עברית
Library

Letter 4198

ג' ניסן, תשט"ז · ברוקלין.

ב"ה, ג' ניסן, תשט"ז

ברוקלין.

שלום וברכה!

...ב) אויף אייער פראגע, צי זאלט איר דאוונען איבערגעדעקט די קאפ מיטן טלית, וויבאלד אין אייער שול, איז ניט איינגעפירט אזוי, וועט זיך במילא ווארפען דאס אין אויגען - איז לויט מיין מיינונג, צופיל באטאנען דאס דארפמען ניט, אבער וויבאלד אז איר זייט דער בעל קריאה, און אויך דער פון וועלכען מען הערט דברי התעוררות, וכו', וועט בא זיי זיין פארשטענדליך, פארוואס איר דאווענט אזוי מיטן טלית איבערגעדעקט; חאטש זיי זיינען נאך ניט צוגעקומען צו דעם; און אפשר וועלען אויך אנדערע נאכטאן אייער ביישפיל.

ג) אין אייער פראגע, פארוואס צווישען די קינדער פון פב"פ, איז געבליבען לעבען, גראדע דער ווייניגער ירא שמים, און די יראי שמים זיינען אומגעקומען על קדוש השם. - בכלל אויף אזעלכע שאלות, שטייט געשריבן, בהדי כבשי דרחמנא למה לך, און איינע פון די ערקלערונגען וועלכע זיינען פאראן אין ספרים אויף ענליכע פאלען, איז, אז די נשמה דארף נאך תשובה טאן אויף געוויסע ניט איינגענאמע זאכען, אדער צו איר גורל איז צוגעטיילט געווארען צו אפטאן א טובה צו פלוני אדער לפב"פ, און דעריבער האלט מען זי אין גוף בזכות פב"פ אויב אפילו ניט בזכות עצמו, און חאטש די נשמה האט נאך ניט תשובה געטאן ביז איצטער, איז דענסטמאל איז דאס כמאמר רז"ל מאריך אף וגבי דילי' אבער בתקוה אז לא ידח ממנו נדח וישוב בתשובה ושב ורפא לו.

ולקראת חג הפסח הבא עלינו ועל כל ישראל לטובה ולברכה, הנה יחוג אותו עם כל ב"ב שיחיו בכשרות ובשמחה.

בברכה.

Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Volume
Volume 12
Id
rh-2j691p5z

Copies

Igros Kodesh app · Hebrew · Kehot Publication SocietyText

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources

  • sichos-kodesh-unit4198