עברית
Library

Letter 4151a

ז' אדר, תשט"ז · ברוקלין.

ב"ה, ז' אדר, תשט"ז

ברוקלין.

שלום וברכה!

אין ענטפער אויף אייער בריף פון ה' אדר חדש שמרבין בו בשמחה, אין וועלכען איר שרייבט ועוגען דער התעוררות לתשובה וכו' און שרייבט אויך אז איר ווילט אפקומען מיט תעניתים, און זיכער מיינט איר דאס כפשוטו.

און מיין מיינונג אין דעם איז ווי עס שרייבט רבנו הזקן בעל התניא והשולחן ערוך, אז בדורותינו אלה, וואס דער תענית בריינגט צו חולי אדער מיחוש, חס ושלום ניט דאס איז די וועג פון תשובה, נאר מען דארף מערער לערנען און דאוונען תפלה בצבור און ווי געהעריג איז און בפרט אין זאגען תהלים. און בנוגע צו תעניתים, איז טאן אין דעם ווי די הוראה פון כ"ק אדמו"ר מוהר"ש, תענית איז א עבודה, טראכט אלע טאג 15 מינוט אדעתי' דנפשי' וועגען זיך (זעה ספר התולדות אדמו"ר מוהר"ש, הוצאת קה"ת ה'תש"ז, ברוקלין, ע' 72). - כמובן געמיינט אז דער טראכטען זאל בריינגען להוספה בתורה ומצות.

זעלבסט פארשטענדליך אז דאס אויבען געזאגטע וועגען תענית, איז דאס ניט געמיינט די תעניתים וועלכע זיינען על פי שולחן ערוך, ווי תענית אסתר וכו' וואס בנוגע צו די תעניתים דארפמען פרעגען א רב, וועלכער זאל פסק'נן בהתאם צום געזונט.

אויך האט איר געדארפט יעדער וואכען טאג פארן דאוונען, געבען א פאר סענט אויף צדקה, און אנהאלטען די דריי שיעורים השוים לכל נפש מתקנת כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, בחומש תהלים ותניא. א)זאגען יעדער טאג נאכן דאוונען אין דער פריה, דעם שיעור תהלים - ווי דער תהלים איז פארטיילט אויף די טעג פון חדש. ב) לערנען יעדער טעג א פרשה חומש מיט פירוש רש"י פון דער סדרה פון דער וואך (זונטאג פון אנהויב סדרה ביז פרשת שני, מאנטאג פון פרשת שני ביז שלישי א. א. וו.). ג) לערנען יעדער טאג א שיעור תניא, ווי דער תניא איז פארטיילט אויף די טעג פון יאר. און השי"ת זאל אייך מצליח זיין אין דאס אלעס אויבען געזאגטע.

בברכה,

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א

מזכיר

Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Volume
Volume 12
Id
rh-6s2zcf9f

Copies

Igros Kodesh app · Hebrew · Kehot Publication SocietyText

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources

  • sichos-kodesh-unit4151a