עברית
Library

Likkutei Sichos

Addenda - sichos 2

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

271שיחה לילדי מחנות קיץ יומיים שיחיו

— בבית הכנסת, אחרי תפלת מנחה —

יום ב' פ' עקב, י"ג מנחם־אב ה'תשל"ט.

א. [אמרו את הי"ב פסוקים ומאמרז"לא].

ב. מ'האָט גערעדט אַמאָל בארוכהב וועגן דעם פתגםג פון דעם אַלטן רבי'ןד אַז ווען אידן קלייבן זיך צוזאַמען, ובפרט ווען אידישע קינדערה קלייבן זיך צוזאַמען, איז עס פאַר דעם אויבערשטן אַ גרויסע שמחה און פאַרגעניגן,

וואָרום ווען אַ טאַטע זעט אַז זיינע קינדערו קלייבן זיך צוזאַמען און זיינען באחדות, פאַרשאַפט דאָס אים אַ גרויסן פאַרגעניגן.

און ווען דער צוזאַמענקלייבן זיך איז פאַרבונדן דערמיט וואָס מ'דאַוונט צוזאַמען, און דערנאָך זאָגט מען דברי תורה צוזאַמען (און אַלץ איז אין אַן אופן פון שלום און אחדות) — פאַרגרעסערט אויבערשטנ'ס פאַרגעניגן7).

און וויבאַלד אַז דאָס פאַרגרעסערט דעם אויבערשטנ'ס פאַרגעניגן, איז פאַרשטאַנדיק, אַז דאָס פאַרגרעסערט אויך דעם אויבערשטנ'ס ברכותח פאַר די קינדער וועלכע קלייבן זיך צוזאַמען, פאַר זייערע עלטערן, און פאַר זייערע מלמדים, מדריכים און מדריכות, וואָס (זיינען אַליין געקומען, און) האָבן געבראַכטט די קינדער אַז זיי זאָלן זיך צוזאַמענקלייבן אין אַ מקום קדושי — וואו אידן דאַוונען און לערנען תורהיא אַ גאַנץ יאָר.

ג. אַזוי ווי מ'געפינט זיך אין דער צייט וואָס איז נאָענט צום אָנהויבס פון דעם נייעם יאָריב, איז פאַרשטאַנדיק, אַז דאָס איז אויך די פּאַסענדע צוגרייטונג אויף צו מקבל זיין די פאַרגרעסערטע מאָס פון דעם אויבערשטנ'ס ברכות אין אַלעם וואָס מ'נויטיגט זיך,

און ספּעציעל באַ קינדער — אַז זיי זאָלן האָבן אַ סאָך הצלחה אין זייער לערנען, און אין זייער אַלגעמיינער אויפפירונג, אַזוי אַז זייערע עלטערן, זייערע מלמדים, און זייערע מדריכים272ומדריכות, זאָלן האָבן פון זיי אַ סאַך נחת,

און דאָס אַלץ זאָל זיין אין אַ גרעסערע מאָס לגבי ווי ס'איז געווען פריער, לויטן אָנזאָגיג „מעלין בקודש".

ד. דערפון איז פאַרשטאַנדיק אַז פון דעם צוזאַמענקלייבן זיך דאַרף מען מיטנעמען אַ נייעם כח, און אַ נייע חיות און פריילעכקייט, אין דעם טאָג טעגליכן לעבן: אין לערנען תורה און מקיים זיין מצוות, און אין דער אַלגעמיינער אויפפירונג ווי עס דאַרף זיך פירן אַ אידיש קינד,

וואָס יעדער אידישער זון ווערט דאָך אָנגערופןיד „בן אברהם יצחק ויעקב" — עס איז פּונקט ווי ער וואָלט געווען אַן אייגענער זון באַ אונזערע אבות, אברהם יצחק ויעקב,

און יעדע אידישע טאָכטער איז דאָךטו „בת שרה רבקה רחל ולאה" — עס איז פּונקט ווי זי וואָלט געווען אַן אייגענע טאָכטער באַ אונזערע אמהות, שרה רבקה רחל ולאה.

