Likkutei Sichos
Addenda - sichos 5
א. [אמרו את הי"ב פסוקים ומאמרי חז"לא].
ב. מ'וועט אָנהויבן מיט אַן ענין אין תורה, און אין תורה גופא — מיט דעם חלק אין תורה וואָס איז במיוחד פאַרבונדן מיט היינטיקן טאָג,
וואָס דאָס איז — דער שיעור חומש פון פרשת השבוע וואָס מ'לערנט היינטיקן טאָג, ווי דער אַלטער רבי
[וואָס זיין יום הולדת (און אויך דער יום הולדת פון דעם בעש"ט) איז דעם קומענדיקן שבת, ח"י אלולב,
וואָס מ'הויבט זיך שוין אָן גרייטן צו דעם שבת (ח"י אלול) פון מיטוואָך אָןג, אָדער נאָך פון פריער — פון דינסטאָג נאָך תפלת מנחה, דעם איצטיקן זמן]
האָט געזאָגט*3 אַז יעדן טאָג פון דער וואָך זאָל מען לערנען דעם שיעור חומש פון פרשת השבוע פון דעם טאָג, זונטאָג — פון אָנהויבס סדרה ביז שני וכו'.
ג. דער שיעור חומש וואָס מ'לערנט היינטיקן טאָג, יום השלישי שהוכפל בו כי טובד, דעם דינסטאָג פון דער וואָך פון פ' תבוא, איז — דער טייל פון דער סדרה פון שלישי ביז רביעי. ישראל" ו"אמונה" שיחיו
הויבט זיך גלייך אָן דער שיעור חומשה, אַז דער אויבערשטער האָט איבערגעגעבן צו די אידן דורך משה רבינו
— און דורך משה רבינו איז דאָס דערנאָך אָנגעקומען צו אַלע אידן, אָנהויבנדיק פון די זקנים, צו די רביים און רבנים וואָס זיינען אין יעדער דור און אין יעדער שטאָט, ביז צו כ"ק מו"ח אדמו"ר —
אַז „היום הזה ה' אלקיך מצוך (יעדער איד און אַלע אידן) לעשות את החוקים האלה גו'", מ'זאָל לערנען תורה און מקיים זיין מצוות.
און דאָס איז אָנגעזאָגט געוואָרן מיטן לשון „היום הזה ה' אלקיך מצוך" — ווי רש"י טייטשט אָפּ: „בכל יום יהיו בעיניך חדשים כאילו בו ביום נצטוית עליהם": די ציוויים זיינען ניט נאָר „כחדשים"ו מיט אַ כ"ף הדמיון, כאילו ווי דאָס וואָלט געווען ניי, נאָר — „חדשים", דאָס איז ממש ניי.
ד.ה. אַז „היום הזה", היינט ממש, „ה' אלקיך מצוך לעשות את החוקים האלה גו'", דער אויבערשטער קומט צו יעדער אידן, פון קליין ביז גרויס, און זאָגט אים, און בעט ביי אים און גיט אים כח — ער זאָל אָפּהיטן אַלץ וואָס דער אויבערשטער האָט איבערגעגעבן אין זיין302תורה און דאָס מקיים זיין אין טאָגטעגלעכן לעבן, וויסנדיק אַז ער האָט עס באַקומען פון־אָס־ניי אַלס אַ נייע זאַך דעם טאָג ממש.
ד. דערנאָך איז מען ממשיך אין דעם שיעור חומשז: „את ה' האמרת היום להיות לך לאלקים גו'" און „וה' האמירך היום להיות לו לעם סגולה גו'":
„היום", אין דעם זעלבן טאָג ווי „היום הזה" (וואָרום „האמרת היום" און „האמירך היום" קומט אַלס פאָרזעצונג צו „היום הזה" אין דעם פריערדיקן פסוקח), ד.ה. היינט ממש — קלייבט אויס יעדער איד, נאכאַמאָל פון־דאָס־י ממש („חדשים"), דעם אויבערשטן אַלס „אלקים", אַז ער זאָל זיין זיין ג־ט און זיין אָנפירער („ללכת בדרכיו") אויף אַלע טעג פון דעם יאָר און פון די קומענדיקע יאָרן.
„וה' האמירך היום להיות לו לעם סגולה גו'": „היום", אין דעם טאָג ממש, קלייבט אויס דער אויבערשטער פוןדאָס־ניי ממש („חדשים"), דעם אידישן פאָלק און יעדערן פון דעם אידישן פאָלק, אַז זיי זאָלן זיין אַן „עם סגולה" — אַן אויסגעקליבענער פאָלק פון צווישן אַלע פעלקער,
און „לתהלה ולשם ולתפארת . . עם קדוש לה' אלקיך"ט: אַ פאָלק וואָס איז אָפּגעטיילט און הייליק געמאַכט, און געמאַכט פאַר אַ „תפארת", מ'באַרימט זיך און מ'באַשיינט זיך מיט אים. דער אויבערשטער אַליין זאָגט אַז כל ישראל, יעדער איד, איז „מעשה ידי להתפאר"י (ווי מ'האָט ערשט געזאָגט אין די י"ב פסוקים ומאמרי חז"ל), ער באַרימט זיך און ער שענערט זיך דורך יעדער איד און אַלע אידן.
