עברית
Library

Likkutei Sichos

Addenda - sichos 1

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

263שיחת אור לר"ח מנחם־אב ה'תש"מ

— בבית הכנסת, אחרי תפלת ערבית —

א. משנכנס אב ממעטין כו'א — היפך הנהגה הרגילה

וואָרום דער סדר הרגיל באַ אידן איז — „עבדו את ה' בשמחה"ב, און וויבאַלד אַז עבודת ה' דאַרף זיין בשלימות, דאַרף אויך די שמחה זיין במילואה ובשלימותה. איז בשעת עס קומט אַ צייט וואָס „ממעטין בשמחה", איז דאָך דאָס היפך הנהגה הרגילה,

איז, ע"פ הידוע אַז ירידה איז צורך עלי'ג, פאַרשטאַנדיק בפשטות, אַז די הנהגה הנ"ל („ממעטין בשמחה"), וואָס איז אַ ירידה גדולה ביותר (וויבאַלד זי איז היפך הנהגה התמידית), איז עס בכדי אַז פון דעם זאָל אַרויסקומען אַן עלי' גדולה ביותר.

ב. כשם ווי די ירידה דכללות ענין הגלות, איז דאָך ידועד אַז דער „ירוד ירדנו"ה איז געווען צוליב „ואנכי אעלך גם עלה"ו — צוליב דעם „אעלך" וואָס איז געווען ביציאת מצרים, און דעם „גם עלה" וואָס וועט זיין אין דער גאולה העתידהד

— און אפילו אויב מען איז אין אַ מצב פון „לא זכו" ח"ו, און מען דאַרף אָנקומען צו „בעתה"ז — איז דאָך די גמראח מודיע אַז ס'איז שוין „כלו כל הקיצין", ובמילא איז דאָך זיכער אַז ס'איז שוין נאָך דעם „בעתה",

און וויבאַלד אַז לכל הדעות איז שוין נאָך דעם זמן וואָס „הגיע הקץ" — וועט דאָך זיכער דער אויבערשטער ניט פאַרהאַלטן אפילו כהרף עין (ווי עס שטייט בנוגע צו דער גאולה פון יציאת מצריםט, וואָס דערפון איז פאַרשטאַנדיק אויך בנוגע צו דער גאולה העתידה, וואָס וועט זיין כימי צאתך מארץ מצריםי) —

עד"ז איז אויך בנוגע צו דער ירידה פון „משנכנס אב ממעטין בשמחה" (וואָס זי איז אַ תוצאה פון דער ירידה דגלות) — אַז דאָס איז צוליב דער עלי' וואָס וועט זיין לע"ל, וואָס דעמולט וועט דער חודש נהפך ווערן לשמחה.

ג. ענין הנ"ל איז מודגש נאָך קלערער, און אין בולט'ע ווערטער, אין ילקוט שמעוני אויף ספר ירמי'יא (וואָס רעדט וועגן „חורבנא"יב), און אין ספר ירמי' גופא — גלייך בראשו ותחלתויג, אויף די ווערטער „בחודש החמישי" (דער חודש אין וועלכן „ממעטין בשמחה"):

אַז דאָס וואָס „עלה ארי' [„זה נבוכדנאצר"] במזל ארי' [„בחודש החמישי"] והחריב אריאל" [וואָס „אריאל"264גייט אויף ירושלים, בית המקדש בכלל, אָדער אויפן מזבח שבביהמ"קיד], איז דאָס געווען „על מנת (בכדי) שיבוא ארי' [„זה הקב"ה דכתיב בי'טו ארי' שאג מי לא יירא"] במזל ארי' ויבנה אריאל", און ער איז מפרש אַז „יבוא ארי' במזל ארי' (וועט אויפטאָן) והפכתי אבלם לששון"טז,

דער „עלה ארי' במזל ארי' והחריב אריאל", איז דאָס „על מנת"; ומזה — אַז דאָס וואָס ס'איז געוואָרן דער סדר פון „משנכנס אב ממעטין בשמחה", איז דאָס מלכתחלה על מנת — בכדי עס זאָל זיין „והפכתי אבלם לששון".

ד. באַ יעדער ענין וואָס מען גיט מלמעלה דאַרף מען מאַכן כלים וואָס זיינען צוגעפּאַסט צו דעם ענין.

און וויבאַלד אַז די כלים זיינען ענינים פון תורה און מצוות — זיינען זיי ניט נאָר כלים צו מקבל זיין דעם ענין הנמשך, נאָר זיי זיינען אויך ממשיךיז און ממהר די המשכה פון דעם ענין הנמשך.