ה. און וויבאַלד אַז דער אויבערשטער גיט יעדן אידישן קינד דעם כחטז ער זאָל זיך אויפפירן ווי עס דאַרף זיך אויפפירן בן אברהם יצחק ויעקב, און בת שרה רבקה רחל ולאה — איז אַ זיכערע זאַך אַז זייענדיק אידישע וואוילע קינדער, וועלן זיי זיך אַזוי אויפפירן אַ גאַנץ יאָר,

און גרייטן זיך צו מקבל זיין פני משיח צדקנו בקרוב ממש, און גיין צוזאַמען מיט אים לארצנו הקדושה (אין אונזער הייליקער לאַנד),

און דאָרטן — לערנען תורה פון משיח'ןיז, און מקיים זיין אַלע מצוות, כולל אויך די מצוות וואָס זיינען פאַרבונדן מיט דער ספּעציעלער הייליקייט פון ארץ ישראליח.

ו. דער צוזאַמענקלייבן זיך קומט דאָך פאַר אין די טעג וואָס זיינען גאָר נאָענט צו „חמשה עשר באב", וואָס בזמן שביהמ"ק הי' קיים איז עס געווען אַ יו"ט'דיקער טאָגיט ביי אידןכ, און ס'איז געבליבן אַ יו"ט אויך ביז אין אונזערע צייטן, וואָס דערפאַר זאָגט מען ניט קיין תחנוןכא (מיט נאָך מנהגים וועלכע זיינען פאַרבונדן מיט חמשה עשר באב).

דערביי איז אויך דאָ אַ ספּעציעלער אָנזאָג, אַז פון חמשה עשר באב דאַרף מען נאָכמער מוסיף זיין אין לימוד התורה, ווי די גמראכב זאָגט „מכאן ואילך דמוסיף יוסיף", און רש"יכג טייטשט אָפּ: „מחמשה עשר באב ואילך273דמוסיף לילות על הימים לעסוק בתורה יוסיף חיים על חייו".

וואָס בפשטות איז דער טעם בזהכד — דערפאַר וואָס פון חמשה עשר באב איז „הלילות מאריכיןכה והימים מתקצרין, צריך לעסוק בלימודו גם בלילה"כו,

וי"ל עוד: וויבאַלד אַז דער אַרבעטסטאָגכז איז קלענער, האָט מען מערער צייט אויף לימוד התורה.

ז. דערפון האָט מען אַ געוואַלדיקע און אַ וואונדערליכע אָפּלערנונג פאַר יעדן אידן, כולל אויך גאָר קליינע אידישע קינדער:

דאָס וואָס פון חמשה עשר באב אָן איז „הלילות מאריכין והימים מתקצרין", היינגט אָפּ אין דעם יחס (אויפפירונג) פון דעם שמש מיט דער ארץ — לויט ווי די זון באַוועגט זיך ביחס צו דער ערד.

זאָגט תורה אַז דאָס וואָס די זון באַוועגט זיך אַרום דער ערד (וואָס פון דעם היינגט אָפּ די ענדערונג אין דער לענג פון די נעכט), איז עס דערפאַר וואָס דער אויבערשטער וויל אַז אַ איד זאָל דערפון אָפּלערנען אַז ער דאַרף מוסיף זיין אין לימוד התורה — אַז דערפאַר וואָס „הלילות מאריכין והימים מתקצרין", דאַרף ער מוסיף זיין „לילות על הימים לעסוק בתורה".

ח. און אַז מ'טראַכט זיך אַריין אין דעם, זעט מען ווי טייער איז ביים אויבערשטן יעדער איד, ביז אויך גאָר קליינע קינדער:

ווען מ'טראַכט זיך אַריין אין דער גרויסקייט פון דער ערדכח און פון דער זוןכט אפילו אין גאָר איינפאַכן זין (דער שטח וואָס זיי פאַרנעמען),

און מ'טראַכט זיך אַריין אין די כחות וואָס געפינען זיך אין דער זון, און אין די טייערע זאַכן וואָס געפינען זיך אין דער ערד און אויף דער ערד,

ביז — אַז אויף דער ערד געפינען זיך אַזויפיל פעלקער, אַזויפיל בעלי־חיים, אַזויפיל צמחים און אַזויפיל דוממיםל —

פאַרשטייט מען דאָך די גרויסקייט פון דער זון, און די גרויסקייט פון דער ערד.

