עברית
Library

Likkutei Sichos

Addenda - general letters for Rosh Hashanah 2

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

605ב"ה, ימי הסליחות, ה'תשמ"א

שנת הקהל,

ברוקלין, נ.י.

אל כל בני ובנות ישראל

בכל מקום שהם

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

שטייענדיק געציילטע טעג פאַר ראש השנה, און בהמשך צום בריוו פון ערב ח"י אלול, איז כדאי זיך אָפּצושטעלן מער אויספירלעך אויף אַ נקודה וואָס איז באַרירט געוואָרן בקיצור אין דעם דערמאָנטן בריוו. דאָס איז: אַז די טאָ־טעגלעכע הנהגה פון אַ אידן על פי תורה, תורת חיים (הוראה בחיים), האָט אין זיך צוויי, לכאורה קעגנגעשטעלטע, זייטן: פון איין זייט ווערט געפאָדערט פון אַ אידן צו דינען דעם אויבערשטן (לערנען תורה, מקיים זיין מצוות, אָנהויבנדיק מיט דער מצוה וואָס איז אַ כלל גדול בתורה, ואהבת לרעך כמוך) אין אַן אופן פון בכל מאדך, אָן הגבלות (באַגרענעצונגען); און פון דער אַנדער זייט איז ער אָנגעזאָגט געוואָרן, אַז ענינים פון תורה און מצוות דאַרפן געטאָן ווערן אין אַ באַשטימטן, אָפּגעמאָסטענעם אופן און לא תוסף עליו ולא תגרע ממנו — ניט צוגעבן און ניט אַראָפּנעמען,

און וויבאַלד אַז תורה, תורת אמת, פאָדערט ביידע זאַכן צוזאַמען, סיי בכל מאדך און סיי לא תוסף עליו ולא תגרע ממנו, איז זיכער, אַז דאָס קען דורכגעפירט ווערן בפועל אין אַ פולשטענדיק אמת'ן אופן.

אַריינטראַכטנדיק זיך אַ ביסל טיפער אין דעם ענין, זעט מען, אַז אייגנטלעך איז דאָס אויך די נקודה פון דעם גאַנצן וועלט באַשאַף, סיי די „גרויסע וועלט" און סיי די „קליינע וועלט", יעדן מענטשן. און ראש השנה איז דאָך דער טאָג ווען דער606מענטש איז באַשאַפן געוואָרן, איז דעריבער דאַרף אַ מענטש ספּעציעל אַריינטראַכטן זיך אין דעם אין דעם טאָג פון ראש השנה, און אויך אין די צוגרייטונג טעג צו ראש השנה.

חכמינו ז"ל זאָגן אַז באַ דער בריאה אמר לעולמו די (דער באַשעפער האָט געזאָגט לעולמו ער זאָל זיין אַ באַגרענעצטער) — אָבער לא חסר בעולמו דבר (עס האָט קיין זאַך ניט געפעלט בעולמו).

אויך דעם מענטשן, דעם עולם קטן, האָט דער אויבערשטער באַשאַפן אויף דעם זעלבן אופן; מיט אַ באַשטימטע צאָל אברים און גידים, אַלץ מיט אַ מאָס און מיט אַ ברעג.

גלייכצייטיק האָט דער אויבערשטער געגעבן דעם מענטשן אומבאַגרענעצטע כחות צו באַהערשן די גאַנצע וועלט, און דער עיקר — צו דורכברעכן אַלע באַגרענעצונגען, סיי אין זיך און סיי אין וועלט, און דערהויבן זיך און דעם גאַנצן אַרום צו אַ מדריגה און אַ וועלט וואָס האָט ניט קיין מאָס און קיין ברעג — ווייל זיין שליחות און אויפגאַבע איז: לעשות לו ית' דירה בתחתונים, אַ דירה צום אין־סוף

און חכמינו ז"ל דערציילן, אַז דאָס האָט דערגרייכט און אויפגעטאָן אדם הראשון שוין אין דעם זעלבן טאָג וואָס ער איז באַשאַפן געוואָרן, דערפילנדיק אַז דאָס איז דער תכלית און זיין שליחות. ער האָט געוועקט די וועלט: בואו נשתחוה ונכרעה נברכה לפני ה' עושנו (קומט, לאָמיר זיך בוקן און קניען, קניען פאַר דעם אויבערשטן וועלכער האָט אונז געמאַכט), און ער האָט עס אויסגעפירט — אַזוי איז געווען בפועל.

און דאָס חזר'ט זיך איבער יעדן ראש השנה, ווען אין צוגאָב וואָס מיר בעטן דעם אויבערשטן אָננעמען אונזער הכתרה (קרוינונג) און זיין בפועל ובגלוי „מלך607ישראל", בעטן מיר אויך מלוך על העולם כולו בכבודך, ביז אַז ידע כל פעול כי אתה פעלתו כו' — יעדע זאַך וואָס עקזיסטירט, און יעדע באַשעפעניש וואָס איז באַשאַפן געוואָרן, און יעדער וואָס האָט אַ נשמה, וועלן וויסן, פאַרשטיין און זאָגן (אַנערקענען), אַז זיי האָבן אַ באַשעפער וואָס האָט זיי באַשאַפן און אויסגעפורמט, און גיט זיי עקזיסטענץ און לעבן, ביז אַז מלכותו בכל משלה — ג־טלעכקייט הערשט אין אַלץ און אומעטום.

וואָס דער ענין פון מכתיר זיין אַ מלך און וויסן און פילן, אַז מלכותו בכל משלה פאָדערט, קודם כל, אַ ביטול און געהאָרכזאַמקייט אָן הגבלות כלל.