און ווי געזאָגט, אונטערשטרייכט מען אַז דאָס איז „היום" („את ה' האמרת היום גו'" און „ה' האמירך היום גו'") — דאָס ווערט אויפגעטאָן דעם טאָג ממש, „היום", פון־דאָס־ניי, „חדשים", פּונקט ווי ס'איז געווען דעם ערשטן מאָל באַ מתן תורה בסיני.
ה. דער ענין (וואָס שטייט אין דעם שיעור חומש פון היינטיקן טאָג) פון „את ה' האמרת היום גו'" און „וה' האמירך היום גו'" — איז נאָכמער בהדגשה איצטער, וויבאַלד אַז מ'געפינט זיך אין חודש אלול [וואָס פ' תבוא, כולל די פסוקים „את ה' האמרת היום" און „וה' האמירך היום", לייענט מען אַלעמאָל אין דעם חודש]:
דער אַלטער רבי זאָגטיא אַז אין חודש אלול איז דער אויבערשטער אַזוי ווי אַ מלך וואָס געפינט זיך בשדה, וואָס „אז רשאיןיב כל מי שרוצה לצאת להקביל פניו".
ד.ה. אַז אין חודש אלול דאַרף מען זיך ניט אָנשטריינגען און מאַכן צוגרייטונגען כדי צו טרעפן זיך מיט דעם אויבערשטן (און קרוינען אים אַלס אַ מלך און „אלקים", „להיות לך לאלקים") — וואָרום ער איז ניט אָפּגעשלאָסן באַ זיך אין „היכל מלכותו", און נאָכמער — ער געפינט זיך מיט יעדער איד אין פעלד, אויסער דער הויפּט שטאָט.
303און ווי דער אַלטער רבי שטרייכט אונטער אַז בשעת דער אויבערשטער געפינט זיך (אין חודש אלול) ווי אַ מלך בשדה, איז ער „מקבל את כולם בסבר פנים יפות, ומראה פנים שוחקות לכולם" — ער באַווייזט אידן אַ פריילעכן פנים, און ער נעמט־אויף יעדערן פון זיי מיט אַ לייכטענדן פניםיג און מיט אַ שיינעם פנים, און וואָרט אַז מ'זאָל אים בעטן בקשות, וואָס ער וועט זיי ממלא זיין.
ו. וואָס דערפאַר איז אין חודש אלול נאָכמער בהדגשה דער ענין פון „את ה' האמרת היום להיות לך לאלקים" און „ה' האמירך היום להיות לו לעם סגולה", און — אַז דאָס איז „היום" און „חדשים", דאָס איז ערשט געגעבן געוואָרן צו יעדן אידן פון־דאָס־ניי, צוזאַמען מיט דעם כח אַז מ'זאָל דאָס קענען טאָן.
און אויפטאָן אין אַן אופן פון „לתהלה ולשם ולתפארת", אַז דערנאָך ווערט מען געלויבט און מ'באַקומט אַ גוטן נאָמען און מ'ווערט אַ שיינע זאַך אויף אַלע יאָרן.
ביז „להיות לו לעם סגולה", דער גאַנצער אידישער פאָלק, און יעדער יחיד פון זיי, האנשים והנשים והטףיד, די מאַנסביל און די פרויען, ביז די קינדער אויך די גאָר קליינע קינדער (וואָס ווערן אָנגערופן בשם „טף"טו), ווערן אַ „סגולה", אַן אויסגעקליבענע און טייערע זאַך פון מלך מלכי המלכים הקב"ה.
און אידן טוען דאָס אויף מיט „פנים יפות" און „פנים שוחקות", מיט פריילעכקייט און ליכטיקייט — אַזוי ווי דער מלך איז דעמולטטז.
וואָס דאָס גיט נאָך מער צו אַז מ'זאָל מצליח זיין אין די אַלע זאַכן.
ז. דאָס פריער געזאָגטע קומט אויך אין פאַרבינדונג דערמיט וואָס בכל יום פון חודש אלול ווען דער מלך געפינט זיך בשדה בלאָזט מען שופריז (חוץ פון שבת און ערב ר"ה),
און ווי מ'האָט אויך געבלאָזן דאָ איצטער נאָך דער תפלה [אין צוגאָב צו דעם וואָס מ'האָט געבלאַזן שופר אין אָנהויבס טאָג נאָך תפלת שחרית, וואָס אפשר איז דאָ איימיצער וואָס האָט עס ניט געהערט].
