עברית
Library

Likkutei Sichos

Addenda - general letters for Rosh Hashanah 7

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

632ב"ה, יום שלישי שהוכפל בו כי טוב,

פרשת וזאת הברכה אשר ברך משה,

ששי לחודש השביעי, ה'תשד"מ.

ברוקלין, נ.י.

אל כל בני ובנות ישראל

בכל מקום שהם,

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

פותחין בברכה, ברכת חתימה וגמר חתימה טובה.

קומענדיק פון ראש־השנה און שבת־שובה, וואָס לויט דער קביעות פון היינטיקן יאָר פירט ראש־השנה גלייך אַריין אין שבת־קודש, שבת שובה;

און בהמשך צו דער צווייטער נקודה אין דער קביעות פון היינטיקן יאָר, וואָס ראש־השנה איז אין דער וואָך פון פרשת האזינו —

ווי די צוויי נקודות זיינען ארומגערעדט געוואָרן אין די בריוו פון ערב שבת קודש ח"י אלול און פון מוצאי־שבת־קודש כ"ה אלול.

און מ'קען נאָך צוגעבען — על כל פנים בקיצור נמרץ — וועגן דער ספעציעלער שייכות פון ראש־השנה:

א) צו יום חמישי פון דער וואָך, וואָס זיין שיר איז — דער מזמור תהלים אין וועלכען ער זאָגט תקעו בחודש שופר און צו יום הששי, וואָס זיין שיר איז השם מלך גאות לבש ווען אדם הראשון האָט עס אויפגעטאָן דורך דעם בריינגען די בריאה אינגאַנצן צו נשתחוה ונכרעה נברכה לפני השם עושינו,

633ב) צו פרשת האזינו, וועלכע איז געזאָגט געוואָרן אַלס „לעד בבני ישראל" אין

משפט השם, וואָס משפט איהו רחמי, ובפרט — ביום המשפט בראש־השנה, וואָס

דאַמאָלס איז השם: עומד מכסא דין (לגמרי און) ויושב על כסא רחמים, און איז

מזכה אידן, אַלע אידן, להכתב ולהחתם לאלתר בספרן של צדיקים, וויבאַלד אַז

תורה זאָגט און מעיד אַז „ועמך כולם צדיקים",

און זי (פ' האזינו) איז געזאָגט געוואָרן מיט דער הבטחה אַז „לא תשכח", — אַן

אייביקער זכרון, וואָס מ'געדיינקט אַליין און מיט דעם צוגאָב פון שאל אביך ויגדך

זקניך ויאמרו לך, ובמיוחד „ביום הזכרון", ראש־השנה.

וועלן מיר זיך דאָ אָפשטעלן אויף אַ דריטער נקודה אין דער קביעות פון ראש־

השנה היינטיקן יאָר: וואָס ראש־השנה (דער „קאָפ" פון יאָר) איז דאָס פון אַן עיבוריאָר — אַ יאָר פון דרייצן חדשים, איז געבענטשט מיט מער טעג — געמיינט מער ניט נאָר לגבי אַ שנה פשוטה, נאָר מער אפילו פון אַ שנת חמה (זו־אָר) וואָס האָט

365 טעג.

דער ענין פון עיבור־יאָר איז, כידוע, פאַרבונדן דערמיט וואָס ישראל מונין

לבנה: דער אידישער, תרה־לוח איז באַשטימט לויט דעם מהך־הלבנה און

באַשטייט פון צוועלף לבנה־חדשים.

אָבער וויבאַלד אַז די תורה פאָדערט, אַז די ימים־טובים זאָלן אויסקומען אין

זייער פאַסנדער תקופה: פסח — ב"חודש האביב", אין פרילינג־חודש (ניסן); סוכות634— אין „זמן האסיף", הערבסט (תשרי), א.ז. וו. און די תקופות פון יאָר ווערן דאָך באַשטימט לויט דעם גאַנג פון דער זון, דעריבער פאָדערט זיך אַז יעדע צוויי־דריי יאָר, ווען דער אונטערשייד צווישן זון־יאָר און לבנה־יאָר קלייבט זיך אָן ביז אַרום אַ חודש, זאָל מען מוסיף זיין, צוגעבן אין דעם לבנה־יאָר נאָך אַ חודש — עס איז דאָ אדר ראשון און אדר שני — כדי אויסצוגלייכן דעם אונטערשייד און פאַרזיכערן אַז די ימים־טובים וועלן אויסקומען אין זייער פאַסנדער צייט.

