Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.
207וילך ב
א.איינע פון די מצוות וואָס אידן זיינען נצטווה געוואָרן ביים סוף פון די ארבעים שנה, וסמוך ממש (עכ"פ ליום) פטירת משה, איז די מצוה פון כתיבת ספר תורה. ווי מען לערנט אָפּ פון דעם פסוקא „ועתה כתבו לכם את השירה הזאת", אַז „מצות עשה על כל איש ואיש מישראל לכתוב ספר תורה לעצמו"ב.
וויבאַלד אַז דער ציווי „ועתה כתבו לכם את השירה גו'" איז געקומען אַלס אַ הכנה צו דער כניסה לארץ — „כי אביאנו אל האדמה גו' וענתה השירה הזאת גו'"ג — איז מובן, אַז יעדער איד האָט גלייך (ועתה) געדאַרפט מקיים זיין אָט־דעם ציווי און שרייבן אַ ספר תורה לעצמו.
איז תמוה: דער ציווי „ועתה כתבו גו'" איז געווען און געזאָגט געוואָרן צו אידן ביום פטירת משה (ז' אדר)ד — און מען געפינט ניט אַז עס זאָל דערמאָנט ווערן בשום מקום, אַז אין איין טאָג זאָלן מער ווי ששים ריבוא אידן זיך משתדל זיין צו מעבד זיין עורות וכו' און שרייבן (עכ"פ אַנהייבן*4 בכתיבת מה שהוא פון) אַ ס"ת! [וואָס אַזאַ זאַך איז דאָך אַ גרעסערער חידוש פון „ויחן שם ישראל — בלב אחד"ה — דאָ איז עס אַן עשי' אחת].
נוסף אויף דעם וואָס אידן זיינען געווען פאַרנומען מיט אבלו של משה שלשים יוםו; און דערנאָך, בעשירי בניסןז, זיינען די אידן אַריבער (און בהקדמת כמה הכנות לזהח) דעם ירדן —
ולהעיר, אַז כדי צו שרייבן אַזויפיל ספריתורה (מער ווי ששים ריבוא!) מוז מען האָבן אַ ריבוי*עצום פון יריעות של קלף (וואָס מוזן זיין „מן המותר בפיך"ט), דיו וכו', וואָס די צוגרייטונג פון די אַלע זאַכן איז פאַרבונדן מיט גאָר אַ סך צייט, התעסקות וכו'. און דערצו איז אויך ניט מסתבר צו זאָגן, אַז יעדער איינער האָט געקענט אַליין שרייבן אַ ספרתורהי (ווי מיר זעען היינט במוחש, אַז בלויז אַ מיעוט זיינען מוכשר און זיינען אומןסופר צו שרייבן אַ ס"ת). ובפרט באופן „התנאה לפניו" — בקלף, דיו, קולמוס וכתב נאהיא — איז דאָך מלכתחילה ובנוגע — ריבוי אנשים — געמיינט נאָר ע"י שליחיב.
ב. על דרך הנ"ל איז אויך די שאלה208אין דעם וואָס חז"ליג זאָגן, אַז ביום פטירתו האָט משה רבינו געשריבן „י"ג תורות, י"ב לי"ב שבטים, ואחת הניח בארון" — דלכאורה: ווי איז עס מעגלעךיד צו שרייבן י"ג ספרי תורה ביום אחד?!
זיינען מפרשיםטו מסביר דעם פשט אין דעם, אַז משה האָט יענעם טאָג נאָר פאַרענדיקט צו שרייבן די ספרי תורה*15. וואָרום בכלל איז „כל מה ששמע ביום אחד כתב וכן בכל יום ולא הי' חסר בכל התורה רק הסיום מפרשיות אחרונות".
בהמשך לזה קען מען מוסיף זיין אפילו בנוגע די סדרות נצבים ואילך — אַז כשם ווי מען געפינט אַז משה האָט געשריבן „וימת משה" (ע"ש העתיד?)טז האָט ער כמו"כ געקענט שרייבן די סדרות הנ"ל (עכ"פ רובם) אין די ימים שלפני הסתלקותו [כאָטש עס איז פאַרשטאַנדיק, אַז מען קען ניט זאָגן אַז ער האָט זיי געזאָגט צו אידן לפני יום הסתלקותו].