א

פון וואַנעט נעמט זיך דער דערמאָנטער אומבאַגרענעצטער כח אין אַ מענטשן וואָס איז באַשאַפן געוואָרן, ווי געזאָגט, מיט אַ מאָס און מיט הגבלות, און איז אַ טייל פון דער באַגרענעצטער וועלט?

איז די ערקלערונג אָנגעוויזן אין תורה, תורה אור, וואָס באַלייכט אַלעס מיט אמת'דיקע ליכטיקייט. די דערקלערונג איז פאַרבונדן און באַגרינדעט אויף דער באַדייטונג פון דעם תורה נאָמען פון השם'ס אַן אָנזאָג „מצוה", וואָס אין צוגאָב צום געוויינלעכן זין פון ציווי* (באַפעל), האָט עס אויך דעם באַגריף פון צוותא וחיבור (פאַרבונד און פאַראייניקונג). דאָס הייסט: אַ מצוה פאַרבינדט און פאַראייניקט דעם וואָס זאָגט־אָן די מצוה, מיט דעם וואָס איז מקיים די מצוה — ניט קוקנדיק אויף דעם בלי ערך כלל פון דעם נברא און דעם בורא.

דער בורא, כאָטש ער איז איןסוף און העכער פון יעדן באַגריף, גיט דעם מענטשן אַ מצוה און זאָגט אים, אַז אויב ער וועט מקיים זיין די מצוה וועט ער פאַרשאַפן אַ נחת־רוח, כביכול, דעם באַשעפער דורכדעם וואָס זיין ציווי און רצון608איז דערפילט געוואָרן, ער גיט דערמיט דעם מענטשן דעם כח צו שאַפן דעם נחתרוח און דורכדעם פאַראייניקן זיך מיט דעם אויבערשטן, וואָס ער איז איןסוף, אָן קיינע הגבלות כלל.

דורכדעם ווערט אויך די טלעכע — איןסוף — ליכטיקייט אַנטפּלעקט און זי דרינגט דורך דעם מענטשן וועלכער איז מקיים די מצוה, און אויך זיין חלק אין וועלט אַרום אים. דאָס גיט דעם מענטשן די אומבאַגרענעצטע כחות צו דערהויבן זיך, און די וועלט, איבער אַלע הגבלות;

און צוזאַמען דערמיט דאַרף און מוז די מצוה וואָס ער איז מקיים געטאָן ווערן אין אַן אופן פון לא תוסף עליו ולא תגרע ממנו (ווי אַרומגערעדט אין דעם פריערדיקן בריוו),

די מצוה און דער אופן ווי די מצוה דאַרף געטאָן ווערן, זיינען ביידע איין זאַך — דער ציווי און רצון פון דעם באַשעפער — וועלכער איז העכער פון יעדער גדר (געזעץ) און קען פאַראייניקן קעגנגעזעצטע זאַכן.

אַראָפּברענגענדיק דעם אויבנדערמאָנטן געדאַנק אין מעשה בפועל, וואָס המעשה הוא העיקר:

רצה הקב"ה לזכות את ישראל, דער אויבערשטער וויל מזכה זיין יעדן אידן און אַלע אידן מיט תורה און מצוות אין דער פולסטער מאָס, און מאַכט זיי צוגענגלעך אויך צום מענטשלעכן שכל, יעדן איינעם און איינע לויט זייער פאַרשטאַנד. און כאָטש אַ מענטשלעכער שכל איז באַגרענעצט, אָבער וויסנדיק אַז בשעת ער לערנט תורת ה' און איז מקיים מצות ה' פאַרבינדט ער זיך מיט דעם אין־סוף, מוז דאָס אים דורכנעמען מיט אַן אומבאַגרענעצטע שמחה, שמחה של מצוה. און דאָס העלפט אויך, בפשטות, איבערצוקומען אַלערליי שוועריקייטן, סיי אַזעלכע וואָס ווייזן זיך אויס אַזוי, סיי אַזעלכע וואָס זיינען דאָ פאַקטיש (מערסטענס — אין אַ פיל קלענערער מאָס ווי מ'שטעלט זיך פאַר),

609וואָרום שמחה פורץ גדר — מיט שמחה ברעכט מען דורך אַלע שטערונגען און הגבלות, און דאַן קען מען און מען איז מקיים השם'ס אָנזאָגן און זיין ג־טלעכע שליחות בכל מאדך, אָן מדידות און הגבלות.

און דער קיום בכל מאדך אין לימוד התורה און קיום המצוות, ברענגט (מדה כנגד מדה) — דעם אויבערשטן'ס הוספה אַלץ מער און מער אין אַלע זיינע ברכות, אָן מדידות און הגבלות, מידו המלאה הפתוחה הקדושה והרחבה, יעדן איינעם און איינע אין וואָס מ'נויטיקט זיך, בגשמיות וברוחניות גם יחד,

און ספּעציעל אין דער כללות'דיקער ברכה, די ערפילונג פון דער תפלה „ה' אלקים צבאות השיבנו האר פניך ונושעה", די ישועה שלימה בגאולה האמיתית והשלימה דורך משיח צדקנו.

בברכה להצלחה בכל האמור

ובברכת כתיבה וחתימה טובה

אה מר 1 "

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-s8h87h9t

Copies

Recent activity

#196 Likkutei Sichos vol 24: machine reading · approved
#140 Likkutei Sichos vol 24: machine reading · closed

Sources