משא"כ דער היתר ההקרבה בבמה נאָך דעם זמן פון משכן שילה, דאַרף מען דערויף האָבן אַ לימוד מיוחד, ווי מ'לערנט עס אָפּכב פון דעם פסוקכג „כי לא באתם עד עתה אל המנוחה ואל הנחלה — אל המנוחה זו שילה נחלה זו ירושלים, למה חלקן [הכתוב] כדי ליתן היתר בין זה לזה"; מ'דאַרף האָבן אַ היתר מיוחד אויף דעם.
און ווי ס'איז משמע פון דעם לשון „ליתן היתר בין זה לזה", איז די קס"ד צו אסר'ן במות (וואָס דער לימוד איז שולל) איז [ניט ווייל דער משכן איז געווען בנוב וגבעון און עס זיינען געווען מחנות, נאָר] ווייל מ'וואָלט געמיינט אַז „משבאו לשילה" איז בטל געוואָרן כללות ענין הבמות (און דערויף איז דער פסוק מחדש און גיט אַ „היתר בין זה לזה"כד). און אַזוי איז אויך מובן פון לשון רש"י בפירושו על הש"סכה: „מנה"מ שהי' היתר לבמות אחר קדושת שילה משחרבה".
נאָר דערפון איז מוכח, אַז אין שילה האָט זיך אויפגעטאָן אַן ענין פון קביעות מקום (וואָס איז פריער ניט געווען) — „המקום אשר יבחר ה'"כו, האָט דאָס מבטל געווען דעם ענין הבמותכז. נאָר דערנאָך איז געקומען אַ לימוד מיוחד „ליתן היתר בין זה לזה".
מוז מען זאָגן, אַז כאָטש אויך שילה ווערט אָנגערופן „מקום אשר יבחר ה'", איז אָבער פאַראַן אַ חילוק אין דער בחירה צווישן שילה און ירושלים.
וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדים די חילוקי הלשונות בפרשתנו בנוגע דעם חיוב ההקרבה בבית.
פריער שטייט אין פסוקכח „לא תעשון כן לה"א (וואָס דאָס מיינט — כפירוש רש"י: להקטיר לשמים בכל מקום), כי אם אל המקום אשר יבחר ה"א גו' לשכנו תדרשו ובאת שמה והבאתם שמה עולותיכם גו'"; דערנאָך שטייטכט „ועברתם את הירדן גו' והניח לכם גו' והי' המקום אשר יבחר ה"א בו לשכן שמו שם שמה תביאו את כל אשר אנכי מצוה גו'". און מען איז מבאר אין ספרי, און רש"י ברענגט עס בפירושו על התורהל, אַז דער ערשטער פסוק איז „אמור לענין שילה" און דער צווייטער — „אמור לענין ירושלים"לא.83מקום מיוחד להקרבה (און ניט — בכל מקום, ווי עס איז געווען פריער, היתר הבמות); משא"כ די בחירה אין ירושלים איז געווען מצד דעם אויבערשטן כביכול, אַז הוא ית' האָט כביכול בוחר געווען אַן אָרט לשכינתו — „זאת מנוחתי עדי עד"לו.
ו. מצד דעם אונטערשייד אין דעם אופן הבחירה צווישן שילה וירושלים — איז אויך פאַראַן אַ חילוק בשייכות דעם ענין הנבחר:
וויבאַלד אַז די בחירה בשילה איז כדי עס זאָל זיין אַן אָרט מיוחד להקרבה, ווערט עס באַוואָרנט, עס איז גענוג ווען די בחירה איז אין דעם מקום (הבית אָבער ניט אין דעם בית שנבנה עליו);
משא"כ בירושלים, איז דאָס אַ בחירה מצ"ע (אָן אַ טעם המגביל) אין דעם ענין, איז דאָס כולל סיי דעם מקום (הבית), סיי דעם בית. ואדרבא וויבאַלד אַז דאָס איז אַ זאַך וואָס דער אויבערשטער, די שכינה האָט בוחר געווען למנוחתו „עדי עד", איז מובן, אַז די מנוחה בפועל ווערט דורך דעם בית, דער בית גופא איז אַ „בית הבחירה"לז.