ועד"ז וואָלט מען לכאורה געקענט פאַרענטפערן אויך בנוגע אַלע אידן — לויט ווי דער רמב"םיז איז מתאר דעם סדר הלימוד פון אידן אין מדבר, אַז נאָך דעם ווי זיי האָבן געהערט די מצוה והלכותי' פון משה ואהרן כו', האָבן זיי פאַרשריבן „המצוה ההיא במגלות" (פון וועלכע זיי פלעגן דערנאָך לערנען);
קומט אויס, אַז במשך די מ' שנה במדבר זיינען (אויך) ביי אידן געווען פאַרשריבן רובן ככולן פון די פרשיות התורה, „ולא הי' חסר . . רק הסיום מפרשיות אחרונות".
קען מען במילא זאָגן, אַז נאַכן ציווי „ועתה כתבו לכם גו'" האָט יעדער איד נאָר מסיים געווען די כתיבה פון זיין ספר תורהיח.
ג. עס איז אָבער אַ דוחק אַזוי צו פאַרענטפערן, ווייל:
[דאָס הייסט, „על הסדר" ווי זיי קומען אין תורה: וויבאַלד אַז „אין מוקדם ומאוחר בתורה" און עס זיינען פאַראַן פרשיות וועלכע זיינען געזאָגט געוואָרן „לפני אותם הכתובים לפניהם", האָט מען זיך אָפּגעהאַלטן צו פאַרשרייבן אָט די פרשיות ביז עס זיינען געזאָגט געוואָרן די פרשיות וועלכע זיינען „כתובים לפניהם", און דעמאָלט האָט209מען געשריבן די אַלע פרשיות פאַרבונדן מיט דער פרשה על הסדר]
— אָבער ניט לויט רש"יכא, וואָס איז מפרש אַז „חתומה ניתנה" מיינט — „לא נכתבה עד סוף מ' לאחר שנאמרו כל הפרשיות כולן".
ב) בכלל צ"ע צי דער רמב"ם מיינט צו זאָגן, אַז כל אחד ואחד מישראל — יעדער בר חיובא — פלעגט אַליין שרייבן במגילות אַלע פרשיות התורהכב במשך די ארבעים שנה (ובפרט אַז אַ חלק גדול פון די וועלכע זיינען אַריין אין א"י זיינען געבאַרן געוואָרן אין מדבר).
אויב יעדער בר חיובא שבאותו דור האָט (נאָכן ציווי ועתה כתבו לכם גו') געשריבן אַ „ספר תורה לעצמו" — וואָלט עס, לכאורה, געדאַרפט דערמאָנט ווערן אין דברי חז"ל, כנ"ל. פון דעם וואָס חז"ל ריידן נאָר וועגן די י"ג ספרי תורה איז משמע, אַז עס איז ניט געווען דער חידוש הכי גדול — אַז דאָמאָלס זיינען פאַרענדיקט געוואָרן מער ווי ס' ריבוא ס"ת (אָדער אפילו — אָנגעהייבן געשריבן ווערן)כד.
ד. וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדים התמי' המפורסמת: וויבאַלד ס'איז אַ מ"ע על כל איש ואיש מישראל לכתוב ס"ת לעצמו — פאַרוואָס זעט מען ניט אַז אידן בכלל, און כו"כ פון גדולי ישראל בפרט, זאָלן דאָס מקיים זיין בפועל? און בסמוך צום זמן החיוב במצות אָנהייבנדיג פון דער מצוה־טעם פון מצות כתבו לכם ולמדה.
לכאורה י"ל דעם טעם דערויף: עס שטייט אין רא"שכה (און אַזוי איז די הלכהכו) אַז „האידנא שכותבין ס"ת ומניחין אותו בבתי כנסיות לקרות בו ברבים מ"ע היא על כל איש מישראל . . לכתוב חומשי תורה ומשנה וגמרא ופירושי' להגות בהן הוא ובניו כי מצות כתיבת התורה היא ללמוד בה . . הם הם הספרים שאדם מצוה לכותבם" — וכפסק הש"ךכז, אַז „האידנא" איז די „מ"ע נאמר דוקא באלו, ולא בס"ת".