דער טעם וואָס מ'בלאָזט שופר בחודש אלול, איזיח — כמ"שיט „אם יתקע שופר בעיר ועם לא יחרדו", בכדי צו פּועל'ן אויף אידן דעם „יחרדו", יראה, יראת ה' וואָס זיי דאַרפן האָבן,
דער „יחרדו", די יראת ה' (וואָס קומט דורך תק"ש) איז ניט נאָר אַ זאַך פאַר־זיך — נאָר כדי אַז דאָס זאָל דערנאָך ברענגען צו דעם עיקר תכליתכ — צו לערנען תורה און מקיים זיין די מצוות304וואָס שטייען אין תורה, „לעשות את החוקים האלה גו'", ווי געזאָגט פריער (ס"ג).
און וויבאַלד אַז מ'בלאָזט שופר יעדן טאָג פון חודש אלול, כולל אויך היינטיקן טאָג — דערוועקט דאָס „היום הזה" יעדן טאָג פון־דאָס־ניי יראת ה' פון דעם מלך (בשדה), וועלכע ברענגט לימוד תורתו און קיום מצוותיו.
ח. אין דערויף קומט צו נאָך אַ נקודה:
ע"ד ווי דער ערשטער טעם וואָס דער רס"גכא זאָגט אויף תק"ש בראש השנה, אַז דאָס איז ווי מ'פירט זיך אַז בשעת מ'קרוינט אַ מלך בלאָזט מען שופר, מודיע ומפרסם זיין אַז מ'האָט מכתיר געווען דעם מלך, ווי ער איז דאָרטן מבאר בארוכה, און מ'זעט דאָך די שמחהכב פון פאָלק בשעת מ'קרוינט אַ מלך —
עד"ז י"ל אויך בנוגע צו תק"ש פון חודש אלול, כולל אויך תק"ש פון היינט — אַז דאָס איז ניט נאָר צוליב „יחרדו", יראת ה', נאָר אויך — דערוועקן הכתרת המלך,
ובפרט אַז תכלית היראה איז דאָך, כנ"ל, לערנען תורה און מקיים זיין מצוות, כולל דאָס געזאָגטע אין דעם שיעור חומש פון היינטיקן טאָג, די מצוה פון „את ה' האמרת היום להיות לך לאלקים", אַז מ'נעמט אָן דעם אויבערשטן אַלס אַ מלך, „היום הזה", דעם טאָג ממש.
ט. בשעת מ'קרוינט אַ מלך איז דאָך דער מנהג (ווי געבראַכט אויך אין תורהכג), אַז דער מלך גיט מתנות צו די וואָס האָבן אים מכתיר געווען אַלס אַ מלך.
און וויבאַלד „את ה' האמרת היום להיות לך לאלקים", „היום", היינט ממש נעמט מען אָן דעם אויבערשטן אַלס אַ מלך — באַקומט מען פון אים מתנות.
ובפרט אַז (ווי מ'האָט פריער דערמאָנטכד) איז יעדערער פון אייך, און זיכער נאָך אַ סאַך אידישע קינדער און ערוואַקסענע — האָבן געגעבן מתנות פון פסוקי תורה און מאמרי חז"ל און פון קיום המצוות, און געגעבן אַ סאַך מתנות, און דאָס געגעבן מיט אַ „פנים שוחקות" און „בסבר פנים יפות" —
פאַרגרעסערט דאָס נאָך מערער די מתנות וואָס דער מלך, דער אויבערשטער, מלך מלכי המלכים הקב"ה, גיט יעדערן פון אייך און יעדערן פון דעם אידישן פאָלק, יעדער אידן וואו ער געפינט זיך.
אָנהויבנדיק פון דער מתנה עיקרית, אַז מ'זאָל זיך גרייטן בהצלחה צו דעם יאָר וואָס קומט אָן, און עס זאָל זיין אַ305כתיבה וחתימה טובה לשנה טובה ומתוקה בטוב הנראה והנגלה, צו יעדערן און יעדערע אין וואָס ער נויטיקט זיך,
צוזאַמען מיט דער ברכה עיקרית — די גאולה האמיתית והשלימה ע"י משיח צדקנו, בקרוב בימינו ממש.
י. ווי געזאָגט פריער איז היינט אויך דאָ דער ענין פון „וה' האמירך היום להיות לו לעם סגולה", אַז „היום" ממש האָט דער אויבערשטער אויסגעקליבן פון־דאָס־ניי יעדער איד און אַלע אידן „להיות לו לעם סגולה".
וואָס ס'איז דאָך זעלבסטפאַרשטענדליך אַז דאָס איז ניט ח"ו כדי אידן זאָלן זיין בגאוה — נאָר כדי אידן זאָלן וויסן און פילן אַז דער אויבערשטער האָט אויסגעקליבן יעדער אידן, פון קינדווייז אויף, ער זאָל זיין זיינער אַ שליח און זיין „סגולה" אויף מאַכן ליכטיק אין וועלט, דורך „נר מצוה ותורה אור"כה, דורך דעם וואָס ער לערנט תורה און איז מקיים מצוות,
איינגעשלאָסן, כפשוט, די מצוה פון „ואהבת לרעך כמוך"כו (ווי מ'האָט ערשט דערמאָנט אין די י"ב פסוקים און מאמרי חז"ל) — אַז אַן אינגעלע ווירקט אויף אַן אינגעלע אַרום אים און אַ מיידעלע אויף אַ מיידעלע אַרום איר, אַז אויך זיי זאָלן זיך פירן אין דעם וועג פון תורה ומצוות.
