Letter 3894
כ"ב מ"ח, תשט"ז · ברוקלין.
אין ענטפער אויף דיין בריף פון י"ד חשון, אין וועלכען דו שרייבסט אז דעם יאר אינטערסירסט זיך ניט אזוי ווי פאריגען יאר אין דעם לערנען מיט די תלמידות פון דער כתה, צוליב דעם וויילע זיי האבען ניט אזעלכע פעהיגקייטען צו אויפנעמען דעם לערנען אזוי ווי די פריערדיקע כתה.
והנה, עס איז פארשטענדליך אז אדרבה, דער ענין דארף צוגעבען נאך מער חשק און מער ווי געוויינליכען אינעטרעס צו אוועקשטעלען די תלמידות אויף דער געהעריקער הויך, כי הרי זה כל האדם לתקן חלקו בעולם, אין איינקלאנג מיט זיינע כשרונות וועלכע השם יתברך האט אים געשאנקען, בפרט א כשרון אין חינוך און השפעה אויף יוגענט, איז דאס דאך דער תכלית פון זיין באשאפונג צו מערען ליכטיגקייט אין וועלט דרוך פארשפרייטען נר מצוה תורה אור, ולפום צערא אגרא, אז דוקא אזעלכע תלמידות וואס זייערע כשרונות זיינען ניט אזוי ענטוויקעלט, זיינען זיי דער חלק היפה צו ערפילען מיט זיי דעם רצון הבורא ומדתו של הקב"ה מדה כנגד מדה אלא שכמה פעמים ככה, אז ווען מען ערפילט דעם רצון פון השם יתברך, חאטש דער יצר הרע פרובירט איינריידין אז דאס איז א שווערע זאך, איז דענסטמאל הקב"ה טוט דעם רצון האדם צו ערפילען זיינע גוטע הארץ פארלאנגען.
ויהי רצון אז מיט א צוגאב כח און לעבעדיקייט זאלסט דו זיך אינטערעסירע אין דער פארבעסערונג פון דעם מצב הכתה און זי זאל שטייגען מדרגא לדרגא און זאלסט זעהן פרי טוב אין דיין ארבעט, ומצוה גוררת מצוה, אז דו זאלסט קענען אנזאגען בקרוב אז די תלמידות זיינען עושות חיל, און אז השם יתברך האט דיר געמאכט געפינען דיין גוטען זיווג פאר דיר, גוט בגשמיות און גוט ברוחניות גם יחד.
Kehot Publication Society · commercial
Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Volume
- Volume 12
- Id
- rh-k63aam90
Copies
Recent activity
No fix suggested or problem reported here yet.
Sources
- sichos-kodesh-unit