עברית
Library

Likkutei Sichos

Addenda - general letters for Rosh Hashanah 5

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

621ב"ה, ערב שבת קודש פ' כי תבוא אל הארץ,

ערב ח"י אלול, ה'תשמ"ג,

ברוקלין, נ.י.

אל כל בני ובנות ישראל

בכל מקום שהם,

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

די לעצטע צוועלף טעג פון יאָר, פון ח"י אלול ביז ראש־השנה, זיינען, ווי באַוואוסט, ספּעציעל געווידמעט צו חשבון־הנפש פאַר די אַלע צוועלף חדשים פון דעם אַוועקגייענדן יאָר, יום לחודש, און צו אַ פאַרשטאַרקטער צוגרייטונג צום נייעם יאָר, הבא עלינו ועל כל ישראל לטובה ולברכה.

דאָס מיינט, קודם כל, אַ טיפערע אַריינטראַכטונג אין דער באַדייטונג פון ראשהשנה, און אין די אָפּלערנונגען דערפון —

וואָס די ערשטע און אַלגעמיינע נקודה אין דעם איז, אַז ראש־השנה איז דער טאָג פון הכתרה — „קרוינונג" — פון דעם בורא־עולם (שתמליכוני עליכם), צוזאַמען מיט קבלת עול מלכותו — ואח"כ, און גלייך נאָכדעם נעמען אויף זיך עול622מצוות, די מצוות פון דעם מלך ישראל, מלך העולם (קבלו גזירותי).

אין צוגאָב צו די אַלגעמיינע הוראות פון ראש־השנה, און אין אַן אופן פון מעשה בפועל, וואָרום המעשה הוא העיקר, קומען־צו יעדן יאָר ספּעציעלע לערנונגען וואָס זיינען פאַרבונדן מיט דער קביעות — די טעג פון וואָך ווען ראשהשנה קומט אויס, די סדרה פון דער וואָך אד"ג.

הי־יאָר זיינען די טעג פון ראש־השנה: דאָנערשטיק און פרייטיק (ערב שבת), וואָס פירן באַלד גלייך אַריין אין דעם טאָג פון שבת־קודש.

דאָס אונטערשטרייכט, אַז די הכתרה און קבלת־עול מצוות וואָס אידן טוען און זיינען מכריז וועגן דעם בקול רם און מיט תקיעת שופר וכו', און נעמען אויף זיך דורכצופירן דאָס אַלעס בפועל אין יעדן טאָג און אין אַלע טעג פון דעם נייעם יאָר, דאַרפן זיך אויסדריקן אין אַן אופן וואָס נעמט אַריין אַלע ענינים לפרטיהם פון דער אָ־טעגליכער הנהגה, און פאַרוואַנדלט זיי אַלע, אויך די עניני רשות — אין קדושה ומצוה.

אין איינפאַכע ווערטער: אַז אַלע טעטיקייטן (מעשה, דיבור, מחשבה) פון טאָגטעגליכן לעבן — אויך עסן, טרינקען, שלאָפן, אד"ג — אין וועלכע, אויפן ערשטן בליק, אידן טיילן זיך ניט אויס פון ניט־אידן, דאַרפן אויך די דאזיקע ענינים באַ אידן — דערהויבן ווערן צו קדושה ומצוה, על־דרך ווי בשבת־קודש ווערן די ענינים דערהויבן צו דער מדריגה פון מצות עונג שבת או קדושת שבת;

623וואָס די דערהויבונג פון די עניני רשות און זייער פאַרוואַנדלונג אין עניני קדושה באַשטייט אין דעם וואָס זיי ווערן געטאָן לשם שמים, בכדי מקיים צו זיין דעם אני נבראתי לשמש את קוני (איך בין באַשאַפן געוואָרן צו באַדינען מיין באַשעפער) און נאָכמער און העכער — בכל דרכיך דעהו, צו פאַרשפּרייטן טלעכקייט אין דער וועלט, און מאַכן די גשמיות'דיקע און אפילו די חומריות'דיקע וועלט אַ פּאַסנדע (געלייטערטע און געהייליקטע) דירה לו יתברך.

מער בפרטיות: די הנהגה פון אַ מענטשן לויט דעם רצון פון בורא־עולם — באַשטייט אין צוויי קווים: קום ועשה (וואָס מ'מעג און מ'דאַרף טאָן) און שב ואל תעשה (וואָס מ'טאָר ניט טאָן).

