Likkutei Sichos
Addenda - sichos 6
313משיחות ח""י אלול ה'תשל"ט.
א. דער ענין פון ח"י אלול איז — אַריינברענגען חיות אין כללות העבודה פון חודש אלולא,
וואָס די עבודה פון חודש אלול איזב — דער חשבון הנפש און תיקון פון דער עבודה פון כל השנה כולה,
[ובפרט אָנהויבנדיק פון ח"י אלול אָן, וואָס די י"ב ימים פון ח"י אלול ביז ר"ה זיינען כנגד י"ב חדשי השנה, יום לחודש, יום לחודש, און בכל יום פון די י"ב ימים דאַרף זיין בפרט דער חשבון הנפש און תיקון פון דעם חודש שכנגדוג],
און אויך די הכנה צו דער עבודה פון דעם קומענדיקן יאָר הבא עלינו ועל כל ישראל לטובה ולברכה.
ב. דערפון איז פאַרשטאַנדיק, אַז בחודש אלול, ובפרט אָנהויבנדיק פון ח"י אלול אָן, דאַרף זיין אַ הדגשה מיוחדת און אַ הוספה אין די ג' קויןד שעליהם העולם עומד, תורה, עבודה און גמ"חה — וויבאַלד אַז אין דעם באַשטייט די עבודה פון כל השנה כולהו.
וכמדובר כמ"פז אַז אין „אלול" זיינען מרומז די ר"תח פון אַלע ג' קוין שעליהם העולם עומד:
„אלול" איז ר"תט „אנה לידו ושמתי לך"י — וואָס דאָס איז דער קו פון תורה, „דברייא תורה קולטין"יב.
„אלול" איז ר"תיג „אני לדודי ודודי314לי"יד, וואָס דאָס איז דער ענין פון תפלה, קו העבודהטו.
און „אלול" איז ר"תטז „איש לרעהו ומתנות לאביונים"יז, וואָס דאָס איז דער קו פון גמ"חיח.
ג. נוסף לזה — דאַרף זיין אין דעם אַלעם אַ הדגשה מיוחדת וואָס איז פאַרבונדן מיט דער אויסגעטיילטקייט פון דעם אלול פון היינטיקן יאָר — סיום שנה הששית, און הכנה צו שנת השמיטה:
שנת השמיטה ווערט אָנגערופן „שבת לה'"יט, וואָס ענינה איז — „שתהי' כל השנה הבטלה מעבודת האדמה מוכנת לעבודתו . . שגם עובדי האדמה כאשר ישבתו בשנה ההיא יתעוררו לדרוש את ה'"כ.
דערפון איז פאַרשטאַנדיק, אַז אין שנת השמיטה דאַרף מען מוסיף זיין אין לימוד התורה — וויבאַלד אַז דעמאָלט איז מען פנוי פון עבודת האדמה, ווערט באַפרייט כו"כ זמן, גיט מען אָפּ די צייט אויף לימוד התורהכא.
ובפרט אַז כללות ענין השבת (וואָס שנת השמיטה איז „שבת לה'", בדוגמת „שבת בראשית"כב) איז פאַרבונדן מיט דער הוספה אין לימוד התורה — ווי עס שטייט אין מדרשכג, און געבראַכט אויך לפסק הלכהכד, אַז דער אויבערשטער האָט געזאָגט צו משה רבינו „עשה לי קהילות גדולות בשבת כדי שילמדו הדורות הבאים אחריך להקהיל קהילות בכל שבת . . ללמוד בהם תורה לרבים".
און די הוספה אין לימוד התורה וואָס דאַרף זיין אין שנת השמיטה, דאַרף זיך אָנהויבן פון חודש אלול — וויבאַלד אַז „ל' יום לפני ר"ה" הויבן זיך שוין אָן כמה דינים וואָס זיינען פאַרבונדן מיט שנת השמיטהכה.
וואָס דאָס איז די הדגשה מיוחדת וואָס דאַרף זיין אין קו התורה.
ד. עד"ז בנוגע צו קו העבודה — עבודת התפלה:
עיקר העבודה פון שבת איז — עבודת התפלה, ביז אַז „בקושי התירו לדבר דברי תורה בשבת"כו.
וואָס דערפאַר דאַרף זיין אין שנת השמיטה אַ הדגשה מיוחדת אויף עבודת התפלה — וויבאַלד אַז שנת השמיטה איז „שבת לה'".
און אויך: ענינה פון שנת השמיטה איז כנ"ל — „כאשר ישבתו בשנה ההיא יתעוררו לדרוש את ה'", וואָס „לדרוש את ה'" איז מודגש אין עבודת התפלה מער ווי אין לימוד התורה:
315אין לימוד התורה איז טאַקע דאָ און עס מוז זיין דער ענין פון „ברכו בתורה תחלה"כז, וואָס דעמולט טראַכט ער ומתקשר ומתאחד מיטן „נותן התורה"כח — דאָס איז אָבער קודם הלימוד אָבער באמצע הלימוד איז ער אַריינגעטאָן אין דער הבנה והשגה שבתורה.