זאָגט אונז „תורת חיים" (די תורה274וואָס איז אַן אָנווייזונגלא אין לעבן, דעם טאָג טעגליכן לעבן) — וואָס צוזאַמען דערמיט איז זי אויך „תורת אמת" (די זאַכן וואָס תורה זאָגט — זיינען אַלעמאָל און אומעטוםלב „אמת") — אַז דאָס וואָס די גרויסע זון באַוועגט זיך אַרום דער גרויסער ערד, און אין אַ באַשטימטן אופן,

[וואָס דערפון קומען אַרויס די ענדערונגען אין דער לענג פון די נעכט, כולל — אַז פון חמשה עשר באב אָן איז „הלילות מאריכין והימים מתקצרין"],

איז עס ניט אַ זאַך וואָס פּאַסירט סתם אַזוי, נאָר דאָס איז דערפאַר וואָס דער אויבערשטער האָט געוואָלט אַז אַ איד זאָל דערפון אָפּלערנען אַז דער אויבערשטער בעט איםלג און ערוואַרט פון אים, און גיט אים דעם כח, אַז פון חמשה עשר באב אָן (וואָס „הלילות מאריכין") זאָל ער מוסיף זיין „לילות על הימים לעסוק בתורה".

ובפרט ווען ער טראַכט זיך אַריין אין דעם וואָס די גאַנצע וועלט (כולל אויך די זון און די ערד) איז באַשאַפן געוואָרן צוליב אים, ווי די משנהלד זאָגט „כל אחד ואחד חייב לומר בשבילי נברא העולם",

ד.ה. אַז דאָס וואָס די וועלט איז באַשאַפן

אויבערשטן, וואָס דאָס איז אויך כולל דעם באַשטימטן אופן אין וועלכן דער אויבערשטער האָט איר באַשאַפן, ובנדו"ד — דאָס וואָס פון חמשה עשר באב אָן איז „הלילות מאריכין",

איז עס כדי אַז אַ קליין אידיש קינד, אַ אינגעלע אָדער אַ מיידעלע, זאָל באַשליסן (און דערנאָך טאָן אַזוי) אַז פון חמשה עשר באב אָן וועט ער לערנען מערער און לעבעדיקער, און וועט אַרויסנעמען פון דעם לערנען דאָס וואָס מ'דאַרף אַרויסנעמעןלה, און וועט זיך אַזוי פירן אין דעם טאָג טעגליכן לעבן.

ט. און אין דעם זכות וואָס דער קינד (און ערוואַקסענער) נוצט אויס די ערשיינונגען וואָס זיינען פאַרבונדן מיט דער זון און דער ערד, נוצט דאָס אויס אויף אַ גוטן אופן — אויף צו גיין אין דער וועג וואָס דער אויבערשטער וויל — אין דעם זכות האַלטן זיך אויף די זון און די ערדלו, און אין דעם זכות האַלט זיך אויף די באַוועגונג פון דער זון אַרום דער ערד.

און דאָס איז אויך מוסיף אין די ברכות וואָס זיינען פאַרבונדן מיטן שמש,

[וואָס די שמש וואַרעמט, און זי מאַכט וואַקסן פירותלז און פאַרשידענע זאַכן, און גיט כח „ענערגיע", וואָס דערנאָך נוצט דאָס יעדערער אין זיין לעבן],

אַז זיי ווערן ערפילט מיט מער לעבעדיקייט און שטאַרקייט — וויבאַלד אַז אידישע קינדער האָבן אויסגע־275נוצט די ענינים וואָס זיינען פאַרבונדן מיטן שמש אויפן בעסטן אופן.

און אַזוי אויך בנוגע דער ערד.