און בנוגע סתם (געשריבענע אָדער געדרוקטע) ספרים, איז דאָך כו"כ — אפילו פון די וואָס זיינען ערשט אַריין אין גיל פון בר מצוה — קויפן ספרים אויף צו לערנען אין זיי, און אַזוי אַרום איז ער דערמיט יוצא די מצוה פּון „כתבו לכם"כח.
און אע"פ אַז דער רמ"אכט פסק'נט אַז „לקחו כך ולא הגיהו בו דבר הוי כחוטף מצוה מן השוק ואינו יוצא בזה" (ולכל הדיעותל איז עס ניט קיין קיום מצוה כדבעי ולכתחילה) —
210איז דער דין הנ"ל (אין רמ"א) געזאָגט געוואָרן נאָר בנוגע צו אַ ס"ת, וואָס ביי ס"ת איז פאַראַן אַ חיוב פון כתיבה; משא"כ „האידנא", ווען מ'איז מקיים די מצוה מיט סתם ספרים, איז אויך דער רמ"א מודה אַז מ'איז יוצא די מצוה דורך קויפן ספרים, וכמשנ"ת במקום אחר באורךלא.
ה. אָבער אין אמת'ן איז דאָס ניט קיין תירוץ (מספיק). וואָרום לא מצינו בשום מקום, מען זעט עס ניט בפועל אַז יעדער בר מצוה זאָל תיכף ווי ער ווערט בר מצוה שרייבן (אָדער עכ"פ — מגי' זיין; אָדער לקנות ספרים — עפמשנ"ת בסוף סעיף הקודם) און במילא האָבן ספרים ביז אַ שולחן ערוךלב — תיכף ווען ער ווערט מחויב אין ולמדה.
אויך לויט כו"כ פוסקים [כולל דעם בית יוסף (ב"ח) און דעם ט"זלג; ועד"ז כו"כ פוסקים נאָכן ש"ךלד] איז דער רא"ש ניט אויסן צו מבטל זיין די מצוה פון כתיבת ס"ת כפשוטה, נאָר ער מיינט צו מוסיף זיין, אַז „האידנא" איז צוגעקומען (נאָך) אַ חיוב „לכתוב חומשי תורה ומשנה וגמרא ופירושי'".
און וויבאַלד אַזוי, איז די תמי' הנ"ל במקומה עומדת: ווי קומט עס וואָס אויך כו"כ פון גדולי ישראל — וועלכע האָבן זיכער מהדר געווען אין מצות, זיי צו מקיים זיין באופן דלכתחילה ולכל הדעות — האָבן זיך ניט משתדל געווען צו שרייבן אַ ס"ת (ניט בעצמם און אפילו ניט ע"י שליח) בכדי צו יוצא זיין אויך לדעת הפוסקים הנ"ל, אַז ס'איז דאָ אַ מצוה פון שרייבן אַ ס"ת כפשוטה?
נאָך מער: אפילו די גדולי ישראל וועלכע האָבן געשריבן אַ ס"ת — האָבן זיי עס געטאָן ניט באַלד נאָך דעם ווי זיי זיינען מחוייב געוואָרן במצות, און אפילו ניט באַלד ביי דער ערשטער אפשריות (פון אמצעים כספיים וכו') אויף צו דורכפירן דעם ענין — נאָר לאחר כו"כ שניםלה!
איז מן ההכרח צו זאָגן, אַז אויך איידער זיי האָבן געשריבן די ס"ת, האָבן זיי מקיים געווען די מצוה און — כהנהגתם אפילו בדין דאחרונים וכיו"ב — אין אַן אופן פון לכתחילה און בהידור; און זייער שפּעטערדיקע השתדלות אין כתיבת ס"ת, איז געווען (ניט דערפאַר וואָס פריער האָט געפעלט, ח"ו, קיום מצות עשה מן התורה, נאָר) אַלס אַן ענין של תוספת, הידור וכו'לו.
ו. ויש לומר הביאור בזה:
ס'איז נהוג ביי אידן בכל תפוצות ישראל, אַז אין יעדער קהילה איז פאַראַן211אַ ספר תורה וואָס באַלאַנגט צום ציבורלז.