און דורך דעם אַלעם באַווייזט ער אַז ער איז באַרעכטיקט צו טראָגן אויף זיך דעם נאָמען „סגולה", און אַז ער איז אַ „בן אברהם יצחק ויעקב"כז און „בת שרה רבקה רחל ולאה"כח.
און אויך באַווייזט ער אַז ער איז אַ „סגולה" דורך דערויף וואָס ביי אים איז דאָ דער „את ה' האמרת היום להיות לך לאלקים", ער נעמט אָן דעם אויברשטן אַלס אַ מלך פון־דָס־ניי, מיט נייע כחות און מיט אַ נייעם שטורעם,
וואָס דאָס באַנייט און שטאַרקט דעם „וה' האמירך היום להיות לו לעם סגולה", אַז דער אויבערשטער קלייבט אים אויס אַז ער זאָל זיין „לתהלה ולשם ולתפארת".
יא. ענין הנ"ל, אַז דער אויבערשטער זאָל אויסקלייבן אידן אַז זיי זאָלן זיין „לתהלה ולשם ולתפארת", טוט מען אויף (אויך) דורך דערויף וואָס אַ איד בעבודתו פּועל'ט אַז די זאַכן וואָס זיינען פאַרבונדן מיט „תפארת" זאָלן זיין בתכלית השלימותכט:
עס זאָל זיין „תפארת בחורים"ל — מ'זאָל פועל זיין אויף זיך פון קינ־ווייז אויףלא, און אויך פועל זיין אויף די אַלע צו וועלכע מ'קען דערגרייכן, צו מוסיף זיין אין „והתפארת זו מ"ת"לב — מוסיף זיין אין ענינים פון תורה, לערנען תורה און מקיים זיין אירע מצוות;
איינווירקן אויך אויף די פאָטערס און זיידעס אַז זיי זאָלן מוסיף זיין אין306„תפארת זקנים"לג — מוסיף זיין אין לערנען תורה און מקיים זיין אירע מצוות,
און אַזוי אויך אויף די מוטערס און באָבעס, אַז באַ זיי זאָל זיין „תפארת חכמות נשים"לד — אַז זיי זאָלן זיך צוזאַמענקלייבן און מוסיף זיין אין דער שיינקייט פון יעדער אידן און אַלע אידן, וואָס דאָס איז דורך דערויף וואָס מ'לעבט דעם טא־טעגלעכן לעבן לויט דער תורה,
ווי אַזוי ווייס מען ווי עס דאַרף זיין דער לעבן לויט דער תורה — איז דאָס דורך דערויף וואָס מ'לערנט תורה, אין אַן אופן פון „חדשים", „היום הזה" — ווייל דאָס איז נוגע צום אופן לעבן היינט, היום הזה ממש.
יב. מען באַווייזט (אויך) אַז מ'איז אַ „סגולה" פון דעם אויבערשטן, דורך דערויף וואָס אין צוגאָב צו די מתנות וואָס מען האָט פריער גערעדט, איז אויך דאָ די מתנה וואָס מ'האָט געגעבן היינט, איצט ממש:
דאָס וואָס מ'האָט זיך צוזאַמענגעקליבן „היום הזה" ממש אין אַן אופן פון „הקהל", האנשים והנשים והטף, און מ'האָט געלערנט פסוקים און מאמרי חז"ל, און מ'האָט דאָס פאַרבונדן מיט אַ תפלה, און דערנאָך וועט מען אויך טאָן גמילות חסדים, צדקה.
וואָס דאָס זיינען די שלשה דברים שעליהם העולם עומדלה, די דריי עמודים „פּילאָרס" אויף וועלכע די גאַנצע וועלט האַלט זיך, דורך דערויף וואָס יעדער איד און אַלע אידן, האנשים והנשים והטף, טוען די דריי זאַכן.
און דורך דערויף וואָס מ'טוט די אַלע דריי זאַכן „היום הזה" ממש — טוט מען אויף דעם „את ה' האמרת היום להיות לך לאלקים", מ'קרוינט דעם אויבערשטן אַלס אַ מלך פון־דאָס־יי, מיט אַ נייע באַגייסטערונג און מיט אַ נייעם חיות און מיט אַ נייעם קבלת עול [וואָס דאָס איז פאַרבונדן מיט בלאַזן שופר וואָס איז איצטער געווען, דער ענין פון „יחרדו", כנ"ל].