ובנוגע לעניננו: מאַכן כלים וואָס זאָלן ממשיך זיין און ממהר זיין נאָך מערער, אַז דער במהרה בימינו פון „יבוא ארי' במזל ארי' ויבנה אריאל" זאָל זיין וואָס שנעלער.

ה. די כלים המתאימים צו דעם, איז — ווי מען זאָגט אין דעם סיום ההפטורה פון שבת חזוןיח

[וואָס התחלתו איז (ווי די התחלה פון יעדער שבת) פון יום הראשון בשבתיט. וואָס איצטער, אור ליום שני, איז דער סיום וחותם פון יום ראשון]

„ציון במשפט תפדה ושבי' בצדקה". און ווי דער אַלטער רבי איז מפרשכ: במשפט היינו הלכות, און בצדקה — צדקה כפשוטה.

[ואע"פ אַז „בצדקה" מיינט (אויך) „כללות המצוות שנקראו צדקה"כא — איז בעיקר — אין מקרא יוצא מידי פשוטו — צדקה כפשוטה.

וי"ל — ע"ד ווי „במשפט" איז תורה בכללכב, פונדעסטוועגן איז דאָ נוגע בעיקר דער חלק ההלכותכג פון תורה].

און בכדי אַז די ענינים („במשפט" און „בצדקה") זאָלן געטאָן ווערן כדבעי, און זיי זאָלן עולה זיין למעלה כדבעי — דאַרף מען דאָס פאַרבינדן מיטן דריטן קו, עבודת התפלהכד,

265וואָס נוסף אויף דעם וואָס תפלה איז דער „סולם מוצב ארצה וראשו מגיע השמימה"כה, וואָס דורך אים זיינען עולה אַלע עבודות האדם (תורה און צדקה) למעלה,

איז דורך תפלה בעט מען און מען פועל'ט, אַז עס זאָל נמשך ווערן די סייעתא דשמיא און ברכתו של הקב"ה אַז דער „במשפט" און „בצדקה" זאָלן זיין בהצלחה בכל הפרטים (סיי בנוגע דעם עסק התורה והצדקה גופא, סיי בנוגע זייער עלי' למעלה, און אויך בנוגע צו זייער המשכה און פעולה (דערנאָך) דאָ למטה).

ו. ובנוגע לפועל — אַז בכל יום ויום פון די נייען טעג זאָל יעדער איינער מוסיף זיין אין די אַלע דריי קוין: תורה, עבודה און גמ"ח:

אין תורה: צו מוסיף זיין בכל יום דימים אלו אויף די שיעורים הקבועים, ובעיקר — אין לימוד הלכותכו.

אויך אין לימוד ספר הזהר, וואָס אויף דעם האָט געזאָגט משה רבינו רעיא מהימנאכז „בהאי חיבורא דילך דאיהו ספר הזהר כו' יפקון בי' מן גלותא ברחמים".

ומה טוב — בכדי אַז דאָס זאָל זיין אין אַן אופן פון „יתפרנסון"כח — צו לערנען אויך אַ ביאור אויף דעם ענין וואָס מען וועט לערנען אין ספר הזהר (אָדער — אַן ענין בפני עצמו) אין תורת החסידות, וואָס ברענגט די רזי תורה פון ספר הזהר אין הבנה והשגה.

[ומובן בפשטות, אַז אין דעם טאָג פון תשעה באבכט — זאָל די הוספה אין לימוד התורה זיין אין די ענינים וואָס מען מעג לערנען בת"ב, וואָס אין דעם איז דאָ אויך הלכות („במשפט"), ווי הלכות ת"ב וכיו"ב].

אין תפלה: צו מוסיף זיין בכל יום דימים אלו אין עבודת התפלה באיכות [וואָס דאָס, די הוספה באיכות, קען מען טאָן אויך אין דעם טאָג פון תשעה באב גופא],

און אויך בכמות — מוסיף זיין בכל יום אין אמירת תהליםל, עכ"פ אַ מזמור אחד.

וואָס דאָס האָט אויך אַ שייכות מיוחדת לעניננו, וואָרום „דוד מלך ישראל" — נעים זמירות ישראללא — איז „חי וקיים"לב אויך איצטער און אַלס „מלך ישראל",

ביז אַז „יעמוד מלך מבית דוד הוגה בתורה ועוסק במצות כדוד אביו" און ילחם מלחמות ה' וינצח ויבנה מקדש במקומו ויקבץ נדחי ישראללג.

