עברית
Library

Likkutei Sichos

Addenda - sichos and letters 3

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

2015

. . . ידוע היחס החיובי של תורתנו הק', הנקראת „תורת חיים" על שם שהיא הוראה בחיי יום־יום לחיים הראויים לשמם, לעבודה בכלל ולעובד בפרט, ועד כמה הפליגו חכמינו ז"ל בזה, כמו שמסופר על דבר היהודי הראשון, אחד הי' אברהם, שבשעה שהי' מהלך בארצות שונות וראה בני המקום אוכלים ושותים ופוחזים, אמר הלואי לא יהא לי חלק בארץ הזאת. וכיון שהגיע לארץ ישראל וראה אותם עוסקים בנכוש בשעת הניכוש ובעידור בשעת העידור, אמר הלואי שיהא חלקי בארץ הזאת, אמר לו הקב"ה לזרעך אתן הארץ הזאת (בראשית רבה פ' ל"ט).

ובפרט בהנוגע לארץ ישראל, ארץ הקודש, כמו שדרשו חכמינו ז"ל על הפסוק כי תבואו אל הארץ ונטעתם, שצריך להתעסק בענין של עבודה ובמטע תחילה, עד שעל ידי כך מתדמים להקב"ה שהוא הי' הנוטע הראשון; מתחילת ברייתו של עולם לא נתעסק הקב"ה אלא במטע תחילה, הדא הוא דכתיב ויטע ה"א גן בעדן, את אתם כשנכנסין לארץ לא תתעסקו אלא במטע תחילה (ויקרה רבה, קדושים פ' כ"ה). והכל מדוייק, שענינו של מטע הוא — דבר המביא פירות, כן גודל ערך העבודה הוא בזה — שתביא פירות ופירות עושי פירות.

וזהו, בכללות, הענין של בכל דרכיך דעהו, שהיהודי צריך לקדש כל עניניו, לרבות עניני עבודתו, ובפרט בארץ הקדש; ואם זהו תפקידו של כל אחד ואחת, על אחת כמה וכמה שהוא תפקידו של הנוער העובד, שחונן בתוספת מרץ ונכנס למסלול החיים.

ויהי רצון שהוא וחבריו שי' יעשו בזה כהוראת ימי חנוכה, מוסיף והולך מוסיף ואור.

(ממכ' חנוכה תשכ"נ)

. . . אין איינקלאַנג מיט דעם וואָרט פון אַלטן רבי'ן בעל התניא והשולחן ערוך, וואָס הי־יאָר איז געוואָרן 150 יאָר זינט זיין הסתלקות, אַז „אַ איד דאַרף לעבן מיט דער צייט", דאָס הייסט, לויט די אָנווייזונגען פון דער פּרשת השבוע, וויל איך זיך אָפּשטעלן אויף דעם ענין פון דעם אויבערשטנ'ס הבטחה צו אברהם אָבינו: „שכרך הרבה מאד" — דיין באַלוינונג איז זייער גרויס, וואָס אויף דעם האָם אברהם אבינו געענטפערט, אַז ווי קען ער אויפנעמען דעם שכר בשעת ער איז קינדערלאָז און זיין יורש איז אליעזר. דערביי האָט אברהם אָבינו שטאַרק געלויבט אליעזר'ן אַלס „בן משק ביתי" — דער פאַרוואַלטער פון אברהם'ס הויז און דער וואָס האָט אָנגעפירט זיינע מלחמות און פאַרשפּרייט זיין (אברהם'ס) תורה, ווי אונזערע חכמים זכרונם לברכה באַמערקן אויף דעם.

202אייגנטלעך איז ניט פאַרשטענדלעך פאַרוואָס אברהם אָבינו, אויסדריקנדיק זיין ניט־צופרידנקייט דערמיט וואָס זיין קנעכט אליעזר וועט זיין זיין יורש, האָט ער אים פונדעסטוועגן אַזוי שטאַרק געלויבט דערביי. דער ענטפער איז, אַז כאָטש אליעזר האָט טאַקע געהאַט זייער גרויסע מעלות, האָב אברהם אבינו געוואָלט אַז זיין יורש זאָל זיין דווקא זיינער אַן אייגענער זון, וואָרום בלויז אין דעם פאַל וועט דער המשך — די פאָרזעצונג און אייביקייט פון אַלץ וואָס אברהם האָט מיט זיך פאָרגעשטעלט — זיין געזיכערט.

דערפון לערנען מיר, אַז אַ מענטש קען ניט זיין צופרידן מיט זיינע אייגענע דערגרייכונגען און אויפטואונגען אין זיין לעבן, סיידן דאָס גייט אַריבער בירושה און ווערט פאָרגעזעצט דורך קינדער און אייניקלעך; בלויז דאַן ווערן די אַלע דערגרייכונגען פאַרפאָלקאָמט און האָבן אַן אמת'ע און דויערנדע ווערט.

