קלייבט זיך צוזאַמען אין אַ מקום קדושמט, אַ בית־הכנסת און אַ ביתהמדרשנ, אַן אָרט וואו מ'דאַוונט און מ'לערנט תורהנא,

און זיי זיינען מכריז און ערקלערן בגלוי אַז „עוצו עצה ותופר דברו דבר ולא יקום כי עמנו א־נב

די אַלע עצות וואָס זיינען אַנטקעגן דעם פס"ד אין שו"ע הל' שבת (ועד"ז די אַלע עצות אַנטקעגן אַנדערע פסקי דינים) וועלן זיכער בטל ווערן און ניט האָבן קיין קיום,

וואָרום „כי עמנו א־ל" — אַזוי האָט דער אויבערשטער אָפּגע'פּסק'נט אין תורה, און האָט געהייסן אַז מ'זאָל דאָס מפרסם זיין,

ער האָט אויך ערקלערט אין תורה אַז ווען עס רעדט זיך וועגן פקו"נ טאָר מען ניט שווייגן, און מ'טאָר ניט וואַרטן ביז מ'וועט קומען פרעגן דעם דיןנג, נאָר מ'דאַרף גיין און מכריז זיין אַז מ'טאָר ניט אָפּגעבן קיין זאַך וואָס קען אָנרירן ח"ו פקו"נ פון אידן!

האָבן אידישע קינדער אַ ספּעציעלן כח צו אויפטאָןנד אַז דאָס זאָל מקוים ווערן בקרוב ממש און בעגלא דידן (גאָר אינגיכן) —

אַז מ'וועט זען ווי אַזוי עס ווערן בטל אַלע עצות און רייד וואָס ווילן אָנרירן „שלימות הארץ" — דורך דעם וואָס287מ'גיט עפּעס אָפּ צו אַ ניט־אידן; דאָס וואָס מ'וויל אָנרירן „שלימות העם" — דורך דעם ענין פון „מיהו יהודי"; און דאָס וואָס מ'וויל אָנרירן „שלימות התורה" — דורך פאַרשידענע ניטתורה'דיקע צוגאַנגען, וואָס מ'וויל אימעצן איינרעדן אַז דאָס מיינט תורה, וויסנדיק אַז דאָס איז היפך התורה.

איז ווען אידישע קינדער זיינען מכריז אַז „עוצו עצה ותופר דברו דבר ולא יקום כי עמנו א־", ובפרט אַז זיי זיינען דאָס מכריז אין בית־הכנסת און ביתהמדרש, און זיינען דאָס מכריז נאָכן דאַוונען און נאָכן זאָגן פסוקים און מאמרז"ל (לימוד התורה) —

היילט דאָס צו דעם אויבערשטנ'ס הבטחה אַז „(עוצו עצה) ותופר", אַז די אַלע עצות וועלן בטל ווערן, און אין אַן אופן פון „ותופר", אַז זיי וועלן בטל ווערן מעיקראנה,

און ס'וועט זיין דער „ילחם מלחמות ה' וינצח": דעם אויבערשטנ'ס שו"ע, כולל סימן שכ"ט פון הל' שבת, וועט מנצח זיין.

ביז אַז אַלע פעלקער וואָס זיינען אַרום אידן וועלן מודה זיין אַז עס דאַרף ניט זיין קיין מלחמה, עס וועט זיין „ונתתי שלום בארץ"נו, דערפאַר וואָס מ'גייט אויפן וועג וואָס פירט צו שלום —

דורך „ואולך אתכם קוממיות"נז — אַז מ'האַלט זיך שטאַרק און פעסטנח באַ תורה, וואָס תורה האָט געזאָגט אַז דער אויבערשטער האָט אָפּגעגעבן ארץ ישראל צו יעדער אידן און צו אַלע אידן עד סוף כל הדורות,

און אַז ארץ ישראל איז אַן „ארץ חמדה"נט — ס'איז אַ טייערע לאַנד, אַ לאַנד וואָס דער אויבערשטער גלוסט צו איר,

ועד"ז איז אויך ביי אידן — מ'קען זיך ניט באַגנוגענען ח"ו דערמיט וואָס מ'געפינט זיך אין גלות און מ'האָט אַנדערע ברכות (אפילו גאָר גרויסע) פון דעם אויבערשטן, נאָר ווי יעדער איד און אַלע אידן בעטן דעם אויבערשטן אין דאַוונען דריי מאָל אַ טאָג, יעדער טאָג — „ותחזינה עינינו בשובך לציון ברחמים", אַז מ'האָפט יעדן טאָג אַז אָט קומט די גאולה דורך „מלך המשיח",

וואָס דעמולט וועט מען האָבן גאַנץ א"י בתכליתס, „שלימות הארץ", און מ'וועט לערנען תורה בשלימותסא, מיט אַ טיפערן פאַרשטאַנד און אַ טיפערע אמת'קייטסב, אמת לאמיתו, „שלימות התורה"סג, און מ'וועט אויך האָבן288„שלימות (כולל עשרת השבטים) העם"סד.

טו. און דערפאַר — (בהמשך צום געזאָגטן) — איז צוגעפּאַסט אַז מ'זאָל זינגען נאָכאַמאָלסה דעם פסוק „עוצו עצה ותופר גו'", און זינגען דאָס בשמחה.

