עברית
Library

Igros Kodesh (the Rebbe)

Letter 4058

ב"ה, כ"ו טבת, תשט"ז

ברוקלין.

בראנזוויל - איסט ניו-יארק ליידיס

אקזילערי פאר די

ישיבות תומכי תמימים ליובאוויטש

ה' עליהן תחיינה

ברכה ושלום!

אין ענטפער אויף אייער מיטטיילונג, אז מארגען, מיטוואך פ' וארא, כ"ז טבת קומט פאר אייער יערלעכער באנקעט.

השם יתברך זאל העלפין ער זאל זיין בהצלחה, סיי בגשמיות און סיי ברוחניות.

אזוי ווי דער באנקעט קומט פאר אין דער וואך פון פרשת וארא, וואס די פרשה דערציילט וועגען מצרים און יציאת מצרים פון אמאל און גיט אויך אנדייטונגען אויף "יציאת מצרים" אין אונזער צייט, ווי זיך צו באפרייען פון גלות און פון אלע באגרעניצונגען בגשמיות וברוחניות.

איז ספעציעל וויכטיג פאר דער אידישע פרוי בכלל - און עסקניות בפרט - צו געדענקען דעם ספעציעלען זכות און די ספעציעלע פליכטען וואס ליגען אויף דער אידישע פרוי, און דעם חלק וואס זי פארנעמט אין "יציאת מצרים" פון אמאל און היינט.

חז"ל דערציילען אונז, אז אין דעם זכות פון די נשים צדקניות זיינען די אידען אויסגעלייזט געווארען פון מצרים. זיי האבען זיך ניט דערשראקען פאר די גזירות פון מלך מצרים, וואס האט געוואלט פארניכטען אידישע קינדער, נאר זיי האבן אויפגעשטעלט, און מיט גרויס מסירת נפש, א דור פון אידישע קינדער, וואס האבען דערנאך געזאגט נעשה ונשמע און מקבל געווען די תורה.

איך האף אז איר, אלס איבערגעגעבענע טוערינס פאר די ישיבות תומכי תמימים ליובאוויטש, וועלכע זיינען געגרינדעט געווארען דורך כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, און ערציהען די תלמידים אז זיי זאלען אנגעהן מיט דעם נעשה ונשמע - זייער גאנצען לעבען און שטייגען אין תורה תמימה ויראת שמים.

וועט ווייטער אנפירען אייער ארבעט. און נאך מיט מער איבערגעגעבענהייט און מסירת נפש.

און השי"ת זאל אייך אלעמען מצליח זיין - אין דעם און אויך אין אייערע ענינים הפרטים בגשמיות וברוחניות.

בברכה.

Kehot Publication Society · commercial

Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Volume
Volume 12
Id
rh-pwz7q1pw

Copies

Igros Kodesh app · Hebrew · Kehot Publication SocietyText

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources

  • sichos-kodesh-unit4058