— אין צוגאָב צו דעם וואָס יחידים שרייבן ספריתורה און זיינען זיי מוסר צו בתי־כנסיות (כו"כ זיינען זיי מוסר יפה יפהלח ובכמה איז פאַראַן אַ שקו"טלט צי זיי בלייבן קנינו של היחיד, אָדער זיי ווערן קנינו של הציבור), איז מנהג ישראל אַז דער ציבור נעמט־דינגט צוזאַמען אַ סופר אויף דער כתיבה (אָדער קני') פון אַ ספר תורה, וואָס די ספרי תורה זיינען זיכער קנין הציבור, ובמילא האָט יעדער אידמ אַ חלק אין דער מצוה פון „כתבו לכם גו'".
איז אָבער בנוגע אַ זאַך וואָס באַלאַנגט צו אַ ציבור איז דאָ אַ שקו"טמא צי מען קען אויף דעם זאָגן אַז דער יחיד (אַלס פרט) האָט אַן אייגענעם חלק אין דעם [וואָרום אַ ציבור (קהל) מיינט ניט נאָר אַ צירוף פון אַ ריבוי יחידים, נאָר דאָס איז אַ מציאות חדשה; וואָס דערפאַר דאַרף זיין די זהירות פון מוסרו לציבור יפה יפה];
נאָך מער: אפילו מ'זאָל זאָגן אַז עס ווערט פאַררעכנט ווי אַ ס"ת של שותפין — האַלטן אָבער אַ סך אחרוניםמב אַז מ'איז ניט יוצא מיט אַ ס"ת של שותפין, נאָר יעדערער מוז שרייבן אַ ס"ת לעצמו —
איז דאָך הדרא קושיא לדוכתא: ווי קען מען יוצא זיין די מצוה פון כתיבת ס"ת מיט האָבן אַ חלק אין אַ ס"ת של קהל?
ז. איז דער ביאור בזה: ביי אתרוג (ומיניו) איז דער דיןמג אַז מ'איז ניט יוצא בשותפות, נאָר עס דאַרף זיין „כולו שלו"מד, און אעפ"כ איז „נוהגים במקום שאין אתרוג מצוי שכל הקהל קונים אתרוג בשותפות . . מפני שכיון שקנאוהו לצאת בו מסתמא הוי כאילו פירשו שכל הקהל נותנים חלקם לכל מי שנוטלו לצאת בו על מנת שיחזירוהו להם"מה.
ועד"ז יש לומר בנדו"ד: וויבאַלד אַז צוליב דעם מצב פון ניט עשירות וכו' האָט ניט יעדער איינער די מעגלעכקייט צו שרייבן אַ ס"ת לעצמו, איז ער יוצא דערמיט וואָס דער קהל שרייבט אַ ספר תורה צוזאַמען ווייל „מסתמא הוי כאילו פירשו שכל הקהל נותנים חלקם" צו יעדן איינעם פון קהל („על מנת שיחזירוהו להם") כדי אַז די ס"ת (וכתיבתה) זאָל אינגאַנצן געהערן צו אים און קענען יוצא זיין די מצוה פון „כתבו גו' ולמדה גו'"מו.
212ויתרה מזה — דאָס איז ניט אַ ס"ת של שותפות, נאָר עס איז (בזמן הדרוש) אינגאַנצן זיינע מלכתחילה, כדלקמן.
ח. לכאורה איז דאָס אָבער ניט קיין תירוץ, וואָרום ס"ת איז ניט גלייך צו אתרוג:
ועפ"ז קען מען זאָגן אַז דער „מתנה" פון „לב ב"ד" בנדו"ד איזמט, ניט נאָר אַז די ס"ת זאָל זיין „שלו", נאָר נאָכמער, אַז אויך די כתיבת התורה איז פאַר איםנ — גלייך בשעת כתיבת התורה איז „לב ב"ד מתנה" אַז די כתיבה איז בשליחות פון יעדן איינעם פון דעם קהלנא, און213בשעת ער וועט דאַרפן מקיים זיין דעם „ולמדה" אין דער ס"ת — בעת עלייתו לתורה — איז עס אין אַ ספר תורה וועלכע איז געשריבן געוואָרן (בלויז) פאַר איםנב.