צום ביישפיל: אַ סתם עסן און טרינקען אין די וואכ־טעג — איז עס צו באַפרידיקן זיין הונגער און דורשט; בשבת ווערט עס כדי לשמש את קוני מיט און דורך דער מצות עונג שבת,

זיין פרנסה־עסק איןדער־וואָכן (אַקערן און זייען, מסחר א.ז.וו.) שטעלט עם צו זיין הוצאה און הוצאות בני ביתו; זיין שייכות צו דעם (צו עסק הפרנסה) בשבת וואָס באַשטייט אין אל תעשה (ניט אַקערן א.ז.וו.) ווערט עס — לשמש את קוני מיט און דורך מצות לא־תעשה — לא תעשה כל מלאכה; עס ווערט נאָך בולט'ער אונטערשטראָכן מיט דעם, וואָס ניט נאָר די ל"ט מלאכות, מיט זייערע אָפּצווייגונגען, זענען שטריינג פאַרבאָטן, נאָר אויך ענינים פון „וואָכעדיקייט" אין מעשה ואפילו אין דיבור, זיינען אויך פאַרבאָטן.

624דעריבער, וויבאַלד אַז לויט דער קביעות פון היינטיקן יאָר פירט ראש־השנה גלייך אַריין אין שבת, ווערט דערמיט נאָך מער אונטערשטראָכן, אַז די הכתרה און קבלת־עול מצוות וואָס אידן נעמען אויף זיך אין די טעג פון ראש־השנה, און וואָס באַשטימען ווי די הנהגה דאַרף זיין אַ גאַנץ יאָר — שליסן איין אַלעס, אַלע ענינים, אויך עניני רשות, אין די קווים פון עשה אָדער לא־תעשה, מיט דער פעסטער החלטה צו דערהויבן אַלע ענינים צו מצוה און קדושה.

און אַריינטראַכטנדיק זיך אין דעם גרויסן זכות פון לשמש את קוני ובפרט אויף דעם אופן, מוז דאָס אַרויסרופן אַ טיפן געפיל פון שמחה און אינערליכן תענוג (פאַרגעניגן) — בדוגמת „עונג שבת".

ויהי רצון, אַז די אויבנדערמאָנטע אַריינטראַכטונגען און די אַלע נאָכפאָלגענדע החלטות, ביז אין דעם עיקר — מעשה בפועל, זאָלן דורכגעפירט ווערן אין די אַלע טעג, און אין יעדן טאָג פון שנה הבאה, כדבעי ובשלימות — ובמיוחד אַז עס איז אַ שנה שלימה — אויך אין דעם זין פון האָבן אַ חודש העיבור,

און אַזוי ווי שבת איז מיני' מתברכין כולי יומי — דער קוואַל פון ברכות פאַר אַלע טעג פון דער וואָך — זאָל דאָס צוגעבן ג־טלעכע ברכות און כוחות מקיים־וזיין בפועל דאָס אַלעס אויבנדערמאָנטע, און אין דער פולסטער מאָס —

אַז די השפעה פון ראש־השנה — „קאָפּ" פון יאָר — זאָל זיך פילן אין דער פולסטער מאָס אין אַלע אַנדערע „איברים" — טעג, וואָכן און חדשים — פון יאָר, פּונקט ווי די קאָפּ אַנטהאַלט אַלע וויכטיקסטע חושים און נערוון וואָס קאָנטראָלירן און פירן־אָן מיט אַלע טיילן פון קערפּער, זיי זאָלן זיך אויפפירן ווי עס באַדאַרף־וזיין

ביז צו אַ הנהגה פון לשמש את קוני אין פולסטער שלימות, וואָס דאַמאָלס ווערט מקויים רצון קונו, זיין פאַרלאַנג און וואונטש: אני אמרתי אלקים אתם ובני עליון כולכם (איך האָב געזאָגט־געהאָפט אַז איר וועט זיין ווי מלאכים).

און אַלע גוטע החלטות וועלן נאָכמער צוגעבן אין דעם אויבערשטנ'ס ברכות בכלל און — די ראש־השנה ברכה בפרט: אויפנעמען, ובחסד וברחמים, די הכתרה625און די תפילות און תקיעות־שופר פון אַלע אידן, געבן אַ כתיבה וחתימה טובה לשנה טובה ומתוקן

ובמיוחד די ברכה צו וועלכער „קוינו כל היו גאַנצן טאָג) — גאולה האמיתית והשלימה דורך

בכבוד ובברכת כתיבה וחתימה טובה ולהצלחה און וועט יעדן איינעם און איינע קה בגשמיות וברוחניות גם יחד,

דום" (מען האָפט יעדן טאָג, דעם משיח צדקנו.

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-jxqegdsd

Copies

Recent activity

#196 Likkutei Sichos vol 24: machine reading · approved
#140 Likkutei Sichos vol 24: machine reading · closed

Sources