עברית
Library

Letter 3943

ט' כסלו, תשט"ז · ברוקלין.

ב"ה, ט' כסלו, תשט"ז

ברוקלין.

שלום וברכה!

אין ענטפער אויף אייער בריף פון א' כסלו.

איך האף אז צו דער צייט פון באקומען מיין דיזן בריף פילט איר בעסער גאר פשוט בבריאות הגשמית וואס דאס ווענדעט זיך אן השם יתברך, במילא וועט דאס בעסערען און פארגרעסערען אין ענינים פון בריאות הרוחנית, וואס דאס איז בידי אדם, ווי דער מאמר רז"ל הכל בידי שמים חוץ מיראת שמים. און ווי עס איז באוואוסט דער ווארט פון רבנו הזקן, וואס זיין חג הגאולה גייען מיר פייערען בקרוב י"ט כסלו הבע"ל, אז השם יתברך גיט אידען גשמיות און זיי מאכען פון גשמיות רוחניות. וואס די כוונה איז ניט נאר כפשוטו, פארדינסטען נאר נאך מער פנימיות'דיק, דער גוף און אפילו דער נפש הבהמית, וואס דאס באקומט מען פון השם יתברך, מאכט זיי השי"ת אז זיי זאלען זיין גאנץ בגשמיות און זיי אידען מאכען פון די גשמיות רוחניות, און ווי דער רמב"ם שרייבט, אז היות הגוף בריא ושלם מדכרי השם הוא, און נאך דייטליכער ווערט געזאגט אין תניא קדישא אנהויב פרק [...] לעבוד את ה' בגופו, און דאס ווערט נאך באקרעפטיגט דורך דעם אנזאג פון נשיאנו ה'ק אז ואהבת את ה' אלקיך בינדט זיך מיט ואהבת לרעך כמוך, וואס דערפאר דארפמען איינווירקען אין דער סביבה צו אויפפירען זיך אין דעם וועג.

ואל יאמר האדם, און זאל דער מענטש ניט זאגען, ווער בין איך און וואס בין איך, צו טאן אין דעם, איז דאך ידוע דער פסק דין של מעלה אז פאר מסירת נפש (פון רבנו הזקן) אויף תורת החסידות, פסקו בבית דין של מעלה, אשר בכל ענין של תורה ויראת שמים ומדות טובות תהי' יד מקושריו והולכי בעקבותיו על העליונה.

בברכה לבריאות ופרנסה בהרחבה ולבשורות טובות בכל האמור, וגם בהנוגע לבריאות בנו שי' - שביקר עמדו אצלי.

Kehot Publication Society · commercial

Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Volume
Volume 12
Id
rh-jsxw88gm

Copies

Igros Kodesh app · Hebrew · Kehot Publication SocietyText

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources

  • sichos-kodesh-unit3943