יו"ד. און דערמיט גרייט מען אויך צו זיך און די גאַנצע וועלט צו דער צייט ווען משיח צדקנו וועט קומען,

וואָס דעמולט איז וואו מ'וועט נאָר אַ קוק טאָן, וועט מען זען ווי אַלע זאַכן זיינען פאַרבונדן מיטן באַשאַפערלח, תורה און אידישקייטלט,

מ'וועט זען ווי אַלע זאַכן ווערן געבענטשט פון דעם אויבערשטןמ, וויבאַלד אַז מ'נוצט זיי ווי דער אויבערשטער וויל — ווי אָנגעוויזן אין אונזער תורה.

יא. ווען אַ אידיש קינד וועט זיך אַריינטראַכטן אין דאָס אויבןגעזאָגטע, וועט אים זיין אַ סאַך לייכטער צו אויפפירן זיך ווי אַ אידישער קינד דאַרף זיך אויפפירן:

דער קינד קען זיך פאָרשטעלןמא אַז ווען דער פּרעזידענט פון „יונייטעדסטייטס" וואָלט אים גערופן צו זיך, און וואָלט אים געבעטן אַז ער זאָל זיך פירן לויט ווי ער ווייזט אים אָן,

און דערפאַר וועט ער אים איינלאַדן אין זיין פּאַלאַץ אויף זיינע אַ שמחה, און וועט אים זעצן און־ן, און וועט איינשטעלן און איינאָרדענען דעם גאַנצן פּאַלאַץ וואָס איז אַרום אים לויט ווי עס וועט בעסער געפעלן און אויסנעמען ביים קינד, אַז דער קינד זאָל זיך פילן גוט און בעסער —

ווייס דאָך דער קינד ווי ער וואָלט געטאָן:

ער וואָלט זיך געהיט צו פירן זיך לויט ווי מ'פאַרלאַנגט פון אים, און ער וואָלט ניט געטאָן קיין שום זאַך וואָס איז אפשר געשמאַק, עס איז אָבער אַנטקעגן דעם ווילן פון דעם פּרעזידענט וואָס האָט אים איינגעלאַדן אין פּאַלאַץ וכו', און עס וואָלט אים גאָר ניט געווען שווער צו איינהאַלטן זיך און פירן זיך לויט ווי דער פּרעזידענט האָט אים געבעטן צו פירן זיך.

כל שכן ווען עס רעדט זיך כביכול וועגן דעם אויבערשטן,

ובמכ"ש וק"ו ווען תורה דערציילט אונז אַז דאָס וואָס דער אויבערשטער האָט באַשאַפן „את השמים ואת הארץ" (ווי מ'האָט ערשט געזאָגט אין די י"ב פסוקים ומאמרז"ל דעם פסוקמב „בראשית ברא אלקים את השמים ואת הארץ"), איז עס „בשביל ישראל . . ובשביל התורה"מג, ד. ה. אַז די גאַנצע וועלט (דער הימל און די ערד, און אַלץ וואָס געפינט זיך אין זיימד) איז באַשאַפן געוואָרן כדי אַז אידן זאָלן לערנען תורה, און פאַרבינדן זיך מיט תורה, און פירן זיך ע"פ התורה —

איז אַ זיכערע זאַך אַז ווען אַ אידיש קינד וועט זיך אין דערויף אַריינטראַכטן, וועט אים זיין לייכט צו מקיים276זיין דעם אויבערשטנ'ס בקשה — אַז ער זאָל זיך פירן ווי אַ אידישער קינד דאַרף זיך אויפפירן.

ובפרט ווען ער באַטראַכט זיך אַז זיין אויפפירונג איז אַן ענין וואָס איז פאַרבונדן ניט נאָר מיט אים, מיט זיינע עלטערן, און מיט זיינע מדריכים, נאָר דאָס איז פאַרבונדן און איז נוגע צום גאַנצן אידישן פאָלק, און ס'איז נוגע צו דער גאַנצער וועלטמה, און נאָכמער: דער אויבערשטער האָט אים געבעטן ער זאָל זיך אַזוי אויפפירן.

