עברית
Library

Letter 4100

ז' שבט, תשט"ז · מו"ה משה זלמן שליט"א

ב"ה, ז' שבט, תשט"ז

ברוקלין.

הוו"ח אי"א נו"נ בעל מרץ ובעל מדות רב

פעלים

מו"ה משה זלמן שליט"א

שלום וברכה!

נאכן לאנגען איבעררייס - חאטש איך באקום גרוסן וועגען אייך און אייער משפחה שיחיו - בין איך געווען צופרידען צו באקומען אייער בריף פון עש"ק ויחי, אין וועלכען איר שרייבט אויך וועגען אייער צופרידענהייט פון דער ענטוויקלונג פון דער ישיבה אהלי יוסף יצחק אין מעלבורן, און זיכער בריינגט די שמחה לויטן מאמר החסידים, שמחה פורץ גדר, אויף צו מוסיף זיין מיט נאך מער השתדלות צו פארשטארקען און פארגרעסערען די ישיבה, וועלכעס איז א מקור ברכה פאר אלע אידען אין מעלבורן און פאר דער גאנצער מדינה סיי בגשמיות און סיי ברוחניות. על דרך ווי די תורה דערציילט אונז, וואס מעשה אבות איז סימן לבנים, אז איידער יעקב אבינו איז געפארען אין מצרים, ואת יהודה שלח - להורות לפניו גושנה, זאגען רבותינו ז"ל, אז דאס איז צוגרייטען דארטען א ישיבה, און דורך דעם האט יעקב אבינו דער גרינדער פון ישיבה, געהאט דאס בעסטע לעבען דוקא אין מצרים, ווי עס איז באוואוסט די שאלה אין דעם וואס עס האט געפרעגט כ"ק אדמו"ר הצמח צדק בא זיין זיידען כ"ק רבנו הזקן בעל התניא, און וואס ער האט עם געענטפערט (זעה לוח היום יום עמוד יב).

מיט א וואונש און האפנונג צו אקומען פון אייך נאך פילע יארען בשורות טובות בכל הנ"ל און אויך בשורות טובות בהנוגע צו זיך און אייער גאנצער משפחה סיי בגשמיות און סיי ברוחניות,

און דער זכות פון דעם בעל ההילולא - וועלכע וועט זיין ביום ב' יו"ד שבט הבע"ל - כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע אויף וועמענס נאמען עס ווארט אנגערופען דער מוסד הק', יעמוד לו ולב"ב בגשמיות וברוחניות.

בברכה לאריכות ימים ושנים טובות ולבשורות טובות.

Kehot Publication Society · commercial

Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Volume
Volume 12
Id
rh-k9ky2ns4

Copies

Igros Kodesh app · Hebrew · Kehot Publication SocietyText

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources

  • sichos-kodesh-unit4100