משא"כ אין עבודת התפלה, וואָס כל ענינה איז התקשרות וחיבור מיטן אויבערשטן („לדרוש את ה'") — וויבאַלד אַז „תפלה הוא ל' חיבור כמו נפתולי אלקים נפתלתיכט, ובלשון המשנהל התופל כלי חרס"לא.
וואָס דאָס איז די הדגשה מיוחדת אין קו העבודה וואָס דאַרף זיין אין שנת השמיטה — און אויך „ל' יום קודם ר"ה", וויבאַלד אַז דעמולט הויבן זיך שוין אָן כמה דינים פון שנת השמיטה (כנ"ל ס"ג).
ה. עד"ז בנוגע צום קו פון גמ"ח:
אויף שנה הששית זאָגט דער אויבערשטער „וצויתי את ברכתי לכם בשנה הששית ועשת את התבואה לשלש השנים"לב.
און וויבאַלד אַז „אתם קרויין אדם"לג, ע"ש אדמה לעליוןלד, איז פאַרשטאַנדיק אַז ווען אידן טוען אין דעם קו פון גמ"ח בשנה הששית, ובפרט בסיומה — אַלס הכנה צו שנת השמיטה,
[און דאָ איז דער אָרט דערמאָנען נאָך אַמאָל וועגן המדובר כמ"פ בארוכהלה אַז אַזוי ווי קודם חגה"פ דאַרף זיין דער ענין פון „מעות חטים" צו די וואָס דאַרפן אָנקומען דערצולו, עד"ז דאַרף אויך זיין קודם חודש תשרי, צוליב דעם מיעוט אין ימי המעשה והמלאכה, און בעיקר צוליב די הוצאות מרובות וואָס זיינען פאַרבונדן מיט די ימים טובים פון חודש תשרי],
דאַרפן זיי טאָן אין דעם קו וביתר שאת וביתר עוזלז — בדוגמת ברכתו של הקב"ה וואָס איז אין אַן אופן פון „ועשת את התבואה לשלש השנים".
ו. האמור לעיל איז אויך שייך צו נשי ובנות ישראללח — אַז זיי דאַרפן אויך מוסיף זיין אין די דריי קוין שעליהם העולם עומד:
אין קו התורה — ווי דער אַלטער רבי ברענגט אין הל' ת"תלט די ענינים אין תורה וואָס נשים זיינען „חייבות ללמוד",
אין קו העבודה (תפלה) — ווי ס'איז נתפשט און נתקבל געוואָרן בכל מקום אַז נשים ובנות זיינען מתפלל (חאָטש בהפרטים אין דעם — זיינען דאָ חילוקי מנהגים),
און אויך אין דעם קו פון גמ"ח — ואדרבא ווי די גמראמ איז מבאר אַז עס קומט צו באַ זיי, מצד דעם וואָס „איתתא שכיחא בביתא" איז „מקרבא הנייתה".
316ז. ויה"ר אַז דורך דער עבודה האמורה (די הוספה אין די ג' קוין שעליהם העולם עומד) וואָס וועט געטאָן ווערן ע"י כל אחד ואחת מבנ"י, „איש וביתו"מא, וועט מען זוכה זיין אַז בקרוב ממש וועט זיין די יציאה פון דעם גלות און — „איש וביתו",
און מ'וועט גיין מקבל זיין פני משיח צדקנו „בנערינו ובזקנינו בבנינו ובבנותינו"מב, „ושמחת עולם על ראשם"מג.
און פּראַווען די הכתרה פון מלך מלכי המלכים הקב"ה בר"ה אין א"י, „ארץ אשר גו' עיני ה' אלקיך בה מרשית השנה ועד אחרית שנה"מד — א"י בשלימותה, צוזאַמען מיט כל ישראל בשלימותם, און צוזאַמען מיט שלימות התורה.
און האָבן אַ כתיבה וחתימה טובה לשנה טובה ומתוקה בגשמיות וברוחניות גם יחד, ביז צו — שנת גאולה, גאולה האמיתית והשלימה ע"י משיח צדקנו.
