עברית
Library

Likkutei Sichos

Addenda - general letters for Rosh Hashanah 9

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

641ב"ה, ערב שבת־קודש פ' תבוא אל הארץ,

ח"י אלול, ה'תשד"מ,

ברוקלין, נ.י.

אל בני ובנות ישראל

בכל מקום שהם

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

פותחין בברכה — שטייענדיק אין די טעג פון חודש אלול בכלל, און ערב שבתקודש ח"י אלול בפרט —

וואָס, ווי באַוואוסט, זיינען די לעצטע צוועלף טעג פון חודש אלול, אָנהויבנדיק פון ח"י אלול, טעג פון חשבון־נפש פאַר די חדשים פון פאַרגאַנגענעם יאָר,642לחודש, און דער ערשטער טאָג פון זיי, ח"י אלול, איז פאַרבונדן מיט דעם ערשטן חודש פון פאַרגאַנגענעם יאָר, חודש תשרי, מיט ראש השנה וכו' —

איז דאָך איצט אַודאַי די פּאַסענדע צייט צו ווינטשן יעדן איינעם און איינע בתוך כלל ישראל אַ שנה טובה ומתוקה בגשמיות וברוחניות גם יחד, נוסח שבמנהג ישראל אין פילע ערטער, און וועלכער איז כולל כל הברכות.

ובפרט אַז דער דערמאָנטער חשבון, איז אין צוגאָב דערצו וואָס ער איז אַ חשבון היחיד, פון יעדן אידן פאַר זיך, איז ער אָבער אויך אַ חשבון וואָס יעדער איינער און איינע מאַכט אַלס אַ טייל פון כלל ישראל,

און דערצו איז דאָס פאַרבונדן מיט ראש השנה, ווען אַלע אידן „שטייען פאַר דעם אויבערשטן לאחדים כאחד, אַלע צוזאַמען און פאַראייניגט ווי איינער", ווי דער אַלטער רבי, דער בעל התניא והשלחן ערוך, טייטשט דעם פסוק אתם נצבים היום כולכם לפני הוי' אלקיכם, וואָס „היום" גייט אויף ראש השנה,

דעריבער באַקומט דער חשבון אַ ספּעציעלע האַפט און פאַרשטאַרקט נאָך מער דעם פאַרבונד פון ח"י אלול מיט דער כתיבה וחתימה טובה.

דער צוועק פון דעם חשבון, חשבון־צדק, איז אַז דאָס זאָל קובע זיין (איינשטעלן פעסט, פאַרגרונטיקן) די ריכטיקע אויפפירונג פון דעם מענטשן אין טא־טעגליכן לעבן במשך פון דעם נייעם יאָר. דאָס איז אויך אָנגעוויזן און אונטערשטראָכן אין643דעם נאָמען פון דעם יום־טוב ראש־השנה, וואָס דאָס מיינט, אַז, אין צוגאָב צום זיין דער אָנהייב פון יאָר, איז ער אויך ועיקר דער „קאָפּ" פון יאָר: ווי אַ קאָפּ פירט אָן מיט אַלע אברים פון גוף — און דוקא אויף דעם אופן דערפילט יעדער אבר זיין צוועק בשלימות, אויך אַלס אַן אבר פאַר זיך — אַזוי דאַרף ראש השנה אָנפירן און באַלעבן אַלע טעג און יעדער טאָג פון יאָר, אַלע פרטים פון טעגליכן לעבן — בכדי דער מענטש זאָל דערגרייכן זיין שלימות לויט דער כוונה פון דעם באַשעפער,

וואָס דורך דער שלימות פון מענטשן — באַקומט אויך די בריאה, די גאַנצע בריאה און אויך, פאַר־זיך, יעדער פון אירע חלקים: דומם, צומח, חי און מדבר — זייער שלימות,

ווי דאָס ווערט אויך אונטערשטראָכן דערמיט וואָס ראש השנה איז, כידוע, באַשטימט געוואָרן ניט אין דעם ערשטן טאָג פון מעשה בראשית, נאָר אין דעם זעקסטן טאָג — דער טאָג ווען אדם הראשון איז באַשאַפן געוואָרן און מיט זיין באַשאַפונג איז פאַרענדיקט און פאַרפולקאָמט געוואָרן דער גאַנצער באַשאַף —

וואָרום דער סדר און כוונה פון דער בריאה איז, אַז דער דומם זאָל — אין צוגאָב צום ערפילן זיין „אויפגאַבע" פאַר־זיך — אויך שפּייזן דעם צומח און אַזוי אַרום דערהויבן ווערן צו דער מדריגה פון צומח; און דער צומח זאָל שפּייזן דעם חי און דערהויבן ווערן (צוזאַמען מיט דעם טייל פון דומם אין אים) צו דער מדריגה פון חי, און אַלע דריי — דומם, צומח און חי — זאָלן שפּייזן און דינען דעם מדבר און דערהויבן ווערן צו דער מדריגה פון אַ מדבר, דער בחיר הנבראים (אויסדערוויילטער פון אַלע באַשעפענישן),

און דורכדעם וואָס דער מענטש דינט דעם באַשעפער, דערגרייכט דער מענטש און (דורך אים) אַלע אויבנדערמאָנטע טיילן פון דער בריאה — זייער פולשטענדיקע שלימות.