און ב"ד דאַרף אָט דעם תנאי ניט זאָגן בפירוש דעם סופר וואָס שרייבט די ס"ת, ווייל דער ענין פון „לב ב"ד מתנה" איזנג אפילו ווען יענער ווייס ניט פון דעם און טראַכט ניט וועגן דעם. ווי מען געפינט עס בריבוי מקומות; ולדוגמא: ביים דיןנד פון „לשם ששה דברים הזבח נזבח", וואָס „אף מי שלא הי' בלבו לשם אחת מכל אלו כשר שתנאי ב"ד היא".
ט. עפ"ז יש לומר יתירה מזו:
אויך די וועלכע זיינען געבאָרן געוואָרן נאָך דעם ווי דער קהל האָט געשריבן די ס"ת (וואָס דער „לב ב"ד מתנה" פון שעת הכתיבה איז לכאורה ניט חל (ויש לשקו"ט בזה) אויף זיי), וויבאַלד אָבער אַז מען מוז מגי' זיין אַ ס"ת מזמן לזמן, און „כל המגי' ס"ת ואפילו אות אחת הרי הוא כאילו כתבו כולו"נה, איז יש לומר, אַז לכל הדעות — איז „לב ב"ד מתנה" אַז די הגהת הספר תורה זאָל פאַררעכנט ווערן ווי כתיבת התורה פאַר די אַלע וועלכע זיינען געבאָרן געוואָרן (והגיעו לעול מצות) צווישן כתיבת התורה און דער הגהה, ועד"ז בין הגהה להגהה.
און לויט דער הסברה וועט אויסקומען אַז אפילו די קהילות וואָס האָבן בלויז געקויפט אַ ס"ת, איז „לב ב"ד מתנה" אַז בשעת דער הגהה פון ס"ת (מזמן לזמן) איז דאָס בשליחות פון יעדער בר חיובא פון דעם קהל, איז ער במילא דערמיט מקיים מצות כתיבת ספר תורה.
יו"ד. מען דאַרף נאָך אָבער פאַרשטיין:
לכאורה איז פאַראַן נאָך אַ חילוק צווישן אתרוג הקהל און ס"ת הקהל
— ווי אחרוניםנו זיינען מחלק צווישן ס"ת של שותפין און אתרוג של שותפין [וואָס אויך ביי אתרוג של שותפין פסק'נט דער רמ"אמג אַז „אם קנו לצורך מצוה יוצאים בו מסתמא (און מען דאַרף ניט אויסריידן בפירוש אַז מען גיט עס צום צווייטן שותף במתנה על מנת להחזיר) דאדעתא דהכי קנאוהו"]:
ביי אתרוג העלפט מתנה ע"מ להחזיר, היות אַז דער אתרוג דאַרף זיין „שלו" בלויז בשעת נטילתו; משא"כ ביי ס"ת וואָס מען דאַרף דאָס האָבן אויף צו לערנען אין עםנז, העלפט דאָ ניט קיין214מתנה ע"מ להחזיר, וואָרום אין דער רגע וואָס ער גיט עס צום צווייטן, האָט ער ניט קיין ס"ת ללמוד בה.
אָבער דאָס איז ניט אַזוי. ווייל דער חילוק צווישן ס"ת און אתרוג, האָט אַן אָרט בלויז בדורות הראשונים ווען דער עיקר הלימוד איז געווען אין אַ ס"תנח;
משא"כ בנוגע צו אַ ס"ת האידנא, באַשטייט דער „ולמדה" אין אַ ס"ת (לויטן מנהג ישראל בפועל) בעיקרנט אין דעם וואָס קורין בה ברביםס. איז במילא פאַרשטאַנדיק, אַז אפילו לויט די דיעות אַז מ'איז ניט יוצא (גם להרא"ש) די מצוה בלויז מיט ספרים, נאָר מען מוז אויך שרייבן אַ ס"ת, איז אָבער ניט קיין חיוב אַז די ס"ת זאָל זיין תחת ידו בכל עת ובכל שעהסא; ס'איז גענוג ווען מ'האָט אַן אייגענע ס"ת בשעת מ'איז מקיים דעם „ולמדה" — ווען מ'איז עולה לתורה און מען לייענט אין איר.