אין צדקה: נוסף צו די נתינת הצדקה קודם התפלה וואָס עס דאַרף זיין בכל ימי השנה, ווי עס שטייט אין גמראלד און ברענגט זיך אויך אין שו"עלה להלכה — זאָל מען בכל יום דימים אלו מוסיף זיין אין דעם.

266ומה טוב, אַז די הוספה אין נתינת הצדקה זאָל זיין פעמיים בכל יום: לפני תפלת שחרית, און אויך לפני תפלת מנחה.

וואָס דאָס האָט אַ שייכות מיוחדת לעניננולו. וואָרום „אליהו לא נענה אלא בתפלת המנחה"לז, און אליהו איז דאָך דער וואָס וועט בקרוב ממש אָנזאָגן די בשורת הגאולה.

און בנוגע צו יום השבת, וויבאַלד אַז די נתינת הצדקה בשבת דאַרף זיין אין אַן אופן שונה (נתינת מאכל לעני וכיו"ב), וואָס דאָס איז ניט אַזוי לייכט צו אויספירןלח — זאָל מען ביום הששי געבן „משנה", סיי פאַר יום הששי סיי פאַר יום השבת.

ז. מובן בפשטות אַז כל הנ"ל איז שייך אויך צו נשי ובנות ישראל.

בנוגע צו תורה — איז דאָך דער פס"ד ברור אין הלכות תלמוד תורה, ובארוכה אין הלכות תלמוד תורה פון דעם אַלטן רבי'ן בחותם פרק ראשוןלט, אַז נשים דאַרפן לערנען די „הלכות הצריכות להן".

בנוגע צו תפלה — זאָגט דאָך די גמראמ אַז „נשי בעי חיי", און זיי דאַרפן „רחמי"מא, תפלה.

און בנוגע צו צדקה — איז דאָך אדרבה, די צדקה וואָס פרויען גיבן, טוט אויף נאָך ביתר שאת. וויבאַלד אַז די צדקה וואָס זיי גיבן איז „מקרבה הנייתי'"מב, זי טוט אויף פריער דאָ למטה — דעריבער טוט עס אויף פריער אויך למעלה, וואָרום „במדה שאדם מודד בה מודדין לו"מג.

ח. ומובן בפשטות, אַז מצד אהבת ישראלמד

— וואָס אהבת ישראל פאַרבינדט אַלע אידן צוזאַמען, און (במילא) פאַרשטאַרקט אויך דעם פאַרבונד צווישן אידן מיטן אויבערשטן,

וכידוע די תורה פון דעם אַלטן רבי'ןמה, אַז „ואהבת לרעך כמוך"מו און „ואהבת את ה' אלקיך"מז זיינען כולא חד —

וועט יעדער איינער און איינע זיך משתדל זיין בכל המיני השתדלות צו מזכה זיין בענין הנ"ל אויך זיינע (אירע) באַקאַנטע, ביז — בכל מקום שידו (שידה) מגעת.

און אויך דאָס (דער ענין פון אהבת ישראל) איז פאַרבונדן באופן ישיר מיט „והפכתי אבלם לששון" — וואָרום בשעת אַז עס קומט צו אַ הוספה אין „כולנו כאחד" ווערט נתוסף אין „ברכנו אבינו"מח

267ובפרט אין דער ברכה „ותחזינה עינינו בשובך לציון ברחמים" וואָס יעדער איד און אַלע אידן זיינען מתפלל בכל יום, און אויך אין דער ברכה „בונה ירושלים" וואָס מען איז מתפלל בכל יום דימי החולמט.

*

ט. נאָך אַן ענין עיקרי בכל הנ"ל:

עס שטייט אין מדרשנ, אַז אין ירושלים זיינען געווען ת"פ — פיר הונדערט און אַכציג — בתי כנסיות, און אין יעדער בית הכנסת איז געווען אַ „בית ספר" און אַ „בית תלמוד" וואו מען האָט געלערנט מיט קינדער.

איז מבאר כ"ק אדמו"ר הצ"צנא דעם מספר פון ת"פ: אַז אין שם הוי' [וויבאַלד אַז צוויי אותיות זיינען גלייכע — ה] זיינען פאַראַן י"ב צירופים,

און אין יעדער צירוף זיינען דאָ פיר אותיות — זיינען אין אַלע צירופים צוזאַמען דאָ מ"ח אותיות. און „כל בחינה כלולה מיו"ד" — איז עס ת"פ.

