עברית
Library

Letter 4049

כ"ד טבת, תשט"ז · ברוקלין.

ב"ה, כ"ד טבת, תשט"ז

ברוקלין.

ברכה ושלום!

אין ענטפער אויף אייער בריף פון א' דר"ח טבת. זעלבסט פארשטענדליך, אז איך האב ניט געמיינט מיט מיין שרייבען צו אייך, צו אנשרעקען אייך אז איר זאלט ניט שרייבען מער, און אויך ניט וועלען ווייזען אייך, אז אין דער וועלט איז אלץ אין בעסטען ארדענונג און פולקאמנהייט. וואס ביז משיח וועט קומען, איז ניטא קיין פולקאמנהייט אין ענינים הגשמים, ווי עס ווערט ערקלערט אין פילע ערטער אין די הייליקע ספרים.

וואס איך האב באטאנט אין מיין בריף - איז דאס, אז די ענינים אין וועלכע עס איז דא חסרונות דארפען זיי ניט פארדעקן, אויך ניט פארמינערען דעם דאנק צו השם יתברך פאר דעם טייל גוטס וואס יעדער באקומט פון אים אין א גרויסער מאס. און צווייטענס, אז דער וועג צו פאריכטען די חסרונות איז ניט דורך יאוש (אויפגעבען) אדער אפילו נפילת רוח (געמיט נאכלעסונג), ניט נאר וואס דאס העלפט ניט, נאר, אין געגען טייל, דאס מאכט שווערער די ארבעט פון פארריכטען דאס.

דאגעגען אבער ווען מען איז בשמחה (פרייליך אויפגעלייגט) - דענסטמאל קומט אן די עבודת השם יתברך בכלל, און די געזאגטע עבודה (פון פאריכטען) בפרט מיט גרויס הצלחה, ווי מען זעהט דאס אויך פון פראקטישן לעבען, און ווי עס איז באוואוסט דער ווארט פון מיין שווער כ"ק אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, אז א סאלדאט (סאלדזער) ווען ער גייט צום קאמפס פראנט, דארף ער גיין מיט א מארש-געזאנג פרייליך, און דאס פארגרעסערט מער די מעגליכקייט צו באזיגען די מלחמה, און אויב עס איז אזוי אין דער גשמיות'דיקער מלחמה, איז פיל פאכיג מער אזוי אין די ענינים וואס מען וויל אויספירן לויטן ווילען פון בורא עולם, וואס אין דעם איז דאך, סוף כל סוף, דער נצחון פון דאס גוטע געזיכערט, ווי עס ווערט ערקלערט אויספירליך אין מערערע שטעלען אין חסידות.

און איך האף אז איהר וועט אננעמען די אנווייזונג פון מיין שווער כ"ק אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע ווי אויבען דערמאנט, צו טאן און זיין בשמחה, פרייליך אויפגעלייגט, און יה"ר אז יעדער זאל האבען פון וואס צו זיין בשמחה.

בברכה לבשורות טובות ולהצלחה בכל האמור.

מארש-געזאנג: ראה גם לעיל ח"ח אגרת ב'רעח.

Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Volume
Volume 12
Id
rh-6w7n1gcw

Copies

Igros Kodesh app · Hebrew · Kehot Publication SocietyText

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources

  • sichos-kodesh-unit4049