עברית
Library

Letter 3864

ח' מ"ח, תשט"ז · ברוקלין.

ב"ה, ח' מ"ח, תשט"ז

ברוקלין.

ברכה ושלום!

במענה על מכתבה ממוצש"ק ברכה:

זיכער האט [איר] צייטיג באקומען א ענטפער אויף אייער פראגע אין אייער פריערדיקען בריף.

און וואס איר שרייבט וועגען אייער ברודער שי', די סיבה פארוואס איר האט ניט געענטפערט אויף מיין שרייבען, אז מען זאל בודק זיין די תפילין זיינע, זעלבסט פארשטענדליך אז די סיבה פארשטארקט די הצעה אז מען זאל וואס פריער בודק זיין די תפילין, איבערהויפט די פרשיות אז זיי זאלען זיין זיכער כשר'ה און טאן דאס וואס פריער, און זעלבסט פארשטענדליך אז עס איז דורכאויס נויטיג אז ער זאל זיי יעדער וואכען טאג אנטאן אויף א עטליכע מנוט ווייניגסטען.

השם יתברך האט געוואלט אז א איד זאל מקיים זיין מצות מיט זיין אייגענעם אויסוואהל (בבחירתו) ניט געצוואונגענער, און אזוי אויך איז בנוגע אייער ברודער, מען דארף עם אבער מסביר זיין, אז ווען מען שרייבט צו א קראנקען א רפואה, האט ניט קיין ארט אין שכל, אז מען זאל ווארטען ביז מען וועט זיך פריער אויסלערנען חכמת הרפואה, און עטליכע יאר ארום ווערען א דאקטאר און פארשטיין וי די רפואה ווירקט, און דענסטמאל וועט ער נעמען די רפואה, און בפרט אז וואס מער מען לייגט אפ דאס ניצען די רפואה, ווערט מען אלץ ווייטער פון געזונט ווערען, און במילא אויך פון פארשטיין זאכען ווי זיי זיינען אין דער ווירקליכקייט אין זייער אמת, און השם יתברך זאל מצליח זיין, אז איר און אייערע פריינד זאלען געפינען די פאסענדע ווערטער ווי צו אוועקשטעלען עם אויף דעם וועג וועלכער איז גוט פאר עם סיי בגשמיות און סיי ברוחניות.

בברכה,

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א

מזכיר

Kehot Publication Society · commercial

Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Volume
Volume 12
Id
rh-stmd4we6

Copies

Igros Kodesh app · Hebrew · Kehot Publication SocietyText

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources

  • sichos-kodesh-unit3864