יג. וויבאַלד אַז דער „ה' האמרת . . להיות לך לאלקים" איז געווען „היום הזה" ממש — איז פאַרשטאַנדיק, אַז דאָס וואָס דער מלך, דער אויבערשטער, גיט מתנות אין דעם טאָג וואָס מ'קרוינט אים (כנ"ל ס"ט), גיט ער זיי אויך היינט, „היום הזה" ממש.
וואָס די מתנות זיינען בפשטות אין די ענינים אין וועלכע מ'נויטיקט זיך, אָנהויבנדיק פון החזרת בי נשמתי — געזונט בגשמיות און געזונט ברוחניות.
ובפרט אַז היינט איז דער אָפּשלוס פון אייער זיין אין די מחנות קיץ, וואָס איינער פון די ענינים אויף וועלכע מ'נוצט אויס דעם זיין אין די מחנות קיץ איז — אויף שטאַרקן דעם געזונט פון גוף, און צוזאַמען דערמיט און דורכדעםלו קומט מען צו דעם עיקר אויף וואָס מ'נוצט דעם געזונט פון גוף — אַז די נשמה זאָל זיין נאָך שטאַרקער ווי זי איז געווען פריער —
גיט דער אויבערשטער אַ מתנה, אַז אין דעם אַלעם זאָל זיין אַ הצלחה לויט307ברכתו של הקב"ה, לויט די ברכה וואָס דער אויבערשטער גיט אין דעם.
יד. און וויבאַלד אַז עס דאַרף זיין „ואהבת לרעך כמוך" — העלפט דער אויבערשטער אַז יעדערער פון אייך זאָל ווירקן אויף אַלע אידישע קינדער וואו נאָר ער קען זיי געפינען, אַז זיי זאָלן טאָן אין ענינים פון אידישקייט, פון תורה תפלה און צדקה,
דורך דערויף וואָס מ'איז אַליין אַ לעבעדיקער ביישפּיל, און אויף די מיט וועלכע מ'רעדט — דורך דערמאָנען וועגן דערויף אין דעם רעדן, און אויף די מיט וועלכע מ'שרייבט זיך דורך — דורך דערמאָנען וועגן דערויף אין די בריוו.
טו. און דורך דערויף וואָס מ'פאַרבינדט זיך דורך תומ"צ מיט אַנדערע אידן — ווערט מען אויך פאַרבונדן מיט אַלע אידן פון אַלע דורות וואָס זיינען געווען און וואָס וועלן זיין.
וואָס דאָס איז דער אמת'ער ענין פון „שלימות העם", די גאַנצקייט פון דעם גאַנצן אידישן פאָלק.
און דאָס גיט יעדער אידישן קינד אַ שטאַרקייט אַז ער זאָל זיך פירן אין דעם וועג ווי דער אויבערשטער האָט אים אָנגעוויזן, ניט רעכענענדיק זיך מיט קיינע שוועריקייטן,
אפילו ווען ער לעבט אין אַ שכונה וואו ער איז אַ מיעוט, ווערט ער דערפון ניט נתפעל און ער פירט זיך אין דעם וועג,
ער ווייס אַז ער איז ניט איינער, ער איז איין זאַך צוזאַמען מיט אַלע אידישע קינדער, און מיט אַלע אידן פון אַלע דורות,
וואָס זיי ווערן איין זאַך כביכול מיט דעם אויבערשטן, דורך דערויף וואָס ער האָט „שלימות התורה": וויבאַלד ער האָט באַשלאָסן „היום הזה", דעם טאָג ממש, אַז ער נעמט אויף זיך אָן דעם אויבערשטן אַלס אַ מלך, איז זעלבסטפאַרשטענדליך אַז ער נעמט אויף זיך אָן (דורך דעם) דעם אויבערשטן'ס תורה בשלימותה.
און דאָס ברענגט אויך אין דעם אויבערשטן'ס מתנות, אַז עס זאָל זיין „שלימות הארץ", אַז גאַנץ ארץ ישראל, ארץ הקודש, זאָל זיין בשלימות, וואָרום ארץ הקודש האָט דער אויבערשטער, דער מלך (בשדה) אָפּגעגעבן צו אידן, דעם „גוי קדוש"לז, אויף אייביק, און „היום הזה", היינט, ווערט באַנייט די נחלת עולם, די אמת'ע און אייביקע נחלה, אין אַן אופן פון „שלימות הארץ".
וואָס דאָס האָט אויך אַ פאַרבונד מיט דער סדרה פון היום הזה, וואָס הויבט זיך אָן „והי' כי תבוא אל הארץ אשר ה' אלקיך נותן לך נחלה וירשתהלח וישבת בה" — אַז בקרוב ממשלט גייט יעדערער פון אונז און אַלע צוזאַמען, האנשים והנשים והטף, אין „שלימות הארץ", אין דער גאַנצער לאַנד פון ארץ ישראל, ארץ ישראל לגבולותי',
און אין אַן אופן פון „ונתתי שלום בארץ"מ, אַן אמת'ער שלום, וואָרום ס'איז ונתתי — לויט דער תורה, לויט דעם שולחן ערוך.