יב. דערפון איז אויך פאַרשטאַנדיק, אַז ווען עס וועלן צו אים קומען ניטאידישע קינדער, און וועלן אים אָנהויבן איינרעדן אַז ער זאָל עסן אַזוינע מאכלים וואָס אַ איד טאָר ניט עסן, און ער זאָל זיך אויפפירן אין דעם שבת'דיקן טאָג אַזוי ווי ער פירט זיך אין אַ וואָכעדיקן טאָג (וואָס אַ איד דאַרף זיך אויפפירן אין דעם שבת'דיקן טאָג גאָר אַנדערש ווי ער פירט זיך אויף אין אַ וואָכעדיקן טאָג) א. ז. וו. —

וועט אים אָנקומען גאָר לייכט צו מקיים זיין דאָס וואָס דער אויבערשטער וויל, אויפפירן זיך אַזוי ווי אַ אידיש קינד דאַרף זיך אויפפירן,

ובפרט אַז ער ווייסט אַז „ה' נצב עליו . . ומביט עליו כו'"מו (ווי מ'האָט ערשט געזאָגט אין די י"ב פסוקים ומאמרז"ל), דער אויבערשטער שטייט לעבן אים און קוקט זיך צו ווי ער פירט זיך אויף,

און ער העלפט אים אַז ער זאָל זיך קענען אויפפירן ווי עס דאַרף צו זיין, און טאָן דאָס מתוך שמחהמז — ווי מ'האָט ערשט געזאָגט אין די י"ב פסוקים ומאמרז"למח „ישמחמט ישראל בעושיו"נ.

און צוזאַמען דערמיט וועט ער אויך ווירקן אויף זיינע חברים (און די מיידעלעך אויף זייערע חבר'טעס) אַז זיי זאָלן זיך אויך אויפפירן אין דעם אופן — וואָרום מ'איז אָנגעזאָגט געוואָרן (ווי מ'האָט ערשט געזאָגט אין די י"ב פסוקים ומאמרז"ל) אַז ס'זאָל זיין „ואהבת לרעך כמוך"נא, מ'זאָל ליב האָבן דעם חבר אַזוי ווי מ'האָט זיך ליב.

און דעמולט שטעלט מען אויף צוזאַמען אַלע אידישע קינדער, און צוזאַמען מיט זייערע עלטערן, זייערע מדריכים ומדריכות, און אַלע אידןנב — גייט מען מקבל זיין פני משיח צדקנו, וואָס ער וועט אונז אַרויסנעמען פון גלות.

יג. מ'גרייט זיך צו מקבל זיין דעם אויבערשטנ'ס ברכות אין אַלגעמיין, כולל אויך דעם אויבערשטנ'ס ברכות אויף אַ כתיבה וחתימה טובה — אַז צוזאַמען מיט די ברידער און שוועסטער, עלטערן, זיידעס און באָבעס, מיטן גאַנצן אידישן פאָלק, זאָל מען פאַר־277שריבן ווערן און גע'חתמ'ט ווערן אויף אַ שנה טובה ומתוקה.

און נאָך פאַר דערויף זאָל מען האָבן ברכה והצלחה אין אַלע זאַכן, און מתוך שלום ואחדות וועט מען זיך פאַרנעמען מיט לימוד התורה וקיום המצוות, אין אַן אופן פון שמחה וטוב לבב,

און אין אַן אופן פון „מעלין בקודש" — שטייגן אַלץ העכער און בעסער, שענער און ליכטיקער.

יד. עס איז דאָ נאָך אַן ענין וואָס איז פאַרבונדן ספּעציעל מיט דעם איצטיקן זמן:

מ'האָט גערעדט פריער (ס"ח) וועגן די גרויסע וויכטיקייט וואָס יעדער איד און יעדער אידיש קינד האָט אין די אויגן פון דעם אויבערשטן, אַז („בשבילי נברא העולם") צוליב אים איז באַשאַפן געוואָרן די גאַנצע וועלט, און זיין אויפפירונג פאַרגרעסערט דעם אויבערשטנ'ס ברכות צום גאַנצן אידישן פאָלק.

