Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.
616ב"ה, מוצאי שבת קודש,
ימי הסליחות, ה'תשמ"ב.
ברוקלין, נ.י.
אל כל בני ובנות ישראל
בכל מקום שהם
ה' עליהם יחיו
שלום וברכה!
שטייענדיג געציילטע טעג פאַר ראש־השנה, ווען ס'איז נאָך מער צייטיג אַריינצוטראַכטן זיך אין די ענינים פון ראש השנה, וועלן מיר זיך דאָ אָפּשטעלן אויף אַן ענין וואָס איז גאָר ספּעציעל פאַרבונדן מיט ראש השנה: תקיעת שופר, וואָס מצות היום בשופר.
איינער פון די הויפּט טעמים פון תקיעת שופר איז, ווי באַוואוסט, צו דערמאָנען מתן תורה ביים מעמד הר סיני, ווען די גטלעכע אַנטפּלעקונג איז געווען — בלשון תפלת ראש השנה — „בקול שופר עליהם הופעת", זי האָט זיך אָנגעהויבן מיט „קול שופר חזק מאד" און „הולך וחזק מאד",
וואָס דאָס אַלעס ווערט אונטערשטראָכן באַלד אין אָנהייב פון ברכת „שופרות' אין תפלת מוסף פון ראש השנה: אתה נגלית כו' ללמד לעמך תורה ומצות כו'ובקול שופר עליהם הופעת כו'.
617דער דאַזיגער טעם פון תקיעת שופר קומט בהמשך צו אַ גאָר עיקר'דיגען טעם: שופר איז פאַרבונדן מיט דער הכתרה („קרוינונג") פון דעם בורא עולם אַלס מלך העולם, וואָס די קרוינונג פון אַ מלך ווערט באַגלייט פון שאַלן און טרומפּייטן, ווי עס שטייט בחצוצרות וקול שופר הריעו לפני המלך ה' —
און ערשט דאַן — נאָך הכתרת המלך אין אַלגעמיין „קבלו מלכותי" — קומט דער באַקומען דעם אויבערשטנ'ס תורה און מצוות און מקיים זיין זיי מיט קבלת עול און שמחה.
און נאָך אַ געמיינזאַמע נקודה פון הכתרת המלך בראש השנה און מתן תורה: פּונקט ווי ס'איז געווען באַ מתן תורה, אַז עס איז געווען פאַרבונדן דוקא מיט דער הקדמה פון כאיש אחד בלב אחד, אַז אַלע אידן זיינען געווען פאַראייניגט און פאַראיינציקט נגד תהר — צו באַקומען די תורה, אַלע „ווי איין מענטש, מיט איין האַרץ", אַזוי איז אויך בשעת אידן גרייטן זיך צו „תמליכוני עליכם" דער „הכתרה" פון מלך ישראל (און דורכדעם — אויך אַ באַנייאונג אין הכתרה אַלס מלך העולם) בראש השנה, קומט פריער די הקדמה פון אתם נצבים היום כולכם לפני ה'אלקיכם גו', אַז אַלע מעגליכע סוגים באַ אידן (צען סוגים) וועלכע ווערן אויסגערעכענט, פון ראשיכם שבטיכם ביז שואב מימיך שטייען אַלע צוזאַמען (אין דעם זעלבן גייסטיגען צושטאַנד) לפני ה'אלקיכם, וואָס פאַראייניגט און פאַראיינציגט אַלעמען ווי איינער, למען הקים אותך ה י ו ם לו לעם (כדי אויפשטעלן דיר צו עם אַלס אַ פאָלק) — און ווי דער אַלטער רבי (בעל התניא והשלחן ערוך) איז מדגיש, אַז דער דאַזיגער פסוק618און די פרשה פון אתם נצבים היום כולכם, ווערט שטענדיג געלייענט דעם שבת פאַר ראש השנה. — און גיט אַריין אַ ספּעציעלן כח און ליכטיקייט אין די טעג פאַר ראש השנה און אין ראש השנה גופא (ווי אָנגעדייטעט אין דעם וואָרט „היום"), און פון ראש השנה — ווערט עס נמשך אין אַלע טעג פון אַ גאַנץ יאָר.