* * *
ח. אַזוי ווי ס'איז קרבה שנת השמיטה, איז מצוה לפרסם דעם פסק דין פון אַלטן רבי'ן בשולחנומה, אַז „זמן הפרוזבול הוא לכתחילה בסוף הששית לפני ר"ה של שביעית". און אע"פ אַז „עכשיו לא נהגו בפרוזבול במדינות אלו"מו — זאָגט דאָך אָבער דער אַלטער רבי, אַז „כל י"ש יחמיר לעצמו לעשות פרוזבול"מו,
[ויתירה מזו יש לומר, אַז דאָס וואָס ער איז ממשיך אין דעם סעיף שלאח"ז: „וזמן הפרוזבול הוא לכתחלה בסוף הששית כו'" — קען מען פון דעם „לכתחלה" אָפּלערנען ניט נאָר אויף זמן הפרוזבול (אַז לכתחילה איז עס „בסוף הששית לפני ר"ה של שביעית שאף כו'"), נאָר אויך אויף כללות הענין פון פרוזבול, אַז אע"פ אַז ער ברענגט פריער ד"עכשיו לא נהגו בפרוזבול", דאַרף מען לכתחלהמז מאַכן אַ פרוזבול],
וואָס דאָס איז אַ דבר קל לתקן — מקבץ זיין „ג' אנשים כשרים שהם ב"ד ולומר להם הריני מוסר לכם כל החובות שיש לי שאגבה אותם כל זמן שארצה"מו.
און כדי צו מאַכן דעם ענין קל יותר — איז כדאי, ווי גערעדט שוין אַמאָל בארוכהמח, צו מאַכן דעם פרוזבול גלייך נאָך התרת נדרים, ווען מ'האָט פאַר זיך (בלה"כ) „ג' אנשים כשרים".
ט. כדי צו נאָך מער פאַרלייכטערן די זאַך — וואָלט געווען אַ דבר נכון, אַז יעדער רב, ראש ישיבה וכיו"ב, זאָל צו זיך מצרף זיין נאָך צוויי אנשים כשרים און אָנשרייבן דעם נוסח הפרוזבול אויף אַ שטר — וואָס דאַן, קען יעדערער זיך מצרף זיין צום פרוזבול דורך בלויז חתמ'נען זיין נאָמען אויפן שטר פרוזבול; אָדער נאָכמער — ער קען אפילו מאַכן אַ שליח צו חתמ'נען פאַר אים (אָדער בעטן אַ צווייטן דורכן טלפון).
[נאָך אַ מעלה איז דאָ אין עשיית פרוזבול כנ"ל (לגבי אמירת נוסח הפרוזבול לפני ג' אנשים): דער דיןמו317איז, אַז „אין פרוזבול מועיל אא"כ יש קרקע כ"ש ללוה או דבר המחובר לקרקע . . ואם אין לו מזכה לו המלוה קרקע כ"ש" — בשעת דאָס ווערט געטאָן דורך דעם רב, וואָס ער (אָדער איינער פון די „אנשים כשרים" וועלכע ער איז מצרף צו זיך) האָט אַן אייגענע הויז, איז גרינג צו באַוואָרענען אַז דער לוה זאָל האָבן קרקע — דורך דעם וואָס דער רב וועט מקנה זיין די חתומים אויפ'ן שטר „קרקע כ"ש"].
און בשעת יעדער רב וראש ישיבה וכו' וועט מודיע זיין וועגן דעם מיט אַ פרסום הכי גדול, וועט מען זיכער קענען מזכה זיין כל אחב"י אין עשיית פרוזבול.
יוד. אפילו די וואָס זיינען זיכער אַז זיי האָבן ניט קיין חובות וואָס זיי דאַרפן איבערגעבן צו ב"ד, אָדער זיי ווילן מוחל זיין דעם חוב וכיו"ב —
איז אַזוי ווי ס'איז דאָך דאָ די חביבות פון אַן ענין של דברי סופרים — בנדו"ד תקנת פרוזבול — וואָס „ערבים עלי דברי סופרים יותר מדברי תורה"מט,
און ס'איז דאָ די חביבות אין דעם וואָס ער ווייזט אַז ער איז הולך בדרכיו און איז מקיים דעם פס"ד פון דעם אַלטן רבי'ן [וואָס אַזוי ווי למעלה איז „הוא וחכמתו אחד", איז אַזוי אויך בנוגע צו דער תורה הוראה פון דעם אַלטן רבי'ן און דעם אַלטן רבי'ן], אַז „כל י"ש יחמיר לעצמו לעשות פרוזבול", און „לכתחלה" דאַרף מען מאַכן אַ פרוזבול בסוף הששית (כנ"ל סעיף ח),
איז כדאי אַז מ'זאָל (האָבן אַ חובנ, כדי אַז מ'זאָל קענען) מקיים זיין דעם ענין פון פרוזבול.
און דורך דער הנהגה וועט מען זוכה זיין בקרוב צום קיום היעוד פון „לא יהי' בך אביון"נא, וי"ל אַז בכל זה וועט דער ענין פון גמ"חנב אויך דאַן זיין
[ניט ווייל דער עשיר וועט מוזן אָנקומען צום גמ"ח — וואָס דעמאָלט איז ער דאָך אַן עני (אביון) באותה שעה — נאָר]
בכדי צו האָבן דעם „עמוד" פון גמ"חנג (וואָס איז פון די ג' עמודים שעליהם העולם עומדה),
ובעגלא דידן.
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק כ״ד
- Id
- rh-ncm1sbnb