עברית
Library

Igros Kodesh (the Rebbe)

Letter 3962

ב"ה, ט"ו כסלו, ה'תשט"ז

ברוקלין, נ.י.

צו יד אנטיילנעמער אין דער חגיגה פון חג

הסמיכה

בישיבת תומכי תמימים ליובאוויטש

מאנטרעאל

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

צו דער פייערונג פון דעם חג הסמיכה, אין דעם טאג פון י"ט כסלו הבע"ל, שיק איך מיין באגריסונג אין ברכה צו די ראשי - ומנהלי הישיבה, די תלמידים מוסמכים און אלע געסט און אנטיילנעמער אין דער שמחה של תורה.

די דאזיגע פייערונג אין דער ליובאוויטשער ישיבה, אויסער דעם עצם הענין, איז א געשעעניש פון ווייטגייענדער באדייטונג און דאפעלטער שמחה, נעמענדיק אין אכט דעם אייגנארטיקן כאראקטער פון דער ישיבה און אירע מחונכים.

ווארום אויב אין אמאליקע יארן איז דער הויפט צוועק פון א ישיבה געווען איינצופלאנצען אין די תלמידים טיפע ידיעות אין דער תורה הק', ניט דארפנדיק זארגען וועגן דער השפעה פון דער סביבה, איז אבער אין דער היינטיגער צייט די הויפט אויפגאבע פון א ישיבה צו דערציען ניט נאר לומדים, נאר דווקא לומדים יראי-שמים. די כוונה און שיטה פון א ליובאוויטשער ישיבה גייט נאך ווייטער: צו דערציען ניט נאר לומדים יראי-שמים בעלי מדות טובות ושומרי תורה ומצוה בהידור, נאך אויך איינפלאנצן אין די תלמידים דעם געפיל פון אחריות פאר דעם צווייטן, דורכגעדרונגען מיט דעם געפיל פון אהבת-ישראל און מסירות נפש. דערפאר זיינען די תלמידים און מחונכים פון דער ליובאוויטשער ישיבה "נרות להאיר", וועכלע פארשפרייטן די ליכטיקייט פון תורה ומצוות מדות טובות ומנהגים טובים אין יעדן ארט און סביבה וואו די השגחה עליונה פירט זיי.

אלעס איז דאך בהשגחה פרטית; אזוי אויך דאס וואדס דער חג הסמיכה קומט פאר אין דעם ליכטיגען טאג פון י"ט כסלו, דער חג הגאולה פון כ"ק רבינו הזקן, בעל התניא ושלחן ערוך. אין דעם טאג איז דער אלטער רבי באפרייט געווארן פון די קיטרוגים דערפאר וואס ער האט זיך מוסר נפש געווען בפועל ממש אויף צו פארשפרייטן ניט נאר די קוואלן פון תורה נאר אויך פון הנהגה טובה, וואס צוליב דעם האט ער איינגעפירט פיל תקנות, און פארשפרייטן זיי אפילו צווישן די וועלכע געפינען זיך נאך "חוצה", אין דרויסן. זיכער וועט זיך דער גייסט אפרופן אין די מוסמכים און אין די אנטיילנעמער אין דעם חג הסמיכה און אין דער ליכט פון תורת החסידות ומנהגי החסידות וועלן זיי אויסשפרייטן זייער השפעה אןי זייער סביבה, יעדער איינער ארום זיך, סיי אויף די נאענטע און סיי אויף די וועלכע שטייען נאך דערוויילע פון דערווייטן, כדי צו דערנעענטערן זיי לאבינו שבשמים.

דער זכות פון תלמוד תורה ביראת שמים און דער זכות פון רבותינו הק' זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע זאל יעדן איינעם ביישטיין ממשיך צו זיין ברכה והצלחה לו ולב"ב שיחיו אין וואס זיי נויטיגען זיך בגשמיות וברוחניות.

בברכת חג הגאלה, אשר אור וחיות נפשנו ניתן לנו.

Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Volume
Volume 12
Id
rh-1qcqe99n

Copies

Igros Kodesh app · Hebrew · Kehot Publication SocietyText

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources

  • sichos-kodesh-unit3962