308יז. בהמשך להאמור לעיל וועגן דעם ענין פון „ואהבת לרעך כמוך", און וועגן דעם ענין שהזמן גרמא, וואָס מ'דאַרף איצטער ספּעציעל אונטערשטרייכן, אַז מ'מוז באַשיצן אידן בכל מקום שהם, סיי אין חו"ל און סיי אין ארץ ישראל, ווי אָפּגע'פסק'נט אין שו"ע אורח חיים הלכות שבת סימן שכ"טמא —
וועט מען מסיים זיין דעם צוזאַמענקלייבן זיך (פאַר דער נתינת הצדקה) דורך מכריז זיין בקול רם: אַ כתיבה וחתימה טובה לשנה טובה ומתוקה בטוב הנראה והנגלה, צו יעדער איד און צו אַלע אידן, פון „ראשיכם שבטיכם" ביז „חוטב עציך" און „שואב מימיך",
און ח"ו אויסשליסן אַ אידן און זאָגן אויף אים אַ שווער וואָרט, נאָר יעדער אידן בענטשט מען מיט אַ כתיבה וחתימה טובה.
וואָס דאָס איז אַן עיקר גדול בתורהמב, ביז אַז דאָס איז „כל התורה כולה"מג — די מצוה פון „ואהבת לרעך כמוך".
יח. די וואָס טראַכטן ח"ו זאָגן אַ שווער וואָרט אויף אַ אידן — דאַרפן וויסן אַז אַ שווער וואָרט אויף אַ אידן איז דאָס אַ שווער וואָרט אויף בנו יחידו פון דעם מלך, וואָרום יעדער איד איז טייער באַ דעם אויבערשטן ווי אַ בן יחידמד.
דער מלך בעט און זאָגט אַז מ'זאָל טאָן וואָס מ'קען אַז דער איד זאָל גיין אין דער ריכטיקער וועג, וואָס דאָס קען מען אויפטאָן דורך דערויף וואָס מ'באַווייזט דעם אידן אַ „פנים שוחקות' און מ'איז אים מקבל „בסבר פנים יפות' [אַזוי ווי דער מלך טוט עס בחודש אלול מיט יעדער אידן], און אַז מ'העלפט אַ אידן אַרויס בגשמיות
[ווי דער בעש"ט האָט געטאָןמה, און האָט דורכגעטראָטן די וועג פאַר אַלע אידן און געבעטן און געפאָדערט אַז יעדערער זאָל אַזוי טאָן וככל יכולתו]
מען באַפרייט אים פון פאַרקוועטשקייט — עפענט זיך אויך אויף זיין האַרץ און מ'קען אים העלפן און העלפן שנעלער און בעסער ברוחניות.
יט. אפילו ישעי' הנביא, וואָס השם האָט אים אויסגעקליבן צו זיין אַ נביא ה', אַרויפפירן אידן אויפ'ן דרך השם, האָט ער אָבער אָנגעהויבןמו פון בודק זיין זיך, ווי איז זיין מעמד ומצב, און ערשט דערנאָך האָט ער געפּרואווט זאָגן אויף אידן ניט קיין לייכטן וואָרט — און אויך דאָס האָט מען גלייך שולל געווען,
און ישעי' האָט דאָס פאַרשריבן בספרו אַלס אַ נבואה ווייל דאָס איז אַ „נבואה שהוצרכה לדורות"מז —
אויף אידן דאַרף מען זאָגן גוטע ווערטער.
ובפרט אַז מ'געפינט זיך אין חודש אלול מיט דעם מלך בשדה, וואָס ער איז „נצב עליו ומלוא כל הארץ כבודו ומביט עליו ובוחן כליות ולב אם עובדו כראוי"מח: דער אויבערשטער שטייט לעבן יעדער אידן, און זעט ווי אַזוי ער309רעדט וועגן אַ צווייטן אידן, און ער איז בוחן דעם זאָגער'ס „כליות ולב", אם עובדו כראוי, ובנוגע דעם זאָגער — כראוי פאַר אַ זאָגער וועגן בנו יחידו פון דעם מלך בפני המלך, צי איז דער זאָגער אַזוי ריין און שלם וראוי און באַרעכטיקט, ניט פרעגנדיק באַ דעם אויבערשטן, ערלויבן זיך זאָגן אַ שווער וואָרט וועגן בנו יחידו של מלך מלכי המלכים הקב"ה! ובפני המלך מלכי המלכים הקב"ה!