דערציילן אונזערע חכמים זכרונם לברכה, אַז דאָס איז געווען דעם זעלבן טאָג, אַזוי באַלד ווי אדם הראשון איז באַשאַפן געוואָרן און האָט תיכף אויפגעפאָדערט אַלע באַשעפענישן — און זיך אַליין: בואו נשתחוה ונכרעה נברכה לפני הוי' עושנו644— „קומט לאָמיר זיך בוקן און בייגן, לאָמיר קניען פאַר השם אונזער באַשעפער".

דער אויבנדערמאָנטער ענין — אַז די צענטראַלע נקודה און די כוונה מלכתחילה פון דער גאַנצער בריאה איז — איר שלימות, ווען (הבורא) גמר מלאכתו — די מלאכה וועלכע איז געווען במשך פון די אַלע ששת ימי הבריאה — אויך אַלס אַ הכנה וועלכע מוז זיין צום גמר מלאכה — אדם הראשון, און יעדן יאָר און יעדן טאָג ווערט עס דורכגעפירט דורך דער אָ־עגליכער אויפפירונג פון דעם מענטשן אין איינקלאַנג מיט די אָנווייזונגען פון דער תורה (מלשון הוראה, „אָנווייזונג" און „אָפּלערנונג") —

ווערט אויך אָפּגעשפּיגלט אין דער מצוה פון ביכורים מיט וועלכע אונזער סדרה די סדרה תבוא אל הארץ הויבט זיך אָן (וואו די מצוה פון ביכורים און הבאת ביכורים איז אונטערשטראָכן מיט דער גאַנצער אריכות):

ובהקדם: די מצות הבאת ביכורים האָט זיך ערשט אָנגעהויבן נאָכן אייננעמען ארץ ישראל, פאַנאַנדערטיילן איר צו די שבטים, עס זאָל אויפגעשטעלט ווערן אַ בית הוי' אלקיך א.ז.וו. — האָט תורה לכאורה געדאַרפט זאָגן, ווי בסוף פרשה שלפני':645והי' כאשר יבחר הוי' אלקיך המקום לשכן שמו שם בארץ אשר גו' — איז די תורה אָבער מדגיש אַז גלייך כי תבוא אל הארץ — זאָגט מען אָן וועגן דעם תכלית פון דעם תבוא, וואָס דאָס איז ולקחת מראשית גו', הבאת ביכורים — און דערמיט איז ער דורכגעדרונגען בכל מעשיו פון דער הכנה (אין פאַרלויף פון פילע יאָרן) צו דער הבאה, אָבער צו וועלכע די הבאה מוז אָנקומען. דבר והיפוכו, לכאורה.

די ערקלערונג בקיצור: די מצוה פון ביכורים הויבט זיך אָן ביים כי תבוא אל הארץ; ווען דער מענטש הויבט אָן און פאַרנעמט זיך מיט ששת ימים תעבוד און מיט תזרע שדך און תזמור כרמך — אַקערט און פאַרזייט די ערד (דומם); דערנאָך — נאָך דער הכנה פון דעם „תעבוד, תזרע, תזמור" — קומען די תבואה ופירות (צומח), וואָס די ערשטע און בעסטע פון זיי קלייבט ער אויס און באַשטימט אַלס ביכורים פאַר דעם אויבערשטן, און בריינגט זיי, צוזאַמען מיט קרבנות (חי), אין בית המקדש, וואו דער מענטש (מדבר), דער בריינגער פון די ביכורים, זאָגט הויך און קלאָר ובשמחה די פרשה פון ביכורים,

ובלשון הרמב"ם: כל העיירות שבמעמד מתכנסות לעירו של מעמד כו'

ברוב עם הדרת מלך כו' הממונה אומר קומו ונעלה ציון אל ה' אלקינו.

והשור הולך לפניהם כו' והחליל מכה לפניהם עד שהם מגיעין קרוב

לירושלים והם הולכין בכל הדרך וקורין שמחתי באומרים לי בית ה' נלך כו'*)

ומשיכנסו כולן בשערי ירושלים יתחילו לקרות עומדות היו רגלינו בשעריך

ירושלים כו' הגיעו להר הבית נוטל כל אחד ואחד סלו על כתיפו ואומרין

הללוי' הללו א־ל בקדשו וכו' עד כל הנשמה תהלל יה הללוי' כו' הגיעו

לעזרה דברו הלוים בשיר ארוממך ה' כי דליתני וגו'.