וואָס איצטער דאַרפן אידן האָבן אַ ספּעציעלע ברכה — וואָרום עס זיינען דאָ אַזוינע וואָס ווילן ניט צולאָזן דעם ענין פון „שלימות העם":

זיי ווילן ניט צולאָזן אַז יעדער אידיש קינד זאָל באַקומען אַ אידישע ערציאונג, זיי טראַכטן אַז טאָמער עס וועלן זיין איין קינד אָדער צוויי קינדער א.ז. וו. וואָס וועלן ניט באַקומען אַ אידישע ערציאונג, איז עס ניט אַזוי וויכטיק.

זאָגט אָבער תורה אַז יעדער איינציקער אידיש קינד איז טייער ביים אויבערשטן, ביז וואַנעט אַז צוליב אים אַליין איז באַשאַפן געוואָרן די זון און די ערד און די גאַנצע וועלט — איז דערפון פאַרשטאַנדיק אויף וויפל ס'איז נוגע אַז יעדער אידישער קינדנג זאָל באַקומען אַ אידישן חינוך.

אַזוי זיינען אויך דאָ אַזוינע וואָס ווילן ניט צולאָזן דעם ענין פון „שלימות התורה":

זיי זאָגן אַז ס'איז גענוג דער אופן פון לימוד התורה וואָס איז געווען מיט אַ טאָג פריער, און ס'איז ניט אַזוי וויכטיק אַז פון חמשה עשר באב זאָל מען מוסיף זיין אין לימוד התורה.

און אַזוי ווי אידן און אידישקייט און תורה זיינען פאַרבונדן מיט ארץ ישראל (ווי דערמאָנט פריער אַז גאָר אין גיכן וועט מען גיין צוזאַמען מיט משיח צדקנו אין אונזער הייליקער לאַנד),

ווי געזאָגט (בתורה — ובפרט) אין היינטיקער סדרה: כי אם שמור תשמרון את כל המצוה גו' ללכת בכל דרכיו גו' והוריש ה' את כל הגוים האלה מלפניכם גו' כל המקום גו' לכם יהי' גו' פחדכם ומוראכם יתן ה' אלקיכם על פני כל הארץ אשר תדרכו בה גו' —

זיינען דאָ אַזוינע וואָס ווילן ניט צולאָזן דעם ענין פון „שלימות הארץ":

זיי זאָגן אַז ס'איז ניט אַזוי וויכטיק אַז גאַנץ ארץ ישראל זאָל געהערן צו אידן און זיין באַזעצט מיט אידן, עס מאַכט ניט אויס אַז אַ טייל פון ארץ ישראל וועט, ח"ו, ניט זיין ביי אידן.

זאָגט אָבער תורה אַז די אַלע זאַכן זיינען פאַרבונדן זה בזה:

כדי אַז אַ איד, אַן ערוואַקסענער אָדער אַ אידיש קינד, זאָל זיין אַ גאַנצער און געזונטער („שלימות העם"),278דאַרף ער זיך אויפפירן אין דעם גאַנצן טעגליכן לעבן (ווי מ'האָט ערשט געזאָגט אין די י"ב פסוקים ומאמרז"ל — „בשבתך בביתך ובלכתך בדרך ובשכבך ובקומך"נד) לויט ווי תורה — „ודברת בם בשבתך גו'"נה — פאַרלאַנגט פון אים („שלימות התורה"),

און דורך דערויף גיט אים דער אויבערשטער די ברכה אַז ער זאָל האָבן „שלימות הארץ" — אַז די גאַנצע אידישע לאַנד זאָל האָבן אַ שייכות צו אים, ער זאָל זיין דאָרטן בעה"ב.