יא. נאָך אַ פרט אין דעם: אַ ס"ת של קהל איז אַנדערש ווי אַ ס"ת של שותפין:
ביי אַ ס"ת של שותפין איז די חלוקת הס"ת צווישן זיי תלוי אין דעת השותפין. און וויבאַלד אַז דער „ולמדה" האָט ניט קיין זמן מוגבל (ניט ווי אַן אתרוג וואָס נטילתו איז בזמן מסוים), קען מען ניט זאָגן אַז „יוצאים בו מסתמא" ווייל „אדעתא דהכי" האָבן די שותפים געשריבן די ס"ת (צו געבן דעם צווייטן במתנה ע"מ להחזיר ווען ער וויל נאָר מקיים זיין דעם „ולמדה"), ובפרט אַז עס קען זיין אַז ביידע וועלן וועלן לערנען אין דער ס"ת אין דעם זעלבן זמן.
משא"כ בנוגע צו אַ ס"ת של קהל, איז עס דאָך קנוי להציבור אויף לייענען אין איר ברבים, און מען דאַרף דעריבער ניט אָפּריידן קיין תנאי וכו', נאָר „לב ב"ד מתנה" אַז בשעת יעדערער איז עולה לתורה איז די ס"ת זיינע, „שלו", און נאָך מער — אַז די כתיבת התורה איז געווען פאַר אים, כדי צו קענען מקיים זיין דורכדעם מצות כתיבת ס"ת.
215יב. ע"פ כל הנ"ל קען מען זאָגן, אַז עד"ז האָבן אידן מקיים געווען די מצוה פון כתיבת ס"ת בפעם הראשונהסב:
וויבאַלד אַז עס איז געווען אַ זמן וואָס איז געווען מן הנמנע אַז יעדער איד זאָל קענען אָנשרייבן אַ ס"ת לעצמו*62 ובפרט אַז ולמדה ווי מקיים זיין מצות הייבט זיך אָן פון החודש הזה גו', האָט משה רבינו געשריבן פאַר זיי י"ג ספרי תורה — אַ ספר תורה פאַר יעדן שבט — זיינען זיי געווען ספרי תורה של קהל, ובמילא „לב ב"ד מתנה עליהן" אַז בשעת יעדערער וועט לערנען פון דער ס"ת האָט מלכתחילה משה רבינו פאַר אים געשריבן די ס"תסג.
ויש לומר אַז דאָס גופא איז דער טעם פאַרוואָס דער ציווי אויף כתיבת ס"ת איז געזאָגט געוואָרן במצב כזה — אַז אין יענעם זמן איז ניט געווען קיין אפשריות אַז יעדער איד זאָל מקיים זיין מצות הכתיבה נאָר סיידן מיט אַ ס"ת של קהל —
דאָס קומט ללמד אויף דורות הבאים, אַז בשעת אַ מצב וועלכער איז בריבוי שנים אַז ניט יעדער איד קען שרייבן אַ ס"ת לעצמו, איז די מצוה מלכתחילה אַז מ'איז איר מקיים מיט אַ ס"ת של קהל.
יג. מכל האמור לעיל איז אויך פאַרשטאַנדיק דער גודל הענין פון קונה זיין אַן אות אין אַ ס"ת של קהל:
דעמאָלט איז מען יוצא די מצוה ניט נאָר מצד „לב ב"ד מתנה" (וואָס דאָס איז מועיל, כנ"ל, אפילו ווען מ'איז זיך ניט משתתף אין כתיבת הספר דורך קויפן אַן אות), נאָר מ'האָט דערביי אויך די מעלה פון אַ מעשה בפועל (בממונו) אין כתיבת התורה,
וואָס דעמאָלט איז דאָס זיכער ניט קיין „חוטף מצוה מן השוק", נאָר „כאילו קבלו מהר סיני"סד.
און דורך דעם וואָס אַלע אידן וועלן האָבן אַן אות אין אַ ס"ת — וואָס מצות כתיבת ס"ת איז דער „סיום" פון אַלע תרי"ג מצותסה — וועט מען בקרוב ממש זוכה זיין צום סיום הגלותסו, גלותינו וואָס אַלע אידן גייען אַרויס פון עם, בביאת משיח צדקנו,
וואָס ער וועט שרייבן „משנה התורה"סז „לשם המלך", וועלכער „יהי' עמו תמיד כו' שנאמר והיתה עמו וקרא בו כל ימי חייו"סח.
(משיחות י"ט כסלו
והתועדויות שלאח"ז, תשמ"ב)
Suggest a fixSent for reviewReport a problemNo account neededEmbed on another site