עברית
Library

Letter 3955

י"ג כסלו, תשט"ז · הוו"ח אי"א נו"נ כו' מו"ה דוד שי'

ב"ה, י"ג כסלו, תשט"ז

ברוקלין.

הוו"ח אי"א נו"נ כו' מו"ה דוד שי'

שלום וברכה!

מ'האט מיר איבערגעגעבען א כללות'דיקן גרוס פון אייך און אויך אז איר האט זיך באטייליגט אין דער התועדות וועלכע איז זיינער צייט געווען מיט דער באטייליגונג פון הרבנים הוו"ח אי"א נו"נ עוסקי בצ"צ וכו' הרב גראנער והרב צימער שליט"א. און געוויס באנוגענט איר זיך ניט מיט דעם און טוט אויך אין החזקת היהדות והפצתה אין פארלויף פון די אנדערע טעג פון יאר, און די טעג פון חדש כסלו ימי גאולה זיינען ימי סגולה צו דער פארשפרייטונג פון נר מוצה תורה אור ומאור שבתורה זוהי פנימיות התורה אפילו בחוץ.

וואס דאס איז אויך מרומז אין דער מצוה פון חנוכה, וואס דער אופן פון דעם קיום המצוה איז, להניחה על פתח ביתו מבחוץ, און ווען איז די צייט, משתשקע החמה, ווען אין דער וועלט ווערט פינסטער, וואס דוקא דענסטמאל מאכט מען ליכטיג און ווי דער פסק דין איז אז מוסיף והולך דמעלין בקדש. און ווען מען וויל אויף א אמת, געפינט מען די וועגען ווי אזוי דאס צו טאן, און השי"ת גיט הצלחה אין דעם, והשם יתברך זאל אייך מזכה ומצליח זיין צו אנזאגען בשורות טובות בכל האמור.

בברכה.

Kehot Publication Society · commercial

Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Volume
Volume 12
Id
rh-hhe3mvcd

Copies

Igros Kodesh app · Hebrew · Kehot Publication SocietyText

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources

  • sichos-kodesh-unit3955