עברית
Library

Letter 3938

ח' כסלו, תשט"ז · ברוקלין.

ב"ה, ח' כסלו, תשט"ז

ברוקלין.

שלום וברכה!

איך בין צופרידען צו באקומען פון צייט צו צייט ידיעות פון אנ"ש פון פאריז וועגען אייער הילף, התעסקות און השתדלות בנוגע די תלמוד תורה'ס ליובאוויטש אין פאריז, וואס זייער אויפגאבע איז צו מחנך זיין די אידישע זין און טעכטער איו א אופן וואס זאל זיי נעהענטער מאכען צו אונזער פאטער אין הימעל. און עס איז באוואוסט דער ווארט פון בעל שם טוב, וועלכעס מיר האבען מערערע מאל געהערט פון מיין שווער כ"ק אדמו"ר, אז די ליבשאפט פון השם יתברך צו יעדער אידען, מאן און פרוי יונג אדער אלט, איז ניט בערך מער ווי די ליבשאפט פון עלטערן צו זייער א בן יחיד וועלכעס איז געבארן געווארן בא זיי ויף דער עלטער.

וואס פון דעם איז ויך פארשטענדליך דער גרויסער זכות וואס עס האט יעדערער וואס איז זיך עוסק אין די ענינים, און די גרויסקייט פון דעם שכר פון השם יתברך אין [...] ואוס מען באדארף פאר זיך און פאר די בני בית, און דעריבער האף איך אז דאס ליינען פון אייער פ"נ אויף דעם ציון הק' פון מיין שווער כ"ק אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, און ער וועט מעורר רחמים רבים זיין אין דעם און ספעציעל אין דער בעסערונג פון אייער פרוי'ס געזונט תחי', און דאס וועט אויך צוגעבען אין אייער התעסקות צו פארשטארקען אידישקייט בכלל און דרוך חינוך הכשר בפרט מתוך שמחה.

בברכה לבשר טוב בכל האמור.

מו"ה מרדכי: מילר, פריז.

ווארט פון בעל שם טוב: ראה גם לקמן אגרת ד'קמה.

Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Volume
Volume 12
Id
rh-186qptez

Copies

Igros Kodesh app · Hebrew · Kehot Publication SocietyText

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources

  • sichos-kodesh-unit3938