וואָס דאָס איז אויך מודגש אין די שינויי הלשונות אין די פסוקים הנ"ל:
בנוגע צו שילה זאָגט דער פסוק „המקום אשר יבחר ה"א גו' לשום את שמו שם", אָבער בשייכות צו ירושלים איז דער לשון הכתוב „אשר יבחר ה"א בו לשכן שמו שם"לח: ביי שילה איז די בחירה ניט „בו" (אין דעם מקום*38) נאָר אין „לשום את שמו"לט, משא"כ ביי ירושלים, איז דער „יבחר ה"א" — „בו"לט, אין דעם מקוםלט.
ז. עפ"ז איז פאַרשטאַנדיק וואָס דער רמב"ם רופט די הלכות — „הלכות בית הבחירה" —
[כאָטש אַז אין דער התחלה — כותרת פון הלכות בית הבחירה, וואו עס ווערן אויסגערעכנט די מצוות וועלכע זיינען אין די הלכותמ, זאָגט דער רמב"ם אַז די ערשטע מצוה איז „לבנות בית המקדש" (און ניט „בית הבחירה"). ועד"ז אין די הלכות גופא, גלייך אין דער ערשטער הלכה, ברענגט ער דעם פסוקמא „ועשו לי מקדש" (און ניט דעם פסוקמב וואו עס84שטייט דער לשון פון „בחירה"מג); נאָך מער: די ווייטערדיקע הלכות בשייכות צום ביהמ"ק רופט ער טאַקע אָן מיטן נאָמען „מקדש" — „כלי המקדש", „ביאת מקדש"]
דערמיט איז מודגש אַז דער עיקר חידוש אין דעם ביהמ"ק בירושלים „בית עולמים", איז בחירת הקב"המד.
וואָס דאָס דריקט זיך אויס אויך אין דעם וואָס (אויך) דער בית איז אַ „בית הבחירה"מה.
ח. ע"פ כל הנ"ל קען מען אויך מבאר זיין דעם לשון הרמב"םמו „כיון שנבנה המקדש בירושלים נאסרו כל המקומות כולן לבנות בהן ביתמז לה' כו'" — דלכאורה:
וויבאַלד אַז דער עיקר אויפטו אינעם בית עולמים איז דער ענין הבחירה, האָט דער רמב"ם געדאַרפט זאָגן „כיון שנבחר בית עולמים"? נאָכמער: אין מכילתאמח שטייט טאַקע אַזוי דער לשון „עד שלא נבחרה ירושלים כו' עד שלא נבחר בית עולמים כו'" — און דער רמב"ם איז משנה פון לשון המכילתא און זאָגט „כיון שנבנה המקדש"?
וע"פ הנ"ל י"ל, אַז ס'זיינען דאָ צוויי פרטים אין דער בחירה במקדש שבירושלים, יעדערער אין זיין זמן:
די בחירה במקום המקדש, שבהר המורי', וואָס דאָס איז געוועןמט מימי האבותנ
[וואָס דערפאַר איז דאָס געווען דער „מקום שבנה בו אברהם המזבח ועקד86משמע, אַז דער חיוב צו מקריב זיין די קרבנות דוקא דאָרט איז (ניט נאָר אַ תנאי אין אופן ההקרבה מצד דעם מקריב — גברא, נאָר) אויךנט מצד די קרבנות, חפצא.
ויש לומר אַז דאָס איז מצד דעם טעם הנ"ל: וויבאַלד אַז עס איז דאָ אַ בית הבחירה, אַ מקום השכינה, ברענגט עס אויך אַ חיוב אויף דער חפצא פון די קרבנות, אַז מ'דאַרף זיי מקריב זיין אין דעם בית.
(משיחות ש"פ מטו"מ וש"פ ראה תש"מ;
ש"פ דברים תשמ"ב)
Suggest a fixSent for reviewReport a problemNo account neededEmbed on another site