ווי דערמאָנט מערערע מאָל, דאַרף אַ מענטש לערנען פון יעדער זאַך בנוגע זיין אויפפירונג, און זיין לעבן בכלל, ובפרט — ווי נאָך בעסער צו דינען דעם באַשעפער (אני נבראתי לשמש את קוני); און ספּעציעל — פון אַזאַ וויכטיקן ענין ווי עיבר-אָר, וואָס באַשטימט די קביעות פון חדשים און ימים־טובים פון יאָר.

איינע פון די נקודות אין דעם איז, וואָס כאָטש ביידע — די זון און די לבנה — זיינען באַשאַפן געוואָרן להאיר על הארץ (צו באַלייכטן די ערד), איז אין דעם „להאיר" פון דער זון ניטאָ קיין שינויים (ענדערונגען) פון טאָג צו טאָג; דאַגעגן אין דער לבנה זעט מען אַן אונאויפהערליכע ענדערונג, יעדער טאָג איז זי אַנדערש ווי דער טאָג פאַר אים, פון דעם טאָג פון מולד הלבנה, „געבורט" פון דער לבנה נאָכדעם וואָס איר „להאיר" איז גאָרניט געווען: דעם ערשטן האַלבן חודש ווערט זי אַלץ גרעסער ביז „קיימא סיהרא באשלמותא" (אַ פולע לבנה), און אין דעם צווייטן האַלבן חודש ווערט זי אַלץ קלענער, ביז זי ווערט אינגאַנצן פאַרטונקלט, אַלס אַ צוגרייטונג צו אַ נייעם ראש חודש ווען זי ווערט באַנייט (חדש).

און נאָך אַ גאָר וויכטיקער פּונקט — די אַלע ענדערונגען אין דער לבנה ווערן אין איר נאָר דורך דער זון, ווי זי באַלייכט איר.

אַזוי ווי די תורה, תורת־אמת, זאָגט, אַז יעדער מענטש איז אַ „וועלט" פאַר־זיך635נאָכמער — אַן עולם מלא, אַ פולשטענדיקע וועלט אין אַלע פרטים, איז פאַרשטאַנדיק, אַז די צוויי נאַטור־דערשיינונגען: די „בייטעוודיקייט" פון דער לבנה און די „אומבייטעוודיקייט" (שטאַנדהאַפטיקייט) פון דער זון, שפּיגלען זיך אָפּ אין מענטשליכן לעבן. יעדער מענטש האָט בטבע צוויי נטיות (נייגונגען): אויסקלייבן פון די פאַרשידענע השקפות־עולם און שטעלן זיך גרונטפּרינציפּן און פעסטע אומבויגזאַמע צילן: חכמה און שלימות אין דעם, מדות טובות און שלימות אין זיי, צדק ויושר א. ז. וו. — צוזאַמען דערמיט האָט ער אַ נטי' צו בייטן און מחדש זיין, שאַפן נייעס (אפילו לגבי זיין אייגענעם נעכטן) א. ז. וו.

אייגענטליך, אויפן ערשטן בליק, זיינען די צוויי אייגנשאַפטן — בייטעוודיקייט און סטאַבילקייט — אין סתירה. אָבער וויבאַלד אַז דער מענטש איז אַ „גאַנצע וועלט", זיינען די צוויי תכונות ניט נאָר ניט אין סתירה, נאָר, אדרבה, זיי קענען פאַרפולקאָמען איינע די צווייטע, און ביידע צוזאַמען דערמעגליכן אים צו דערפילן זיין צוועק און אויפגאַבע אין לעבן אין דער פולסטער מאָס — על דרך ווי דער עיבור־יאָר ברענגט אַן אויסגלייכונג און שלימות אין דעם סדר זמנים.

די דערקלערונג דערפון איז בקיצור — אָנהויבנדיק מיט אַ גאָר פשוט'ן ביישפּיל:

יעדער טאָג — הויבט אָן אַ איד זיין טאָג מיט מודה אני לפניך, איז ממשיך (זעצט־פאָר) מיט ברכות־השחר, פסוקי־דזמרה, קריאת־שמע וברכותי', די ערשטע און לעצטע ברכות פון תפלת העמידה א. ז. וו.