יעדער איד און יעדע אידישע פרוי דאַרף זאָרגן דערפאַר, אַז די גרויסע גייסטיקע ירושה פון אברהם אָבינו זאָל אַריבערגיין און פאָרגעזעצט ווערן דורך אידישע קינדער. יעדן טאָג, אין דער פרי, ביים אָנהויבס טאָג, און באַנאַכט, ביים שלוס פון דעם טאָג, זאָגן מיר אין קריאת שמע — ושננתם לבניך. דאָס הייסט, אַז אָנהויבנדיק דעם טאָג דאַרף יעדער איד געדיינקען דעם ג־טלעכן באַפעל צו זאָרגן פאַר דעם חינוך על טהרת הקדש פון די קינדער און תלמידים (ספרי, ואתחנן), און פאַרענדיקנדיק דעם טאָג דאַרף מען מאַכן אַ דין־וחשבון ווי מען האָט די דאזיקע פליכט דערפילט . . .

(ממכ' יום ה' לסדר לך, תשכ"ד)

אין איינקלאַנג מיט דעם באַקאַנטן וואָרט פון אַלטן רבי'ן, בעל התניא והשולחן־ערוך, אַז „אַ איד דאַרף לעבן מיט דער צייט" — מיט דער צייט פון דער סדרה פון דער וואָך, וועט זיכער אויך דער ישיבה־דינער היינטיגע וואָך באַלעבט ווערן מיט דעם גייסט און אינהאַלט פון דער סדרה פון דער היינטיגער וואָך — די סדרה וועלכע הויבט אָן די געשיכטע פון אברהם אבינו, דער ערשטער איד און פאָטער פון אונזער פאָלק.

איינע פון די ערשטע איבערלעבונגען פון אברהם אבינו איז געווען דער אָנזאָג „גר יהי' זרעך בארץ לא להם" — „דיינע קינדער וועלן זיין פרעמדע אין אַ פרעמד לאַנד". אָבער צוזאַמען מיט דעם אָנזאָג איז געקומען דער אייביגער ברית (צוזאַמענבונד) צווישן ג־ט און אברהם אבינו, וואָס האָט פאַרזיכערט די אייביקייט פון אידישן פאָלק אין אַלע צייטן און אין אַלע אומשטענדן. דערביי איז אָנגעוויזן געוואָרן, אַז די דאָזיגע אייביקייט איז דירעקט פאַרבונדן מיט דער דערציאונג פון די קינדער־אָנצוהאַלטן דעם פאַרבונד מיט דעם אויבערשטן, פון דעם קינד'ס געבורט אָן, און אין אַן אופן וואָס פאַרבינד ניט נאָר די נשמה מיט דעם אויבערשטן נאָר אויך דעם גוף.

203אונזערע חכמים זאָגן „מעשה אבות סימן לבנים" — די פּאַסירונגען מיט אונזערע אבות זיינען אַן אָנווייזונג און שפּיגלען אָפּ די געשיכטע פון אונזער פאָלק, סיי פון יחיד און סיי פון כלל. די אייביקייט פון אידישן פאָלק איז פאַרבונדן מיט דעם חינוך פון די אידישע קינדער, און דער חינוך פון יעדן קינד איז פאַרבונדן ניט נאָר מיט זיין אייגענער צוקונפט, נאָר אויך מיט דער צוקונפט פון גאַנצן אידישן פאָלק.

(ממכתב יום נ' לך, ה'תשכ"ח)

. אין דער היינטיגער סדרה און אין די קומענדע סדרות, דערציילט אונז די תורה הק' וואָס עס האָט פּאַסירט מיט אונזערע אָבות און אמהות. די חכמים, זכרונם לברכה, זאָגען, אַז „דאָס וואָס עס האָט פּאַסירט מיט די אָבות איז אַן אָנדייטונג פאַר די קינדער". אין דעם גייט אַריין, נאַטירלעך, אויך דאָס וואָס עס האָט פּאַסירט מיט אונזערע אמהות, שרה, רבקה, רחל און לאה. זייערע נסיונות און זייער איבערגעבענהייט אויפצושטעלן דורות פון טרייע אידישע קינדער, בני ובנות אברהם, יצחק, יעקב, שרה, רבקה, רחל ולאה — זיינען אַן אָנדייטונג און לערנונג פאַר אַלע אידישע פרויען, בפרט — פאַר די פרויען פון אונזער דור. די פּראַקטישע לערע דערפון איז, אַז ווען עס ווייזט זיך אַרויס אַז עס זיינען דאָ שוועריקייטען, אָדער אַפילו שטערונגען, איז דאָס אַ זיכערע זאַך, אַז דאָס זיינען בלויז נסיונות, פּרואוואונגען („טעסטס"), וואָס דער אויבערשטער שטעלט אַ אידען, כדי אַרויסצורופען באַ אים, אָדער באַ איר, גרעסערע כוחות און אַפילו באַהאַלטענע כוחות אויף בייצוקומען די שוועריקייטען, וועלכע זיינען לכתחילה געמיינט בייגעקומען צו ווערען. עס פאָדערט זיך בלויז דער שטאַרקער ווילען, ווייל דער אויבערשטער האָט שוין פריער געגעבען די נויטיגע כוחות דערצו, צו דערפילען יעדער איינען און איינע זיין־זיינע אויפגאַבע. זעלבסטפאַרשטענדלעך, אַז צו דערפילען די אויפגאַבע איז דער גרעסטער זכות און אמת'ער גליק פאַר יעדער איינער בפרט, זיי און זייערע פאַמיליעס, און געבענטשט צו ווערען פון השם יתברך פון זיין פולער האַנט, מאַטעריעל און גייסטיג, אין אַלעס אין וואָס מען נויטיגט צכה