כ. און בשעת מ'טראַכט זיך אַריין אין דעם, איז זיכער אַז באַ יעדערן וועט נתעורר ווערן כראוי פחד ה' הרואה כל מעשיומט, און ער וועט זיך פירן ווי דער אויבערשטער וויל, וועט מלמד זכות זיין אויף יעדער אידן און אויף אַלע אידן,
אַ איד באַווייזט אַ לעבעדיקן ביישפּיל, מדה שאדם מודד — ער באַווייזט דעם אויבערשטן כביכול אַ ביישפּיל —
איז אויב ער וויל, אַז ניט קוקנדיק אויף די אַלע זאַכן וואָס ער דאַרף נאָך פאַריכטן באַ זיך, זאָל ער האָבן פון דעם אויבערשטן אַ „פנים שוחקות" און אַ „פנים יפות", וויבאַלד ער זאָגט צו אַז ער וועט דאָס פאַריכטן —
באַווייזט ער אַז אַזוי פירט ער זיך מיט אַלע אידן וואָס זיינען אַרום אים.
און דאָס איז דער וועג וואָס דער אויבערשטער האָט באַוויזן יעדער אידן, און אַלע אידן אין אַלע דורות, און האָט געזאָגט אַז דאָס איז דער דרך החיים,
און גיט כח וסיוע אַז עס זאָל זיין „ובחרת בחיים"נ, אַז מ'זאָל אויסקלייבן דעם לעבעדיקן און ליכטיקן וועג — פון תורה בכלל און פון כלל גדול בתורה במיוחד, צו פירן זיך מיט יעדער אידן אין אַן אופן פון „ואהבת לרעך כמוך",
כולל — ווינטשן יעדער איד און אַלע אידן אַ כתיבה וחתימה טובה לשנה טובה ומתוקה בטוב הנראה והנגלה.
כא. וויבאַלד אַז מ'האָט היינט גענומען אויף זיך, אין אַן אופן פון „חדשים" — „את ה' האמרת היום להיות לך לאלקים", אַז מ'האָט אָנגענומען דעם אויבערשטן פון־דאָס־ניי אַלס אַ מלך —
גיט דער אויבערשטער היום, נאָך זייענדיק אין די לעצטע טעג פון גלות, מתנות און הנחות, ער גיט היום בני חיי ומזוני רויחי, אַלע זאַכן אין וואָס מ'נויטיקט זיך.
און מ'גייט בשמחה וטוב לבב, „בנערינו ובזקנינו בבנינו ובבנותינו"נא, יעדער איד און אַלע אידן, און מיט זיי גייען מיט אַלע דורות פון אידן וואָס זיינען געווען ביז איצטער — מקבל זיין פני משיח צדקנו,
און צוזאַמען מיט משיח צדקנו גיין מקיים זיין פון־דאָס־ניי, „חדשים", „כי תבוא אל הארץ גו' וירשתה וישבת בה", מ'באַזעצט זיך אין ארץ ישראל אויף אייביק, גאולה שאין אחרי' גלותנב.
און יבנה בית המקדש (השלישי, וואָס ער וועט זיין אייביק אַ בית נצחינג), און מקיים זיין דאָרטן בחג הסוכות הבא עלינו ועל כל ישראל לטובה די מצוה פון „הקהל את העם האנשים והנשים והטף",
310און מלך המשיחנד וועט לייענען די פרשיות בתורה וואָס זיי זיינען מזרז אידן אין מצוות און אין דת האמתנה.
וואָס דאָס וועט זיין אין שנת הקהל הבאה עלינו לטובה — דורך די גאולה האמיתית והשלימה — אחכה לו בכל יום שיבוא — נאָך אין דער שנה השביעית. „שבת לה'"נו (וועט בדרך ממילא „במוצאי שביעית" זיין דער מצב פון גאולה האמיתית והשלימה, ווי די גמראנז פסק'נט אָפּנח).
און פון די „כלים" אויף דערויף איז די הכרזה פון יעדערן פון אייך, אָנהויבנדיק פון פי עוללים ויונקיםנט, און אַלע צוזאַמען ובקול רם: אַ כתיבה וחתימה טובה לשנה טובה ומתוקה בטוב הנראה והנגלה צו יעדער איד און צו אַלע אידן וואו נאָר זיי געפינען זיך,
אמן כן יהי רצון.
כב. מיין הצעה און בקשה, בקשה כפולה ובכל לשון של בקשה — אַז מ'זאָל מסדר זיין כינוסים, קליינע „הקהל'ס" פון קינדער, סיי אינגעלעך און סיי מיידעלעך (בנפרד), אַמווייניקסטן'ס דריי מאָל במשך פון די קומענדיקע טעג,
[באַגרינדעט אויף דעם וואָס תורת אמת און תורת חיים פסק'נט, אַז „בתלת זימני הוי חזקה"ס, בשעת מ'טוט אַ זאַך דריי מאָל בלייבט דאָס דערנאָך אויף אייביק]:
איין מאָל פאַר ראש השנה;
דעם צווייטן מאָל אין די עשרת ימי תשובה (פון דער שנה וואָס קומט נאָך שנת השמיטה — השבתסא), די „עשרה ימים שבין ר"ה ליוהכ"פ"סב, וואָס אויף זיי זאָגט דער אויבערשטער „דרשו ה' בהמצאו קראוהו בהיותו קרוב"סג, דעמולט איז דער אויבערשטער נאָענט צו יעדער אידן אפילו צו אַ יחידסד;
און דעם דריטן מאָל בחג הסוכות, זמן שמחתנו, אין די טעג פון חול המועד.
