Letter 3883
ט"ו מ"ח, תשט"ז · ברוקלין.
באשטעטיג די ערהאלטונג פון דיין בריף יו"ד חשון מיט דאס בייגעלייגטע. און עס וואונדערט מיר אביסעל וואס דערמאנסט ניט ווי זיינען איינגעשטעלט געווארן דיינע סדרים אין דעם זמן, האפענטליך וועסט דו שרייבען וועגען דעם בא דער נעקסטער געלעגענהייט.
איך וויל אויסניצען די געלעגענהייט און אויפמרעקזאם מאכען דיר, אז וויבאלד דיינע עלטערען האבען מסכים געווען אז דו זאלסט לערנען ענגליש אויף א פריוואטען אופן, האסט דו פון דיין זייט געדארפט משתדל זיין זיך אין דעם אז דער לערנען זאל זיין בהצלחה, דאס הייסט אז דו זאלסט קענען ריידין און שרייבען די לאנדס שפראך ווי געהעריג, און אזוי ווי יעדער זאך פון לערנען איז אויף דעם געזאגט געווארן יגעת ומצאת, און זיכער אז מיט דער צייט וועט מען קענען אויסניצען די ידיעות ניט נאר אין ענינים פון פרנסה גשמית, נאר אויך אין ענינים פון פרנסה רוחנית, וכנראה במוחש, אז עס זיינען דא אזעלכע וועלכע זיינען פועל אויף דער סביבה דורך דעם וואס זיי באהערשען די לאנדעס שפראך ווי געהעריג, וואס בנד"ז מיינט דאס ענגליש, און איך האף צו הערען פון דיר אז דו טוסט אזוי און לערנסט די שפראך און עס גייט ווי געהעריג איז.
בייגעלייגט איז דא א קובץ וועלכער איז ערשט ערשינען, און זיכער וועסט דו קענען אויסניצען זיין אינהאלט אין דיין סביבה פאר החזקת והפצת היהדות.
Kehot Publication Society · commercial
Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Volume
- Volume 12
- Id
- rh-e81ktpsx
Copies
Recent activity
No fix suggested or problem reported here yet.
Sources
- sichos-kodesh-unit