וואָס דער אָפּטייטש דערפון אין איינפאַכע אותיות איז — דער לימוד התורה מיט די קינדער אין ירושליםנב איז געווען אין אַזאַ אופן, אַז עס האָט זיי פאַרבונדן מיט שם הוי', וואָס איז נאָך העכער פון שם אלקים בגימטריא הטבענג, ביז אַז ער (שם הוי') איז דער שם המפורש, שם המיוחדנד, און שם העצםנה.

י. דערפון איז פאַרשטאַנדיק, אַז משנכנס אב און מען דאַרף ממשיך זיין דעם „יבוא ארי' במזל ארי' ויבנה אריאל" — וואָס „ויבנה אריאל" איז (כולל אויך) בנין ירושלים, ווי ער זאָגט אין ילקוט „ויבנה אריאל — בונה ירושלים ה'"נו —

דאַרף מען עס פאַרבינדן מיט דעם ענין פון ת"פ בתי כנסיות וואָס זיינען געווען אין ירושלים,

און בפרט אַז עתידה ירושלים שתתפשט בכל ארץ ישראל ועתידה ארץ ישראל שתתפשט בכל הארצותנז, איז בכל מקום ומקום וואו עס געפינען זיך אידישע קינדער און לערנען תורה — דאַרף עס זיין בדוגמת די ת"פ בתי כנסיות וואָס זיינען געווען אין ירושלים.

יא. דערפון איז מובן בפשטות, אַז די הוספה וואָס עס דאַרף זיין בימים אלו אין די ג' קוין תורה תפלה און צדקה — דאַרף מען לייגן די גרעסטע השתדלות, אַז אין דעם זאָלן זיך משתתף זיין אויך יעדער און אַלע אידישע קינדער וואָס זיינען פאַר בר־מצוה און פאַר בתמצוהנח.

268ועאכו"כ, אין די ערטער וואו עס געפינען זיך אַ סך קינדער צוזאַמען (ווי אין מחנות קיץ און אין מחנות קיץ יומיים), וואָס דאָרט קומט נאָך צו די מעלה פון זכות הרבים

און — וג"ז עיקר — די התלהבות — ובפרט באַ קינדער — ווען זיי טוען אַ זאַך כו"כ ביחד.

אַז מען זאָל צוזאַמענקלייבן אַלע קינדער צוזאַמען צו טאָן אין די אַלע דריי ענינים הנ"ל. און דאָס וועט מוסיף זיין אין ברכת ה' בכל המצטרך בכלל אין די מחנות,

נוסף אויף דער ברכה העיקרית — אַראָפּברענגען די גאולה האמיתית והשלימה בקרוב ממש.

וכמובן, אַז די קינדער דאַרפן באַאיינפלוסן אויך די קינדער (די אינגעלעך — זייערע חברים, און די מיידעלעך — זייערע חבר'טעס) וואָס געפינען זיך אין אַנדערע ערטער, אַז אויך זיי זאָלן טאָן בכל יום דימים אלו אין די אַלע דריי ענינים הנ"ל.

יב. נוסף לזה אין ארץ ישראל — זאָל מען מאַכן אַ כינוס פון קינדער, סיי פון אינגעלעך סיי פון מיידעלעך (כמובן — באַזונדער), באַ דעם כותל מערבי, און אויך אין מערת המכפלה וואו עס ליגן אברהם יצחק ויעקב שרה רבקה ולאה, און אויך אין קבר רחל — די פערטע פון די אמהות, וואָס איז משלים די ד' רגלי המרכבהנט.

ונכון במאד, אַז די כינוסים במקומות אלה זאָלן זיין עכ"פ שתי פעמים (במשך די נייען טעג), ומה טוב — שלש פעמים.

***

יג. כל האמור לעיל — סיי בנוגע צו מוסיף זיין אַליין אין די ג' קוין בימים אלה, סיי בנוגע צו פועל'ן עס אויף נאָך אידן — איז נוגע און שייך צו יעדער אידן, פון ראשיכם שבטיכם ביז חוטב עציך און שואב מימיךס [וואָס צווישן איז מען מפרט „טפכם (ילדים און ילדות) נשיכם"].

ויהי רצון, אַז די הוספה אין די ג' קוין הנ"ל [וואָס יעדער איינער און איינע וועט טאָן אין דעם] זאָל פועל זיין פעולתה — צו אַראָפּברענגען די גאולה שלימה — בקרוב ממש,

ובפרט נאָך אַז ס'איז שוין „כלו כל הקיצין ואין הדבר תלוי אלא בתשובה"ח, און די אַלע דריי ענינים הנ"ל (תורה, תפלה און צדקה) זיינען פאַרבונדן מיט תשובה

— תורה און תפלה זיינען דאָך פאַרבונדן מיט תשובה (ובפרט תשובה) עילאהסא, און אויך צדקה איז פאַרבונדן מיט תשובה — השבת הניצוצות למקורם ושרשם, וואָרום השבת הניצוצות שבנפשו הבהמית וחלקו בעולם טוט זיך אויף בעיקר דורך צדקהסב.