(ממכ' י"נ מרחשון ה'תשי"ט)

. . . ולשאלתו במאמר חז"ל כל הגדול מחבירו יצרו גדול כו' וכן בהסיפור הידוע הנדפס בהתמים בהנוגע לאברהם אבינו שזהו מצד הגוף, ועוד — ממה שכתוב בתניא, שהרע נהפך לטוב ממש.

ומובן שלא על התניא קושיתו, כי אם על הירושלמי ברכות בסופה והזהר (ב. קז, ב) ובפרט שבירוש' מובא ביחוד בהנוגע לאברהם אבינו.

204(איני מביא הבבלי דברכות סא' ב' כיון ששם פרש"י באופן אחר, משא"כ בהנ"ל).

ובאמת לא יקשה כל האמור, כי המאמר דכל הגדול מחבירו וכו' ה"ה מצד עצמו קודם לעבודת האדם, ואף שנהפך לטוב או שהרגו בתענית, הוא מעין [אף כי כמובן — בדקות דדקות] האמור בבע"ת שסורם רע מפני טבעם הקדום, וע"ד זה המאמר ע"ד אברהם אבינו הנ"ל,

ועוד מעין דוגמא לזה; אכילת גופו המזוכך של א) משה רבנו, ב) כשעלה למרום ג) בהנוגע ללחם מן השמים שאין בו פסולת — ובכ"ז לא אכל, וויילע צו ניט קומט דאָס ניט.

(סמכ' כב' מ"ח, תשי"ט)

ו י ר א

ווי דער שטייגער באַ אידן צו פאַרבינדן די פּאַסירונגען פון דער וואָך מיט דער סדרה פון דער וואָך און אָפּלערנען דערפון די אמת'ע הוראות פון אונזער תורה (פון לשון „הוראה"), תורת אמת,

דערציילט אונז די היינטיגע סדרה ווי אַזוי עס איז פאָרגעקומען דער געבורט און די דערציאונג פון דעם ערשטן אידישן קינד וואָס איז געבאָרן געוואָרן פון אידישע עלטערן — יצחק, דער זון פון אברהם און שרה, די ערשטע עלטערן פון אידישן פאָלק.

יצחק'ס געבורט איז געווען איבערנאַטירלעך און נסים'דיג. זיין ברית איז פאָרגעקומען ווען ער איז אַלט געווען אַכט טעג, און זיין דערציאונג איז דורכגעפירט געוואָרן מיט שוועריקייטן און נסיונות.

גאַנץ אַנדערש איז געווען מיט אברהם'ס זון ישמעאל, וועמענס געבורט איז געווען אַ נאַטירלעכער, און וועלכער איז גע'מלט געוואָרן ווען ער איז געווען 13 יאָר אַלט, דאָס הייסט, ווען ער איז שוין געווען אַ בר־דעת.

און דער אויבערשטער האָט פאַרזיכערט אברהם'ען, אַז דוקא יצחק וועט זיין זיין אמת'ער יורש (כי ביצחק יקרא לך זרע) און דורך אים וועט אציפגעבויט ווערן דאָס אידישע פאָלק.

דערמיט לערנט אונז די תורה, אַז בשעת מען גייט אויפשטעלן אידישע דורות און אַ אידישע צוקונפט, קען מען ניט צוגיין דערצו מיט אַ „נאַטירלעכן" צוגאַנג און מיטן מענטשלעכן שכל און חשבונות.

אידישע עקזיסטענץ איז ניט אָפּהענגיק פון נאַטירלעכע געזעצן, נאָר פון דער ג־טלעכער אָנפירונג.

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-gy0zg0r5

Copies

Recent activity

#146 Likkutei Sichos vol 10: machine reading · approved
#126 Likkutei Sichos vol 10: machine reading · closed

Sources