טו. אַזוי ווי ס'איז אָבער דאָ דער יצר וואָס איז מבלבל און לאָזט ניט צו אַז מ'זאָל דאָס דורכפירן בשמחה (אָדער — ער לאָזט אינגאַנצן ניט צו אַז מ'זאָל דאָס דורכפירן), זאָגנדיק אַז דאָס איז אַ שווערע זאַך א.ז.וו. —

האָט דער אויבערשטער מבטיח געווען, אַז בשעת אַ איד, און אַ אידיש קינד, וועט באַשליסן אַז אַ גאַנצן טאָג וויל ער זיך פירן אין אַ גאַנצער אויפפירונג, ווי אַ איד דאַרף זיך פירן לויט „שלימות התורה",

וועט אים דער אויבערשטער געבן גאַנץ ארץ ישראל („שלימות הארץ") נאָך זייענדיק אין זמן הגלות, מקיים זיין דאָרטן תרומות ומעשרות ושמיטה, און אָפּגעבן גאָר אינגאַנצן ווען עס וועט קומען משיח צדקנו און וועט אים, אונז און ארץ ישראלנו אַרויסנעמען פון גלות, און וועט אַלעמען בריינגען אין ארץ ישראל.

און בשעת דער קינד פרעגט: ווי אַזוי וועט ער זיך קענען איינקערן מיטן יצר — דער יצר איז דאָך שטאַרקערנז, און ס'איז שווער צו איינקערן זיך מיט אים ?!

זאָגט מען אים „עוצו עצה ותופר"נח: די אַלע עצות פון דעם יצר, און די אַלע עצות פון די מענטשן וואָס פאָלגן דעם יצר — ווערן זיי אַלע בטל,

און דער טעם אויף דערויף איז — „כי עמנו א־ל"נח: דער אויבערשטער געפינט זיך מיט יעדער איינצעלנעם אידישן קינד (מ'דאַרף ניט ציילן וויפל קינדער זיינען שוין פרומע, און וויפל זיינען דערוויילע נאָך ניט אין דעם מעמד ומצב), און ער העלפט אים צו אויספירן זיינע באַשלוסן בנוגע צו זיין גאַנצקייט („שלימות העם"), די גאַנצקייט פון תורה („שלימות התורה"), און די גאַנצקייט פון ארץ ישראל („שלימות הארץ"), און ער העלפט אים טאָן דאָס בשמחה.

טז. עס איז אַ פּאַסיקע זאַך אַז מ'זאָל פאַרענדיקן דעם צוזאַמענקלייבן זיך דורך דערויף וואָס מ'וועט געבן יעדערן די חוברת וואו ס'איז אָפּגעדרוקט די שיחה וואָס מ'האָט גערעדט פאַראַיאָרןנט, וואָס דאָרטן זיינען געבראַכט געוואָרן נאָך עניני תורה בשייכות צו דעם אויבענגערעדטע,

279און אויך געבן יעדערן מטבעות אויף צו געבן אויף „צדקה", וואָס מצות הצדקה איז כללות כל המצוותס.

און פאַר דעם זאָל מען זינגען דעם ניגון אויפן פסוקנח „עוצו עצה ותופר דברו דבר ולא יקום כי עמנו א*) ־

און וויבאַלד אַז דער אויבערשטער איז „שומע קול תפלות עמו ישראל", ער הערט זיך צו צו די בקשות פון אידן, ובפרט בקשות פון אידישע קינדערסא, ובפרט ווען זיי קלייבן זיך צוזאַמען אין בית־הכנסת און בית־המדרשסב — וועט ער זיכער מקיים זיין, גאָר אין גיכן, דעם „עוצו עצה ותופר גו'",

און ס'וועט קומען די גאולה האמיתית והשלימה ע"י משיח צדקנו.

[ניגנו את הניגון „עוצו עצה ותופר גו' כי עמנו א*) ־

כ"ק אדמו"ר שליט"א נתן להמדריכים שיחיו חוברות דהשיחה ומטבעות ובקש שיחלקו לכל אחד ואחת מהילדים והילדות שיחיו: חוברת השיחה (לילדי מחנות קיץ יומיים שיחיו דיום ב' פ' ואתחנן, י"א מנחם־אב תשל"ח (בתרגום אנגלי)), שתי מטבעות של עשר סענט: א' לתת לצדקה, והב' — לעשות בה כטוב בעיניהם. וכן עשו].

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-rb016dhn

Copies

Recent activity

#196 Likkutei Sichos vol 24: machine reading · approved
#140 Likkutei Sichos vol 24: machine reading · closed

Sources