נוסף צו דעם וואָס צדקה איז פאַרבונדן אויך מיט תשובה כפשוטה, כמ"שסג „וחטאך בצדקה פרוק".

און הגם אַז „ועמך כולם צדיקים"סד269און כל ישראל בחזקת כשרותסה — איז דאָך אָבער פאַראַןסו דער חטא מלשון חסרוןסז, און אויך בנוגע צו דעם ענין אין חטא איז „וחטאך בצדקה פרוק", אַז דורך צדקה ווערט אַראָפּגענומען דער חסרון און מען קומט צו צו שלימות, ביז צו תכלית השלימות —

איז דאָך זיכער, אַז די הוספה אין די ג' קוין הנ"ל וואָס ענינם איז תשובה, וועט צוהיילן נאָך מער די גאולה.

יד. ובתור הקדמה צו דעם — איז דער ענין וואָס עס שטייט אין דעם סיום וחותם פון דעם שיעור חומש פון ר"ח מנחם־אב (בשנה זו)סח: „ראה נתן ה' אלקיך לפניך את הארץ עלה רש גו' אל תירא ואל תחת" — אַז אידן דאַרפן מחליט זיין בתוקף אַז עס דאַרף זיין „עלה רש",

און וויבאַלד אַז „נתן ה' אלקיך לפניך את הארץ", אתן אין כתיב — (ווייל) כבר נתןסט, דער אויבערשטער האָט עס שוין אָפּגעגעבן צו אידן — איז „אל תירא ואל תחת", ס'איז ניטאָ וואָס צו מורא האָבן אַז מען וועט עס ניט קענען דורכפירן ח"ו. עס דאַרף נאָר זיין דער „עלה רש". און דאַן איז מען זיכער אַז עס וועלן בטל ווערן די אַלע און אַלעס וואָס שטערן וכו', און דאָס וועט זיין בדרכי נועם ובדרכי שלום.

דורך דעם וואָס מען וועט טאָן און מוסיף זיין אין די ג' ענינים הנ"ל,

האָט מען די הבטחהע „אם בחוקותי תלכו ואת מצוותי תשמרו ועשיתם אותם", וואָס דאָס גייט אויף לימוד התורהעא און קיום המצוות, וואָס צדקה איז כללות כל המצוות,

כולל תפלה, וואָס דורך איר זיינען די תורה און צדקה ומצוות עולה למעלה,

וועט זיין „ונתתי גשמיכם בעתם וגו'עב ונתתי שלום בארץ ושכבתם ואין מחריד"עג, און כל הברכות המנויות בפרשה ביז „ואולך אתכם קוממיות"עד,

און דאָס אַלץ — נאָך זייענדיג אין (די לעצטע רגעים פון) גלותעה.

און דאָס וועט ממהר זיין נאָכמער דעם „והפכתי אבלם לששון"

— אַ הבטחה פון דעם אויבערשטן, ובפרט נאָך אַז מען איז ממלא רצונו של הקב"ה אין דעם „חוט המשולש" פון תורה עבודה און גמ"ח. ובפרט נאָך אַז מען טוט עס בשמחה ובטוב לבב —

אַז דער אויבערשטער וועט מקיים זיין דעם „ואתם תלוקטו לאחד אחד"עו, אַז ער (דער אויבערשטער) אַליין וועט אַרויסנעמען יעדער אידן באַזונדערעז פון דעם גלות הפנימי און פון דעם גלות כפשוטו,

און דער אויבערשטער וועט אַרויסגיין פון גלות מיט יעדער אידן צוזאַמען270[וואָרום כל זמן אידן זיינען אַ אויך דער אויבערשטער גלות]עח,

אַז בקרוב ממש וועט דער אויכביכול אין בערשטער גיין צוזאַמען מיט יעדער

אידן לקבל פני משיח צדקנו, יבוא

ויגאלנו ויוליכנו קוממיות לארצנו, שם. וראה שיחת במהרה בימינו ממש.

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-rqtqzawz

Copies

Recent activity

#196 Likkutei Sichos vol 24: machine reading · approved
#140 Likkutei Sichos vol 24: machine reading · closed

Sources