דער פאַרבונד פון ראש השנה און מתן תורה ווערט נאָכמער אונטערשטראָכן ווען יו"ט של ר"ה חל להיות בשבת, ווי די קביעות פון היינטיגען יאָר: לכולי עלמא בשבת ניתנה תורה (לויט אַלע דעות איז תורה געגעבען געוואָרן בשבת), ווייל ביידע זיינען (זייער צוועק איז) דאָס זעלבע: תורה נעמט אַן אידן און אַלעס וואָס געהערט צו עם — הייבט עם אויף און שטעלט עם אַוועק אין אַ וועלט וועלכע איז גאָר אַנאַנדערע — אַ תורה וועלט; און דאָס איז אויך שבת — נעמט אַרויס אַן אידן וכל אשר לו פון וואָך און וואָכעדיקייט און הייבט און שטעלט עם אין אַ שבת קדש וועלט.
דאָס זעלבע, אָבער אין אַ גאָר העכערן אופן „טוט" אויף ראש השנה: דורך „הכתרת המלך" און „תמליכוני עליכם" ווערט אַ איד אַן עבד מלך — מלך, ער און אַלס וואָס געהערט צו עם — ווערט אויסגעטיילט פון אַלע באַשעפענישען און אויפגעהויבן צו מדריגת מלך — [און דאָס קומט צוזאַמען מיט דער פולסטער שלילה פון גאוה, וואָרעם ער ווייס און איז דורכגעדרונגען מיט דעם — אַז דאָס איז נאָר דורכדעם וואָס ער איז אַן עבד, אַן אמת'ר עבד פון דעם מלך, תכלית הביטול, קיין מציאות ניט פאַר זיך].
619אַריבערגייענדיק צו הנהגה בפועל ומעשה שהוא העיקר: וויסענדיק אַז ער איז אַן עבד מלך מלך ווערט באַ עם זעלבסטפאַרשטענדליך אַז „כל מעשיך לשם שמים" און עס ווערט באַ עם בפשטות קיום התומ"צ בהידור — און אויב אפילו עס קומען אויף שוועריקייטן — וועט ער זיי זיכער בייקומען, וואָרעם ער ווייס אַז ער איז אַן עבד מלך מלך, וועט ער טאָן בהתאם צו דעם.
ובלשון דוד מלכא משיחא: אנכי ה' אלקיך המעלך מארץ מצרים (כולל — אַלע „מצירין" — אַלעס וואָס איינגט און קוועטשט) — (ואדרבא) הרחב פיך ואמלאהו
און אויך ווערט אַ הויפּט פּונקט אין זיין הנהגה: ער ווערט אַלעבעדיגער ביישפּיל פאַר דעם גאַנצען אַרום — ווי זיי דאַרפן זיך פירן, וואָרעם „זיין" מלך איז דער מלך העולם און אַלעס וואָס אין דעם עולם, און ער טוט אין דעם — דורכגעדרונגען פון ואהבת לרעך כמוך און — אחדות ישראל,
אָנהייבענדיג פון אַ באַנייטען חיות אין לערנען תורה בהקדמת נעשה לנשמע, און מקיים זיין אַלע אירע מצות בהידור, וועלכע זיינען דאָך די גזירות המלך.
ויהי רצון, אַז געפינענדיג זיך אין די לעצטע טעג פון חודש אלול, וואָס דעם גאַנצן חודש לייכטן די י"ג מדות הרחמים, ובפרט אין די טעג פון סליחות, זאָל דאָס אַריינגעבן און צוגעבן נאָכמער ליכטיקייט און לעבעדיקייט אין אַלע ענינים פון תורה און מצוות, באַגרינדעט אויף קבלת עול מלכות שמים מיט רצון און שמחה,
און דאָס וועט נאָך מער צוגעבן אין ברכות ה' —
620אָנהייבענדיג, אַז דער אויבערשטער נעמט אַן אונזער בקשה מלוך על העולם כולו בכבודך, די הכתרה אַלס מלך ישראל און מלך העולם; און דאָס ברענגט צו זכרנו בזכרון טוב לפניך און שומע קול תרועת עמו ישראל ברחמים;
וואָס דאָס אַלעס ברענגט אַ כתיבה וחתימה טובה לשנה טובה ומתוקה גלייך בראש השנה און דערנאָך ווערט דאָס נמשך פון ראש (קאָפּ) אין אַלע „גלידער" פון יאָר — אין יעדן טאָג און אַלע טעג פון אַ גאַנץ יאָר, אַז יעדער טאָג איז אַ גוטער טאָג, טוב בטוב הנראה והנגלה,
און בריינגט במהרה בימינו די עיקר'דיגע ברכה, די גאולה האמיתית והשלימה דורך משיח צדקנו און זוכה זיין ליום שכולו שבת ומנוחה לחיי העולמים.
בכבוד ובברכת כתיבה וחתימה טובה
לשנה טובה ומתוקה בגשמיות וברוחניות !]
* ג) 4 קף
Suggest a fixSent for reviewReport a problemNo account neededEmbed on another site