עברית
Library

Likkutei Sichos

Addenda - sichos and letters 4

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

204ו י ר א

ווי דער שטייגער באַ אידן צו פאַרבינדן די פּאַסירונגען פון דער וואָך מיט דער סדרה פון דער וואָך און אָפּלערנען דערפון די אמת'ע הוראות פון אונזער תורה (פון לשון „הוראה"), תורת אמת,

דערציילט אונז די היינטיגע סדרה ווי אַזוי עס איז פאָרגעקומען דער געבורט און די דערציאונג פון דעם ערשטן אידישן קינד וואָס איז געבאָרן געוואָרן פון אידישע עלטערן — יצחק, דער זון פון אברהם און שרה, די ערשטע עלטערן פון אידישן פאָלק.

יצחק'ס געבורט איז געווען איבערנאַטירלעך און נסים'דיג. זיין ברית איז פאָרגעקומען ווען ער איז אַלט געווען אַכט טעג, און זיין דערציאונג איז דורכגעפירט געוואָרן מיט שוועריקייטן און נסיונות.

גאַנץ אַנדערש איז געווען מיט אברהם'ס זון ישמעאל, וועמענס געבורט איז געווען אַ נאַטירלעכער, און וועלכער איז גע'מלט געוואָרן ווען ער איז געווען 13 יאָר אַלט, דאָס הייסט, ווען ער איז שוין געווען אַ בר־דעת.

און דער אויבערשטער האָט פאַרזיכערט אברהם'ען, אַז דוקא יצחק וועט זיין זיין אמת'ער יורש (כי ביצחק יקרא לך זרע) און דורך אים וועט אציפגעבויט ווערן דאָס אידישע פאָלק.

דערמיט לערנט אונז די תורה, אַז בשעת מען גייט אויפשטעלן אידישע דורות און אַ אידישע צוקונפט, קען מען ניט צוגיין דערצו מיט אַ „נאַטירלעכן" צוגאַנג און מיטן מענטשלעכן שכל און חשבונות.

אידישע עקזיסטענץ איז ניט אָפּהענגיק פון נאַטירלעכע געזעצן, נאָר פון דער ג־טלעכער אָנפירונג.

205דאָס גלייכן איז דער יסוד פון אידישן חינוך ניט באַזירט אויף נאַטורחשבונות, ווי דאָס איז באַ אַנדערע פעלקער. מען וואָרט ניט ביז אַ אידיש קינד וועט ווערן אַ בר־דעת און וועט אַליין פאַרשטיין ווי אויפצופירן זיך און צוקומען צו אידישקייט. נאָר מ'גיט אים אַ אידישן חינוך אין דער פולסטער און שטאַרקסטער מאָס פון גאָר דער פריסטער יוגנט אָן. און דערמיט פאַרזיכערט מען אַז דער פאַרבונד מיט דעם אויבערשטן זאָל זיין אַ שטאַרקער און אייביגער (ברית עולם), און מ'וועט איבערקומען אַלע שוועריקייטן און נסיונות, און געניסן פון אַלע ג־טלעכע ברכות בגשמיות וברוחניות.

(ממכתב א' וירא, ה'תש"ל)

לההערה באגה"ק סכ"א; א"א ע"ה . . והרי כו"כ קדושים שמסנ"פ כו' — דלכאורה מה זו ראי' כיון שמאברהם קיבלו זה בירושה (היום יום ג' מ"ח) —

פתיחת אברהם בהענין דמס"נ הייתה בנסיון דאור כשדים (עיין היום יום), היינו שבנוגע לנסיון דעקדה (שבו מדובר באגה"ק) אברהם והקדושים בשווה בזה. ואדרבה. וק"ל.

(ממכתב כ"ק אדחו"ר שליט"א)

. . כבר כתבתי לכ' באחד ממכתבי בגודל מעלת הזריזות על פי הדגשת רבינו הזקן באגה"ק סי' כ"א בענין עקדת יצחק הנזכרת כמה פעמים בתפלות בנ"י ועד לדרשות המגידים והמטיפים וכו' וכו' וזלה"ק של רבה"ז שם: וזריזותי' דאברהם אבינו ע"ה היא העומדת לעד לנו ולבנינו עד עולם כי העקדה עצמה אינה נחשבה כ"כ לנסיון גדול לערך מעלת א"א ע"ה כו'. ומוסיף ביאור בזה אשר ענין הזריזות מראה על השמחה והחפץ למלאות רצון קונו ולעשות נחת רוח ליוצרו. ובנידון דידן שייך גם המשך דברי רבינו הזקן באגרת הנ"ל בגודל הזריזות בפרט במעשה הצדקה העולה על כולנה כו' שטוב לנו גם בעוה"ז להקדימה כל מה דאפשר. שהרי קליטה מתאימה של הנוער והצעירים הרי זו צדקה במובן הכי כולל ופנימי, צדקה תמידית בחיי עוה"ז ובחיי עוה"ב.

ואף שבודאי כל הנ"ל ידוע לכב', אבל הרי נצטוינו לזרז את המזורזים דוקא.

(ממכתב כ"ח סיון ה'תשכ"ב)

206. . ולהעיר ממש"כ אדה"ז באגה"ק סכ"א בענין הזריזות, ולדייק בל'; בזריזות (וישכם אברהם) — נפלאה (י"ל דמרמז ע"ז מה שבעצמו חבש חמורו) — להראות — (גם לאחרים למען יראו וילמדו, ראה במאמר י"ב תמוז (תש"ט) דעבודת הבע"ת הוא עם אחרים, וי"ל דאברהם בענין העקדה הוא עבודה היפך מהותו, עתה ידעתי כי ירא גו', דזהו החילוק דבע"ת וצד"ג) — שמחתו וחפצו — (פני' הרצון תענוג, וראה בסוף המשך חה"פ תש"ט בענין שמחה ועונג).

(ממכתב ט"ו תמוז, תש"ס)

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-qbf64a06

Copies

Recent activity

#175 Likkutei Sichos: 5 machine-read sichos cut at their titles · approved
#146 Likkutei Sichos vol 10: machine reading · approved
#126 Likkutei Sichos vol 10: machine reading · closed

Sources