צוזאַמען דערמיט זאָגט תורה הנצחיית, אַז די „מיט־ברכות" פון דער תפלה מוזן געענדערט ווערן ראש־השנה לגבי אַלע טעג פון אַ גאַנץ יאָר, שבת — לגבי וואכטעג א. ז. וו. און שירו של יום איז אַנדערש בכל יום.

אַזוי אויך אין שיעורי־תורה: יעדער טאָג דאָס זעלבע בתורה שבכתב (פ' ברכות כהנים), בתורה שבעל־פה (אלו דברים, איזהו מקומן) און צוזאַמען דערמיט — הלכות החג בחג, הלכות שהזמן גרמא (בנוגע די טעגליכע טעטיקייטן, וויסן וואָס איז די הוראה פון דער תורה אין דעם), א.ז. וו.

מער בכלל אין דעם: תורה וואָס לא תהי' מוחלפת צוזאַמען מיט להגדיל תורה636ולהאדירה; מצוות באופן פון לא תוסיפו ולא תגרעו צוזאַמען מיט הידור מצוה ולהעלות בקודש.

און די ביידע סוגים דערגענצן און זיינען משלים איינע די אַנדערע.

און אין די אַלע ענינים פאָדערט זיך די זעלבע שטאַרקייט, ביז מסירת־נפש, סיי אין די ענינים פון שטענדיק דאָס זעלבע (ווי סימבאָליזירט דורך דער „זון") און סיי אין די ענינים וועלכע ווערן געענדערט (ווי סימבאָליזירט דורך דער „לבנה"), און דאָס אַלעס ווערט געשאַפן דורך תורה־אור, וועלכע לא תהי' מוחלפת, לויט דעם אויבערשטנ'ס ווילן, אַז יעדער איד זאָל זיין אַן עולם מלא.

זיכער איז, אַז ער גיט יעדן איינעם און איינע די נויטיקע כוחות, ביז צו מסירתנפש — אין ביידע אייגענשאַפטן, און דער איד דאַרף זיי אַרויסברענגען אל הפועל אין דער פולסטער האַרמאָניע און שלימות.

און דאָס איז איינע פון די אָפּלערנונגען פון עיבור־יאָר — אַז מ'דאַרף זיך אריינטראַכטן, ובפרט אין די איצטיקע טעג פון חשבון־נפש און תשובה, אין די צוויי דערמאָנטע אייגנשאַפטן, מאַכן אַ סהכל פון יעדערע פון זיי, און „אויסגלייכן" זיי, כדי צו דערגרייכן די פולסטע שלימות אין אויסנוצן אַלע כוחות וואָס דער באַשעפער האָט געגעבן יעדן איינעם און איינע דורכצופירן די נשמה־שליחות פון לשמש את קוני, און טאָן דאָס — ווי אַלע זאַכן פון תורה און מצוות — בשמחה ובטוב לבב.

ויהי רצון, אַז די אַריינטראַכטונג אין די אויבנדערמאָנטע נקודות זאָל אויסגענוצט ווערן בנוגע תורה בשלימותה צוזאַמען מיט להגדיל תורה ולהאדירה, און בנוגע מצוות — אין דעם לא תוסיפו ולא תגרעו (ניט ענדערן), צוזאַמען מיט מוסיף זיין בהידור־מצוה און להעלות בקודש, הלוך ומוסיף,

און דאָס אַלעס זאָל נאָכמער צוגעבן אין הצלחה בכלל און אין דאָס אויבנדערמאָנטע במיוחד, און זאָל אַראָפּקומען באַ יעדן אידן און אַלע אידן אין דער חתימה וגמר חתימה טובה, בטוב הנראה והנגלה, אין אַלע טעג פון דעם גאַנצן יאָר, בפרט אַז ס'איז אַ יאָר רייך „אין טעג", שנת העיבור,

כולל די עיקר'דיקע ברכה, אַז בקרוב ממש צו דעם איצטיקען ראש־השנה יום המשפט — איז קומה אלקים שפטה הארץ כי אתה תנחל בכל הגוים

637ברכת הגאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו, לאלתר במהרה בימינו

ממש.

בכבוד ובברכת חתימה וגמר חתימה טובה

6

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-pae9bhg8

Copies

Recent activity

#196 Likkutei Sichos vol 24: machine reading · approved
#140 Likkutei Sichos vol 24: machine reading · closed

Sources