עברית
Library

Letter 4148

ג' אדר, התשט"ז · ה' עליהן תחיינה

ב"ה, ג' אדר, התשט"ז

ברוקלין, נ.י.

אגודת נשי ובנות חב"ד אין טאראנטא

ה' עליהן תחיינה

ברכה ושלום!

אין צוזאמענהאג מיט דער ידיעה וועגן אייער אונטערנעמונג, זונטאג פ' תצוה ז' אדר, שיק איך דערמיט א באגריסונג און ברכה צו אלע אנטיילנעמער, און די חברות פון אגודת נשי ובנות חב"ד בפרט.

אייער אונטערנעמונג קומט פאר אין דער צייט פון יאר ווען מען לייענט די סדרות וואו עס ווערט דערציילט וועגען דעם בויען פון משכן-מקדש, און וועגן דעם אנטייל פון די פרויען אין דער זאך.

זיכער וועט דער אינהאלט פון די פרשות התורה נאכאמאל דערמאנען און אונטערשטרייכן די וויכטיקייט פון דער פרוי און טאכטער אין אלע פרטים פונם אידישען לעבן - אלס טאן-געבערין און וועג-ווייזערין.

ווארום, ווי די תורה דערציילט, זיינען די פרויען געווען די ערשטע צו נעמען א חלק אין בויען דעם הייליקן ארט פאר דער ג-טלעכער שכינה, און זיי האבן זיך אנטזאגט צו נעמען א חלק אין דעם גאלדענעם עגל, וואס איז געווען דער היפוך דערפון.

א באוואוסטזיניקע אידישע פרוי און טאכטער פילט מיט אן אינערלעכן, ג-ט געבענטשטן חוש, וואס עס איז הייליק און דארף געשטיצט ווערן און וואס עס איז שעדלעך און דארף דערווייטערט ווערן פון אידישן לעבן.

און אין דער איצטיקער צייט, ווען גוטס און שלכטס, ליכט און פינסטערניש, ווערן אפט פארטוישט, יאז, נאך מער ווי אלעמאל א לעבנס-נויטווענדיקייט, אז אט דער אינערלעכער ג-טלעכער חוש פון דער אידישער פרוי און טאכטער זאל קומען צום אויסדרוק אין טאג-טעגלעכן לעבן.

אין דעם באשטייט טאקע די הויפט אויפגאבע פון די פארצווייגטע אגודות נשי ובנות חב"ד:

ארויסצוברענגען די אינערליכע באוואוסטזיניקייט פון דער אידישער פרוי און טאכטער און זייער געפיל פון אחריות צו פארנעמען זייער ריכטיקן ארט אין בית ישראל און אלעס עקרת-הבית.

און שטענדיק צו געדענקען, אז אין זייערע הענט, אין א גרויסע מאס, ליגט די צוקונפט פון בית ישראל.

השם יתברך זאל מצליח זיין אייער ארבעט און טעטיקייט, איר זאלט אויספירן אין דער פולסטער מאס, די אויבנדערמאנטע כוונה פנימית וואס עס איז אין דער גרינדונג פון די אגודות נשי ובנות חב"ד.

און דורכדעם אויך צוגעבן און מוסיף זיין אין די ג-טלעכע ברכות פאר אייף און אייערע בני-בית שיחיו, בגשמיות וברוחניות.

בברכה.

נדפסה בלקו"ש ח"ו ע' 366 והושלמה ע"פ העתק המזכירות. ראה גם לעיל אגרת ד'קלא.

Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Volume
Volume 12
Id
rh-4xxp9ppn

Copies

Igros Kodesh app · Hebrew · Kehot Publication SocietyText

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources

  • sichos-kodesh-unit4148