Likkutei Sichos
Addenda - sichos and letters 2
199ז
. . . א. אין פּסוק „אלה תולדות נח נח איש צדיק וגו'", שטעלט זיך די פראַגע; די תולדות (קינדער) פון נח זיינען דאָך שם חם ויפת — טאָ פאַרוואָס זאָגט דער פסוק נאָך „אלה תולדות נח" — „נח איש צדיק וגו'"? זאָגט אין דעם רש"י צוויי פירושים;
איין פירוש; „הואיל והזכירו סיפר בשבחו שנאמר1) זכר צדיק לברכה" — „תולדות נח" זיינען טאַקע שם חם ויפת, ווי דער פסוק פירט אויס שפּעטער „ויולד נח שלשה בנים את שם ואת חם ואת יפת", און דאָס וואָס גלייך נאָך די ווערטער „אלה תולדות נח" זאָגט ער „נח איש צדיק וגו'" (נאָך איידער ער זאָגט ווער זיינען די תולדות פון נח), איז עס מחמת דעם ווייל בעת מען דערמאָנט אַ צדיק, דאַרף מען אים גלייך משבח זיין;
און אַ צווייטן פירוש זאָגט רש"י „ללמדך שעיקר תולדותיהם של צדיקים מעשים טובים" — אַז „נח איש צדיק וגו'" דאָס זיינען די תולדות פון נח, ווייל דער עיקר תולדות פון צדיקים זיינען זייערע מעשים טובים.
ב. ווי באַוואוסט, האָט רש"י אין זיין פירוש אויף תורה אַריינגעשטעלט פיל הוראות (אָנווייזונגען)2); מיר וועלן בריינגען איצט איינע־צוויי פון די הוראות פון דעם אויבנדערמאנטן פירוש רש"י;
ובהקדמה; „תולדות נח איש צדיק" איז — קינדער פון (נח, וואָס ער איז געווען) אַ צדיק, וואָס דערמיט ווערט געמיינט אויך די קינדער פון יעדער אידן, וואָרום אויף יעדער אידן שטייט „ועמך כולם צדיקים" —
רש"י, אין זיינע צוויי פירושים אויף „אלה תולדות נח נח איש צדיק", גיט אַרויס צוויי אַלגעמיינע הוראות ווי אַזוי מען דאַרף ערציעהן (די תולדות צדיק) — אידישע קינדער — און זעלבסטפאַרשטענדליך, אַז די הוראות זיינען געווענדעט בעיקר צו אידישע פרויען, וואָרום דער (התחלה און יסוד פון) חינוך פון די קינדער איז דאָך אָפּהיינגיק בעיקר פון דער מוטער;
די ערשטע הוראה איז, אַז די ערציאונג פון קינדער — נאָך פון קליינווייז אויף — דאַרף זיין אין אַזאַ וועג, אַז בשעת מען דערמאָנט נאָר דעם נאָמען פון אַ צדיק, זאָלן זיי זיך אָנכאָפּן מיט אַ התפעלות (ווייל אין דעם קאָכן זיי זיך), זיי זאָלן גלייך אָנפאַנגען ריידן און לויבן זיין צדקות, ווי ער פירט זיך אויף לויט דעם אויבערשטנס ווילן,
1) משלי יו"ד, ז.
2) היום יום ע' כד. וראה לקו"ש ח"ה בתחלתו.
200ביז צו „תמים הי'", אַז זיין גוטע אויפפירונג איז מיט אַ גאַנצקייט און במשך דעם גאַנצן טאָג, ניט בלויז ביים דאַוונען און לערנען נאָר אויך ביים עסן און טרינקען א.ד.ג. ;
און די צווייטע הוראה איז, אַז די ערציאונג פון די קינדער דאַרף זיין אין אַזאַ וועג, אַז זיי זאָלן פילן, אַז „עיקר תולדותיהם" פון זייערע עלטערן איז מעשים טובים, ד. ה. אַז דער עיקר און די האָפענונג (אויף די קינדער) און דער גליק פון זייערע עלטערן איז — דאָס וואָס די קינדער (תולדות — בפשטותג) וועלן זיך אויסצייכענען מיט מעשים טובים.
און אַזאַ ערציאונג וועט בריינגען אַז די קינדער וועלן זיך אויפפירן אין אַ גוטער וועג, סיי אין די זאַכן פון בין אדם למקום סיי אין די זאַכן פון בין אדם לחבירו, און ספּעציעל — אין זייער באַציאונג צו זייערע עלטערן, אַז באַ זיי וועט זיין דער „כבד את אביך ואת אמך" אין דער פולסטער מאָס,
וואָס דאָס איז דאָך אַ זאַך וואָס איז סיי „בין אדם לחבירו" און סיי „בין אדם למקום"ד, ובפרט אַז כיבוד אב ואם איז דאָך איינע פון די עשרת הדברות וואָס דער אויבערשטער האָט געגעבן גלייךה ביים באַרג סיני.
און דאָס וועט אויך בריינגען, אַז די גאַנצע משפחה — דער פאָטער, די מוטער און די קינדער — וועט זיין ווי איין זאַך, אַלע וועלן לעבן מיטן זעלבן גייסט, און גיין אין דער זעלבער וועג — אין דער וועג פון תורת אמת, וואָס איז געגעבן געוואָרן צו יעדערען פון אונז.
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק י׳
- Id
- rh-2k7tce46