באַ די כינוסים זאָלן די קינדער (סיי אינגעלעך און סיי מיידעלעך) טאָן (אויך) אין די אַלע דריי זאַכן, דער „חוט המשולש"סה: מ'זאָל זאָגן לערנען אַן ענין אין תורה, מ'זאָל דאָס פאַרבינדן מיט אַ תפלה, און מ'זאָל דעמולט אויך געבן צדקה.
כג. ההצעה והבקשה — אַז די כינוסים זאָל מען מאַכן סיי אין חוץ לארץ און סיי אין ארץ הקודש.
311אין ארץ הקודש במיוחד, זאָל מען מאַכן דריי אַזעלכע כינוסים אויך באַם כותל המערבי, וואָס „לעולם אין השכינה זזה מכותל מערבי"סו;
באַ מערת המכפלה, אין חברון, עיר האבות, וואָס די מערה והשדה איז געוואָרן אַ נחלת עולם צום עם עולם, נאָך פון אברהם אבינו אָן, וואָס ער האָט דאָס אָפּגעקויפט און ער האָט דאָס אויפגעהויבן, ווי עס שטייטסז „ויקם שדה עפרון אשר במכפלה גו'", און מקדש געווען;
און אויך באַ קבר רחל, וואָס זי געפינט זיך אויפן וועג, וואָס בשעת אידן וועלן אַרויסגיין בקרוב פון גלות וועלן זיי דאָרטן פאַרבייגיין, ווי דערציילט אין מדרשי חז"לסח.
און די כינוסים אין די מקומות המיוחדים הנ"ל אין ארץ הקודש זאָלן זיין נוסף אויף די כינוסים וואָס וועלן זיין אין יעדער אָרט באה"ק וואו מ'קען דאָס נאָר מסדר זיין.
כד. די החלטה בנוגע לכל הנ"ל זאָל מען מאַכן איצטער, „היום הזה", עכ"פ וואָס פריער —
מען בעט אַז די אַלע וואָס האָבן זיך משתתף געווען אין היינטיקן כינוס, אָדער די וואָס וועלן הערן, יעדערער במקומו ובזמנו — זאָלן מאַכן בהקדם די התחלה בזה, דורך דעם וואָס זיי וועלן שוין מחליט זיין וועגן די כינוסים וואָס מ'וועט מאַכן לכל הפחות דריי מאָל, מיט די פרטים שבדבר, ווי אויסגערעכנט פריער, וכל המוסיף מוסיפים לו.
און דער דין התורה איזסט, אַז בשעת מ'מאַכט אַ החלטה טובה, אַ פעסטן און גוטן באַשלוס, באַקומט מען שוין דעמאָלט (בשעת די החלטה) די תוצאות טובות וואָס דאַרפן דערפון אַרויסקומען.
מ'האָפט דאָך און מ'וואַרט אויף משיח צדקנו בכל יום, „אחכה לו בכל יום שיבוא" — וועט מען אים (משיח) בעטן וכו' און זיכער וועט ער מסכים זיין מ'זאָל ממשיך זיין בזה, ובחול המועד סוכות וועט ער דאָך זיין דער קורא בתורה פאַר כל העם — כולל הטף, הילדים והילדות — וועט זיין אַלעס נאָכמער און העכער און שלא בערך כלל וכלל — וויבאַלד אַז משיח וועט דאָס טאָן.
כה. כדאי פאַרענדיקן דעם היינטיקן צוזאַמענקלייבן זיך מיט דער הכרזה, אַז מ'בענטשט יעדער אידן און אַלע אידן מיט אַ כתיבה וחתימה טובה לשנה טובה ומתוקה בטוב הנראה והנגלה (ווי דערמאָנט פריער).
נאָך דערויף נאָכאַמאָל איבער'חזר'ןע דעם פסוקעא „שמע ישראל ה' אלקינו ה' אחד", און דעם פסוקעב „תורה צוה לנו משה מורשה קהלת יעקב".
312און דערנאָך — מסיים וחותו דער מצוה פון צדקה — כל א. בתוככי כלל ישראל.
[הכריזו: אַ כתיבה וחתים לשנה טובה ומתוקה בטוב והנגלה לנו ולכל ישראל.
אמרו (עוה"פ) את הפסוק ישראל גו', תורה צוה גו'.
כ"ק אדמו"ר שליט"א נתן להמנהלים אחד ואחת דהמחנות שיחיו מטבעות של עשר סענט
לחלק לכל אחד ואחת מהילדים והילדות ומה טובה שתי מטבעות: א' לתת לצדקה, והב' — ב הנראה לעשות בה כטוב בעיניהם.
לנגן ופרצת].
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק כ״ד
- Id
- rh-0xjtxsmr