דאָס איז אויך דער טאָג־טעגליכער סדר אין עבודת האדם לבוראו

646נאָך דער שינה (שלאָף), ווען דער מענטש, מיט זיין שכל און פעאיגקייטן און ידיעות וכו', איז ווי אַ דומם — שינה דאַרף זיין אָבער די צייט ווען אַלע כוחות הנפש והגוף ווערן אָפּגעפרישט פאַר עבודת השם. דערנאָך, כשיתעורר משנתו — דאַרף זיין לקום משנתו, און יקום „מיד בזריזות לעבודת בוראו" — ווען ער שטייט אויף פון שלאָף, הויבט ער אָן וואַקסן (צומח) און שטייגן אַלץ העכער — דורך קיום מצוות הבורא: נטילת ידים, ברכות השחר א.ז.וו. — ביז ער קומט צו כללות ענין התפלה — און אין תפלה גופא די פיר שלבים (מדריגות) פון תפלה: הודו, פסוקי דזמרה, קריאת שמע, תפלת העמידה, דערנאָך — טוט ער אין דורכפירן דעם ציווי וכבשוה — פאַרנעמט זיך מיט כיבוש וישוב העולם אין אַן אופן פון כל מעשיך לשם שמים, וואָס זיינע מעשים זיינען אין דעם דומם צומח חי ומדבר פון וועלט — און ער טוט עס דורך דער פאַרמיטלונג און מיט זיין נפש הבהמית (חי); און אַזוי אַרום דערגרייכט ער די פולשטענדיקע שלימות פון דעם מענטשן (מדבר) דורך שאַפן אַ דירה לו יתברך בתחתונים, וואָס דאָס איז דאָך די כוונה און שלימות פון דער גאַנצער בריאה.

און דאָס אַלעס איז אויך מקרב די גאולה האמיתית והשלימה דורך משיח צדקנו,

וואָס דאַן וועט זיין דער קיום פון בואו נשתחוה ונכרעה נברכה אויף אייביק, די הכתרה פון מלך על כל הארץ בשלימות בתכלית, והיתה לה' המלוכה, און עס וועט מקויים ווערן וידעו (אַלע פעלקער, די גאַנצע באַשאַף, וועט וויסן) כי אתה שמך ה' לבדך עליון על כל הארץ.

בכבוד ובברכה להצלחה בכל האמור

ולכתיבה וחתימה טובה לשנה טובה ומתוקה

(

עבודת האדם לבוראו . . דומם . . צומח . . חי*) . . מדבר: ראה גם המשך תער"ב ח"א ע' רפה קרוב לסופו ואילך. מכתב מראשון דסליחות ה'תשי"ג (לקו"ש ח"ט ע' 411).

כוחות הנפש . . אָפּגעפרישט: ראה ב"י לטור או"ח ס"ד. שו"ע אדה"ז או"ח ס"ד ס"א (בשם הרשב"א).

כשיתעורר משנתו . . לקום משנתו: רמ"א או"ח בתחלתו. שו"ע אדה"ז שם ס"א ס"א. מהדו"ב שם.

יקום „מיד בזריזות לעבודת בוראו": אדה"ז בשו"ע מהדו"ב שם. וראה רמ"א שם.

די פיר שלבים: סידור האריז"ל בתחלתו. כתהאריז"ל במקומות המקבילים. לקו"ת בשלח ב, ב. סה"מ תרס"ח ע' ה ואילך. ד"ה זה היום תרצ"ד ס"*) ג (סה"מ קונטרסים ח"ב שיט, ב ואילך). ד"ה ויחלום תש"ח (סה"מ תש"ח ע' 80 ואילך). ועוד. וראה לקו"ד (כרך ג') תצז, א ואילך. ובכ"מ.

וכבשוה: בראשית א, כז. וראה שו"ע או"ח רסקנ"ו.

כל מעשיך לשם שמים: אבות פ"ב מי"ב. רמב"ם הל' דעות ספ"ג. טושו"ע או"ח סרל"א. וצע"ק שבשו"ע אדה"ז או"ח סקנ"ו ס"ב השמיטו (אבל מציין בפנים לעיין באדר"נ פי"ז ובח"פ להרמב"ם פ"ה, שבשניהם מקושר הנ"ל עם „בכל דרכיך דעהו" — שהובא בשו"ע אדה"ז שם).

הכתרה . . בשלימות: כמצות רצונך (ראה תו"ח ס"פ ויחי (צה, א. צו ג־ד). אוה"ת ויחי (כרך ו) תתשכח, ב ואילך. המשך וככה תרל"ז פי"ז ואילך).

והיתה לה' המלוכה: עובדי' א, כא. וראה רמב"ם הל' מלכים ספי"א וספי"ב (סיום וחותם ספרו).

וידעו . . הארץ: תהלים סיום וחותם מזמור פג.

אַלע . . באַשאַף: כי מלאה הארץ דעה גו' (ישעי' יא, ט. רמב"ם בסיום וחותם ספרו).

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-qsrjg4tf

Copies

Recent activity

#196 Likkutei Sichos vol 24: machine reading · approved
#140 Likkutei Sichos vol 24: machine reading · closed

Sources