און פאַרבינדן דאָס מיט אַ מעשה בפועל — מען וועט געבן יעדערן צוויי מטבעות (יעדער מטבע פון צעןסו (פרוטות)), על מנת אַז איין מטבע זאָל מען אָפּגעבן אויף צדקה, און די צווייטע מטבע — טאָן מיט איר לויט ווי ביי אים וועט אויסקומען, אין זיין אידישן טאָג טעגליכן לעבן,

און מ'וועט אויך געבן יעדערן די חוברת וואו ס'איז געדרוקט דאָס וואָס מ'האָט גערעדט פאַראַיאָרן, וואָס דאָרטן זיינען געבראַכט כמה דברי תורה.

טז. עס איז אויך כדאי אַז מ'זאָל נאָכאַמאָל באַשליסן (און מקיים זיין בפועל) וועגן דעם וואָס מ'האָט גערעדט בארוכה אין די פריערדיקע יאָרןסז, אַז ס'איז אַ גוטע זאַך און אַ נויטיקע זאַך אַז יעדער אידיש קינד זאָל האָבן אַן אייגענעם סידור, און אַן אייגענע צדקה־פּושקע,

וואָס דורך דערויף וועלן ביי אים זיין די אַלע דריי קוין (זאַכן) — תורה, עבודה, און גמ"ח:

אין דעם סידור זיינען דאָך די תפלות וואָס מ'דאַוונט אין בית־הכנסת — דער ענין פון תפלה, קו העבודהסח, און דאָרטן זיינען דאָ ענינים פון תורה, וואָס מ'לערנט אין בית־המדרש — דער קו פון תורה, צוזאַמען מיט דער צדקהפּושקע וואו ער וועט לייגן אָפט מטבעות אויף צדקה — דער קו פון גמ"ח.

וואָס דאָס זיינען דאָך די דריי זאַכן אויף וועלכע „העולם עומד"סט און „העולם קיים"ע — דורך דערויף האַלט זיך שטאַרק סיי דער „עולם קטן זה האדם"עא, און סיי די גאַנצע וועלט — אַז זי זאָל זיך פירן לויט ווי תורה הייסט אַז מ'זאָל זיך פירן,

כולל — אַז ניט נאָר מ'שטערט ניט אידן אין ענינים פון אידישקייט, נאָר אדרבה, מ'העלפט זיי אין אידישקייטעב,

אַזוי אויך בנוגע צו „שלימות הארץ" — אַז מ'זאָל זיך ניט טשעפּען מיט ארץ ישראל, און ניט מיט אַלע זאַכן וואָס זיינען פאַרבונדן מיט אַן אמת'ן רצון (ארץ) פון אַן אידן (ישראל)עג, אַן אידישער אויפפירונג בכל מקום ומקום.

289ולפועל:

די וואָס האָבן שוין אַ סידור מיט אַ צדקה־פּושקע, זאָלן זיי זען צי דער סידור מיט די צדקה־פּושקע זיינען גאַנץ, און זען צי אין דער צדקה־פּושקע זיינען דאָ מטבעות, און צוגעבן אין דעם,

און די וואָס מאיזה סיבה שתהי' האָבן זיי נאָך ניט אַ סידור און אַ צדקה־פּושקע — זאָלן זיי דאָס באַקומען וואָס פריער.

יז. נאָך דעם וואָס מ'וועט זינגען דעם (ניגון —) פסוק „עוצו עצה ותופר", זאָל מען בלאָזן שופר — לויטן „מנהג ישראל" אַז בכל יום פון חודש אלול איז מען תוקע בשופרעד.

און אע"פ אַז מ'האָט דאָס שוין געטאָן אינדערפרי — קען זיין אַז עס זיינען דאָ אַזוינע וואָס האָבן נאָך היינט ניט געהערט תקיעת שופר.

און אפילו די וואָס האָבן שוין געהערט תקיעת שופר, וועלן זיי הערן נאָכאַמאָל, און דאָס וועט באַ זיי פאַרשטאַרקן דעם ענין וואָס תקיעת שופר טוט אויף — אַז מ'טוט תשובהעה, און אויך — מ'דערמאָנט זיך אויפן שופר פון מ"תעו, וואָס דאָס פאַרשטאַרקט נאָכמער די צוגעבונדנקייט צו תורה ומצוותי'.

און נאָך תקיעת שופר זאָל מען מכריז זיין „לשנה טובה תכתב ותחתם"עז — יעדער איד צוזאַמען מיט אַלע אידן, בתוך כלל ישראל.

און גרייטן זיך צו שנה הבאה, וואָס זי איז „שבת לה'", מתוך שמחה וטוב לבב.

*

יח. ניגנו את הניגון „עוצו עצה ותופר גו' כי עמנו א*) ־

כ"ק אדמו"ר שליט"א נתן להמדריכים שיחיו חוברות דהשיחה ומטבעות, ובקש שיחלקו לכאו"א מהילדים שיחיו: חוברת השיחה (לתלמידי מחנה קיץ „גן ישראל" שיחיו, יום א' פ' שופטים, בדר"ח אלול תשל"ח (בתרגום אנגלי)), שתי מטבעות של עשר סענט: א' לתת לצדקה, והב' — לעשות בה כטוב בעיניהם. וכן עשו.

תקעו — תשר"ת תש"ת תר"ת.

אח"כ אמרו בקול רם „לשנה טובה תכתב ותחתם".

ואח"כ — ע"פ הוראת כ"ק אדמו"ר שליט"א — „לשנה הבאה בירושלים".

טרם צאתו התחיל כ"ק אדמו"ר שליט"א לנגן וכל הנאספים שי' עמו: עוצו עצה ותופר גו' כי עמנו א־

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-7asbshht

Copies

Recent activity

#196 Likkutei Sichos vol 24: machine reading · approved
#140 Likkutei Sichos vol 24: machine reading · closed

Sources