Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.
638ב"ה, ערב ש"ק נח,
יום שלשים לחודש תשרי,
שהוא ר"ח מרחשון,
ברוקלין, נ.י.
אל כל בני ובנות ישראל
בכל מקום שהם
ה' עליהם יחיו
שלום וברכה!
שטייענדיק ביים חותם וסיום (אָפּשלוס) פון חודש תשרי, וואָס, ווי ערקלערט אין ספרים איז דער וואָרט (— נאָמען פון דעם חודש) אותיות רשית, מרמז אַז דער חודש איז (ניט נאָר דער תחלה (אָנהויב) פון דעם יאָר, נאָר — בעיקר) דער ראש („קאָפּ") פון יאָר, וועלכער, ווי ראש הגוף בנוגע צום גוף, באַשליסט ווי די אויפפירונג פון די אַלע טעג פון דעם גאַנצן יאָר דאַרף זיין, און דער זכרון (דערמאָנונג) פון די החלטות (באַשלוסן) אין דעם טאָ־טעגליכן לעבן „באַלעבט*) דעם טאָג און אַלע זיינע מעשים, כולל אויך זיינע דיבורים און מחשבות, און גיט אין זיי אַריין נאָכמער חיות, אור וקדושה „גענומען" פון חודש תשרי — דעם ראש,
איז פּאַסיג*) און עס איז אַ שעת־הכושר צו דערמאנען ובהדגשה (מיט אונטערשטרייכונג), על־כל־פּנים, דעם ס־הכל פון דעם חודש און זיינע מועדים,
יעדערער פון זיי אין זיין ענין — אַ „ראש" און מקור־הוראה (אָפּלערנונג) און נתינת־כח אין די טעג פון דעם גאַנצן יאָר,
אָנהויבנדיק מיט קבלת עול מלכות שמים און יראה — די נקודה פון ראש־639השנה; תשובה — די נקודה פון עשרת ימי תשובה און יום־כפור; קיום המצוות מיט שמחה און זריזות, ביז צום העכסטן אויסדרוק פון שמחה מיט דער תורה — די נקודות פון סוכות, שמיני־עצרת און שמת־תורה,
מיט אַ שטאַרקער, אמת'ער הדגשה, וועלכע וועט מאַכן זיכער אַז די אַלע הוראות און החלטות וועלן דורכגעפירט ווערן בשלימות, אין דער פולסטער מאָס, סיי בכמות סיי באיכות, במעשה בפועל והמעשה הוא העיקר,
אָנהויבן יעדן טאָג, מיד שניעור (גלייך אויפכאַפּנדיק זיך פון שלאָף), מיט זאָגן: מודה אני לפניך מלך א.ז.וו. — אָפּשפּיגלונג פון דער הכתרת המלך, שתמליכוני עליכם (קרוינונג פון דעם מלך — השם, נעמען אויף זיך עול מלכותו) פון ראשהשנה —
אַ זאָגן וועלכער ברענגט צו יראת השם דעם גאַנצן מעת־לעת — אָפּשפּיגלונג פון די ימים נוראים בכלל און יוםהכפורים במיוחד, צוזאַמען מיט תשובה שלימה, וועלכע (קבלת המלך ויראתו) ברענגען צו מקיים זיין אַלע זיינע מצוות (גזירות) ובפרט לימוד התורה — ובשמחה — אָפּשפּיגלונג פון זמן שמחתנו, פון סוכות (וארבעה מינים), שמיני־עצרת און שמחת־תורה.
און די שלימות אין דעם אַלעם וועט נאָכמער פאַרשטאַרקן יעדער אידן און פאַראיינציקן זיי, דורך תורה אחת לכולנה, אַלס עדת א־ל (השם'ס עדה און פאָלק און מגלה זיין אַז טאָ־טעגליך איז אלקים נצב (מלך) בעדת א־ל און קדים ואתי (ער קומט פריער) און גיט די כוחות און ברכה אויף דורכפירן דאָס אַלעס אויבנדערמאָנטע ובשמחה ובשלימות.
אויב מצד וועלכער סיבה עס זאָל זיין — האָט מען ניט געטאָן דאָס אויבנגעשריבענע — איז לויט די ערקלערונג אין מערערע ערטער און אויך בנוגע למעשה ולהלכה, ציט זיך די שעת הכושר פון לאחרי הרגל, בעניננו — פון שמיני